נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 12:22 pm

ניו זילאנד'ס סטאק עקסטשעינזש איז היינט געווארן פארשלאסן אינמיטן טרעידינג - צום דריטן טאג אין א ציה.

דעיס קומט אין רעזולטאט פון א סייבער אטאקע אויף די קמאפיוטער סיסטעם פונעם עקסטשעינזש.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:04 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער, שינזא עיב, וועט רעזיגנירן פון אמט - צוליב זיין געזונט צושטאנד.

עיב איז די לענגסט אמטירענעדע פרעמיער מינינסטער אין יאפאן זינט די צווייטע וועלט'ס קריג.

וואס איז די מעשה מיט אים?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 9:03 pm

אפגאנע באאמטע זאגן אז אין סעפטעמבער וועלן זיך אנהייבן דירעקטע שלום געשפרעכן מיט די טאליבאן.

די טאליבאן זאגט אז דערווייל ווייסן זיי נישט פון דעם.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 9:39 pm

ווילדע יונגען אין די שוועדישע שטאט מאלמאו האבן אנגעפירט ווילדע ראיאטן - צוליב וואס געוויסע עקסטרעם-רעכטע עלעמענטן האבן א פארברענט די איסלאמישע קאוראן בוך.

א באקאנטע דענישע פאליטיקאנט זוכט שוין די לעצטערע צייט צו באקומען ערלויבעניש צו אפהאלטן א פראטעסט אין שוועדן קעגן מוסלעמענער. פאריגע וואך האבן ארטיגע פאליציי אפגעווארפן זיין פארלאנג, און ער איז פארבאטן געווארן פון אריינקומען אין לאנד פאר צוויי יאר. זיינע נאכפאלגער זענען אבער ווייטער געגאנגען, און פארברענט א קאוראן בוך - וואס אין רעזולטאט האבן אויסגעבראכן די ווילגע פראטעסטן און ראיאטן.

ארטיגע מוסלעמענר און איסלאמישע פיגורן האבן גאר שארף פארדאמט די ראיאטירער, זאגענדיג אז זיי פארטרעטן נישט די רעליגיע, און זיי טון בלויז פאר זייערע אייגענע אינטערעסן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 9:46 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער, שינזא עיב, וועט רעזיגנירן פון אמט - צוליב זיין געזונט צושטאנד.

עיב איז די לענגסט אמטירענעדע פרעמיער מינינסטער אין יאפאן זינט די צווייטע וועלט'ס קריג.

וואס איז די מעשה מיט אים?

ער ליידט שוין די יונגע יארן פון ulcerative colitis, וואס ער פלעגט קאנטראלירן דורך מעדיקעישאן'ס. זעהט אויס אז לעצטענס האט זיך עס צושפילט.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:20 pm

אגב, ער איז דער לענגסט דינענדער פריים מיניסטער אין יאפאן היסטאריע. שוין זייענדיג אויף דעם אמט פאר פערצן יאר.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:20 pm

די לעבאנעזער פּרעזידענטשאפט קאמיטע וועט זיך מארגן צוזאמזעצן מיט די פארשידענע פראקציעס אינערהאלב דעם פּארלאמענט, צו דעזיגנירן א נייעם פּרעמיער מיניסטער.

ביז אהער האט די רעגירונג זיך נישט געקענט פאראייניגן ווער עס זאל איבערנעמען, און פּרעזידענט מישעל אואן איז באאויפטראגט צו נעמען אלס פּרעמיער נאר אזא איינער וואס האט די שטיצע פון די מערסטע מיטגלידער. דער ביז יעצטיגער פּרעמיער סאאד הארירי האט רעזיגנירט נאך די ביירוט אויפרייס.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:09 pm

נעכטן האט די לעבאנעזער רעגירונג אויפגענומען א נייעם צייטווייליגן פּרעמיער מיניסטער, וועלכער האט אפּעלירט אז א נייע רעגירונג זאל פארמירט ווערן וואס שנעלער, און ער האט פארשפּראכן צו פארברייטערן די אויספארשונג איבער'ן ביירוט פּארט אויפרייס.

דער נייער פּרעמיער מיניסטער איז מוסטאפא אדיב, וועלכער האט ביז יעצט געדינט אלס לבנון'ס אמבאסאדאר צו דייטשלאנד.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 10:55 am

מיליטערישע קאמאנדירן פון אינדיע און כינע האבן זיך אראפּגעזעצט פאר א צווייטן טאג פון געשפּרעכן דינסטאג, נאכפאלגנדיג פרישע אנגעצויגנקייט ביים גרעניץ צווישן די צוויי לענדער אינעם לאדאק ראיאן.

די געשפּרעכן זענען געקומען נאכדעם וואס אינדיע זעלנער האבן געזאגט אז זיי האבן אפּגעשטעלט פּראוואקאטיווע שריט דורך כינעזער זעלנער ביי א גרעניץ טשעק-פּוינט, וואס כינע האט ארויסגעגעבן די זעלבע באשולדיגונג.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

עירוב תבשילין
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:35 am

די דייטשע רעגירונג איז נעכטן ארויסגעקומען און דערקלערט אז דער רוסישער אפּאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני, וועלכער געפינט זיך אין א שווערן צושטאנד אין א בערלינער שפּיטאל נאכ'ן פאלן אונמאכט אויף א פליגער אין רוסלאנד, איז ווירקליך פאר'סמ'ט געווארן מיט די נאוויטשאק כעמישע גאז. נאוויטשאק איז א כעמישע וואפן וואס דאס רוסישע מיליטער האט אנטוויקלט, און עס איז גענוצט געווארן דורך רוסישע אגענטן אין יאר 18' צו פאר'סמ'ען דעם געוועזענעם אגענט סערגעי סקריפאל אין ענגלאנד.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 7:51 pm

א שיף וואס האט געטראגן אומגעפער 6,000 קיען - פון ניו זילאנד קיין טשיינע - איז פארשוואונדן געווארן אין טיפענישן פון ים, נעבן יאפאן, אין די צייט וואס א קאטעגאריע 4 טייפון/האריקעין האט דורכגעריסן די ראיאן.

פון די 43 מאנשאפט אויפן שיף איז בלויז איינער געפונען געווארן לעבעדיג.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 7:54 pm

וואס מאכן די קוען?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 8:24 pm

באקסער בוים האט געשריבן:וואס מאכן די קוען?

נשפת ברוחך כסמו ים, צללו כעופרת במים...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:52 pm

יעצט גערופן מיין חבר, ב"ה ער איז נישט געווען אויפן שיף.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:00 pm

עס גייט זיין איין מילך באטל ווייניגער ביי די חלוקה לכבוד דעם?
לעצט פאראכטן דורך טראק דרייווער אום פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 12:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

סקאראמוטשי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך סקאראמוטשי » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 12:11 am

מילך מעיד אין טשיינע, גוטע ביזנעס געדאנק...
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3484
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 5:49 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יעצט גערופן מיין חבר, ב"ה ער איז נישט געווען אויפן שיף.

וואס האסטו געמיינט ער איז פון די 6000 אדער פון די 43?...

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 8:45 pm

געזונטהייט באאמטע אין מעקסיקא זאגן אז ס'איז פארהאן א מאנגעל אין "טויט סערטיפיקאטן" צוליב די פילע טויטע אין לאנ פונעם וויירוס.

דאס טוט אויפהאלטן די באגרעבעניש פון גאר אסאך אומגעקומענע.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 11:15 am

יאפּאן'ס נייער פּרעמיער, יאשיכידע סוגא, האט נעכט געהאט זיין ערשטן טעלעפאן געשפּרעך מיט דעם פירער פון דרום קארעא, אים זאגנדיג אז ס'איז שוין צייט אז די צוויי שכנים זאלן לעבן אונטער בעסערע באציאונגען.

דאס איז געווען דער ערשטער קאנטאקט צווישן די פירער פון ביידע לענדער אין 9 מאנאטן נאכדעם ווי די פריינטשאפט איז אנגעשטרענגט געווארן אונטער סוגא'ס פארגייער שינזא אבעי.

דעילי איד

-----------------
איבער וואס איז געווען די אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי לענדער?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 11:49 am

קארעא פארלאנגט יאפאן זאל צאלן פארגיטיגונגס געלט פאר קארעא צוואנגס ארבעטער ביים צווייטן וועלט מלחמה.

זיי זענען גראדע גוטע שכנים, די גאנצע מחלוקת איז אלט איין יאר.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 11:53 am

יאפאן פלעגט בכלל אמאל אינטערדריקן די ארומיגע לענדער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 11:55 am

אפשר טוט כינע אויך פארלאנגען?..
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 12:59 pm

די רעגירונג אין סאודי אראביע האט געזאגט אז עס איז זיי געלונגען אויפצוברעכן און אפּצושאפן א טעראר צעל וועלכע האט באקומען טרענירונג פון איראן'ס רעוואלוציאנערע גארד.

די סאודיער זאגט אז זיי האבן ארעסטירט צען פּערשוין און פארכאפּט וואפנס און אויפרייס מאטעריאלן. זיי זאגן אז זיי האבן געטראפן קלארע באווייזן אז דריי פון די ארעסטירטע האבן באקומען טרענירונג אין איראן זעלבסט, און די אנדערע האבן געשפּילט פארשידענע ראלעס.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:04 pm

עמיר פון קאוועיט, שעיך סאבא על אחמאד על סאבאה, איז געשטארבן אין עלטער פון 91 יאר.

די עמיר איז געווען גאר א באקאנטע פיגור אינעם ראיאן, ער האט סערווירט אלס אויסערן מיניסטער פאר לאנגע יארן איידער ער איז געווארן געקרוינט אין יאר 2006.

על סאבאה איז געווען פון די וואס האבן אין 1991 אנגעדרייט אן אינטערנאציאנאלע קאאליציע צו פארטיידיגן זיין לאנד קעגן איראק - אויך איז ער די לעצטערע יארן געעוארן פארנומען מיט די גאלף באיקאט קעגן קאטאר, ער האט נישט אנטייל גענומען דערין נאר געזוכט צו שליכטן די דיפרענצן צווישן די זייטן.

עס איז ערווארטערט אז ער וועט ווערן איבערגענומען דורך זיין 83 יעריגער האלב-ברודער שעיך נאוויף על-סאבאה.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 11, 2020 10:50 pm

די "קאטעיב חעזבאללא" גרופע - פון די מאכטפול'סטע איראנע געשטיצטע מיליצעס אין איראק, און וועמענ'ס פירער איז אומגעקומען אין די אמעריקאנע אטאקע וואס האט אומגעברענגט גענעראל סולעימאני - האט געמאלדן אז זיי זענען גרייט אפצושטעלן אלע זייערע אטאקעס אויף אמעריקאנע קרעפטן אין לאנד, אויב די ארטיגע רעגירונג שטעלט ארויס א צייט פלאן ביז ווען די אמעריקאנע מיליטער וועלן גענצליך איבערלאזן איראק.

זיי האבן נישט געשטעלט קיין דעדליין אויף זייער פארלאנג ביז ווען די טרופן מוזן פארלאזן דאס לאנד, נאר די רעגירונג זאל ארויסשטעלן א קלארע און דעטאלירטע צייט פלאן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”