נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך קרעפלעך » זונטאג יוני 21, 2020 2:12 pm

און אז מ׳רעדט פון די יו-ען...
קאנאדע האט פארלוירען איר ביד פאר א זיץ און די סעקיורעטי קאונסעל, וואס איז צאמגעשטעלט פון צען לענדער וואס ווערן אריינגעוועילט, און פינעף פערמענאנטע זיצען וואס רעכענט אריין טשיינע אמעריקע רוסלאנד פראנקרייך און ענגלאנד, כדי צו געוואונען א זיץ דארף מען האבן 128 וואוטס און קאנאדע האט באקומען 108 בעת ווען נארוועי האט באקומען 130 און אירלאנד פונקט 128, דאס איז א גרויסע פארלוסט פארן ארטיגען ליבעראלן פריים מיניסטער טראודאו נאך וואס ער האט קאומפיינט פאר די זיץ לאנגע יארן, און געהאט אפגעקאסט מיליאנען.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 24, 2020 11:56 am

הרב יהודא גרמי הי"ו, הויפּט רב פון איראן, האט אין א פרישן אינטערוויו אויסגעלויבט די ארטיגע רעגירונג, זאגנדיג אז אין איראן איז פארהאן "טאטאלע פרייהייט פון רעליגיע" און די רעגירונג ערלויבט יעדן אנצוגיין מיט זייער רעליגיע.

הרב גרמי האט באזונדער גערעדט איבער'ן צושטאנד פון אידישקייט אין לאנד, און האט ארויסגעברענגט אז ער שאצט אז עס זענען דא צווישן 20 ביז 25 טויזנט אידן אין איראן, וואס רוב פון זיי וואוינען אינעם הויפּטשטאט טעהראן, און די איבריגע אין שיראז, עספאהאן און קערמאנשא.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:09 am

נאך איין מזל ער זאגט אזוי ווען נישט ווער ווייסט וואס וואלט פלוצלינג פאסירט מיט אים?

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 28, 2020 11:08 pm

די אויסטראליע געהיים אגענטור "אזיאוי" האט די פרייטיג ארעסטירט א מעמבער פון די אוסטראלישע פארלעמענט, א מעמבער פון די לעיבאר פארטיי, אויפן שווערע פארדאכטען אז ער איז געווען א שפיאן אין ארבעטער פאר די קאמוניסטישע טשיינע,
דעס איז א פרעצדענטלאזע שריט וואס איז נאכנישט געשען אין אוסטראליע, אין אפי' אין די מערב וועלט, ווי די אוסטראלישע פרעימער זאגט אז אוסטראליע נעמט די אויספארשונג זייער ערנסט ווייל סאיז א נייע וועג וויאזוי די קאמוניסטען האלטען ממש מלחמה מיט די דעמאקראטישע ציווילעזירטע לענדער, און די ערשיינוג מוז זיך אינגאנצען אפשטעלען,

די אויזיאוס ציזאמען מיט די אויסטראלישע פעדעראלע געהיים פאליציי זענען איבערגעפאלען פרייטיג פארטאגס מר. מאזעלמאנס סידני סובארב הויז אין אויך אוועק געטראגען הויפענעס דאקומענטען לעפטאפס הארד דרייווס סעלפאונס, (איך וואלט אים ארעסטירט פאר זיין נאמען אליין)

די לעיבאר פארטיי האט א שאקירטע זיך אפגעשאקעלט פון אים און אים סוספענדירט פון זיין זיץ ביז די אינוועסטיגעשען איז אריבער,
א ווארטזאגער פאר די פראסיקיוטערס אפיס אינאיינעם מיט די פאליציי האט געזאגט, אז סאיז איין זאך צי האבען א מיינונג אין רעדען מאכען פראפאגאנדע פאר א לאנד ווען סקומט פון די אייגענע שכל, אבער די ליין איז געקראסט ווען מבאקומט אנווייזונגען אין באצאלט פון בעיזשינג, אויך זאגען זיי אז סאיז דא ערנסטע באווייזען פון באצאלונגען פון די קאמעניסטישע רעגירונג דורך פארשידענע וועגען,
מר. מאזעלמאן איז שוין געווען כאטש 10 מאל אין טשיינע די לעצטע שטיק צייט אין ער אין די כינעזע רעגירונג האבען געמאכט א חשבון אז ער וועט זיין באשיצט אונטער פארלאמענט אימיונעטי ווען סקומט צי רוב פאליטישע אקטיוועטעטן, אבער ווי עקספערטס געבען איבער וועט דעס אויפטרייסלען די וועג וויאזוי די מערב וועלט אריינגערעכנט אמעריקע וועט נעמען די אקטיוועטען לטובת א פיינטליך און אנפאנגען נאכקוקען די פארדעכטיגטע פאליטישענס (נאכדערצו ווען סוועט ארויסקומען הארטע באווייזען וויאזוי די פיינטליכע לענדער אפערירען) ,

ווי איין געוועזענע אוסטראלאישע אינטעליזשענס אגענט האט געזאגט די געפאר פון די זאכען זענען זייער ערנסט ממוז זיך אדאפטירען און צישטעלען צי די נייע געפארען וועלכע אונזערע פיינטליכע לענדער טיען לעצטענס מיט א אויסגערעכנטע לאנגזאמע פלאן, "זיי נעמען אדווענטיזש פון אונזערע דעמאקראטיעס אונז אונטערציברענגען, און זיי האלטען אז זיי קענען שוין ארויסקומען מער אפען און מער אגרעסיוו לעצטענס" די אגענט האט געזאגט אז לעצטענס זענען זייער באזארגט די סי איי עי און די בריטישע אגענטורען אין זיי טרייען אויך זיך צי ציפאסען צי די נייע געפארען, מיט נייע מיטלען און וועלען באשיצען זייערע לענדער פונקט ווי די קאלטע קריג, ווי ער ענדיגט אז בקרוב וועט מען מסתמה זעהן פארמערטע אקציעס אין אנדערע לענדער,

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:15 pm

א "מערהייט" רוסישע בירגער האבן געשטימט אויף אמענדמענטס צו דער רוסישער קאנסטיטוציע, וואס וועט ערלויבן פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין צו פארבלייבן אויפ'ן בענקל ביז יאר 036', אין א שטארקע זיג פאר פּוטין.

די שטימען זענען אנגעגאנגען פאר א וואך צייט, אנשטאט איין טאג, ווייל די באאמטע האבן געוואלט געבן א שאנס פאר בירגער צו קענען קומען אפּגעבן שטימען און נישט מורא האבן פון אנגעלייגטע שטים בודקעס צוליב קאראנא.

מיט פופצן פּראצענט פון די שטימען געציילט, שטעלט זיך ארויס אז 71 פּראצענט האבן געשטימט צו טוישן די קאנסטיטוציע צו ערלויבן נאך עטליכע טערמינען פאר פּוטין, און מען דערווארט אז דער ציפער וועט זיין אזוי ווען מ'ענדיגט ציילן.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:13 pm

איך גלייב זיי האבן שוין נעכטן אויך געוואוסט וואס דער אויסגאנג וועט זיין.
אסדר פאר ראש הקהל!!

אינדראסירט דורך פעיק ניוז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:19 pm

יישר כח אלע נייעס ברענגער

יישר כח פאלעסיידס פאר די שיינע באריכט פון אוסטראליע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:26 pm

די דייטשע פארטיידונגס מיניסטער האט געמאלדן אז זי וועט טיילווייז אויפלעזן די "ספעשל פארסעס".

אין 2018 האט די דייטשע פעדעראלע פאליציי אגענטור אויפגעדעקט א פלאן פון געוויסע זעלנער אינערהאלב די "קעי.עס.קעי." צו ערמארדן פראמינעטע דייטשע פאליטיקאנטן. ווי אויך איז אין יענע יאר געווארן אויסגעפארשט דאס וואס געוויסע זעלנער האבן גענוצט נעא-נאצי סימבאלן ביי א געוויסע צערמאניע. ווי אויך איז פאר בלויז זעקס וואכן צוריק געפינען געווארן אן ארסענאל פון וואפן און נאצי'ש געשטימטע חפצים אין די פראפערטי פון א הויכראנגיגע קאמאנדיר אינערהאלב די ספעשל פארסעס.

יעצט האט די פארטיידיגונגס מיניסטער געמאלדן אז איין יוניט פון די קעי.עס.קעי. - ווי די ראדיקאלע אנשויאונגען זענען די מערסטע פארשפרייט - וועט ווערן אויפגעלעזט. ווי זי זאגט, האט די ספעציפישע יוניט "געמוטיגט און געשטופט עקסטערעמיסטישע נויגונגען".

די איבעריגע טייל פון די ספעשל פארסעס האבן ביז ענדע אקטאבער צו רעפארמירן זייער רעקרוטירונג, טרענירונג און פירערשאפט פראקטיצירונגען, צו פארזיכערן טז די עקסטרעמיסטן ווערן אויסגעראטן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יולי 07, 2020 1:23 pm

איראן'ס עקסטרעם-רעכטע איסלאמיסטישע געזעצגעבער האבן געזאגט אז זיי פּלאנירן צו שיקן א סאמענס פאר'ן פּרעזידענט כאסאן רוכאני, אים צו צווינגען צו קומען אויפטרעטן פאר א פארהער.

רוכאני איז אונטער דרוק ספּעציעל יעצט ווען די איסלאמיסטן זענען אריינגעקומען מיט באנייטע מאכט אינעם פּארלאמענט, און זיי האלטן אים פאר פאר'ן דורכפאלן אויפצולעבן די איראנער עקאנאמיע. א שריט צו שיקן א סאמענס פאר רוכאני קען עווענטועל פירן דערצו אז דער פּארלאמענט זאל אים אימפּיטשן.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יולי 09, 2020 12:33 pm

דער מעיאר פון די גרעסטע שטאט אין דרום קארעא, איז געפונען געווארן טויט.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 13, 2020 4:58 pm

פוילן'ס פרעזידענט אנדרעי דודעי האט אפגעהאלטן א גאר שמאלע זיג!

אין א גאר שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט האט די אמטירענדע פולישע פרעזידענט געווינען נאך א טערמין צום אמט. קעגן פרעזידענט דודעי איז געלאפן ראַפאַ טשאסקאווסקי, די מעיאר פון ווארשא, וועלכע האט זיך אהערגעשטעלט אלס א ליבעראלע קאנדידאט. ווי די רעזולטאטן ווייזן, האט פרעזידענט דודעי באקומען 51.2 פראצענט פון די שטימען צו זיין קעגנער וואס האט באקומען 48.8 פראצענט.

די יעצטיגע וואלן איז געווען א ראנ-אף פארמעסט - נאכדעם וואס ביי די וואלן אפגעהאלטן אין פאריגע מאנאט האט קיינער פון די קאנדידאטן באקומען די נויטיגע 50% פון די שטימען.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יולי 13, 2020 5:03 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פוילן'ס פרעזידענט אנדרעי דודעי האט אפגעהאלטן א גאר שמאלע זיג!

אין א גאר שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט האט די אמטירענדע פולישע פרעזידענט געווינען נאך א טערמין צום אמט. קעגן פרעזידענט דודעי איז געלאפן ראַפאַ טשאסקאווסקי, די מעיאר פון ווארשא, וועלכע האט זיך אהערגעשטעלט אלס א ליבעראלע קאנדידאט. ווי די רעזולטאטן ווייזן, האט פרעזידענט דודעי באקומען 51.2 פראצענט פון די שטימען צו זיין קעגנער וואס האט באקומען 48.8 פראצענט.

די יעצטיגע וואלן איז געווען א ראנ-אף פארמעסט - נאכדעם וואס ביי די וואלן אפגעהאלטן אין פאריגע מאנאט האט קיינער פון די קאנדידאטן באקומען די נויטיגע 50% פון די שטימען.

דאכצעך אז דער אנדרעי איז א גוטער פריינט פאר טראמפ

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 13, 2020 5:05 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פוילן'ס פרעזידענט אנדרעי דודעי האט אפגעהאלטן א גאר שמאלע זיג!

אין א גאר שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט האט די אמטירענדע פולישע פרעזידענט געווינען נאך א טערמין צום אמט. קעגן פרעזידענט דודעי איז געלאפן ראַפאַ טשאסקאווסקי, די מעיאר פון ווארשא, וועלכע האט זיך אהערגעשטעלט אלס א ליבעראלע קאנדידאט. ווי די רעזולטאטן ווייזן, האט פרעזידענט דודעי באקומען 51.2 פראצענט פון די שטימען צו זיין קעגנער וואס האט באקומען 48.8 פראצענט.

די יעצטיגע וואלן איז געווען א ראנ-אף פארמעסט - נאכדעם וואס ביי די וואלן אפגעהאלטן אין פאריגע מאנאט האט קיינער פון די קאנדידאטן באקומען די נויטיגע 50% פון די שטימען.

דאכצעך אז דער אנדרעי איז א גוטער פריינט פאר טראמפ

יאפ, ממש לעצטענס געווען אויף א באזוך אין פענסילוועניע עוועניו
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג יולי 13, 2020 5:15 pm

פעיק נוז האט געשריבן:הרב יהודא גרמי הי"ו, הויפּט רב פון איראן, האט אין א פרישן אינטערוויו אויסגעלויבט די ארטיגע רעגירונג, זאגנדיג אז אין איראן איז פארהאן "טאטאלע פרייהייט פון רעליגיע" און די רעגירונג ערלויבט יעדן אנצוגיין מיט זייער רעליגיע.

הרב גרמי האט באזונדער גערעדט איבער'ן צושטאנד פון אידישקייט אין לאנד, און האט ארויסגעברענגט אז ער שאצט אז עס זענען דא צווישן 20 ביז 25 טויזנט אידן אין איראן, וואס רוב פון זיי וואוינען אינעם הויפּטשטאט טעהראן, און די איבריגע אין שיראז, עספאהאן און קערמאנשא.

איד דעילי

פעיק נוז...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יולי 14, 2020 10:59 am

יא יא! פוטין מאכט זיך באקוועם אויפ'ן בענקל...

עטליכע פּראטעסטן האבן געבוזשעוועט נעכטן אין באזונדערע טיילן פון רוסלאנד, וואס טראץ די פּראטעסטן האבן זיך אנטוויקלט פאר אנדערע סיבות, האט עס געהאט איין ענליכקייט, אז עס איז געווען אויפברויז קעגן דעם קרעמלין און קעגן פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין.

אין קאבאראווסק האבן זיך מאסן פארזאמלט צו פּראטעסטירן דעם ארעסט פונעם פּאפּולערן גאווערנאר סערגעי פורגאל, וועלכער איז פון די געציילטע גאווערנארס נישט פארבינדן מיט'ן קרעמלין. אין מאסקווע האבן מאסן זשורנאליסטן ארעסטירט דעם ארעסט און פארראט קלאגעס קעגן זשורנאליסט איוואן סאפראנאוו.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 15, 2020 10:11 am

די איראנער רעגירונג האט געזאגט אז זיי האבן הינגעריכטעט א געוועזענעם איינגעשטעלטן אין זייער פארטיידיגונגס מיניסטעריום, וועלכער האט פארקויפט אינפארמאציע פאר די סי-איי-עי.

דער רעזשים זאגט אז דער איינגעשטעלטער רעזא אסגארי איז פארבינדן געווארן מיט די סי-איי-עי אין די לעצטע יארן פון זיין דינסט אין דעם מיניסטעריום, און האט פארקויפט פאר די סי-איי-עי סודות איבער איראן'ס מיסיל פּראגראמען.

אויסער דעם האט איראן ארויסגעגעבן א טויט אורטייל אויף אן אנדערן איראנער ביים נאמען מוכאמעד מוסאווי-מאזשיד אויף ענליכע באשולדיגונגען.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 15, 2020 8:29 pm

היות די דאזיגע אשכול איז פארשלאסן, טוען מיר עס דא באריכטן.

די פאמיליע פון זשארזש פלויד האט אריינגעגעבן א פעדעראל "סיוויל רייטס" קלאגע קעגן די שטאט מיניאפאליס און די פאליציי אפיצירן וואס האבן איהם אומגעברענגט.

די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן אין די פעדעראלע געריכט - אין די "דיסטריקט קאורט אף מינעסאוטע" - דאס אויסער די קרימינאלע קלאגעס אריינגעגעבן דורך די סטעיט קעגן די פאליציי אפיצירן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

פונעם ווייטן תימן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » מיטוואך יולי 15, 2020 8:34 pm

פארוואס טאקע איז עס פארשפארט?

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 15, 2020 9:39 pm

די עגיפטישע רעגירונג זוכט אז שאניע זאל זיי אויסליפערן מאהאמעד אלי.

דער אלי האט פאריגע סעפטעמבער פרובירט צו אנדרייען א רעוואלוציע קעגן די רעגירונג פון פאטאח על-סיסי - זאגענדיג אין זיינע ווידעאו'ס אז די סיסי רעזשים איז טיף קארופטירט און זיי לעבן זיך א חיים טובים אויף די רוקן פון די ארימע מאסן. פון זיינע ווידעאו'ס האט מען געקענט זעהן אז דער ווייסט וואס ס'טוצעך אינעווייניג אין די רעגירונג'ס קארידארן - אבער זיינע פראוון זענען דורכגעפאלן ווען די מאסן האבן איהם נישט געפאלגט.

אלי לעבט שוין א שטיק צייט אין די שפאנישט שטאט בארצעלאנא - און פאריגע וואך איז ער געשטעלט געווארן פאר א ריכטער וואס האט איהם איבערגעגעבן אז עגיפטן וויל איהם האבן אויסגעליפערט - אויף קלאגעס פון כשר'ן געלט און טעקס-פראוד. שטייטצעך אז די קלאגעס זענען א תירוץ פ"וו זאל גרייט זיין אין באטראכט צו נעמען אזא אויסליפערונג פארלאנג - וויבאלד א פאליטיש-מאטיווירטע פארלאנג וועט זיכער ווערן אפגעווארפן אונטער די שפאנישע געזעץ.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, בשבילי נברא, זעמל מעל, יישר כח, סיז מסודר, פארפלאנטערט, פיטום, ר' איד, ר' יום טוב און 46 געסט