ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך mosha g » פרייטאג יוני 12, 2020 10:51 am

עימי מעגרעט האט געמאלדן אז זי האט אויפגעטריבן 13 מיליון דאללער וואס איז איבער דאפעלט פון איר קעגנער מיטש מעקאנעל וואס האט אויפגעטריבן בלויז 6 מיליון. מעגרעט האט איבער 19 מיליון אין באנק, קעגן מעקאנעל וואס האט 15 מיליון אין באנק. מעגרעט שוויצט אריבער א פריימערי קעגן א לינקער קאנדידאט וואס האט לעצטנס באקומען שטיצע פון בערני סענדערס יענג און קארטעז, ער באשילדיגט איר אז זי איז צי רעכטס, און א פרא טראמפ דעמאקראט וואס איז גרייט צי ארבעטן מיט טראמפ (וועט איר אפשר העלפן מיט ריפאבליקאנער אדער מער רעכטע?...)

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך mosha g » פרייטאג יוני 12, 2020 11:03 am

.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג יוני 12, 2020 12:46 pm

די פריימעריס אין קענטאקי איז אינאיינעם מיט ניו יארק, למס' יוני 23.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש יוני 13, 2020 11:16 pm

לויט א נייע סעלזער אנקעטע פון אייאווע, די בעסטע פירמע אין לאנד, איז די דעמאקראטישע קאנדידאט טעריסע גרינפעלד פאראויס מיט 3% פון די אינקאמבענט רעפאליקאנעַ סענעטאר דזשאוני ערנסט פון אייאווע.

און דאס איז טראץ ערנסט עפראוועל רעיט איז פלאס 10 39-49, און איר פעווארביליטי רעיט איז פלאס 5 40-45.

זיי האבן נאכנישט ארויסגעגעבן די פרעזידענט פארמעסט חלק אנקעטע.

איך פאנג אן צו גלייבן הערי ריעד אז דאג דזשאונס האט נאך עכטע טשענסעס צו געווינען
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש יוני 13, 2020 11:25 pm

מהיכי תיתי אז זיי זענען די בעסטע פירמע?

ווער 'באשלוסט' ווער ס'די בעסטע?
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש יוני 13, 2020 11:59 pm

בנוגע מאנמאוט, וואלט געווען דער תירוץ זילבער.

אבער בנוגע סעלזער איז עס "ידוע" "יעדער" ווייסט אזוי. מדור דור.

ווען זיי געבן ארויס קאוקעס אנקעטעס, נעמט מען עס אן באלד ווי רעזאלטס. מכל שכן וואל אנקעטעס, מכל שכן אז זיי באשטעטיגן כמעט גענױ צוויי לעצטערע אנקעטעס. נאר וואס דען, עס איז נאך דא א פאר חדשים ביז די וואלן.

ועין ערך די לעצטע אנקעטע פאר די אייאווע קאוקעס - וואס איז אסאך שווערער צו פאולן - וואס זיי האבן געוויזן אז ביידן איז אויף געהאקטע צרות דארט וכך הוה.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג יוני 14, 2020 12:02 am

אין 2016 זענען זיי געווען שרעקליך אףף אין די קאקוסעס.

איך זאג נישט דאס מאכט זיי שלעכט, אבער ס'גוט עס אריינצונעמען אין באטראכט.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך mosha g » זונטאג יוני 14, 2020 1:01 am

צל עובר האט געשריבן:לויט א נייע סעלזער אנקעטע פון אייאווע, די בעסטע פירמע אין לאנד, איז די דעמאקראטישע קאנדידאט טעריסע גרינפעלד פאראויס מיט 3% פון די אינקאמבענט רעפאליקאנעַ סענעטאר דזשאוני ערנסט פון אייאווע.

און דאס איז טראץ ערנסט עפראוועל רעיט איז פלאס 10 39-49, און איר פעווארביליטי רעיט איז פלאס 5 40-45.

זיי האבן נאכנישט ארויסגעגעבן די פרעזידענט פארמעסט חלק אנקעטע.

איך פאנג אן צו גלייבן הערי ריעד אז דאג דזשאונס האט נאך עכטע טשענסעס צו געווינען

נעיט סילווער איבער די היינטיגע און לעצטערע פאולס, וואס ווייזן אז גרינפעלד קען גאנץ מעגליך באזיגן ערנסט.

"This feels like a little bit of a canary in the coal mine. Ernst has been considered a rising star; Iowa has trended red; she hasn't had any particular scandals or gotten in any particular trouble. If this race is competitive, the GOP is in a lot of trouble in a lot of places."

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג יוני 14, 2020 1:06 am

נו, דאס פרובירט @צל צו זאגן טאקע.

אז די GOP איז אין ביג טראבל.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יוני 14, 2020 4:30 pm

מעקאנעל געפרעגט איבער די סענאט דעמאקראטישע פריימערי אין זיין סטעיט: עס איז מיטאמאל אויסגעשטיגן אלץ אן אינטערסאנטע פארמעסט און צו זיין אויפריכטיג, איך ווייס נישט וואס צו זאגן איבער דעם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יוני 14, 2020 4:30 pm

אין די קענטאקי סענאט דעמאקראטישע פריימערי האט דער לינק געשטיצטער טשארלי בוקער קאמפיין דורכגעפירט אן אינערליכע אנקעטע וועלכע צייגט אז מעקגרעט איז פאראויס פון אים 49-39 און א צייט וואס אנאליסטן ווארטן צו זעהן אויב די לעצטיגע מאמענטום ארום זיין קאמפיין וועט באווייזן צוביסלעך צו פארשמעלערן דעם פארמעסט אין א צייט וואס מעקגרעט טרייבט אויף ריזיגע סומעס געלט
די פריימערי איז באשטימט אויף יוני 23 למספרם

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 14, 2020 4:33 pm

אין א קאנווענשאן (עס איז געווען אזוי ווי א קאוקעס) נעכטן אין די 5טע דיסטריקט אין ווירדזשיניע, האט דער אינקאמבענט רעפאליקאנער דענווער ריגלמאן פארלוירן זיין זיץ.

די רעיטערס האבן געריקט די טראמפ פלאס 11 דיסטריקט פון לייקלי צו ליען רעפאבליקאנער.

דאס איז די ערשטע מאל דעם סייקל וואס דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט פארלירט א רעפאליקאנער פארמעסט.

----------

בנוגע מעקאנעל ווס מעקגרעט, נעכטן איז ארויסגעקומען די געלט ציפערן פאר מעקאנעל און מעקגרעט פאר די צוויי מאנאטן, אפריל און מאי.

מעקאנעל האט אויפגעטריבן $7,195,807, אויסגעגעבן $6,744,055, מיט די איבערגעבליבענע געלט פון בעפאר האט ער געהאט סוף מאי $15,426,032 קעש אן הענד. אלעס אינאיינעם האט מעקאנעל אויפגעטריבן דעם עלעקשן סייקל [איך פארשטיי אז דאס מיינט פון נאך די 2014 וואלן.] 32,802,863.24 דאלער.

מעקגרעט האט אויפגעטריבן $11,266,418, אויסגעגעבן $6,701,471, מיט די איבערגעבליבענע געלט פון בעפאר האט זי געהאט סוף מאי $19,333,438 קעש אן הענד. אלעס אינאיינעם האט מעקגרעט אויפגעטריבן 41,138,796.44.

דאס איז באמת אסטראנאמישע סכומים פון די דעמאקראטן וואס גייט לטמיון אויף דעם כמעט אומגעווינבארן פארמעסט, פאר רעפרענס, בעטאו האט אויפגעטריבן אביסל מער ווי אכציג מיליאן צו סעטן דעם רעקארד, אין א סטעיט זעקס מאל אזוי גרויס ווי קענטאקי, אבער פון די אנדערע זייט בינדט דאס אראפ רעפאבליקאנער רעסורסן, נאכדערצו אז אנקעטעס צייגן אז עס איז היפש שמאל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 14, 2020 7:24 pm

די די מוין רעדזשיסטער האט ארויסגעגעבן נאך א חלק פון זייער אנקעטע, איבער די דזשענעריק בעלאט אין די פיר דיסטריקטס פון אייאווע.

1st District
Democrat - 48% (+6)
Republican - 42%

2nd District
Democrat - 53% (+18)
Republican - 35%

3rd District
Democrat - 52% (+16)
Republican - 36%

4th District
Republican - 57% (+22)
Democrat - 35%
https://t.co/2D9A9oPUf9


טראמפ האט געווינען אלע פיר, אבער דריי פון זיי האבן געשטימט פאר אבאמע, און די דעמאקראטן האבן קאנגרעסלייט אין די דריי, איינס פון פאר 2018, און יענער רעטייערט גראדע, און די אנדערע צוויי האבן זיי געווינען אין 2018.

די דריי זיצן הייסן טאסאפ/ליען דעמאקראט, די פערדע זיץ הייסט סעיף רעפאבליקען, נאכדערצו נאך וואס סטיוו קינג האט פארלוירן די פריימערי.

אלעס אינאיינעם איז די דזשענעריק בעלאט אין די סטעיט וואס טראמפ האט געווינען מיט 9%, דעמאקראטן פלאס 5%. 42-47 דערמאנט פון די צייטן ווען אבאמע האט ברייט געווינען די סטעיט.

אין זייער פאריגע אנקעטע אין מערץ האבן די רעפאבליקאנער געליעדט מיט 7, 42-49.

די אנקעטע ביי דיסטריקט איז זייער זייער שטארק פאר די דעמאקראטן, גאר אסאך מער ווי גערישט, נאכדערצו אין די צווייטע און דריטע דיסטריקטס ווי עס איז דא קאלאראדא לייק ציפערן, אבער אפילו די 6% פון ערשטן דיסטריקט איז אויך א גוטע אנקעטע פאר די דעמאקראטן. אבער די מארדזשין אף עראר אין די דיסטריקטס איז זייער גרויס, ביז 7.7%.

אבער פארגעסט נישט, טראמפ האט געווינען "אלע פיר" אין 2016, און דא האבן זיי אזעלכע מארדזשינס, דאס מאכט איבערטראכטן די שאצונג אויך אויף מעין 02, וואס האט אויך ווילד געסווינגן צווישן אבאמע מיט טראמפ.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום זונטאג יוני 14, 2020 8:02 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג יוני 14, 2020 7:30 pm

צל עובר האט געשריבן:אין א קאנווענשאן (עס איז געווען אזוי ווי א קאוקעס) נעכטן אין די 5טע דיסטריקט אין ווירדזשיניע, האט דער אינקאמבענט רעפאליקאנער דענווער ריגלמאן פארלוירן זיין זיץ.

די רעיטערס האבן געריקט די טראמפ פלאס 11 דיסטריקט פון לייקלי צו ליען רעפאבליקאנער.

דאס איז די ערשטע מאל דעם סייקל וואס דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט פארלירט א רעפאליקאנער פארמעסט.

----------

בנוגע מעקאנעל ווס מעקגרעט, נעכטן איז ארויסגעקומען די געלט ציפערן פאר מעקאנעל און מעקגרעט פאר די צוויי מאנאטן, אפריל און מאי.

מעקאנעל האט אויפגעטריבן $7,195,807, אויסגעגעבן $6,744,055, מיט די איבערגעבליבענע געלט פון בעפאר האט ער געהאט סוף מאי $15,426,032 קעש אן הענד. אלעס אינאיינעם האט מעקאנעל אויפגעטריבן דעם עלעקשן סייקל [איך פארשטיי אז דאס מיינט פון נאך די 2014 וואלן.] 32,802,863.24 דאלער.

מעקגרעט האט אויפגעטריבן $11,266,418, אויסגעגעבן $6,701,471, מיט די איבערגעבליבענע געלט פון בעפאר האט זי געהאט סוף מאי $19,333,438 קעש אן הענד. אלעס אינאיינעם האט מעקגרעט אויפגעטריבן 41,138,796.44.

דאס איז באמת אסטראנאמישע סכומים פון די דעמאקראטן וואס גייט לטמיון אויף דעם כמעט אומגעווינבארן פארמעסט, פאר רעפרענס, בעטאו האט אויפגעטריבן אביסל מער ווי אכציג מיליאן צו סעטן דעם רעקארד, אין א סטעיט זעקס מאל אזוי גרויס ווי קענטאקי, אבער פון די אנדערע זייט בינדט דאס אראפ רעפאבליקאנער רעסורסן, נאכדערצו אז אנקעטעס צייגן אז עס איז היפש שמאל.

100%
ס'גייט מסתם געשען די זעלבע ווי אין טעקסעס, ס'גייט זיין זייער נאנט, רעקארד נאנט פאר אזא רויטע סטעיט, אבער למעשה גייט עס מעקאנעל מאכן.
מ'דארף ענדערש אינוועסטען דיע געלט אין מעין און נ.ק.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך mosha g » זונטאג יוני 14, 2020 8:59 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אין א קאנווענשאן (עס איז געווען אזוי ווי א קאוקעס) נעכטן אין די 5טע דיסטריקט אין ווירדזשיניע, האט דער אינקאמבענט רעפאליקאנער דענווער ריגלמאן פארלוירן זיין זיץ.

די רעיטערס האבן געריקט די טראמפ פלאס 11 דיסטריקט פון לייקלי צו ליען רעפאבליקאנער.

דאס איז די ערשטע מאל דעם סייקל וואס דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט פארלירט א רעפאליקאנער פארמעסט.

----------

בנוגע מעקאנעל ווס מעקגרעט, נעכטן איז ארויסגעקומען די געלט ציפערן פאר מעקאנעל און מעקגרעט פאר די צוויי מאנאטן, אפריל און מאי.

מעקאנעל האט אויפגעטריבן $7,195,807, אויסגעגעבן $6,744,055, מיט די איבערגעבליבענע געלט פון בעפאר האט ער געהאט סוף מאי $15,426,032 קעש אן הענד. אלעס אינאיינעם האט מעקאנעל אויפגעטריבן דעם עלעקשן סייקל [איך פארשטיי אז דאס מיינט פון נאך די 2014 וואלן.] 32,802,863.24 דאלער.

מעקגרעט האט אויפגעטריבן $11,266,418, אויסגעגעבן $6,701,471, מיט די איבערגעבליבענע געלט פון בעפאר האט זי געהאט סוף מאי $19,333,438 קעש אן הענד. אלעס אינאיינעם האט מעקגרעט אויפגעטריבן 41,138,796.44.

דאס איז באמת אסטראנאמישע סכומים פון די דעמאקראטן וואס גייט לטמיון אויף דעם כמעט אומגעווינבארן פארמעסט, פאר רעפרענס, בעטאו האט אויפגעטריבן אביסל מער ווי אכציג מיליאן צו סעטן דעם רעקארד, אין א סטעיט זעקס מאל אזוי גרויס ווי קענטאקי, אבער פון די אנדערע זייט בינדט דאס אראפ רעפאבליקאנער רעסורסן, נאכדערצו אז אנקעטעס צייגן אז עס איז היפש שמאל.

100%
ס'גייט מסתם געשען די זעלבע ווי אין טעקסעס, ס'גייט זיין זייער נאנט, רעקארד נאנט פאר אזא רויטע סטעיט, אבער למעשה גייט עס מעקאנעל מאכן.
מ'דארף ענדערש אינוועסטען דיע געלט אין מעין און נ.ק.

אינוועסטן די געלט? זי האט א חלום, זי האלט אז זי קען געווינען מעקאנעל. און עס איז אפשר דא מעגליכקייט עס זאל געשען אויב טראמפ וועט גיין. דעמאקראטן האבן געווינען די גאווערנערס רעיס, און זי גלייבט אז זי קען געווינען קעגן דעם קאראפטירטן אלט געזעסענער מערסט אומפאפאולערע גרידלאק סענעטער. די אלע גרויסע געלטער וואס זי באקומט, איז ווייל מענטשן האבן האפענונג און גלייבן אז זי קען עס טאקע באווייזען, ווי פאולס האבן געוויזן אז עס זייער טייט. און נאר וועגן דעם באקומט זי געלט! (בעטא איז געווען די זעלבע זאך, ביי זיין פרעזידענט קאמפיין האט ער נישט געהאט די אלע געלטער... זיינע דאנערס האבן געוואלט זען קרוז אינדרויסן)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 15, 2020 9:46 am

אנקעטע איבער די מעין סענאט פארמעסט

קאלינס (אמטירנדע ר) 48
גידעאן 47

צוויי "אבערס"..

די אנקעטע איז אן אינערליכע רעפובליקאנע אנקעטע
און עס איז דורכגעפירט געווארן ענדע אפריל למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 15, 2020 9:54 am

פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט אפצוהאלטן א ראלי פארן טאמי טובערוויל (אין זיין פריימערי פארמעסט אקעגן דזשעף סעשאנס) אין יולי למספרם

די ראלי ועט פארקומען אין די זעלבע סטעדיום אין וועלכע דזשעף סעשאנס האט צום ערשטן מאל קאמפיינט אינאיינעם מיט טראמפ אין 2015 למספרם

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג יוני 15, 2020 9:57 am

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט אפצוהאלטן א ראלי פארן טאמי טובערוויל (אין זיין פריימערי פארמעסט אקעגן דזשעף סעשאנס) אין יולי למספרם

די ראלי ועט פארקומען אין די זעלבע סטעדיום אין וועלכע דזשעף סעשאנס האט צום ערשטן מאל קאמפיינט אינאיינעם מיט טראמפ אין 2015 למספרם

דאס דארף צו זיין א טשעפע פאר סעשאנס?
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 15, 2020 10:08 am

מען זאגט נאך להבדיל פון איינעם פון די צדיקים, וואס האט געזאגט פאר איינעם וועם ער האט אמאל א טובה געטון, אז מען זאגט דאך אז פאר טובות ווארפט מען צוריק שטיינער, בעט איך דיר אז עס זאל כאטש זיין בלויז קליינע שטיינדלעך.

ועל כגון דא נאמר, אז ער איז נישט יוצא מיטן אריינשטעכן דעם מעסער אין רוקן, נאר ער דרייט עס נאך גוט ארום דארט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יוני 15, 2020 2:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 15, 2020 12:12 pm

אן אינערליכע דעמאקראטישע אנקעטע דורכגעפירט דורך פובליק פאליסי פאולינג איבער די פארמעסט אין די ערשטע קאנגרעסיאנעלע דיסטריקט אין פענסילוועניע

פיצפעטריק (אמטירנדער ר) 40
פינעלא (ד) 38

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יוני 15, 2020 1:41 pm

דאס איז רעלאטיוו נישט קיין שלעכטע אנקעטע פאר די דעמאקראטן, טראץ עס איז א אינטערנעל וואס מען דארף אראפרעכענען פוינטס פון די דעמאקראטן, ווייל מבינים האלטן אז פיצפעטריק איז שטארק פעווארד אין די פון די לעצטע 2 3 פארבליבענע קלינטאן זיצן געהאלטן דורך רעפאליקאנער.

און צו האבן א אינקאמבענט ביי פערציג, איז גאנץ גוט פארן טשעלענדזשער. (בדרך כלל איז אינקאמבענסי דימינשד, אבער כמובן נישט ביי משפחת פיצפעטריק, אויף אזא פארנעם, ווען יא געווינט ער נישט קיין קלינטאן דיסטריקט אין 2018.) ווען די ניו יארק טיימס סיענע אנקעטע האט געוויזן אז מעקס ראוז איז אונטערשטעליג פון דאנעווען פיר פראצענט ביי 44 קעגן 40, האב איך אנגעהויבן קלערן אז דאנעווען איז אויף צרות, וכך הוה.

איך וואלט געריקט דעם פארמעסט אויף טאסאפ.

לויט די אנקעטע איז ביידן פאראויס מיט 16, 40-56, אין די פילע סאבורב דיסטריקט וואס קלינטאן האט געווינען מיט צוויי פוינטס.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 16, 2020 9:40 am

אריזאנא סענאט פארמעסט פון סיוויקס

קעלי (ד) 51
מקסעלי 45

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 16, 2020 9:41 am

אלאסקא 1 קאנגרעס פארמעסט

גאלווין (אינדעפענדענט) 43
דאן יאנג (אמטירנדע ר) 42

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 16, 2020 9:45 am

נישט בלויז אויף אייוועלט איז זענען די צוויי פאליטישע זייטן זיך אקעגנגעקומען
די פראגראם שלאגט שוין ווארצלען אין די דרויסנדיגע גאס

א סופערפעק וועלכע ווערט פינאנצירט דורך רעפובליקאנע ביישטייערער האט ביישטייערט 100 אלפים צו א דעמאקראטישע סופערפעק וועלכע שטיצט קאנגרעסמאן עליאט ענגל אין זיין פריימערי פארמעסט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 16, 2020 9:50 am

דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט אין קאלאראדא דזשאן היקענלופער אנטשולדיגט זיך פאר קאמענטארן איבער קנעכטשאפט געלאזט פאלן אין 2015 למספרם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר ב. און 17 געסט