פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אפריל 22, 2019 10:11 am

צוויי אמעריקאנער סאלדאטן זענען געווארן דיסארמט דורך מעקסיקאנער אפישעלס שטייענדיג די מעקסיקאנער זייט פון די fence, אבער נאכאלץ אויף די אמעריקען זייט, לויט די פענטאגאן.
...
פשוט א שאלה אויב די וואנט איז נישט ביי די בארדער קען זי עני וועי באקומען די רעכטן
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 01, 2019 8:53 am

לויט א פאול פארגעשטעלט דורך די וואשינגטאן פאוסט, איז די פראצענט דעמאקראטן וואס האלטן אז עס איז א קריזיס ביים סאודערן בארדער, ארויף מיט 17 פונקטן זינט יאנואר.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג מאי 10, 2019 11:00 am

היינט וועט די פענטאגאן אריבערפירן א פרישע אנדערהאלבן ביליאן דאלער פון זייער באדזשעט צו בויען די גרעניץ וואנט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מאי 10, 2019 11:19 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:היינט וועט די פענטאגאן אריבערפירן א פרישע אנדערהאלבן ביליאן דאלער פון זייער באדזשעט צו בויען די גרעניץ וואנט.

איינער ווייסט וואסע די סטעטוס פון די לאוסוטס אנטקעגן די עמערזשענסי דעקלעראציע??...
ביזדערווייל בויעט מען אהן אויפהער ב"ה!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג מאי 10, 2019 11:29 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:היינט וועט די פענטאגאן אריבערפירן א פרישע אנדערהאלבן ביליאן דאלער פון זייער באדזשעט צו בויען די גרעניץ וואנט.

איינער ווייסט וואסע די סטעטוס פון די לאוסוטס אנטקעגן די עמערזשענסי דעקלעראציע??...
ביזדערווייל בויעט מען אהן אויפהער ב"ה!

עס איז דא זעקס לאוסוטס פענדינג אין די קאורטס, (געווען א זיבעטע, אבער געווארן דיסמיסט צוליב וואס די קלעגער וואוינען נישט איןדי געגנט וואו עס וועט געבויעט ווערן)

דאס מיינט אז אויב איינע פון די זעקס ריכטער איבערן לאנד זענען אין די גיסטע פאר פאבליסיטי קענען זיי עס אפשטעלן.

(גראדע איז געווען באריכטן אז די טראמפ אדמין פלאנט זיך ארויסצולאזן אין א לעגאלע קאמף קעגן די געדאנק אז א דיסטריקט דזשאדזש קען ארויסגעבן א נאציאנאלע אינדזשאקשן, וואס איז לעצטנס ארויס פון קאנטראל)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג מאי 10, 2019 1:21 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:היינט וועט די פענטאגאן אריבערפירן א פרישע אנדערהאלבן ביליאן דאלער פון זייער באדזשעט צו בויען די גרעניץ וואנט.

איינער ווייסט וואסע די סטעטוס פון די לאוסוטס אנטקעגן די עמערזשענסי דעקלעראציע??...
ביזדערווייל בויעט מען אהן אויפהער ב"ה!

מ'בויעט יעצט מער ווי מ'האט געבויעט פאר די עמוירדזשענסי?

וואו קען מען עס מיטהאלטן?

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג מאי 10, 2019 1:23 pm

די פענטעגאן האט אפראווט 1.5 ביליאן דאללער פארן ווענטל

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מאי 22, 2019 10:27 am

בלומבערג באריכט פארציילט אז די רעגירונג האט אויפגעבויט בלויז 1.7 מייל פון גרעניץ וואנט, מיט די 1.57 ביליאן דאלער וועלכע קאנגרעס האט פאריאר אוועקגעשטעלט פאר דעם צוועק.

די אינפארמאציע איז געווארן באקאנט אין די געריכטליכע געפעכט אין קאליפארניע איבער טראמפ'ס ווילן צו נוצן אנדערע געלטער צו בויען די וואנט.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 22, 2019 10:52 am

וואו קען איך זיך איינגעבן פאר א קאנטראקט צו בויען די וואנט?...
זיי האבן גענוצט די גאנצע געלט דערפאר?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מאי 22, 2019 10:59 am

נאו איידיע. בעפארן שרייבן האט מיך אויך געבאדערט די פראגע אבער כ'האב נישט געזען איינעם ענטפערן קלאר אדער שרייבן אז עס איז נישט די גאנצע טא...

דאס איז וויאזוי בלומבערג האט עס באריכטעט
U.S. Customs and Border Protection has put up just 1.7 miles of fencing with the $1.57 billion that Congress appropriated last year for President Donald Trump’s wall along the Mexican border, a federal judge was told.

אינדעפענדענט
More than $1.5bn (£1.24bn) of border wall funding has produced a mere 1.7 miles of fencing along the nation’s southern border, a federal judge was told.

דעילי מעיל
The Trump administration has built less than 2 miles of new border barriers using the $1.57 billion Congress allocated to the project for the fiscal year that will end September 30, according to a letter filed Tuesday in federal court.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 22, 2019 11:13 am

טראמפ טענהט אז רוב געלטער איז געגאנגן צו ריפלעיסן אלטע קלענערע בעריער, די 1.7 מייל איז בלויז נייע פלעצער וואו ס'נאך גארניש געווען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מאי 22, 2019 12:00 pm

נאך אביסל און ס'בלייבט גארנישט פונעם גאנצן באריכט...

עניוועיס, נישט געזען ער זאל דאס טענה'ען איבער די געלט. קוקט אויס ווי ער רעדט סתם איבער וויפיל מייל ער האט שוין באוויזן צו בויען. געדענק נישט וויאזוי די געלט איז דאן געווארן אפראפיעיטעד.

אידישע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מיטוואך מאי 22, 2019 1:24 pm

נאכאמאל און נאכאמאל שטעלט זיך ארויס ווי טראמפ פירט אמעריקע ווי א ביזנעסמאן, און דעמאקראטן ביי די נאז.

נאכ'ן שרייען פאר צוויי יאר אז זיי גייען נישט געבן קיין אינטש פאר די וואנט, האבן זיי געגעבן ווי טאטעלעך פאר איבער 100,000 אינטשעס.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מאי 26, 2019 7:16 am

דריידל האט געשריבן:פרייטאג צו נאכטס האט א פעדעראלע זשאדזש געלייגט אן אמערזשענסי סטעי אויף א חלק פון די גרעניץ וואנט וואס איז געווען געפלאנט פאר באלדיגע קאנסטראקציע. דע רעדע איז אויף די חלק וואנט וואס דארף געבויעט ווערן מיט די געלטער וואס איז געווען דירעקטירט פאר מיליטערישע דעפענס.
די פרעזידענט האט געטוויט אז מ'גייט עס אפיעלן

נו ווער קען געסן ווער ס'האט אפוינטעט דעם דזשאדזש און אין וועלכע דיסטריקט און אונטער וועלכע סירקוט ער סערווירט?

יאפ... אן אבאמא אפוינטי... א ריכטער אין די צפון קאליפארניע דיסטריקט וואס איז אונטער די געזעצלאזע ניינטע סירקוט...

דער ריכטער .Haywood s. Gilliam jr האט שוין אין די פארגאנגענהייט גערולט אנטקעגן טראמפ רעגולאציעס.

דער ריכטער איז א דעמאקראטישע אקטיוויסט... ער האט געדאונעיטעט 20 טויזנט דאלאר צו אבאמא'ס קאמפיין...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מאי 26, 2019 3:28 pm

און גראדע איז דאס נישט געווען קיין גאנצע אפהאלט פון בויען די וואנט...

דער ריכטער האט נאר בלאקירט צוויי פלעצער 46 מייל אין ניו מעקסיקא און 5 מייל אין יומא אריזאנע , און ער לאזט נאר נישט נעמען די געלט פון די פענטאגאן.
אנדערע פלעצער האט ער נישט אפגעשטעלט אריינגערעכנט א 63 מייל וואנט ריפלעיסמענט אין טוסאן אריזאנע, און נאך.

און א פאטש פאר די 21 סטעיטס מיט די קאליפארניע אטוירני דזשענעראל בראש, וואס האבן געקלאגט די טראמפ אדמיניסטראציע איבער די עמערזשענסי דעקלעראציע האט די זעלבע אבאמא ריכטער אפגעווארפן זייער פארלאנג פון אפהאלטן די געלט וואס די אדמיניסטראציע וויל נעמען פון די טרעזשורי דעפארטמענט, זאגנדיג אז ער גלויבט נישט אז די סטעיטס וועלן קענען אויפווייזן אז די אדמיניסטראציע האט איבערגעהיפט ענווייראמענטאלע תוצאות וואס גייט געשעהן דורכן וואנט.

https://www.foxnews.com/us/judge-blocks ... order-wall

ווי כ'פארשטיי קען אבער די אדמיניסטראציע ווייטער נעמען די געלט פון די טרעזשורי דעפארטמענט פאר די וואנט אפי' פאר די אויבנדערמאנטע צוויי אפגעשטעלטע פלעצער.
נאך איינער פארשטייט אזוי?? הכל הבל?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מאי 28, 2019 7:57 am

א פריוואטע גרופע וואס האט אויפגעטריבן שווערע מיליאנען דאלארן צו העלפן בויען די גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, האט שוין געענדיגט בויען איין גרויסן שטיק פון דער וואנט, נאכ'ן באקומען די נויטיגע ערלויבענישן פון די אויטאריטעטן און פראפערטי אייגנטימער אין דער געגנט.

דער שטיק וואנט וואס די "מיר בויען דעם וואנט" גרופע האט אויפגעבויט, איז אין ניו מעקסיקא און עס לויפט א "האלבן מייל" ווייט.
ס'איז געבויט 18 פוס הויך, מיט די זעלבע דעזיין און מאטעריאל וואס די פעדעראלע גרעניץ אגענטורן נוצן צו בויען די וואנט, אבער ס'איז געענדיגט געווארן פיל שנעלער און פאר פיל ביליגער.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג מאי 28, 2019 8:25 am

פעיק נוז האט געשריבן:א פריוואטע גרופע וואס האט אויפגעטריבן שווערע מיליאנען דאלארן צו העלפן בויען די גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, האט שוין געענדיגט בויען איין גרויסן שטיק פון דער וואנט, נאכ'ן באקומען די נויטיגע ערלויבענישן פון די אויטאריטעטן און פראפערטי אייגנטימער אין דער געגנט.

דער שטיק וואנט וואס די "מיר בויען דעם וואנט" גרופע האט אויפגעבויט, איז אין ניו מעקסיקא און עס לויפט א "האלבן מייל" ווייט.
ס'איז געבויט 18 פוס הויך, מיט די זעלבע דעזיין און מאטעריאל וואס די פעדעראלע גרעניץ אגענטורן נוצן צו בויען די וואנט, אבער ס'איז געענדיגט געווארן פיל שנעלער און פאר פיל ביליגער.

נו זאלן זיי נעמען די געלט פון די גאו פאנד מי אקאונט און ווייטער בויען...

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג יוני 03, 2019 6:40 pm

.

עולם האמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » מאנטאג יוני 03, 2019 7:34 pm

אין א געווינס פאר טראמפ האט א ריכטער ארויסגעווארפן די קאנגרעס דעמאקראטן'ס קלאגע אקעגן די עמערדשענסי דעקלעראציע

https://thehill.com/regulation/court-ba ... n-wall-can

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2016
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג יוני 03, 2019 7:46 pm

עולם האמת האט געשריבן:אין א געווינס פאר טראמפ האט א ריכטער ארויסגעווארפן די קאנגרעס דעמאקראטן'ס קלאגע אקעגן די עמערדשענסי דעקלעראציע

https://thehill.com/regulation/court-ba ... n-wall-can

האסט עס נאך נישט געלייגט אין "סתם זאכען וואס איך וויל זאגען" אשכול
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג יוני 03, 2019 8:02 pm

עולם האמת האט געשריבן:אין א געווינס פאר טראמפ האט א ריכטער ארויסגעווארפן די קאנגרעס דעמאקראטן'ס קלאגע אקעגן די עמערדשענסי דעקלעראציע

https://thehill.com/regulation/court-ba ... n-wall-can

יאפ! פיינעלי א טראמפ אפוינטי... ;l;p-

די ריכטער טרעוואר מעקפעדען האט ארויסגעווארפן די קאנגרעס אנקלאגע מיט די טענה אז קאנגרעס האט נישט קיין סטענדינג אויף וואס צו סוען דעם עקזעקיוטיוו ברענטש.

דער ריכטער זאגט אז קאנגרעס האט גענוג טולס צו באקעמפן זייער קאנסטיטוציאנאלע פאווער פון בודזשעטינג.

פיינעלי עפעס א געריכט געווינס פאר טראמפ, נאכן האבן דריי נידערלאגעס לעצטנס אין די געריכטן...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 26, 2019 4:43 pm

נעכטן איז ארויסגעקומען א שוידערליכע בילד פון א פאטער און א טאכטער וועלכע ליגן טויט אין א טייך צווישן מעקסיקא אין אמעריקע. די צוויי האבן פרובירט זיך צו אריבערכאפן דעם טייך קיין אמעריקע און זענען פארשוועמט געווארן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יוני 26, 2019 7:11 pm

פעיק נוז האט געשריבן:נעכטן איז ארויסגעקומען א שוידערליכע בילד פון א פאטער און א טאכטער וועלכע ליגן טויט אין א טייך צווישן מעקסיקא אין אמעריקע. די צוויי האבן פרובירט זיך צו אריבערכאפן דעם טייך קיין אמעריקע און זענען פארשוועמט געווארן.

יאפ. זיי זענען נעבעך דערטראקן געווארן אין טייך.

ס׳איז א שרעק צו זעהן אין וואספארא געפארפולע אומשטענדן דעי אימיגראנטן לאזן זיך אריין מיטנעמענדיג פיצלעך קינדער. און דאס איז נישט א ערשטע פאל, ס׳איז מעשים בכל יום. און אפילו זיי קומען אן לעבעדיג, איז עס אויך נאר ווייל זיי האבן עס איבערגעלעבט..

סענעטאר שוממער באשילדיגט שטייצעך פרעזידענט טראמפ, מסתמא וויל ער טראמפ זאל אויסשעפן ס׳וואסער פונעם ים מ׳זאל זיך נישט קענען טרענקן. אזוי אויך אויפשטעלן רעסטעראנטן אין די פיסטע וועלדער ארום דעם גרעניץ, אין פאל א שמוגלער זיכט עפעס צובייס.

טראמפ מצידו וויל בויען א וואנט צו דיסעיבלען דאס אריינקומען. למען ידעו אז ס׳לוינט נישט צו גיין ערגעץ ווי מ׳קען נישט אנקומען.

https://www.dropbox.com/s/lnthpxr21pyk4 ... 5.mp4?dl=0
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 26, 2019 7:49 pm

זיכער. די גאווערמענט דארף צושטעלן רעטונג'ס שיפלעך און רעטונג'ס לייט, לייוו גארד, צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא. נאך אביסל גייט סענאט שטימען אויף א דיזעסטער הילף פעקעדזש...

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך יוני 26, 2019 7:55 pm

דער שומער איז מיאוס פאריקט

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], zugurnish, אדרבא, גוט זאגער, גליון, יעך'בין שוין גרויס, להודיע, לייטער, מה שמו און 72 געסט