בד"ה הרה"ח רבי ליפא קויפמאן ע"ה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:15 pm

לא לנו האט געשריבן:פונעם "סאטמאר ראדני אמאל און היינט" אשכול
ר' ליפא ז"ל ביי א שיעור אין "בית קויפמאן"


דעם שעלף אין די הויך אויפן וואנט איז פון די קלייניגקייטן זיינע.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:19 pm

בן ימיני האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ר' ליפא האט אויך איבערגעלאזט זיין חשוב'ן ברודער הרה"ח ר' אברהם (באמי) מבארא פארק

א שוועסטער אשת ר מאיר ווייסמאן ע"ה


נישט געזען קיינמאל אויף די פלעצער ווי ער האט מנדב געווען, ביי די לויה האט מען אפאר מאל דערמאנט אז ער האט געהאט א ווייב און קינדער פאר די קריג

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:27 pm

אינטערסאנט צוצילייגן וויאזוי די וועלט דרייט זיך, אינדערהיים פאר די קריג איז ר' ליפא געקומען פון גאר א ארימע פאמילע, אזש זיי זענען געגאנגען מיט צוריסענע שיך.
דרייט זיך א וועלט.

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:27 pm

וויל נישט האט געשריבן:
בן ימיני האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ר' ליפא האט אויך איבערגעלאזט זיין חשוב'ן ברודער הרה"ח ר' אברהם (באמי) מבארא פארק

א שוועסטער אשת ר מאיר ווייסמאן ע"ה


נישט געזען קיינמאל אויף די פלעצער ווי ער האט מנדב געווען, ביי די לויה האט מען אפאר מאל דערמאנט אז ער האט געהאט א ווייב און קינדער פאר די קריג

ער האט פארלוירן א פרוי און איין קינד

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:28 pm

וויל נישט האט געשריבן:
בן ימיני האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ר' ליפא האט אויך איבערגעלאזט זיין חשוב'ן ברודער הרה"ח ר' אברהם (באמי) מבארא פארק

א שוועסטער אשת ר מאיר ווייסמאן ע"ה


נישט געזען קיינמאל אויף די פלעצער ווי ער האט מנדב געווען, ביי די לויה האט מען אפאר מאל דערמאנט אז ער האט געהאט א ווייב און קינדער פאר די קריג

זיין ברודער ר' אברהם ובניו זענען אויך חשוב'ע בעלי צדקה. בנין חברה הצלה אין קרית יואל נתנדב דורך ר' חיים ב"ר אברהם
צוגעלייגטע
6.png
6.png (299.48 KiB) געזעהן 3063 מאל
2.png
2.png (456.11 KiB) געזעהן 3063 מאל

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:37 pm

אהער און אהין האט געשריבן:אינטערסאנט צוצילייגן וויאזוי די וועלט דרייט זיך, אינדערהיים פאר די קריג איז ר' ליפא געקומען פון גאר א ארימע פאמילע, אזש זיי זענען געגאנגען מיט צוריסענע שיך.
דרייט זיך א וועלט.

ער האט פארלוירן זיין טאטע ביי די 13 יאר און די עול הפרנסה איז געפאלן אויף אים דאכצעך אז די רבי זי"ע האט אין שטאט סאטמאר אויפגעשטעלט א קרן פאר די אלמנה און יתומים איך האב געהערט פון אים אז אין סאטמאר איז געווען א איד ר דוד ניעדערמאן (זיידע פון הרה"ח ר משה דוד) און ער פלעגט פון צייט צו צייט שיקן א הינדל פאר זיי און ער פלעגט זאגן אז דאס איז ווי היינט א מיליאן דאללער

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:47 pm

אהער און אהין האט געשריבן:אינטערסאנט צוצילייגן וויאזוי די וועלט דרייט זיך, אינדערהיים פאר די קריג איז ר' ליפא געקומען פון גאר א ארימע פאמילע, אזש זיי זענען געגאנגען מיט צוריסענע שיך.
דרייט זיך א וועלט.

אויך אינאנהויב נאך די קריג האט ער זיך שטארק געמוטשעט אינטערעסאנט ציצולייגן וואס איך האב געהערט פון אים אז די רבי האט אים געזאגט נישט צו ארבעטן אין חוה"מ און האט אים אנגעוואונטשן אז אויף יעדע קאסטומער וואס ער וועט פארלירן וועגן דעם העט (זאל) ער באקומען 10 פרישע און ער האט אויסגעפירט זייט דעמאלטס ווען ער האט פארלוירן א קאסטומער וועגן חוה"מ האט ער זיך געפרייט ער האט געוויסט אז סקומט 10 פרישע

שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

תגובהדורך שמויגער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 9:22 pm

ווי זיצט מען?
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 9:29 pm

שמויגער האט געשריבן:ווי זיצט מען?

http://www.misaskim.org/aveilim.php
צוגעלייגטע
Sketch.png
Sketch.png (348.87 KiB) געזעהן 2876 מאל

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:23 pm

א שיינע מעשה פון ר' ליפא, וראוים הדברים למי שאמרם (מ"ספר היובל" מבצר הכוללים קרית יואל)
צוגעלייגטע
2.png
2.png (216.32 KiB) געזעהן 2801 מאל
3.png
3.png (36.22 KiB) געזעהן 2801 מאל

בן ישי
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2016 2:20 pm

תגובהדורך בן ישי » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:17 pm

לא לנו האט געשריבן:ר' ליפא ביי ר' משה יאזעפאוויטש'ס שיעור, אין בית קויפמאן אויבן

אונטען. דאס איז דע זעלבע פלאץ ווי מען זעהט ר' ליפא זיצן אויף א אנדערן בילד וויא מען זעהט קלאר אז דאס איז אונטען

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:18 am

אהער און אהין האט געשריבן:אינטערסאנט צוצילייגן וויאזוי די וועלט דרייט זיך, אינדערהיים פאר די קריג איז ר' ליפא געקומען פון גאר א ארימע פאמילע, אזש זיי זענען געגאנגען מיט צוריסענע שיך.
דרייט זיך א וועלט.


ר' ליפא אלץ גביר פלעגט באקומען מפטיר יעדען שיינעם שבת. מען ען אים אויף גערופען " יעמוד ר' חנני' יו"ט ב"ר חיים ארי' מפטיר"

איז געווען אַ פיינער איד פון שטאט סאטמאר, געוואוינט סוף ימיו אין קר"י, ר' משה הערש ווייס, דער בתים מאכער. ער פלעגט אפט זאגען שיינע שארפע ווערטליך.

דענק איך אמאל ווען מען אויפגערופען ר' ליפא, זאגט ר' משה הערש, "איך האב געקענט אייער טאטע, ער האט נישט געהייסען ר' חיים ארי' מפטיר"

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:44 am

בן ישי האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ר' ליפא ביי ר' משה יאזעפאוויטש'ס שיעור, אין בית קויפמאן אויבן

אונטען. דאס איז דע זעלבע פלאץ ווי מען זעהט ר' ליפא זיצן אויף א אנדערן בילד וויא מען זעהט קלאר אז דאס איז אונטען

דאס איז נישט נאר די זעלבע פלאץ, נאר דער זעלבער שיעור. ווי מ'קען זעהן ביי ביידע בילדער די זעלבער סידור אויפן טיש.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:46 am

לא לנו האט געשריבן:
וויל נישט האט געשריבן:
בן ימיני האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ר' ליפא האט אויך איבערגעלאזט זיין חשוב'ן ברודער הרה"ח ר' אברהם (באמי) מבארא פארק

א שוועסטער אשת ר מאיר ווייסמאן ע"ה


נישט געזען קיינמאל אויף די פלעצער ווי ער האט מנדב געווען, ביי די לויה האט מען אפאר מאל דערמאנט אז ער האט געהאט א ווייב און קינדער פאר די קריג

זיין ברודער ר' אברהם ובניו זענען אויך חשוב'ע בעלי צדקה. בנין חברה הצלה אין קרית יואל נתנדב דורך ר' חיים ב"ר אברהם

דאכט זיך מיר אז דער אלטער בנין פונעם הצלה גאראדזש איז נתנדב דורך ר' אברהם אליינס.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:31 am

לא לנו האט געשריבן:א שיינע מעשה פון ר' ליפא, וראוים הדברים למי שאמרם (מ"ספר היובל" מבצר הכוללים קרית יואל)

לויט ווי די קינדער פארציילן האט ער קיינמאל נישט געלאזט זאגן זיין נאמען ביים דינער (אצאל פלעגט מען אויסריפן די סכומים וואס יעדער געט) איינמאל ביי א דינער האט עם די רבי ז"ל געזאגט אז אז ער זאל יא לאזן זאגן זיין נאמען סאיז א רוח פאר די צוועק אז מריפט אויס מיט נעמען און ר' ליפא ווי א סאלדאט האט פון דעמאלטץ אן אייביג געהייסן מזאל זאגן / לייגן זיין נאמען אפי' ער האט קיינמאל עס נישט געוואלט אבער אז די רבי זאגט איז מזיך מבטל טאטאל פארן רבי'ן.

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:57 pm

געהערט אינטערעסאנטע מעשה ר ליפא האט געלערנט אין קראלי ביי ר שמואל גראס און ר שמואל פלעגט שיקן א לעבעדיג הינדל מיט ר ליפא יעדע וואך פאר ר אבישל קראלער ער האט אים אמאל געפרעגט צו ער קען אים עס טראגן געשחטנערהייט ווייל סגרינגער צו טראגן האט אים ר שמואל געזאגט אז ער האט מורא אז ער וועט ווערן געטשעפעט אז ער ניצט זיין שוחט

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 3:07 pm

בן ימיני האט געשריבן:געהערט אינטערעסאנטע מעשה ר ליפא האט געלערנט אין קראלי ביי ר שמואל גראס און ר שמואל פלעגט שיקן א לעבעדיג הינדל מיט ר ליפא יעדע וואך פאר ר אבישל קראלער ער האט אים אמאל געפרעגט צו ער קען אים עס טראגן געשחטנערהייט ווייל סגרינגער צו טראגן האט אים ר שמואל געזאגט אז ער האט מורא אז ער וועט ווערן געטשעפעט אז ער ניצט זיין שוחט

אויב ס'איז ריכטיג איז עס מורא'דיג

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 3:08 pm

איינע פון די מספידים האבן געזאגט צווישן די ווערטער אז מרת קויפמאן האט אליין גענייט די תכריכים פאר זיך און פארן מאן ר' ליפא ע"ה און זי איז געווען די וואס האט אויך גענייט די תכריכים פארן רבי'ן ז"ל

אינטראסאנט איז עפעס א ענין אליין צו נייען תכריכים פאר זיך?

אויך האט איינער איך מיין זיין זין ר שלמה געזאגט ביי די הספד אז ער איז שוין ל"ע געווען אויף א בארג און לאגער מיט טויטע קדושים און קראנקע און די רוצחים האבן אינטערגעצינדן די בארג בעפארן אנטלויפן פון יענע לאגער נאר ר' יעקב מיטעלמאן'ס טאטע האט עם באמערקט און געזען אז ער האט נאך עפעס א חיות און זיך און האט עם אוועק געשלעפט פון יענע בארג. די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף וואס זיי זענען אריבער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 3:55 pm

וויל נישט האט געשריבן:איינע פון די מספידים האבן געזאגט צווישן די ווערטער אז מרת קויפמאן האט אליין גענייט די תכריכים פאר זיך און פארן מאן ר' ליפא ע"ה און זי איז געווען די וואס האט אויך גענייט די תכריכים פארן רבי'ן ז"ל

אינטערעסאנט, ווייל די סענדזשארדזשע רעבעצין האט דערציילט אז זי האט דאס אויפגענייט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 4:24 pm

farshlufen האט געשריבן:
וויל נישט האט געשריבן:איינע פון די מספידים האבן געזאגט צווישן די ווערטער אז מרת קויפמאן האט אליין גענייט די תכריכים פאר זיך און פארן מאן ר' ליפא ע"ה און זי איז געווען די וואס האט אויך גענייט די תכריכים פארן רבי'ן ז"ל

אינטערעסאנט, ווייל די סענדזשארדזשע רעבעצין האט דערציילט אז זי האט דאס אויפגענייט.

מרת קויפמאן ע"ה מיט סענדזשארזש רביצין ע"ה האבן אינאיינעם עוסק געווען אין די חברה קדישא.

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 4:26 pm

farshlufen האט געשריבן:
וויל נישט האט געשריבן:איינע פון די מספידים האבן געזאגט צווישן די ווערטער אז מרת קויפמאן האט אליין גענייט די תכריכים פאר זיך און פארן מאן ר' ליפא ע"ה און זי איז געווען די וואס האט אויך גענייט די תכריכים פארן רבי'ן ז"ל

אינטערעסאנט, ווייל די סענדזשארדזשע רעבעצין האט דערציילט אז זי האט דאס אויפגענייט.

שטעל זיך פאר מהאט געניצט מער ווי איינעם, מסתמה די חברה קדישה פרויען.

וועל פרעגן איינעם פון די משפחה

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 6:32 pm

וויל נישט האט געשריבן:איינע פון די מספידים האבן געזאגט צווישן די ווערטער אז מרת קויפמאן האט אליין גענייט די תכריכים פאר זיך און פארן מאן ר' ליפא ע"ה און זי איז געווען די וואס האט אויך גענייט די תכריכים פארן רבי'ן ז"ל

אינטראסאנט איז עפעס א ענין אליין צו נייען תכריכים פאר זיך?

איך האב געהערט אז זי האט גענייט פארן רבין און זי האט איבערגעלאזט פונדעם פאר איר און איר מאן (אגב זי פלעגט עס כסדר ווייזן)

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 6:36 pm

וויל נישט האט געשריבן:
אויך האט איינער איך מיין זיין זין ר שלמה געזאגט ביי די הספד אז ער איז שוין ל"ע געווען אויף א בארג און לאגער מיט טויטע קדושים און קראנקע און די רוצחים האבן אינטערגעצינדן די בארג בעפארן אנטלויפן פון יענע לאגער נאר ר' יעקב מיטעלמאן'ס טאטע האט עם באמערקט און געזען אז ער האט נאך עפעס א חיות און זיך און האט עם אוועק געשלעפט פון יענע בארג. די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף וואס זיי זענען אריבער.
ער איז שוין געווען זייער שוואך ביים ענדע מלחמה עד כדי כך אז ער האט געזאגט פאר זיינ(ע) ברודער וואס זענען געגאנגען אויפן טויט מארש (פון וואס זיי זענען ליידער נישט צוריק געקומען הי"ד) אז זיי זאלן האלטן זיין יארצייט

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 6:40 pm

לא לנו האט געשריבן:מרת קויפמאן ע"ה מיט סענדזשארזש רביצין ע"ה האבן אינאיינעם עוסק געווען אין די חברה קדישא.

ווען זי פלעגט גיין נאך געלט פלעגט זי זאגן אז זי זעט אז די תכרוכים האבן נישט קיין טאשן און אז מנעמט גארנישט מיט לאחר מאה ועשרים

אוועטאר
בן ימיני
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 7:37 pm

גלאזער האט געשריבן:
בן ימיני האט געשריבן:געהערט אינטערעסאנטע מעשה ר ליפא האט געלערנט אין קראלי ביי ר שמואל גראס און ר שמואל פלעגט שיקן א לעבעדיג הינדל מיט ר ליפא יעדע וואך פאר ר אבישל קראלער ער האט אים אמאל געפרעגט צו ער קען אים עס טראגן געשחטנערהייט ווייל סגרינגער צו טראגן האט אים ר שמואל געזאגט אז ער האט מורא אז ער וועט ווערן געטשעפעט אז ער ניצט זיין שוחט

אויב ס'איז ריכטיג איז עס מורא'דיג

געהערט פון בנו ר שמואל שלמה און פון שמואל גראס אן אייניקל פון ר שמואל גראס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Mezofzef, אב של שלמה, בן איש חי, זזה, לפנות בוקר, משה צימערינג, קהלת, שופר, שרייב-פעדער און 48 געסט