נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 21, 2021 12:21 pm

א פרישער סקאנדאל קאכט זיך קעגן דער פעיסבוק סאושעל מידיא פּלאטפארמע, נאכדעם וואס זיי האבן בלאקירט סיי וועלכע נייעס פון ווערן ארויפגעשטעלט אויף זייער פּלאטפארמע אין אוסטראליע.

די זאך דרייט זיך ארום א נייע געזעץ וואס די רעגירונג אין אויסטראליע האלט אינמיטן באשטעטיגן, וואס וועט דערקלערן אז מידיא קאמפּאניס און צייטונגען קענען בעטן פון פעיסבוק געלט יעדעס מאל וואס זייערע נייעס ארטיקלען ווערן פּובליצירט אויף פעיסבוק.

אויסטראליע צילט מיט'ן געזעץ צו פארזיכערן, אז אינדערצייט וואס פעיסבוק ווערט רייך פון דעם וואס מיליאנען נוצן זייער פּלאטפארמע צו דיסקוסירן נייעס, זאל זי אויך מיטטיילן אירע פארדינסטן מיט די נייעס קאמפּאניס. פעיסבוק ברויזט און האט דעריבער בלאקירט אלע נייעס פון זייער פּלאטפארמע אין אויסטראליע.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג פאברואר 22, 2021 12:55 pm

אויך מיר א סקאנדאל...

פעיסבוק (און אויך גוגל) האט קלאר געזאגט אז דעיס גייען זיי טון, ואעפ"כ האט אוסטראליע דורכגעפירט דאס געזעץ.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 23, 2021 11:34 am

פעיק ניוז האט געשריבן:א פרישער סקאנדאל קאכט זיך קעגן דער פעיסבוק סאושעל מידיא פּלאטפארמע, נאכדעם וואס זיי האבן בלאקירט סיי וועלכע נייעס פון ווערן ארויפגעשטעלט אויף זייער פּלאטפארמע אין אוסטראליע.

די זאך דרייט זיך ארום א נייע געזעץ וואס די רעגירונג אין אויסטראליע האלט אינמיטן באשטעטיגן, וואס וועט דערקלערן אז מידיא קאמפּאניס און צייטונגען קענען בעטן פון פעיסבוק געלט יעדעס מאל וואס זייערע נייעס ארטיקלען ווערן פּובליצירט אויף פעיסבוק.

אויסטראליע צילט מיט'ן געזעץ צו פארזיכערן, אז אינדערצייט וואס פעיסבוק ווערט רייך פון דעם וואס מיליאנען נוצן זייער פּלאטפארמע צו דיסקוסירן נייעס, זאל זי אויך מיטטיילן אירע פארדינסטן מיט די נייעס קאמפּאניס. פעיסבוק ברויזט און האט דעריבער בלאקירט אלע נייעס פון זייער פּלאטפארמע אין אויסטראליע.

דעילי איד

פעיסבוק געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אפמאך מיט די ארטיגע רעגירונג דערוועגן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך פאברואר 24, 2021 11:54 am

באאמטע אין האללאנד האבן געמאלדן איבער א סוקסעספולע אפעראציע אין וועלכע שטייער באאמטע אין דייטשלאנד און בעלגיע האבן באוויזן צו פארהאלטן אזויפיל ווי 23 טאן פון די שעדליכע קאקעין מאטעריאל וואס האט געזאלט גרייכן האללאנד.

ווי די באאמטע שאצן טראגט די סחורה א ווערד פון 600 מיליאן יורא - 730 מיליאן דאללער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך פאברואר 24, 2021 12:05 pm

א דייטשע געריכט האט היינט פאר'אורטיילט עיאד על-גאהריב צו פיר יאר אין טורמע פאר'ן באגיין פארברעכענס קעגן די מענטשהייט.

על-גאהריב האט סערווירט אינערהאלב די סירישע רעזשים זיכערהייט קרעפטן וואו ער האט ארויסגעהאלפן מיט די ארעסט און פייניגונג אויף אמווייניגסטענס דרייסיג מענטשן דורכאויס די ערשטע יארן פון די ארטיגע רעוואלוציע.

דאס איז ס'ערשטע מאל וואס א געריכט באצייכענט די אויפפירונג פון די אססאד רעזשים אלס א Crime Against Humanity.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט