פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 26, 2019 8:00 pm

די בילד איז שרעקעדיג, און צייגט אז ס'הערשט אן ערענסטע פליטים קריזיס, אנדערש ווי טראמפ האלט אין איין שרייען אז ס'סתם געפעלטשטע מעשיות זיך צו קענען אריינבאקומען.

די מענטש האט אן קיין ספק זיך געפינען אין אן אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס וואס האט אים געצווינגען אונטערצונעמען דעם צעדרייטע רייזע אינאיינעם מיט זיין פיצל קינד, נעבאך.

אויב האט עס טראמפ געטוהן? אוודאי נישט דירעקט אבער ווען מ'קוקט אויף די גורמים פון דעם מצב זעהט מען ער האט די העכסטע נומער אין אומלעגאלע אימיגראציע אין יארן וואס צייגט אז ערגעץ האט ער ביטערליך אנגעמעסד, דו ווייסט צו זאגן וואס דאס איז? ניין. די דעמאקראטן צייגן אויף זיין אפהאקן די געלטער אין צענטראל אמעריקא.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 26, 2019 8:22 pm

און לאמיר שוין מיטגיין מיט די זינלאזע פלפולים, אז דער מענטש איז זיכער געווען אין א אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס, וואס האט נישט געקענט ווארטן אויף אפלייען נארמאל אויף אסיילעם, נאר האט געמוזט עמידיעטלי געהענדלט ווערן אויף אבנארמאלע וועגן, און אז זיכער אז טראמפ'ס אפהאקן געלטער פון צענטראלע אמעריקאנער "לענדער" דאס איז געווען דער גורם פון דעם מענטש'ס "פערזענליכע" קריזיס.
איז אויב וואלט דער מענטש געשטארבן פון הונגער אין גוואטומאלא צו וואו... וואלט אויך טראמפ געווען שולדיג? צו נאר ווייל ער איז שוין געווען אויף זיין וועג קיין אמעריקע און עס האט שוין צו טוהן מיט די ווארט "אימיגראציע" דאן אטוימאטיש ווערט טראמפ שולדיג?... איך פרעג ווייל איך בין נייגעריג...

אגב, אויף NBC איז מען ערנסטע ביזי אז נאך אזא מעשה "וואס איז א דירעקטע גורם פון טראמפ'ס פאליסי'ס", וועט ביי די היינט נאכט'יגע דעבאטע זיכער זיין אימיגראציע אין צענטער אויף די אישו'ס..

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך יוני 26, 2019 8:39 pm

עניוועי, ענדליך זענען שוין דעמאקראטן מודה אז ס'איז דא א נאציאנאלע עמערדזשענסי ביים גרעניץ א זאך וואס זיי האבן ביז יעצט געלייקענט.
כאפצעם האט געשריבן:אויב האט עס טראמפ געטוהן? אוודאי נישט דירעקט אבער ווען מ'קוקט אויף די גורמים פון דעם מצב זעהט מען ער האט די העכסטע נומער אין אומלעגאלע אימיגראציע אין יארן וואס צייגט אז ערגעץ האט ער ביטערליך אנגעמעסד, דו ווייסט צו זאגן וואס דאס איז? ניין. די דעמאקראטן צייגן אויף זיין אפהאקן די געלטער אין צענטראל אמעריקא.
טראמפ זאגט אז די סיבה איז ווייל די עקענאמיע בומט און ס'זענען דא אסאך עוועילעיבעל דזשאבס.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך יוני 26, 2019 8:46 pm

כאפצעם האט געשריבן:די בילד איז שרעקעדיג, און צייגט אז ס'הערשט אן ערענסטע פליטים קריזיס, אנדערש ווי טראמפ האלט אין איין שרייען אז ס'סתם געפעלטשטע מעשיות זיך צו קענען אריינבאקומען.

די מענטש האט אן קיין ספק זיך געפינען אין אן אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס וואס האט אים געצווינגען אונטערצונעמען דעם צעדרייטע רייזע אינאיינעם מיט זיין פיצל קינד, נעבאך.

אויב האט עס טראמפ געטוהן? אוודאי נישט דירעקט אבער ווען מ'קוקט אויף די גורמים פון דעם מצב זעהט מען ער האט די העכסטע נומער אין אומלעגאלע אימיגראציע אין יארן וואס צייגט אז ערגעץ האט ער ביטערליך אנגעמעסד, דו ווייסט צו זאגן וואס דאס איז? ניין. די דעמאקראטן צייגן אויף זיין אפהאקן די געלטער אין צענטראל אמעריקא.



דער בילד צייגט איין זאך

אז די וועג אריינצוקומען אומלעגאל אין אמעריקע איז געפארפול

און ווילאנג די דעמאקראטן וועלן אנהאלטן זייער ריזיסטענס איבער אימיגראציע צו לאזן אפן אמעריקאנער גרעניצן וועלן מער אימיגראנטן אונטערנעמען דעם געפארפולע רייזע וואס וועט ברענגען נאך פילע טויטפעלער נאר נישט אלעמאל וועט שומער האבן אזא גוטע בילד מיט וואס צו שפילן פאליטיק

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 26, 2019 8:52 pm

איך ווייס נישט פונקטליך וואס שומער האט געוואלט ברענגען מיט דעם בילד כ'האב נישט געהערט זיין רעדע. אבער,

די בילד ברענגט זיכער ארויס ווי ביטער די מצב איז ביי די חברה אינדערהיים אז זיי שטעלן איין דאס לעבן צו אנטלויפן.

יעצט, ווי פארשטענדליך קען אמעריקע נישט אנהייבן אריינלאזן יעדער איינער פון די אימיגראנטן. אבער אויף אזויפיל יא, די מענטשן זענען אין אלגעמיין נישט קיין פאלנע פארברעכער וואס ווילן סתם קומען פאר לאנגווייליגקייט, נאר ווייל זיי שפייען בלוט אינדערהיים אין בוכשטאבליכן זין פון ווארט, און לעבן אין גרעסערע געפאר ווי וואס די גרעניץ שטעלט אהער.

איינמאל מען הייבט אן אנקוקן דאס בילד פון דעם פערספעקטיוו טוישט זיך אלעס!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 26, 2019 8:57 pm

איז בכלל באקאנט ווער דער פארשוין איז? אדער ס'איז פשוט השערות אז מען רעדט פון אן אומשולדיגע וואס האט בחוסר ברירה פראבירט זיין מזל?

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 26, 2019 9:00 pm

די אלע וואס 'פרובירן זייער מזל' ווייסן אין וואס זיי לאזן זיך אריין. עס איז לאו דוקא דער מענטש אינעם בילד.

וואס וואלט געדארפט געשען צו דיר אז דו זאלסט ווען גיין פרובירן דיין מזל?
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום מיטוואך יוני 26, 2019 9:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יוני 26, 2019 9:00 pm

יאפ, פון דעם וואס מענטשן שטארבן אין קאר עקסידענטס ווייזט עס דעפיניטלי ווי געפארפול די מצב ביי זיי אינדערהיים איז אז זיי מוזן זיך נעבעך אריינזעצן אין די קארס טראץ די שוידערליכע סכנות. איינער וואס פארט אין א קאר קען קיין פארברעכער נישט זיין!

סיז אנבעליוועבל ווי עכטע, לעבעדיגע מענטשן שעמען זיך נישט פון זיך אליינס צו מאכן אזאנע האר אויפשטעלנדע פורים תורות וואס די היינטיגע איז א 180 דעגרי יו טוירן פון דעם זעלבנ'ס נעכטיגע תורות, אלעס כדי צו קענען באשולדיגן טראמפ.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 26, 2019 9:05 pm

יש ברירה האט געשריבן:די אלע וואס 'פרובירן זייער מזל' ווייסן אין וואס זיי לאזן זיך אריין. עס איז לאו דוקא דער מענטש אינעם בילד.

וואס וואלט געדארפט געשען צו דיר אז דו זאלסט ווען גיין פרובירן דיין מזל?

צו מיר וואלט גארנישט געדארפט געשען.

צו אים וואלט געקענט געשען אסאאך זאכן, איינס דערפון קען זיין, אנטלויפן צוליבן זיין א פארברעכער אינדערהיים. כ'מיין פארוואס האט מען דא מחליט געווען מען רעדט פון אן אומשולדיגן מענטש וואס האט ממש מער נישט אויסגעהאלטן די נויט אינדערהיים?

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך יוני 26, 2019 9:07 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך וואס שומער האט געוואלט ברענגען מיט דעם בילד כ'האב נישט געהערט זיין רעדע. אבער,

די בילד ברענגט זיכער ארויס ווי ביטער די מצב איז ביי די חברה אינדערהיים אז זיי שטעלן איין דאס לעבן צו אנטלויפן.

יעצט, ווי פארשטענדליך קען אמעריקע נישט אנהייבן אריינלאזן יעדער איינער פון די אימיגראנטן. אבער אויף אזויפיל יא, די מענטשן זענען אין אלגעמיין נישט קיין פאלנע פארברעכער וואס ווילן סתם קומען פאר לאנגווייליגקייט, נאר ווייל זיי שפייען בלוט אינדערהיים אין בוכשטאבליכן זין פון ווארט, און לעבן אין גרעסערע געפאר ווי וואס די גרעניץ שטעלט אהער.

איינמאל מען הייבט אן אנקוקן דאס בילד פון דעם פערספעקטיוו טוישט זיך אלעס!


דו ווייסט ווער דער הרוג איז?

אפשר איז ער א דראג קארטעל וואס וויל זיך אריינשמוגלען אין אמעריקע פארקויפן דראגס און זיך אנשליסן אין א גענג

ווען מען קוקט מיט דעם פרעספעקטיוו טוישט זיך דער בילד

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך יוני 26, 2019 9:35 pm

דער רשע טראמפ. ער ברענגט אום אומשילדיגע מענטשן דורך נישט שיקען אמעריקאנע שטייער געלט צו אנדערע לענדער!!! ווי אויך ער לאזט נישט אריין מענטשן צו זיך אין לאנד צו ווייטער לעבן אויף די שטייער צאלערס קאסטן.
טאקע א מערדער. פוי!!! געוואלד!!!

האט דער פערד שוממער כאטש צוגעלייגט אפאר קראקאדיל טרערן און מספיד געווען כהלכתו?
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 26, 2019 9:39 pm

ווי געשריבן אין די תגובה וואס די קוואוטס, כ'ווייס נישט איבער דעם מענטש ספעציפיש. די בילד ברענגט ארויס די פוינט אין יעדענספאל.

(נ.ב. ווער איך יעצט געוואויר ביי די דעבאטע אז די טאטע און טאכטער זענען קודם געגאנגען קלעימען אייסעלעם אבער זענען אוועקגעשיקט געווארן.)

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך יוני 26, 2019 9:44 pm

אין אנדערע נייעס האבען ארבעטער פון די WAYFAIR קאמפאני ארויסשפאצירט פון פון ארבעט אין פראטעסט אז די קאמפאני האט פארקויפט עטליכע הונדערט טויזענט טאללער אין סאפפליי פאר די איממיגראציע קינדער אויפהאלט צענטערן. זיי שרייען אז די קעמפס זיינען אומלעגאל.
איצטערט א פראגע צו די פראטעסטירער. צו זאל מען ליבערשט לאזען די קינדער פארפרוירן ווערן, שלאפען אויף דער ערד, זיצען אוואו אין די מיטל מזרח לענדער אויף דעקעס? דאן וואלסטו פונקט אזוי געשריגן. צו וועט דיך סיי וואס צופרידנשטעלן?
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 26, 2019 9:58 pm

ווייל ער האט פרובירט אריין צו קומען אין אמעריקע און געשטארבן אויפן וועג ווערט אמעריקע שולדיג דערין? איי ריעלי דאנט געט איט..

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 26, 2019 10:10 pm

בוקער: איך בין שוין מיד פון הערן טראכטונגען און בעטונגען.....

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 26, 2019 10:10 pm

.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:46 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך יוני 26, 2019 10:18 pm

כאפצעם האט געשריבן:די בילד איז שרעקעדיג, און צייגט אז ס'הערשט אן ערענסטע פליטים קריזיס, אנדערש ווי טראמפ האלט אין איין שרייען אז ס'סתם געפעלטשטע מעשיות זיך צו קענען אריינבאקומען.

די מענטש האט אן קיין ספק זיך געפינען אין אן אנסוסטעינעבל לעבנס קריזיס וואס האט אים געצווינגען אונטערצונעמען דעם צעדרייטע רייזע אינאיינעם מיט זיין פיצל קינד, נעבאך.

אויב האט עס טראמפ געטוהן? אוודאי נישט דירעקט אבער ווען מ'קוקט אויף די גורמים פון דעם מצב זעהט מען ער האט די העכסטע נומער אין אומלעגאלע אימיגראציע אין יארן וואס צייגט אז ערגעץ האט ער ביטערליך אנגעמעסד, דו ווייסט צו זאגן וואס דאס איז? ניין. די דעמאקראטן צייגן אויף זיין אפהאקן די געלטער אין צענטראל אמעריקא.

איך בין באמת נייגעריג וואס דו וואלסט געזאגט ווען דאס פאסירט ווען אונטער אבאמא... און איך מיין עס יעצט אמת'דיג ערנסט... דו וואלסט זיכער געהאט עפעס א הסבר, לאמיר עס הערן, ביטע. איך וויל עכט פארשטיין וואס דאס האט איינגעלייגט מיט טראמפ.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » מיטוואך יוני 26, 2019 10:36 pm

סך הכל: עפעס וואס האט נישט איינגעשטויסן מיט דעם טראמפענען, און דעמאקראטן האבן כדרכם געטראפן א וועג צו צייגן "גרויס רחמנות און מיטגעפיל" און אזוי אפעלירן צו די הערצער פון מענטשן. נאטינג מאר! אבער סאם האו אויף מיר האבן זיי נישט אזוי רחמנות... ווייסעכנישפאווא!!!
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 26, 2019 10:45 pm

פארשער האט געשריבן:עניוועי, ענדליך זענען שוין דעמאקראטן מודה אז ס'איז דא א נאציאנאלע עמערדזשענסי ביים גרעניץ א זאך וואס זיי האבן ביז יעצט געלייקענט.

'נאציאנאלע עמערזשענסי' באדייט א געפאר וואס דרויעט אויפן 'לאנד'. ווי ווייט איך ווייס טוט דער טאטע מיטן 2 יעריג קינד נישט באדרויען קיינעם דא, סארי.

דאס יא, ס'איז אן "יומעניטערישע קריזיס", און כאנאך דערווייל געהערט קיין שום פלאן פון די אדמיניסטראציע וויאזוי דאס צו באהאנדלען.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך יוני 26, 2019 10:59 pm

די אדמיניסטראציע האלט אז לאו עכברא גנבא אלא חורא גנבא, אז מען וועט פארשטאפן די לעכער וועלן זיי נישט קומען מער.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יוני 26, 2019 11:33 pm

יש ברירה האט געשריבן:(נ.ב. ווער איך יעצט געוואויר ביי די דעבאטע אז די טאטע און טאכטער זענען קודם געגאנגען קלעימען אייסעלעם אבער זענען אוועקגעשיקט געווארן.)

און אז זיי האבן געקלעימט אסיילעם איז א ראי' אז?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 26, 2019 11:44 pm

אויסערליך, אן אריינקוקן טיפער האט מען זיי נישט געטארט אוועקשיקן און אויב מען האט יא איז עס א פארברעך.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:10 am

מעקסיקאנער דראג באנדעס למשל ווייסן נישט פון דעם לחש פון 'אסיילעם'?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:16 am

וואטס יור פוינט?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:35 am

אז דאס אז איינער 'בעט' אסיילעם מיינט לאו דוקא אז ער איז אין געפאר וכו' וכו'.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט