אמעריקא ציהט ארויס איהרע קרעפטן פון סיריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:31 pm

צל עובר האט געשריבן:ביזט גערעכט לגבי די אמעריקאנע פאליסי אויף די קורדן.

אבער מען רעט דעך סך הכל פון צוויי טויזנט סאלדאטן וואס קאסט נישט אזויפיל געלט אפילו, און גארנישט קיין נפשות.


דיין פוינט איז אמת, און איז גוט פאר ביידע זייטן.

צוויי טויזענט סאלדאטן איז א דזשאוק. ס׳הייסט נישט ארויסגענומען, ס׳הייסט נישט דארט געלאזט.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:31 pm

צל עובר האט געשריבן:סוי דו זאגסט אז מען זאל ווארפן די וואס אמעריקע האט זיי גענוצט, און נוצט זיי יעצט צו פייטן אייסעס, אונטער די באס.

בד"וו, @שפוזמאן לגבי וועטער זיין דער רייכע פעטער און העלפן פון די זייט, אמעריקע האט אויך ארויסגעצויגן אלע דיפלאמאטן פון סיריע, מען גייט קאמפליעטלי ארויס פון דארט.

נישט ווארפען, אבער אויך נישט זיין דארטען. אפשר העלפען פון דער זייט.

די קורדען זענען נישט קייין מפיל קינדער און זענען נישט די יאזידיס וואס מען האט געפירט כצאן לטבח.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:37 pm

אויף דעם זאגט רוביא נאך ערגער, אז אויב די קורדן וועלן גוט צויריקשלאגן די טערקישע אזוי ווי עס באדארף צו זיין, וועט נאך טערקיי אינוואויקן ארטיקל פייוו, און אמעריקע וועט האבן די ברירה אדער צו הרג'נען די קורדן אין הילף צו טערקיי, אדער אפשוואכן נאטא דורך עס איגנארן.

@טשאדעלע, אפילו 100 אמעריקאנער סאלדאטן צווישן די געשטיצטע קרעפטן איז איבער גענוג, אז קיין איין לאנד, און אוודאי נישט טערקיי, וואגט זיך צו שיסן אויף זיי.

עס איז בכלל נישט ווי איראק וואס מען וואלט נאך ענדערש געדארפט ארויסגיין ווי פון סיריע, עס האט געקאסט ימים געלט מיט נפשות.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:41 pm

צל עובר האט געשריבן:סוי דו זאגסט אז מען זאל ווארפן די וואס אמעריקע האט זיי גענוצט, און נוצט זיי יעצט צו פייטן אייסעס, אונטער די באס.

בד"וו, @שפוזמאן לגבי וועטער זיין דער רייכע פעטער און העלפן פון די זייט, אמעריקע האט אויך ארויסגעצויגן אלע דיפלאמאטן פון סיריע, מען גייט קאמפליעטלי ארויס פון דארט.

איך רעד נישט פון די קורדן, איך רעד פון די אלע אנדערע צווייפלהאפטיגע גרופעס וואס האבן געפייט אסאד, ווייל זיי האבן געהאלפן אמעריקע לגבי אייסיס דארף אמעריקע זיי געבן לאנד? און זיי העלפן פייטן אסאד? פארוואס?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 2:13 pm

SPUSMN האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:ריכטיג, אייביג געוואלט ארויס צוהען פון דארט, און נאך דערצו אז מען וויל אונז שוין נישט דארט. אבער פארוואס יעצט?

אינעם תירוץ ליגט דער ווייטערדיגע שאך שפיל.


@שפוזמאן, דו האלטסט נישט אז פאר די קורדן אליינס ברויך מען דארט לאזן די טרופן?

סיי אלס מענטשליכקייט, זיי נישט צו ווארפן אונטער די באס, נאכדעם וואס זיי האבן געהאלפן פייטן אייסעס, סיי אלס די וועלט וועט זעהן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אמעריקע, וואס וועט אפשוואכן אמעריקע קעגן רוסלאנד אין אייראפע מיטל מזרח, סיי עס וועט שטארקן טשיינע אין אזיע און די גאנצע וועלט.

און מען רעדט דאך נישט פון ווער ווייסט וויפיל סאלדאטן וואס זענען דארט, סך הכל צוויי טויזנט.

דאס איז חוץ די פארשטערקערונג פון איראן אין סיריע וואס וועט זיין א פראבלעם פאר די מדינה.

אויב אמעריקע זאל עמברעיסען די קורדען און ארויס קומען מיט א פראקלאמאציע אז די קורדען זענען א אלטע פאלק שוין איבער דריי טויזענט יאר, און מיר שטיצען זייער זעלבסטשטענדיקייט און מיר גייען זיי באשיצען; אויב זאל אמעריקע אזוי טוהן מאכט סענס צו בלייבען דארט פאר די קורדען וואס האבען עס כשר פארדינט.

אבער אויב אמעריקע גייט ווייטער שפילען א פאלשע פאליטיק מיט די קורדען ווייל זיי ווילען זיך נישט איין רייסען מיט רוסלאנד, טערקיי, איראק (און איראן אויף דעם), דעמאלט איז מוחל טובות; קיין האלב געבאקענע סעלושענס איז נישטא; אדער זענען די קורדען א פאלק און עס קומט זיי זייערע רעכטען, אדער זענען זיי נישט.

מיר זענען נישט גרייט צו זיצען אין אזא זימפ מיט נישט קיין קלארע אויסגעהאלטענע פאליסי.

פארפאלען; כ'האב רחמנות אויף די קורדען, אבער נאך מער רחמנות אויף אמעריקע.


אווי אייביג שטים איך צו מיט SPUSMN. די גאנצע רעדע אז אמעריקאס ארויסגיין פון סיריע גייט העלפן אייסיס איז נערישקייטן, די פראבלעם מיט אייסיס האט זיך אנגעהויבן ווען אייסיס איז גווען א חלק פון די רעבעלן, און אמעריקא האט (האלב) געשטיצט די רעבעלן מיט א נאו בוטס אן די גראונד פאליסי. דאס האט געהאלפן איין זאך, אז די ציווילע מלחמה זאל זיך ציען אן א עק מיט מיליאנען טויטע, און אייסיס האט געהאט מאכט און אנגעזייעט כאאס אין די גאנצע וועלט.

יעצט איז אסאד איז פעסט אפען בענקעל וועט ער שחט'ן אייסיס לעבעדיגערהייט.

וואס יא? אסאד איז א בוטשער, די קורדן זענען א גרויסע רחמנות, אמעריקא קען אבער נישט זיצען און לייזן אלע וועלט פראבלעמן בפרט מיט אראבער, און זיכער נישט מיט קיין האלבע סעלושענס אווי אונטער אבאמא.

איך דיסאגרי שארף מיט טראמפ מיט די וועג ווי אזוי ער האט עס געטוען. אזא מעלדונג דארף מער צייט, און מען דארף פראבירן כאטש אביסל צו באשיצן די קורדן וכולי...שוין פאר דעם הייסט ער דאך טראמפ...

אבער מיט אייסיס האט עס זילטש. עד כאן דעת קאטשי.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 4:01 pm

He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:12 am

צל עובר האט געשריבן:שפוזמאן, דו האלטסט נישט אז פאר די קורדן אליינס ברויך מען דארט לאזן די טרופן?

סיי אלס מענטשליכקייט, זיי נישט צו ווארפן אונטער די באס, נאכדעם וואס זיי האבן געהאלפן פייטן אייסעס, סיי אלס די וועלט וועט זעהן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אמעריקע, וואס וועט אפשוואכן אמעריקע קעגן רוסלאנד אין אייראפע מיטל מזרח, סיי עס וועט שטארקן טשיינע אין אזיע און די גאנצע וועלט.

און מען רעדט דאך נישט פון ווער ווייסט וויפיל סאלדאטן וואס זענען דארט, סך הכל צוויי טויזנט.

איך האלט ווי דיר

זייער קלאר ארויסגעברענגט

מ'קען געבן הסברים ביזן הימל אבער די טענות זענען גאר שטארק (לעניית דעתי)

SPUSMN האט געשריבן:אויב אמעריקע זאל עמברעיסען די קורדען און ארויס קומען מיט א פראקלאמאציע אז די קורדען זענען א אלטע פאלק שוין איבער דריי טויזענט יאר, און מיר שטיצען זייער זעלבסטשטענדיקייט און מיר גייען זיי באשיצען; אויב זאל אמעריקע אזוי טוהן מאכט סענס צו בלייבען דארט פאר די קורדען וואס האבען עס כשר פארדינט.

איט דאזענט ווארק לייק דעט אין פאליטיקס

גראדע טראמפ ארבעט יא אזוי און דאס איז וואס איך גלייך וועגן אים
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:20 am

@היימישער אינגערמאן, די פראבלעם פון אייסעס האט זיך גע'ענדיגט אין סיריע האט זיך עס ווען אמעיריקע האט מיט די הילף פון (נאו) בוטס אן דע גראנד אויפגעשטעלט די FSB קא'אליציע, וואס באשטייט פון קורדישע YPG קרעפטן - וואס זענען לויט טערקיי טעראריסטן - מיט געוויסע נארמאלע אראבער, און אזוי האט מען מסדר געווען אייסעס.

אין א סייד נאוט, עס האט נאך א מעלה, אז זיי קאנטראלן יעצט כמעט די גאנצע גרעניץ מיט איראק, וואס מאכט שווערער פאר איראן צו שיקן זאכן דרך איראק און סיריע קיין לבנון.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:22 am

@צל, אז דו לייגסט די סיריע קאנטראל געאגראפישע מאפע וועל איך לייגן די יוניידעט סטעיטס מאפע העסטו זעהן וועלכע פארטיי ס'האט מער געאגראפישע שטח...

אביסל פאפולעישען פאקטן.
סיריע פארמאגט לעת עתה בערך 18 מיליאן מענטשן
די קורדן באשטייען פון בערך 2 מיליאן מענטשן,
זיי הערשן נאר בערך אויף א פיפטל פון סיריע'ס פאפולעישען!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:27 am

זיי קאנטראלן יעצט אויך אסאך אראבישע שטחים.

ווילאנג עס איז נישט דא קיין וואלן, אין א מלחמה מאכט שטח אין א געוויסע זין נאך מער אויס ווי פאפעלעשן.

דו פארשטייסט אליין אז לגבי א מלחמה איז קאנאדע גרעסער ווי שפאניע.

ווען רוסלאנד איז ווען אזוי גרויס ווי יאפאן וואלטן זיי געווען סך א קלענערע שפילער, וכו' וכו'.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:37 am

די קורדן און רעבעלן וואס אמעריקע האט טרענירט אין אנפאנג האבן אויסגעדרייט זייער רוקן צו אמעריקע!

די יעצטיגע קורדן האבן באקומען פעסטע אמעריקאנער הילף אריינגערעכנט שווערע געווער (דאכצעך אויך אנטי עירקרעפט מיסילס) כדי צו קענען פייטן די סיריע רעזשים אין אויסטויש אז זיי וועלן אויך פייטן אייסיס.

נאכאמאל! אמעריקע איז זיי גארנישט שולדיג, זיי האבן באקומען הילף פאר זייער פריוואטע מחלוקה מיט סיריע אין אויסטויש אז זיי וועלן פייטן אייסיס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:39 am

צל עובר האט געשריבן:זיי קאנטראלן יעצט אויך אסאך אראבישע שטחים.

ווילאנג עס איז נישט דא קיין וואלן, אין א מלחמה מאכט שטח אין א געוויסע זין נאך מער אויס ווי פאפעלעשן.

דו פארשטייסט אליין אז לגבי א מלחמה איז קאנאדע גרעסער ווי שפאניע.

ווען רוסלאנד איז ווען אזוי גרויס ווי יאפאן וואלטן זיי געווען סך א קלענערע שפילער, וכו' וכו'.


ניין כ'פארשטיי נישט ווי שטח מאכט אויס, און פארוואס קאנאדע זאל זיין שטערקער ווייל זיי האבן מער שטח,

חוץ לגבי די פוינט אז זיי האבן א האלבע איראקער גרעניץ אונטער זייער קאנטראל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:43 am

דעמאלטס ליין עניטינג וועגן מלחמה, אדער טראכט פון בענגלאדעש, און סוירדזש וויפיל מענטשן זיי האבן.

עס איז קלאר אז שטח איז א מעסיוו עדווענטידזש פאר א לאנד, און אויף דעם האט מען זיך גע'הרג'עט טויזנטער יארן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:48 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:די קורדן און רעבעלן וואס אמעריקע האט טרענירט אין אנפאנג האבן אויסגעדרייט זייער רוקן צו אמעריקע!

די יעצטיגע קורדן האבן באקומען פעסטע אמעריקאנער הילף אריינגערעכנט שווערע געווער (דאכצעך אויך אנטי עירקרעפט מיסילס) כדי צו קענען פייטן די סיריע רעזשים אין אויסטויש אז זיי וועלן אויך פייטן אייסיס.

נאכאמאל! אמעריקע איז זיי גארנישט שולדיג, זיי האבן באקומען הילף פאר זייער פריוואטע מחלוקה מיט סיריע אין אויסטויש אז זיי וועלן פייטן אייסיס.


די וועלט איז סתם אזוי שולדיג א לאנד פאר די קורדן, שוין העכסט צייט אז זיי זאלן ווערן זעלבסשטענדיג אין זייער אייגענע קורדיסטאן.

נאכאמאל! די "הו קעירס" מהלך איז די סיבה פארוואס אמעריקע איז נישט אריין אין WWII ביז פערל הארבער.

נאכאמאל! די "הו קערס" מהלך איז דארט ווי די וועלט איז געווען בים האלאקאוסט.

[איך שרייב עס עקסטער, די קריג און האלאקאוסט, ווייל עס איז צוויי עקסטערע פלעצער ווי מען וואלט זיך געדארפט אריינמישן און מען האט נישט.]
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:51 am

נאכאמאל טראמפ גייט נוסח טראמפ, אבער די אלע טענות זענען היבש אפגעפרעגט מעיקרא.

-קאנגרעס האט נישט געגעבן קיין אויטאריזאציע פאר די מיליטער צו אקופירן סירישע געגנטער,
-טערקיי זאגט אז די קורדן זענען נישט בעסער ווי על קאידא, און אמעריקע העלפט ארויס טעראריסטן (אזויווי אמעריקע האט ארויסגעהאלפן על קאידא אין אפגאניסטאן יארן פריער פאר 9/11)
-די קורדן האבן שוין געוויזן די רוקן פאר די אמעריקאנער צענדליגער מאל

-און צום לעצט, טערקיי האט צוויי וואכן צוריק געמאלדן אז זיי גייען אונטערנעמען אטאקעס די וואך אויף די קורדן על אף די אמעריקאנער זענען דארטן, למעשה נאך טראמפ'ס מעלדונג האבן זיי אפגעשטופט זייער אקציע ביז נאך די אמעריקאנער ריקצוג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:59 am

צל עובר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:די קורדן און רעבעלן וואס אמעריקע האט טרענירט אין אנפאנג האבן אויסגעדרייט זייער רוקן צו אמעריקע!

די יעצטיגע קורדן האבן באקומען פעסטע אמעריקאנער הילף אריינגערעכנט שווערע געווער (דאכצעך אויך אנטי עירקרעפט מיסילס) כדי צו קענען פייטן די סיריע רעזשים אין אויסטויש אז זיי וועלן אויך פייטן אייסיס.

נאכאמאל! אמעריקע איז זיי גארנישט שולדיג, זיי האבן באקומען הילף פאר זייער פריוואטע מחלוקה מיט סיריע אין אויסטויש אז זיי וועלן פייטן אייסיס.


די וועלט איז סתם אזוי שולדיג א לאנד פאר די קורדן, שוין העכסט צייט אז זיי זאלן ווערן זעלבסשטענדיג אין זייער אייגענע קורדיסטאן.

נאכאמאל! די "הו קעירס" מהלך איז די סיבה פארוואס אמעריקע איז נישט אריין אין WWII ביז פערל הארבער.

נאכאמאל! די "הו קערס" מהלך איז דארט ווי די וועלט איז געווען בים האלאקאוסט.

[איך שרייב עס עקסטער, די קריג און האלאקאוסט, ווייל עס איז צוויי עקסטערע פלעצער ווי מען וואלט זיך געדארפט אריינמישן און מען האט נישט.]

פארוואס קומצעך זיי אן אייגן לאנד?
אפשר קומצעך פאר די נעטיוו אמעריקענס אויך אן אייגן לאנד?

נאכאמאל, אמעריקע איז גארנישט שולדיג א לאנד פאר די קורדן! אמעריקע איז נישט די וועלט'ס פאליס, זאל די יו-ען מאכן א רעזולוציע אז מ'דארף זיי געבן א לאנד!


אמעריקע האט געהאט אסאך שטארקע טשאנסעס צו אונטערהאקן אסאד, פון זיבן ביז פיר יאר צוריק, אסאד האט געהאט צייטן וואס ער איז געשטאנען גאר שמאל ביז רוסלאנד האט איהם ממש געראטעוועט.
יעצט איז אסאד שוין זיכער מיט זיין בענקל, און אראפווארפן אסאד קען נאר פירן צו אן איבערשפיל פון איראק,
פארפאלן די אראבער ברויכן האבן א דיקטאטור, זיי ברויכן האבן איינעם וואס פארשטייט זייער שפראך...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 6:53 am

כ'האב פארגעסן צו צוצייכענען אז טערקיי איז א נעיטא עליי, און זײ פארלאנגן שוין פון לאנג אז אמעריקע זאל זיך ארויסציען פונעם געגנט,
סוי די אייסעלעישעניסט טראמפ נעמט זיך סך הכל אהן פאר אן עליי ווי איידער פאר די קורדן וואס טערקיי האלט אז זיי זענען טעראריסטן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:43 am

מען דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז "בלייבן זיצן דארט" האט נישט קיין עקספייערעישאן דעיט.

אמעריקע דארף עפעס בלייבן ביי יענעם לעולם ועד?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 11:51 am

צל עובר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:די קורדן און רעבעלן וואס אמעריקע האט טרענירט אין אנפאנג האבן אויסגעדרייט זייער רוקן צו אמעריקע!

די יעצטיגע קורדן האבן באקומען פעסטע אמעריקאנער הילף אריינגערעכנט שווערע געווער (דאכצעך אויך אנטי עירקרעפט מיסילס) כדי צו קענען פייטן די סיריע רעזשים אין אויסטויש אז זיי וועלן אויך פייטן אייסיס.

נאכאמאל! אמעריקע איז זיי גארנישט שולדיג, זיי האבן באקומען הילף פאר זייער פריוואטע מחלוקה מיט סיריע אין אויסטויש אז זיי וועלן פייטן אייסיס.


די וועלט איז סתם אזוי שולדיג א לאנד פאר די קורדן, שוין העכסט צייט אז זיי זאלן ווערן זעלבסשטענדיג אין זייער אייגענע קורדיסטאן.

נאכאמאל! די "הו קעירס" מהלך איז די סיבה פארוואס אמעריקע איז נישט אריין אין WWII ביז פערל הארבער.

נאכאמאל! די "הו קערס" מהלך איז דארט ווי די וועלט איז געווען בים האלאקאוסט.

[איך שרייב עס עקסטער, די קריג און האלאקאוסט, ווייל עס איז צוויי עקסטערע פלעצער ווי מען וואלט זיך געדארפט אריינמישן און מען האט נישט.]

דא האט איינער געברענגט א מאפע פון די קורדישע פאפולאציע אין די מיטל מזרח ראיאן,
אויב עפעס א קורדיסטאן לאנד דארף עס זיין אדער אין טערקיי וואס האט די גרעסטע קורדישע פאפולאציע פון ארום 15 מיליאן מענטשן, אדער אין איראן אדער איראק וואס האבן אויך א ריזיגע חלק פון די קורדן אין זייער לאנד,
נישט אין סיריע וואו זיי האבן בלויז ארום 2 מיליאן מענטשן.


זעה אין וואספארא קליין "שטח" די קורדן אין סיריע וואױנען..
בילד
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:56 pm

כ'דענק נישט ווען א "קריגס" מיניסטער האט געשטופט שלום, עס איז נאר נארמאל אז א קריגס מיניסטער זאל האלטן אז מ'דארף בלייבן "היטן" און נישט זיך ארויסציען.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג דעצמבער 23, 2018 1:26 pm

צל עובר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:די קורדן און רעבעלן וואס אמעריקע האט טרענירט אין אנפאנג האבן אויסגעדרייט זייער רוקן צו אמעריקע!

די יעצטיגע קורדן האבן באקומען פעסטע אמעריקאנער הילף אריינגערעכנט שווערע געווער (דאכצעך אויך אנטי עירקרעפט מיסילס) כדי צו קענען פייטן די סיריע רעזשים אין אויסטויש אז זיי וועלן אויך פייטן אייסיס.

נאכאמאל! אמעריקע איז זיי גארנישט שולדיג, זיי האבן באקומען הילף פאר זייער פריוואטע מחלוקה מיט סיריע אין אויסטויש אז זיי וועלן פייטן אייסיס.


די וועלט איז סתם אזוי שולדיג א לאנד פאר די קורדן, שוין העכסט צייט אז זיי זאלן ווערן זעלבסשטענדיג אין זייער אייגענע קורדיסטאן.

נאכאמאל! די "הו קעירס" מהלך איז די סיבה פארוואס אמעריקע איז נישט אריין אין WWII ביז פערל הארבער.

נאכאמאל! די "הו קערס" מהלך איז דארט ווי די וועלט איז געווען בים האלאקאוסט.

[איך שרייב עס עקסטער, די קריג און האלאקאוסט, ווייל עס איז צוויי עקסטערע פלעצער ווי מען וואלט זיך געדארפט אריינמישן און מען האט נישט.]



אבער דיין 'אונטערן באס' טעאריע האסטו נאכנישט פארענטפערט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:11 pm

שואלכענין האט געשריבן:מען דארף אויך נעמען אין באטראכט, אז "בלייבן זיצן דארט" האט נישט קיין עקספייערעישאן דעיט.

אמעריקע דארף עפעס בלייבן ביי יענעם לעולם ועד?

פארואס זאל אמעריקע נישט האבן א קליינע אנוועזענהייט אין דע פאקטא קורדיסטאן פאר צענדליגער יאר?

אמעריקע האט שוין באזעס אין היינט פריינטליכע אייראפעישע לענדער זייט די קריג.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 4:14 pm

@וואוילע, אונטערן באס איז א טעאריע?

ווען מען ארבעט מיט א פאלק פאר יארן, נאכדעם איז מען מכבד א צווייטן זיי אויסצו'שחט'ן הייסט עס אפשר טאקע נישט געווארפן אונטער די באס, געווארפן אונטער די באס איז נאר א משל פאר אזא גרויליגע פארראט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:00 pm

צל עובר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:ריכטיג, אייביג געוואלט ארויס צוהען פון דארט, און נאך דערצו אז מען וויל אונז שוין נישט דארט. אבער פארוואס יעצט?

אינעם תירוץ ליגט דער ווייטערדיגע שאך שפיל.


@שפוזמאן, דו האלטסט נישט אז פאר די קורדן אליינס ברויך מען דארט לאזן די טרופן?

סיי אלס מענטשליכקייט, זיי נישט צו ווארפן אונטער די באס, נאכדעם וואס זיי האבן געהאלפן פייטן אייסעס, סיי אלס די וועלט וועט זעהן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אמעריקע, וואס וועט אפשוואכן אמעריקע קעגן רוסלאנד אין אייראפע מיטל מזרח, סיי עס וועט שטארקן טשיינע אין אזיע און די גאנצע וועלט.
.


פאראינטערסירט האט געשריבן:די קורדן און רעבעלן וואס אמעריקע האט טרענירט אין אנפאנג האבן אויסגעדרייט זייער רוקן צו אמעריקע!

די יעצטיגע קורדן האבן באקומען פעסטע אמעריקאנער הילף אריינגערעכנט שווערע געווער (דאכצעך אויך אנטי עירקרעפט מיסילס) כדי צו קענען פייטן די סיריע רעזשים אין אויסטויש אז זיי וועלן אויך פייטן אייסיס.

נאכאמאל! אמעריקע איז זיי גארנישט שולדיג, זיי האבן באקומען הילף פאר זייער פריוואטע מחלוקה מיט סיריע אין אויסטויש אז זיי וועלן פייטן אייסיס.


צל עובר האט געשריבן:די וועלט איז סתם אזוי שולדיג א לאנד פאר די קורדן, שוין העכסט צייט אז זיי זאלן ווערן זעלבסשטענדיג אין זייער אייגענע קורדיסטאן.

נאכאמאל! די "הו קעירס" מהלך איז די סיבה פארוואס אמעריקע איז נישט אריין אין WWII ביז פערל הארבער.

נאכאמאל! די "הו קערס" מהלך איז דארט ווי די וועלט איז געווען בים האלאקאוסט.


וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אבער דיין 'אונטערן באס' טעאריע האסטו נאכנישט פארענטפערט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 23, 2018 5:20 pm

אה יעצט כאפ איך וואס דו מיינסט, א פריוואטע מחלוקה מיט סיריע, סוי לאמיר דיר אויסזאגן א סוד, זייער שונא איז לאו דווקא אסאד, ווען מען האט אנגעהויבן זיי צו העלפן האבן זיי ניטאמאל געהאט א גרעניץ מיט אסאד'ס קרעפטן אין ערגעץ.

טערקיי איז זיי געווארן א גרויסער שונא ווייל זיי האבן אנגעהויבן ווערן דע פאקטא זעלבסשטענדיג, ווייל אפילו אסאד פארשטייט אז עס קומט זיך זיי נאך וואס זיי האבן עס אויסגעקלינט פון אייסעס, ווייל טערקיי האט מורא אז דאס וועט עפענען די אויגן פאר זייערע קורדן.

אסאד האט אפילו מוחה געווען קעגן טערקיי ווען זיי זענן פאריגע מאל אריין אין סיריע, מסתמא וועט ער יעצט נאכאמאל מוחה זיין.

און חוץ מזה, ביי מיר ווען מען דראפט סאדענלי א מיטארבעטער, אפילו נישט צו שחיטה, הייסט עס געווארפן אונטער די באס.

איך מיין אז ווען נישט טערקיי וואלט אסאד זיי געגעבן סעמי אטאנמיע ווען מען וועט מסדר זיין סיריע ווען אלעס וועט זיין געסעטלט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, rogers, א גולם, אור, בארג, ווינדאוי, טראנספארט, יישר כח, יציב פתגם, קהל עדתינו, ר' זעקל און 97 געסט