בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24847
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 8:41 am

וויל נישט האט געשריבן:אינטראסאנט איז עפעס א ענין אליין צו נייען תכריכים פאר זיך?

עיין כאן
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 11:29 am

.
צוגעלייגטע
Capture5555.JPG
Capture5555.JPG (69.38 KiB) געזעהן 3007 מאל

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 2:03 pm

בן ימיני האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
בן ימיני האט געשריבן:געהערט אינטערעסאנטע מעשה ר ליפא האט געלערנט אין קראלי ביי ר שמואל גראס און ר שמואל פלעגט שיקן א לעבעדיג הינדל מיט ר ליפא יעדע וואך פאר ר אבישל קראלער ער האט אים אמאל געפרעגט צו ער קען אים עס טראגן געשחטנערהייט ווייל סגרינגער צו טראגן האט אים ר שמואל געזאגט אז ער האט מורא אז ער וועט ווערן געטשעפעט אז ער ניצט זיין שוחט

אויב ס'איז ריכטיג איז עס מורא'דיג

געהערט פון בנו ר שמואל שלמה און פון שמואל גראס אן אייניקל פון ר שמואל גראס

דאס אז ער האט עס נישט געוואלט שיקן גע'שחט'ענערהייט איז טאקע א געוואלדיגע זאך, אבער די עצם זאך אז ער האט אים כסדר געשיקט א הינדל איז א געוואלדיגע זאך פאר זיך.
און בנוגע ר' ליפא זעט מען אז זיין רבי ר' שמואל האט אים גע'טראסט דערמיט, און נישט מורא'געהאט אז ער וועט עפעס טון דערמיט אינמטן וועג. וד"ל
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 2:32 pm

.
צוגעלייגטע
123.JPG
123.JPG (265.93 KiB) געזעהן 2856 מאל

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 3:44 pm

מיט הגה"ק הברך משה זצ"ל און (מחותנו) האדמו"ר מכוונת הלב שליט"א
צוגעלייגטע
20201101_154356.jpg
הרה"ח ר ליפא קויפמאן
20201101_154356.jpg (443.86 KiB) געזעהן 1851 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 3:50 pm

און ארה"ק ווער דערקענט די ארומיגע?
צוגעלייגטע
20201101_154406.jpg
הרה"ח ר ליפא קויפמאן
20201101_154406.jpg (377.89 KiB) געזעהן 1819 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך קלוגע חכם » זונטאג נובעמבער 01, 2020 3:58 pm

דער אינגערמאן מיט די היט אן די רעקיל, אויפן לינקן זייט, קוקט אויס ווי א קארפען, לכאורה ישכר בער, חתן ר' וואלוויש קויפמאן

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:09 pm

עס ווערט יעצט צוויי יאר פון זיין פטירה
צוגעלייגטע
IMG_20201101_160745.jpg
הרה"ח ר ליפא קויפמאן
IMG_20201101_160745.jpg (176.53 KiB) געזעהן 1715 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:17 pm

אגב ר' ליפא האט מיר אמאל פארציילט אז ווען ער האט געלערנט און סאטמאר האט געהערשט ביי די בחורים א גיוואלדיגע הינגער, איז געוועהן אמאל שבועות האט די רעבעצען ע"ה פארטיילט פאר די בחורים דעלקעלעך וואס איז געוועהן די סייז פון אן אמעריקאנער קוואדער, אבער פאר די בחורים איז דאס געוועהן ווי א מיליאן דאללער,
פירט אויס ר' ליפא אז עד היום ווען ער דערמאנט זיך די מעשה דארף ער ווארטן א האלבע שעה צו עסן פלייש, די טעם דערפון ליגט עם נאך און די ביינער.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:39 pm

האט פארציילט הרב אברהם משה קרויס מטאפלטשאן מאנסי ז"ל אז דער טאטע זיינעם הגאון רבי שמואל בעל שפתי חן האט געהאט א שטיקל הכנסת אורחים אין סיגעיט, איז געוועהן אמאל וואס ר' ליפא איז עפעס אריבער אן אפעראציע האט ער געזיכט א חסידיש פלאץ זיך אויסציריען מיט די ב"ב, אין ער איז אנגעקימען צו רבי שמואל און סיגעיט, נאכן זיין דארט פאר צוויי וואכן און רבי שמואל שטעלט זיי צי עסען וכדו' יעדן טאג, האבן זיי זיך געוואלט פאררעכענען מיט אים און באצאלען פאר די צוויי וואכן, והנה רבי שמואל זאגט זיי אז ער טוט דאס לשם מצוה און ער נעמט נישט קיין געלט, זיי האבן זיך גענומען ארום טענה'ען אבער רבי שמואל בלייבט ביי זיינס אז ער טוט דאס לשם מצוה, אן קיין צוויי ברירות איז ר' ליפא אוועקגעפארן, ס'גייט נישט דורך א וואך און פארנט פון רבי שמואל'ס הויז שטעלט זיך אראפ א טראק און הייבט אן דעליווערן א נייע פרידזשעדער און נאך פיל מיט כלים וואס ביי רבי שמואל און הויז איז שוין אלט געוועהן, רבי שמואל פרעגט זיי מיט ווינדער ווער סהאט דאס באשטעלט ענטפערן זיי איינער ליפא קויפמאן....
רבי אברהם משה פירט אויס אז נאך ווען ר' ליפא האט געהאט די סטראוק זיינעם ל"ע, און ער איז געווען און א האום נעבן מאנסי, איז ער אים געגאנגען באזוכען, ר' ליפא פרעגט אים ווער ער איז, זאגט ער א זון פון רבי שמואל קרויס, ווי נאר ר' ליפא הערט דאס נעמט ער זיך לאכן זאגענדיג דיין טאטע האט געמיינט אז איך קען אים נישט באצאלען איך האב אים אבער פיין מסדר געוועהן.....
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:47 pm

ער פלעגט זאגן אז ווען מרן רביה"ק זי"ע האט געוואלט בויען די ביהמ"ד אין קרית יואל איז ר' ליפא געקומען מיט א באקס געלט וואס האט געדארפט גיין אפצוקויפן א סקווער בלאק אין וויליאמסבורג אבער אז די רבי דארף געלט געט מען
סאיז געווען די סכום פון $400.000 און סאיז געגאנגן פאר די בימס
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אלעס איבער לענדער

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:54 pm

הארזים האט געשריבן:און ארה"ק ווער דערקענט די ארומיגע?

רעכטס איז ר' פייבל ווייס ז"ל
דאס זעהט אויס מסתמא דורכאויס די באזוך פון הרבנית הצדיקת אלטא פיגא ע"ה אין ארה"ק סוף מ' יארן

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:56 pm

אויף אנדערע בילדער ביי די באזוך זעהט מען ר' שלמה יענקל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:56 pm

נאך א מעשה
איז געווען ווען מהאט געטיילט נעמען פון די גאסן נאך נגידים האט מען געוואלט א נאמען געבן די גאס וואס הייסט היינט שיניווע ליפא קויפמאן ווען מען האט עם עס געזאגט האט ער זיך אנגעכאפט די בארד און זיך געציפט פרעגנדיג צו ער לעבט נישט וועלנדיג מזאל עס טוהן
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אלעס איבער לענדער

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:58 pm

האב איך געזעהן און א צווייט אשכול אז ער וב"ב האבן מנדב געווען די טהרה שטיבל אינעם אלטן בית החיים ווייסט איינער מער דערפון?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:01 pm

א רעסיט צווישן הינדערטער אנדערע
צוגעלייגטע
20201101_154421.jpg
ר' ליפא קויפמאן
20201101_154421.jpg (459.57 KiB) געזעהן 1512 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:04 pm

קען איינער אהער ברענגען זיין חתימה אויפן קאנסוס פון רבינו הברך משה זצ"ל ?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:04 pm

הארזים האט געשריבן:עס ווערט יעצט צוויי יאר פון זיין פטירה

כ"א חשון איז די יארצייט
בילד
viewtopic.php?p=2230508#p2230508

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:08 pm

אשתו
צוגעלייגטע
IMG_20201101_170620.jpg
מרת פערל קויפמאן
IMG_20201101_170620.jpg (395.64 KiB) געזעהן 1473 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » מאנטאג נובעמבער 02, 2020 12:43 am

האט פארציילט ר' ליפא אז ביי זיין בר מצוה האט זיין טאטע ר' חיים ארי' קויפמאן גענומען תפילין ביי הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן מסאטמאר, און די בתים האט געמאכט הרה"ח ר' איתמר טובי' שווארץ גערופן האט מען אים ר' טובי' בתים מאכער, די ביידע זענען געוועהן טייערער פון אסאך אנדערע צוליב וואס זיי זענען געווען מער מהודר, דער טאטע זיינעם האט זיך זייער געמיטשעט מיט פרנסה מיט דעם אלעם האט ער פאר א מצוה נישט געוואלט שפארן קיין געלט, ווען עס איז געקומען אויסצולייזען די תפילין זיינע האט ער נישט געהאט קיין געלט אויסצולייזן האט ער געמוזט בארגן געלט דערצי און פארמשכונ'ט זיינע ספרים דערצי ביז ער האט געהאט צו באצאלען, און טאג פון בר מצוה האט ער געלייגט תפילין ביים רבין אינעם ארשיווער ביהמ'ד וואס דאס איז געווען דעם רעבינס ביהמ"ד עוד כשהיה רב בארשיווע, דער טאטע זיינעם פלעגט דארט צו דאווענען, נאכן דאווענען איז פארגעקימען א לחיים און ביהמ"ד במקום הבר מצוה אזויווי אסאך פלעגן ציטון מחמת העניות אין דאן האט ער געזאגט ס'פשעטעל,
אגב פארציילט ר' ליפא אז אים פלעגט אסאך מאל אויסקימען צו גיין בארפעס מחמת העניות,אז אפילו נאך די בר מצוה האט דאס געקענט פאסירן...
מאשפות ירים אביון...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

מחצה''ק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך מחצה''ק » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 12:26 am

הארזים האט געשריבן:האט פארציילט ר' ליפא אז ביי זיין בר מצוה האט זיין טאטע ר' חיים ארי' קויפמאן גענומען תפילין ביי הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן מסאטמאר, און די בתים האט געמאכט הרה"ח ר' איתמר טובי' שווארץ גערופן האט מען אים ר' טובי' בתים מאכער, די ביידע זענען געוועהן טייערער פון אסאך אנדערע צוליב וואס זיי זענען געווען מער מהודר, דער טאטע זיינעם האט זיך זייער געמיטשעט מיט פרנסה מיט דעם אלעם האט ער פאר א מצוה נישט געוואלט שפארן קיין געלט, ווען עס איז געקומען אויסצולייזען די תפילין זיינע האט ער נישט געהאט קיין געלט אויסצולייזן האט ער געמוזט בארגן געלט דערצי און פארמשכונ'ט זיינע ספרים דערצי ביז ער האט געהאט צו באצאלען, און טאג פון בר מצוה האט ער געלייגט תפילין ביים רבין אינעם ארשיווער ביהמ'ד וואס דאס איז געווען דעם רעבינס ביהמ"ד עוד כשהיה רב בארשיווע, דער טאטע זיינעם פלעגט דארט צו דאווענען, נאכן דאווענען איז פארגעקימען א לחיים און ביהמ"ד במקום הבר מצוה אזויווי אסאך פלעגן ציטון מחמת העניות אין דאן האט ער געזאגט ס'פשעטעל,
אגב פארציילט ר' ליפא אז אים פלעגט אסאך מאל אויסקימען צו גיין בארפעס מחמת העניות,אז אפילו נאך די בר מצוה האט דאס געקענט פאסירן...
מאשפות ירים אביון...

זיין טאטע האט נאך געלעבט ביי די בר מצוה?

נעה
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך נעה » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 1:53 am

ניין
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
הארזים
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

תגובהדורך הארזים » זונטאג נובעמבער 22, 2020 2:12 pm

מחצה''ק האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:האט פארציילט ר' ליפא אז ביי זיין בר מצוה האט זיין טאטע ר' חיים ארי' קויפמאן גענומען תפילין ביי הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן מסאטמאר, און די בתים האט געמאכט הרה"ח ר' איתמר טובי' שווארץ גערופן האט מען אים ר' טובי' בתים מאכער, די ביידע זענען געוועהן טייערער פון אסאך אנדערע צוליב וואס זיי זענען געווען מער מהודר, דער טאטע זיינעם האט זיך זייער געמיטשעט מיט פרנסה מיט דעם אלעם האט ער פאר א מצוה נישט געוואלט שפארן קיין געלט, ווען עס איז געקומען אויסצולייזען די תפילין זיינע האט ער נישט געהאט קיין געלט אויסצולייזן האט ער געמוזט בארגן געלט דערצי און פארמשכונ'ט זיינע ספרים דערצי ביז ער האט געהאט צו באצאלען, און טאג פון בר מצוה האט ער געלייגט תפילין ביים רבין אינעם ארשיווער ביהמ'ד וואס דאס איז געווען דעם רעבינס ביהמ"ד עוד כשהיה רב בארשיווע, דער טאטע זיינעם פלעגט דארט צו דאווענען, נאכן דאווענען איז פארגעקימען א לחיים און ביהמ"ד במקום הבר מצוה אזויווי אסאך פלעגן ציטון מחמת העניות אין דאן האט ער געזאגט ס'פשעטעל,
אגב פארציילט ר' ליפא אז אים פלעגט אסאך מאל אויסקימען צו גיין בארפעס מחמת העניות,אז אפילו נאך די בר מצוה האט דאס געקענט פאסירן...
מאשפות ירים אביון...

זיין טאטע האט נאך געלעבט ביי די בר מצוה?

יא! אבער ביי זיין ברידער ר' אברהם'ס נישט,
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מטעמים, סאברע, פעשליך און 24 געסט