א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 11:12 pm

קענטאקי האט געשריבן:א דאנק אייך אלעקסיי, מיר דערקוויקן זיך מיט אייערע באריכטן!
רק טוב!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג דעצמבער 29, 2020 3:08 pm

יישר כח.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » מוצ"ש ינואר 02, 2021 9:14 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מאנטאג ויחי
מיר טוען זיך אנטשולדיגן פאר'ן נישט ערשיינען מיט די בארימטע "קאקאש נייעס" באריכט דורכאויס די פארלאפענע טעג - דאס איז אין רעזולטאט פון די גוי'אישע חגאות סעזאן. די נעקסטע "קאקאש נייעס" באריכט וועט ווארשיינליך ערשיינען מיטוואך הבעל"ט.


מיר ווארט שוין
רק טוב!

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג ינואר 03, 2021 6:28 pm

Rak Tov האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מאנטאג ויחי
מיר טוען זיך אנטשולדיגן פאר'ן נישט ערשיינען מיט די בארימטע "קאקאש נייעס" באריכט דורכאויס די פארלאפענע טעג - דאס איז אין רעזולטאט פון די גוי'אישע חגאות סעזאן. די נעקסטע "קאקאש נייעס" באריכט וועט ווארשיינליך ערשיינען מיטוואך הבעל"ט.


מיר ווארט שוין

גא''מ
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג ינואר 03, 2021 11:12 pm

זונטאג שמות

די 117'טע קאנגרעס האט היינט ווידערערוועלט קאנגרעספרוי פעלאוסי פון קאליפארניע צו איר פערדע טערמין אלס די "ספיקער אוו די האוז" - די אפשטימונג איז אריבער 216-209. זי האט שוין פריער געזאגט אז זי וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג נאך די מידטורם'ס אין 2022.
* * * *
מארגן -מאנטאג- וועט פארקומען א געריכטליכע פארהער איבער דאס אויסליפערן וויקיליעקס גרינדער זשוליאן אסאנזש פון לאנדאן קיין אמעריקא - עס ווערט אנגעוויזן אז די פרעצעדור פון איהם אויסליפערן קען נאך רואיג נעמען א 2-3 יאר.
געוויסע ווייזן אן אז אסאנזש האט בעסערע שאנסן אז טראמפ זאל איהם פארדאנירן ווי אז די ריכטער זאל אננעמען זיינע לעגאלע טענות.
* * * *
א פרישע באריכט פארציילט אז די גאר שטארקע כוחות וואס די רעגירונג האט אריינגלייגט צו פארזיכערן די פארלאפענע וואלן איז מעגליך שולדיג אין דעם אז מ'האט נישט אויפגעכאפט ביז יעצט אז די רוסן האבן זיך איינגעבראכן אין די רעגירונג'ס קאמפיוטער סיסטעם.
* * * *
אין אנדערע נייעס, זאגט די "פייער איי" סעקיוריטי פירמע אז די העקער'ס האבן זיך איינגעבראכן אין די רעגירונג נעטווארקס פון סערווערס וואס געפונען אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן - דאס האט זיי געהאלפן אויסמיידן מערערע סעקיוריטי סיסטעם'ס איינגעשטעלט אויפצוכאפן העקינג פראוון.
* * * *
ניו העמפשיר גאווערנאר קריס סונונו (רעפ.) האט אפגערופן זיין איינשווערונג צערמאניע צוליב "אנגייענדע פובליק סעיפטי זארגן" - אנשטאט וועט ער אפהאלטן א ווירטואלע צערמאניע.
* * * *
אין א שטוינענדע שריט איז ערשינען א בריוו, אונטעגעשריבן דורך אלע 10 געוועזענע פארטיידיגונג סעקרעטארי'ס, ווי זיי טוען ווארענען איבער די געדאנק פון נוצן די מיליטער דורכאויס סיי וועלכע פראוו צו איבערדרייען די וואל רעזולטאטן. דאס קומט טראץ וואס אויף דערווייל איז נישט באקאנט אז עס זאלן עקזיסטירן אזוינע פלענער, און הויפט מיליטערישע פיגורן האבן שוין קלארגעשטעלט -איינמאל און נאכאמאל- אז די מיליטער וועט אויסדרוקליך זיך נישט אריינמישן אין סי וועלכע וואל פארבינדעטע פראצעדור.
* * * *
קאליפארניע באאמטע האבן אונטעגענומען א אויספארשונג נאך א טויטליכע קאר צוזאמענשטויס וואס האט אומגעברענגט 9 מענטשן - 7 קינדער און 2 ערוואקסענע.
* * * *
א שיסעריי אין א טעקסאס קירכע האט איבערגעלאזט איין טויטע און צוויי פארוואונדעטע - די שיסער איז געפונען געווארן נאך א זוכעריי פון צוויי שטונדן.
* * * *
א שיסעריי אין ווירזשיניע האט פארוואונדעט דריי, אריינגערעכענט א שעריף דעפיוטי - די שיסער זעלבסט איז אויך פארוואונדעט געווארן אבער פארט באוויזן צו אנטלויפן, ער איז שפעטער געכאפט געווארן און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.
* * * *
סענאטאר ראן זשאנסאן (רעפ.) האט אנערקענט אז טראץ די פילע אומרעגולאריטעטן און פראגעס ארום די וואלן, איז קלאר אז זשאו ביידען האט געוואונען זיין היים סטעיט, וויסקאנסין - זשאנסאן איז פון די סענאטארן וואס וועלן אבזשעקטן די עלקטארעל קאלעזש רעזולטאטן.
* * * *
לויט באריכטן וועט פרעזידענט טראמפ מארגן באעהרן קאנגרעסליט דעווין ניונעס און זשים זשארדאן מיט די "פרעזידענשאל מעדאל אוו פרידאם" - די העכסטע מעדאל וואס א ציווילע בירעגער קען באקומען.
* * * *
געוועזענע אטוירני זשענעראל ריטשארד טורנבורג איז געשטאבן פארלאפענע דאנערשטאג אין עלטער פון 88 יאר.
טורנבורג איז געווען גאווערנאר פון פענסילוועניע פון 1979 ביז 1987 - דורכאויס זיין צייט אין אפיס האט ער באוויזן צו אראפנידערן די סטעיט'ס אנעמפלוימענט ראטע, עס זענען צוגעקומען איבער 50,000 ביזנעסער און 500,000 פרייוועט סעקטאר ארבעט'ס פאזיציעס.
אזוי אויך האט ער - אין די ערשטע מאנאטן אין אפיס - געברויכט זיך ספראווענען מיט די ערגסטע מוקלעראע קריזיס אין אמעריקאנע היסטאריע - די "דריי מייל אינזל נוקלעארע מעלטדאון".
אין 1988 האט פרעזידענט רעיגען איהם נאמינירט אלס אטוירני זשענעראל, א פאסטן צו וואס ער איז באשטעטיגט געווארן אן קיין קעגנערשאפט - ער האט אנגעהאלטן די פאסטן אונטער די רעיגען און בוש-41 אדמיניסטראציעס, ביז 1991 ווען וויליאם בארר איז געווארן אויפגענומען אלס אטוירני זשענעראל. ער האט פריער - אין 1977 - סערווירט אלס עקטינג עי.זשי. פאר די ערשטע זעקס טעג פון די קארטער אדמיניסטראציע.
שפערטער האט ער געהאלטן פארשידענע אנדערע הויכראנגיגע פאסטנעס ביי נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן, אריינגערעכענט די יו.ען., די וועלט באנק און נאך.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג ינואר 03, 2021 11:26 pm

דאנקע שיין אלעקסיי!
שוין דורכגעליינט און הנאה געהאט.
רק טוב!

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:42 am

שכח אלעקסיי פאר דיין צייט און ארבעט! א געשמאק צו ליינען!

lynch
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2020 1:21 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך lynch » מאנטאג ינואר 04, 2021 11:25 am

שכח אלעקסיי

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:20 pm

הר גריזים האט געשריבן:שכח אלעקסיי פאר דיין צייט און ארבעט! א געשמאק צו ליינען!
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג ינואר 04, 2021 10:01 pm

מאנטאג שמות

אין א טיילווייזע זיג פאר וויקיליעקס גרינדער זשוליאן אסאנזש, האט א ריכטער אין ענגלאנד היינט אפגעוארפן א פארלאנג פון אמעריקא אז ער זאל ווערן אויסגעליפערט - צוליב זארג אז ער וועט באגיין זעלבסטמארד אין אמעריקא, די ריכטער האט אבער אפגעווארפן די באהויפטונג פון אסאנזש'ס אדוואקאטן אז ער איז באשיצט אונטער די "פרייהייט פון פרעססע" פרינציפ. די אורטייל וועט ווערן אפעלירט.
אין רעאקציע האט די מעקסיקאנע פרעזידענט געזאגט אז זיין לאנד איז גרייט צו געבן אזיל באשיצונג פאר אסאנזש - אזוי אויך זאגט אוסטראליע'ס פרעמיער מיניסטער אז די לאנד איז גרייט צו מקבל פנים זיין אסאנזש, אסאנזש קומט ארגינעל פון אוסטראליע.
* * * *
צווישן די פארשלאגן ארויסגעשטעלט דורך עריק עדעמס, וואס ער וויל איינפירן אויב וועט ער געוואונען די מעיאר וואלן, איז א פלאן צו געבן וועטא מאכט פאר קאמיוניטי באורד'ס איבער די פאליציי פריסינקט קאמאנדיר, ווי אויך וויל ער אפשאפן אלע סעילס טעקס אום דינסטאג.
* * * *
די ברייט באקאנטע "דאמיניאן" פירמע גרייט זיך אריינצוגעבן א דיפאמעישאן אנקלאגע קעגן סידני פאועל "אין די נאנטע גאר טעג" - זיי באטראכטן אויך די מעגליכקייט פון קלאגן פרעזידענט טראמפ און אנדערע.
* * * *
לויט קוועלער אין די אדמיניסטראציע איז די באשלוס פון פארטיידיגונג סעקרעטאר קריסטאפער מיללער צו פארארדענען די עירקרעפט קעריער שיף צו פארבלייבן אין די פערסישע גאלף, געקומען אויף די פערזענליכע פארארדענונג פון דאנאלד זשעי. טראמפ. דאס איז נאכדעם וואס די פריער'דיגע מעלדונג אז די שיף וועט זיך אהיימקערן האט געהויבן ברעמן ביי באממטע אין די דעפענס דעפארטמענט.
* * * *
הענריקא טאריאו - די פירער פון די רעכטע "פראוד בויס" באוועגונג - איז ארעסטירט געווארן דורך די לאקאלע פאליציי אין וואשינגטאן די.סי. - ער איז ארעסטירט געווארן אויף באשולדיגונגען פון פארברענען און וואנדאלאזירן א "בלעק לייווס מעטטער" פאן פאריגע מאנאט.
* * * *
די אריינקומענדע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זאגט אז טראץ וואס די ביידען אדמיניסטראציע איז גרייט זיך צוריק אנצושליסן אין די "איראן דיעל", מוז דאס אבער ווערן נאכגעפאלגט מיט פארהאנדלונגען איבער איראן'ס (אל)געמיינע אויפפירונג אין די ראיאן.
* * * *
ניו יארק אטוירני זשענעראל פרוי זשעימס האט זיך רעקיוזט פון די וואקסין-געיט אויספארשונג אויף די פארקעיר העלט צענטער, צוליב א מעגליכע "קאנפליקט אוו אינטרעסט".
* * * *
צווישן די העכער 5,000 פעיזשעס פון די מאסיווע 2.3 טריליאן דאללער קאוויד-19 /2021-בודזשעט ביל איז אריינגעשטופט געווארן א רייע אינטערסאנטע און מאדנע פראוויזשאן'ס - איינע פון די איז א פארלאנג פאר די "דירעקטאר אוו נענשאנעל אינטעליזשענס" אז ער זאל ביז 180 טאג צושטעלן פאר קאנגרעסיאנאלע שפיאנאזש קאמיטע'ען א פולע באריכט פון סיי וועלכע יו.עף.או. געשעהניש דורכאויס די יארן, אינאיינעם מיט א שאצונג דורך די שפיאנאזש געמיינדע פון ווי די אביעקטן שטאמען.
* * * *
פארטלאנד מעיאר טעד וויהלער האט גערופן פאר די הילף פון פעדעראלע און סטעיט לאו ענפארסמענט אפיצירן וואס זאלן ארויסהעלפן מיט'ן באראויגן די צושטאנד אין שטאט, נאך א גאר ווילדע נאכט פארלאפענע וואך - דאס קומט עטליכע מטנאטן נאך וואס ארטיגע באאמטע האבן באשולדיגט טראמפ אין אנרייצן די מאסן דורכ'ן אריינשיקן פעדעראלע אגענטן.
* * * *
אין בעפארברייטונג צו די ערווארטעטע פראטעסטן און מאסן דעמאנסטראציעס וואס וועלן פארקומען די וואך אין וואשינגטאן די.סי. האבן ארטיגע באאמטע אקטיוויזירט די לאקאלע "נעשאנעל גארד" מיליצע קראפט זיי זאלן ארויסהעלפן מיטן אנהאלטן די ארדענונג אין שטאט.
* * * *
אהייאו גאווערנאר מייק דעוויין (רעפ.) האט היינט אונטערגעשריבן א געזעץ וואס טוט ערלויבן מענטשן צו ענטפערן מיט פייער, אין פאל פון א שיסעריי ח"ו, סיי וואו אימער זיי זענען ערלויבט צו טראגן געווער - אונטער די ביז יעצטיגע געזעץ האט מען פריער געדארפט פרובירן זיך אויסבאהאלטן פונעם שיסער, יעצט קען מען גראד ענטפערן מיט פייער.
* * * *
פאליציי אין קענאושע, וויסקאנסין, גרייטן זיך אויף מעגליכע פרידליכע פראטעסטן/ווילדע ראיאטן אין די קומענדיגע צוויי וואכן, ווען עס איז ערווארטערט אז די ארטיגע די.עי. וועט מעלדן א באשלוס איבער אנקלאגן די אפיצירן פארמישט אין די שיסעריי אויף זשעיקאב בלעיק - די שיסעריי, פארגעקומען אינמיטן זומער, האט געפירט צו גאר (פרידליכע פראטעסטן)[ווילדע ראיאטן] אין די שטאט און ארומיגע געגענטער.
* * * *
אין א געריכטליכע פיילינג האבן אדוואקאטן פאר די זשוסטיס דעפארטמענט אנערקענט אז יאנואר 20 קומט אריין א נייע אדמיניסטראציע, פארלאנגענדיג פון די ריכטער אז ער זאל צוליב דעם ארויסווארפן די קעיס - די פיילינג איז אריינגעגעבן געווארן שוין דעצעמבער 23.
* * * *
ניו יארק סטעיט גאווערנאר קאומו זאגט אז מ'האט היינט אפגעפונען די שוידערליכע אנשטעקיגע וויירוס ווערסיע אין ניו יארק.
* * * *
אין רעאקציע צו די שוידערליך נידעריגע צאל וואקסינען פארטיילט אין ניו יארק סטעיט - ציפערן צייגן אז בלויז ארום 46% זענען פארנוצט געווארן - איז דער הויכגעשפריצטע (וואנעבי) דיקטאטור קאומו ארויסגעקומען מיט א פרישע מעכטיגע באמבאסטישע לעזונג צום פראבלעם. נעמליך, מ'וועט צווינגען אלע העלט קעיר צענטערן א.ד.ג. זאלן פארטיילן די וואקסינען ביז 7 טעג נאכ'ן זיי ערהאלטן - אנדערש וועט די צענטער אויסשטיין די מעגליכקייט פון א 100,000 דאללער שטראף, פארלירן די לייסענס, און/אדער ווערן ארויסגעווארפן פון אנטייל נעמען אין די וואקסין דיסטריביושאן פראגראם.
* * * *
געוועזענע ווירזשיניע גאווערנאר טערי מעקאליף האט אויפגעטריבן העכער 6 מיליאן דאללער פאר זיין גאווערנאר קאמפיין דורכאויס די פארלאפענע יאר - א רעקארד אין ווירזשיניע גאווערנער פארמעסטן. די יעצטיגע גאווערנאר נארטהעם קען נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג צוליב א סטעיט געזעץ וואס פארבאט גאווערנאר'ס פון לויפן פאר קאנסעקיוטיוו טערמ'ס.
* * * *
אן אנאליז צייגט אז די ווערט פון די 500 רייכסטע מענטשן איבער די וועלט איז געוואקסן מיט 1.7 טריליאן דאללער דורכאויס די פארלאפענע יאר - נאמכער ווערט אנגעוויזן, אז די וואוקס אין רייכטום פאר זשעף בעזאס און עלאן מאסק, די צוויי רייכסטע פערזאנען איבער די וועלט, איז גענוג צו קענען שיקן 2,000 דאללער פאר העכער הונדערט מיליאן אמעריקאנע (נאכאמאל, דא רעדט מען בלויז פון די וואוקס אין זייער רייכטום דורכאויס די פארלאפענע יאר - וואס באטרעפט ארום 215 ביליאן דאללער).
* * * *
העכער 200 ארבעטער האבן זיך צוזאמגענומען צו גרינדן די "אלפעבעט וואורקער'ס יוניאן" אינערהאלב די "גוגל" פירמע - דאס קומט בלויז עטליכע וואכן נאך וואס די "ען.על.אר.בי." האט באשולדיגט די פירמע אין ארויסווארפן איינגעשטעלטע פאר'ן פרובירן צו טון אט דאס.
* * * *
אין רעזולטאט פון די סאנקציעס ארויפגעשטעלט דורך אמעריקא אויף ווענעזועלא, האט די ארטיגע אויל אינדוסטרי געליטן איר שטערקסטע קלאפ אין לאנגע יארן - פרישע ציפערן פון די ארטיגע רעגירונג'ס קאנטראלירטע פי.די.ווי.עס.עי. אויל פירמע צייגן אז עקספארטן זענען געפאלן מיט 37%, אראפ צו שטאפלען וואס מ'האט שוין נישט געזעהן זינט די 1940'ער יארן.
* * * *
א פעדעראלע ריכטער האט היינט בלאקירט אן עקזעקיוטיוו ארדער ארויסגעגעבן דורכ'ן פרעזידענט פאריאר וואס טוט ארויפשטעלן טרעוועל צוימונגען און עקאנאמישע סאנקציעס אויף סיי ווער עס נעמט אנטייל אין, אדער העלפט ארויס, די "אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט" - די קלעגער האבן באשולדיגט אז די ארדער טוט ערנסט פארלעצן זייערע קאנסטיטוציאנאלע "פרייהייט פון אויסדרוק" רעכטן.

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג ינואר 05, 2021 8:27 am

א דאנק אייך!
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג ינואר 05, 2021 8:15 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:א דאנק אייך!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג ינואר 11, 2021 12:00 am

זונטאג וארא

די עקאנאמיע האט פארלוירן 140,000 זשאבס דורכאויס די פארלאפענע דעצעמבער מאנאט - די ערשטע מאל זינט אפריל. די אפיציעלע אנעמפלוימענט ראטע איז געבליבן ביי 6.7%.
* * * *
די "דאמיניאן" פירמע האט אריינגעגעבן אין פעדעראלע געריכט א 1.3 ביליאן דאללער קלאגע קעגן סידני פאועל - אין פארבינדונג מיט די באשולדיגונגען וואס זי האט ארויסגעשטעלט קעגן די פירמע.
* * * *
פרעזידענט עלעקט זשאו ביידען זאגט אז ער וויל זעהן א פרישע "קאוויד ריליעף" געזעץ, וואס זאל זיין "אין די טריליאן'ס" - ווי ער זאגט, איז די געזעץ אונטערגעשריבן מיט עטליכע וואכן צוריק דורך פרעזידענט טראמפ בלויז געווען א "דאון פעימענט".
* * * *
אדמיניסטראציע קוועלער פארציילן אז פרעזידענט טראמפ האט נאכנישט גערעדט מיט מיייק פענס זינט די "קעפיטאל ראיאטן" מיטוואך נאכט.
* * * *
לויט באריכטן אין די מידיע האט סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל געזאגט פאר זיינע נאנטע ארומיגע אז ער "פלאנט נישט צו רעדן מיט טראמפ סיי ווען אין די נאנטע צוקונפט".
* * * *
סענאטאר פעט טומי פון פענסילוועניע (רעפ.) זאגט היינט אז די בעסטע זאך פאר'ן לאנד וואלט געווען די פרעזידענט זאל ווען רעזיגנירן און "פארשוואונדן ווערן ווי אמשנעלסטן".
* * * *
דאקטער ברייען מאנאהען -די קעפיטאל דאקטער- זאגט אז געזעצגעבער זענען מעגליך געווען אויסגעשטעלט צו איינעם מיט'ן וויירוס דורכאויס די צייט וואס זיי זענען געווען אין באהעלטעניש פארלאפענע וואך.
* * * *
פון סענאטארן בראון (דעמ.-אהייאו) און מורעי (דעמ.-וואשינגטאן)  הערט מען רופן אז די צוויי רעפובליקאנע סענאטארן טעד קרוז און זשאש האועלי זאלן רעזיגנירן פון אפיס אין ליכט פון די ווילדע אומרוען וואס זענען פארגעקומען פאריגע וואך.
* * * *
דריי טעג איידער די אומרוען זענען פארגעקומען האט די פענטאגאן זיך פארבינדן מיט די קעפיטאל פאליציי צו אנבאטן זייער וויליגקייט אריינצושיקן נעשאנעל גארד טרופן, אזוי אויך בשעת די ראיאטירער האבן זיך איינגעבראכן אין די קעפיטאל האט די פעדעראלע זשוסטיס דעפארטמענט געמאלדן זייער גרייטקייט אריינצושיקן די עף.בי.איי. זאל ארויסהעלפן - אין ביידע פעלער האבן די קעפיטאל פאליצי אפגעזאגט די איבעריגע הילף.
* * * *
סענאטארן וואס פירן די "היימלאנד זיכערהייט און רעגירונג'ס אנגעלעגענהייטן" און די "רולס" קאמיטעען האבן געמאלדן אז זיי וועלן עפענען ביירטע אויספארשונגען צו דערגיין וויאזוי די פראטעסטירער זענען ערמעגליכט געווארן זיך אריינצובאקומען אין די קעפיטאל געביידע.
* * * *
קאנגרעסמאן זשעימס קלייבורן פון סאוט קאראליינע זאגט אז מ'דארף אימפיטשן פרעזידענט טראמפ אין רעזולטאט פון די פאון געשפרעך וואס ער האט געהאט מיט די זשארזשיע סעקראטערי אוו סטעיט איבער "טרעפן" 11,000+ שטימען.
* * * *
צווישן די 1.4 טריליאן דאללער בודזשעט באשטעטיגט פאריגע מאנאט, איז דא צוגעטיילט באלד 30 מיליאן דאללער פאר'ן צוועק פון "עקסטרא-ארדינערי פראטעקטיוו סערוויסעס" - ווי עס ווערט באריכטעט מיינט דאס באשיצן אדמיניסטראציע באאמטע וואס זענען געווען פארמישט אין די באשלוס צו אומברענגען גענעראל סולעימאני שר"י.
* * * *
ארגענאזירער פלאנירן א פרישע פראטעסט אין וואשינגטאן - דאס מאל א "מיליאן מיליצע מארש" וואס וועט פארקומען יאנואר 20 אין די צייט וואס זשאו ביידען וועט איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט.
* * * *
פרעזידענט טראמפ וועט דינסטאג אפשטאטן א באזוך אין טעקסאס, וואו ער וועט אפצייכענען דאס פארענדיגן בויען ארום 450 מייל פונעם ברייט-בארימטן גרעניץ וואנט מיט מעקסיקאו.
* * * *
סענאטאר מיטש מעקאנעל האט ארומגעשיקט א מעמאו פאר קאלעגע סענאטארן וואו ער ווייזט אן אז סיי וואספארא אימפיטשמענט טרייעל אינעם סענאט וועט ווארשיינליך מוזן ווארטן אויף ביז נאך זשאו ביידען ווערט איינגעשוואוירן אין אפיס.
* * * *
אין א וועכענטליכע בולטין ארויסגעשיקט צו סטעיט'ס, שרייבט די ווייסע הויז וויירוס טעסק פארס אז די לעצטיגע אויפשטייג אין קעיסעס און האספיטאליזאציעס איבער'ן לאנד ווערט צוגעשריבן צו א -ווארשיינליך- פרישע סטרעין פונעם וויירוס, אין צוגאב צו די בריטישע און סאוט-אפריקא סטרעין'ס.
ווי זיי זאגן, איז דערווייל נישטא קיין באווייז אז עס איז טאקע פארהאן א פרישע "אמעריקאנע סטרעין", אבער די ציפערן טוען אנדייטן דערויף.
* * * *
ריכטער אמיט מעהטא וואס פירט אן די אנטי טראסט לאוסוט קעגן "גוגל" זאגט אז ער האט פארארדענט זיינע פיינענשעל עדווייזער'ס זאלן פארקויפן זיינע מיוטשעל פאנד'ס וואס האבן אנטהאלטן אין זיך סטאק'ס פון די "אלפאבעט" פירמע. אין אנדערע נייעס, זאגט גוגל אז זיי וועלן  אריינגעבן זייער ענטפער אויף די קלאגעס ביז פעברואר 15.
* * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע גרייט זיך צו דעזיגנירן די תימנ'ע "האוטי" רעבעלן אלס א טעראר גרופע.
* * * *
דויטשע באנק איז איינגעגאנגען צו צאלן 125 מיליאן דאללער צו שליכטן א קרימינאלע קארופציע קעיס.די יוסטיץ דעפארטמענט באשולדיגט אז די באנק האט געגעבן שוחד פאר פארשידענע רעגירונגען -טשיינע, סאודי אראביע, איטאליע, אבו דהאבי- דורכ'ן באצייכענען די געלטער אלס "קאנסולטינג פי'ס" און ענליכע סארט נעמען, מיט'ן ציל צו קענען באקומען גוטע רעגירונג'ס קאנטראקטן.
* * * *
דורכאויס א זיצונג פארלאפענע פרייטאג, האט די "רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע" ווידערערוועלט צוויי טראמפ פריינד -פרוי מעקדעניעל און טאמי היקס- אלס די פארזיצער פון די פארטיי. זיי וועלן אנהאלטן די פאסטן, אמווייניגסטענס, ביז נאך די מידטורם וואלן אין 2022.
* * * *
אין א שריט וואס טוט גאר שטארק אויפברויזן די קאמוניסטישע רעזשים אין בעיזשינג, האט מייק פאמפעיאו געמאלדן אז די "סטעיט דעפארטמענט" טוט אראפנעמען אלע צוימונגען אויף דיפלאמאטישע האנדלונגען מיט טייוואן - דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די אמעריקאנער אמבאסאדאר צו די יו.ען. -קעלי קראפט- איז ערווארטערט צו אפשטאטן א באזווך אינעם לאנד.
* * * *
א פארברעכער אין שיקאגו האט אומגעברענגט דריי און פארוואונדעט נאך עטליכע איידער ער איז זעלבסט דערזאסן געווארן דורך פאליציי.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג ינואר 11, 2021 4:38 pm

יישר כח. זייער הנאה געהאט.

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג ינואר 11, 2021 5:18 pm

א ריזיגן ייש''כ פאר אונזער באליבטער @אלעקסיי
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג ינואר 11, 2021 9:36 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח. זייער הנאה געהאט.
רק טוב!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג ינואר 11, 2021 11:34 pm

מאנטאג וארא

אין צוגרייטונג צו די איינשווערונג צערמאניע פון זשאו ביידען אלס די 46'טע אמעריקאנע פרעזידענט: 
    די "היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט" האט געמאלדן אז דורכאויס די טעג ארום די צערמאניע וועלן אנוועזענד זיין צענדליגע טויזענטער "נעשאנעל גארד" זעלנער.
    אזוי אויך וועלן גרויסע טיילן פון דאונטאון וואשינגטאן שוין ווערן פארשלאסן מיטוואך.
    די "נעשאנעל פארק'ס סערוויס" האט געמאלדן אז די וואשינגטאן מאניומענט וועט זיין פארשלאסן ביז יאנואר 24.
* * * *
צווישן די פירמעס וואס האבן געמאלדן אז זיי וועלן סוספענדירן פאליטישע ביישטייערונגען אין רעאאקציע צו די ווילדע איבערפאל פאריגע וואך ציילן זיך:
    "זשעי.פי. מארגען טשעיס" האט געמאלדן א סוספענדירונג אויף א צייט אפשניט פון זעקס מאנאטן.
    "סיטי באנק" און "פעיסבוק" אמווייניגסטענס אויף ביז נאך ענדע מארטש למספרם.
    "גוגל" און "מייקראסאפט" זאגן אז זיי וועלן סוספענדירן די ביישטייערונגען אויף ביז ווילאנג זיי "פירן דורך אן איבערזיכט אויף די געשעהניש פאריגע וואך און די נאכווייען דערפון".
    "קאמקעסט", "ווערייזאן", "עמעזא"ן און "עי.טי. ענד טי." האבן אלע געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט שטיצן געזעצגעבער וואס האבן געשטימט אין שטיצע פון די אבזשעקשאן'ס אויפגעברענגט אין קאנגרעס.
    "דאו קעמיקעל" האט געמאלדן אז זיי וועלן נישט שטיצן געזעצגעבער וואס האבן געשטימט אין שטיצע פון די אבזשעקשאן'ס - די פארבאט איז גילטיג בלויז ביי די נעקסטע וואלן וואס יענע שטייען אויס.
אזוי אויך איז דא נאך א לאנגע רייע מיט גרעסערע פירמעס וואס האבן דעמאלדן ענליכע שריט - ויכלה הזמן והם לא יכלו...
* * * *
פעיסבוק זאגט אז זי וועט אראפנעמען אלע פאוסט'ס מיט די (טרויעריג) באקאנטע לאזונג "סטאפ די סטיעל" - שטעל אפ די גניבה.
* * * *
א קאנגרעס אפשטימונג איבער די אימפיטשמענט קעגן פרעזידענט טראמפ קען שוין זיין מיטוואך - לויט באריכטן זענען פארהאן אזויפיל ווי צען רעפובליקאנער וואס זענען גרייט צו שטימען אין שטיצע דערפון, אריינגערעכענט קאנגרעספרוי טשעיני - די צווייט ראנגיגע רעפובליקאנע.
* * * *
טייל מעסיגע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט זארגן אז די יעצטיגע אימפיטשמענט פראצעס קעגן טראמפ וועט גאר שטארק אויפרייצן רעפובליקאנע צונעמען נקמה שריט אין פאל זיי געוואונען א מאיאריטעט ביי די מידטורם וואלן אין 2022.
* * * *
די "קעפיטאל פאליציי" דעפארטמענט האט אין  די לעצטערע טעג געברויכט רעאגירן צו עטליכע אינצידענטן ווי אפיצירן האבן זיך געוואלט נעמען דאס לעבן, אין רעאקציע צו די אומרוען פאריגע וואך.
* * * *
זשאו ביידען האט היינט באקומען די צווייטע דאזע פון די וויירוס וואקסין.
* * * *
זשאו ביידען פלאנט צו נאמינירן וויליאם בורנס אלס סי.איי.עי. הויפט - בורנס האט פריער סערווירט אלס אמעריקאנע אמבאסאדאר צו ארשידענע לענדער, אונטער דעמאקראטישע און רעפובליקאנע אדמיניסטראציעס צוגלייך.
* * * *
פרעזידענט-ערוועלט זשאו ביידען איז ערווארטערט -אין די ערשטע נאכ'ן אריינקומען אין אפיס- צו פארלאנגען פון קאנגרעס זיי זאלן אנולירן צען טויזענט דאללער איז סטודענטן חובות פאר יעדע סטודענט איבער'ן לאנד - דאס אין די צייט וואס פון א.ג. "פראגרעסיווע" ווינקלען קומט א פארלאנג פאר עקזעקיוטיווע שריט צו פארגעבן אזויפיל ווי פופציג טויזענט דאללער פער סטודענט.
* * * *
די טרעזשורי דעפארטמענט האט געמאלדן סאנקציעס קעגן זיבן אוקריינא פארשוינען צוליב באשולדיגונגען אז זיי זענען טייל פון א רוסיש-פארבינדעטע גרופע וואס האט פרובירט זיך צו מישן אין די אמעריקאנע וואלן.
* * * *
קאנגרעספרוי קאולמאן פון ניו זשערסי האט געמאלדן אז זי האט באקומען די וויירוס נאכ'ן זיך אויפהאלטן אין באהעלטעניש אינאיינעם מיט אנדערע געזעצגעבער דורכאויס די "קעפיטאל ראיאטן".
* * * *
אין א לעצט-מינוטיגע שריט וואס קען גאר שטארק פארשווערן די ארבעט פון זשאו ביידען און זיין אדמיניסטראציע צוריק אויפצולעבן די באציאונגען צווישן אמעריקא און קובא, גרייט זיך די יעצטיגע טראמפ אדמיניסטראציע צו דעזיגנירן די ארטיגע רעגירונג אלס "טעראריזם שטיצער".
* * * *
לויט באריכטן האבן געוועזענע אטוירני זשענעראל וויליאם בארר און וויסע הויז לעגאלע ראטגעבער פעט סיפאלאוני געראטן פרעזידענט טראמפ אז ער זאך זיך נישט אליינס פארדאנירן - לויט די באריכטן האט בארר אנגעצייגט אויף א זשוסטיס דעפארטמענט מיינונג אז א פרעזידענט קען זיך נישט זעלבסט פארדאנירן.
* * * *
וואשינגטאן די.סי. אטוירני זשענעראל באשולדיגט אז די טראמפ איינשווערונג קאמיטע האט אויסגעצאלט 49,000 דאללער פאר עטליכע צימערן אין די טראמפ די.סי. האטעל באשטעלט אויף דורכאויס די טעג ארום די איינשווערונג - די באשטעלונג איז געמאכט געווארן אויפ'ן נאמען פון די "טראמפ ארגענייזעישאן", און וואלט געדארפט באצאלט ווערן דורך זיי.
* * * *
נאנטע צו פרעזידענט טראמפ זאגן אז די פרעזידענט איז מער נישט אזוי ענטוזיאסטיש איבער אונטערנעמען א פרישע 2024 פרעזידענטליכע קאמפיין - דאס אין רעזולטאט וואס אזא שריט וואלט איהם געצווינגען ארויסצוגעבן געוויסע פינאנציעלע אינפארמאציע וואס וואלט נישט געשיינט די בעסטע ליכט אויף איהם.
* * * *
זשערעד קושנער -א ראטגעבער צום ארויסגייענדע פרעזידענט טראמפ- האטאפגעהאלטן געשפרעכן מיט די אריינקומענדע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זשעיק סוליווען איבער די טראמפ אדמיניסטראציע צוגאנג צו די מיטל-מזרח און די "עיברעהעם עקארד'ס" נארמאליזירונג'ס אפמאכן.
* * * *
די עף.בי.איי. האט געעפענט אן אויספארשונג איבער א מיסטעריעזע פאסט קארטל אנגעקומען צום היים פון קעווין מאנדיא סי.אי.או. פון די "פייער-איי" סייבער סעקיוריטי פירמע- מיט די אויפשריטן "העי! קוק, ס'איז די רוסן" און "פוטין האט עס געטוען" - די קארטל איז אנגעקומען אין די ערשטע טעג ווען די פירמע האט אויסגעפארשט די ברייטע העקינג אטאקע אויף אמעריקאנע נעטווארק'ס.
* * * *
טעריף'ס ארויפגעשטעלט דורך די אמעריקאנע רעגירונג אויף געוויסע אימפארטן פון יוראפ וועלן אריינגיין אין קראפט מארגן, דינסטאג - די טעריף'ס זענען אין פארבינדונג מיט די לאנג-יעריגע געפעכט איבער רעגירונג'ס סובסידי'ס פאר פליגער פראדוצירער.
* * * *
די ניו יארק סטעיט העלט דעפארטמענט האט אונטערגענומען אן אויספארשונג אויף די "ניו ראשעל מאנטיפיורי" שפיטאל פאר'ן פארלעצן די סטעיט גיידליינס איבער די פראטאקאל פאר'ן אויסטיילן די וויירוס וואקסין.
* * * *
טראץ וואס מ'הערט שוין עטליכע מאנאטן פון ניו יארק גאווערנאר קאומו אז די סטעיט שטייט אויס א פופצן ביליאן דאללער דעפיציט אין רעזולטאט פון די וויירוס, טוען אנדערע אנווייזן אז די עכטע ציפער איז ווארשיינליך נאנטער צו זיבן-אכט ביליאן דאללער - לויט די גאווערנאר'ס אייגענע פריער'דיגע שאצונגען, און ווי זיי זאגן איז אזא ציפער אויך היבש איבערגעטריבן.
* * * *
אין די צייט וואס מערערע סטעיט'ס מוטשען זיך מיט בודזשעט פראבלעמען, ווערט אנגעמערקט אז אין קאליפארניע האט די ארטיגע רעגירונג זיך געטראפן מיט א מאסיווע איבפלוס אין איינקונפט אין רעזולטאט פון די בליענדע סטאק מארקעט וואס האט ארויפגעטריבן די איינקונפט (און די שטייערן) פון ארטיגע מיליאנערן און ביליאנערן.
* * * *
די קענטאקי (נד"נ) "הויז אוו רעפרעזענטאטיווס" וועט פארמירן א קאמיטע וואס זאל באטראכטן די מעגליכקייט פון אימפיטשן די ארטיגע גאווערנאר, נאך א פעטיציע אריינגעגעבן דורך עטליכע ארטיגע איינוואוינער - אונטער די ארטיגע קאנסטיטוציע מוז יעדע אזא פעטיציע ווערן באטראכט דורך א ספעציעלע קאמיטע געשאפן פאר דעם צוועק.
* * * *
אין אנדערע נייעס פון קענטאקי (ווידעראמאל נד"נ) האט די ארטיגע לעגיסלאטור באשטעטיגט א געזעץ וואס ערלויבט ביזנעסער צו בלייבן אפן -טראץ די וויירוס- אויב קומען זיי נאך פעדעראלע סי.די.סי. גיידליינס.
* * * *

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג ינואר 11, 2021 11:42 pm

שכח אלעקסיי. שטארק הנאה געהאט.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 12:03 am

נקדימון האט געשריבן:שכח אלעקסיי. שטארק הנאה געהאט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Rak Tov
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » דינסטאג ינואר 12, 2021 12:28 am

Thanks alaccy
רק טוב!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג ינואר 12, 2021 11:35 pm

דינסטא וארא

רעפובליקאנע קאנגרעס פירער קעווין מעקארטי האט נעכטן אפגעהאלטן א טעלעפאונישע געשפרעך מיט פרעזידענט טראמ, ווי טראמפ האט אנערקענט אז ער איז כאטש טיילווייז שולדיג אין די קעפיטאל ראיאטן.
* * * *
דורכאויס די געשפרעך האט מעקארטי אויך געבעטן פונעם פרעזידענט ער זאל רופן זשאו ביידען איהם קאנגראטולירן אויף זיין געווינס.
* * * *
לויט באריכטן האבן נאנטע צום פרעזידענט איהם אאויפגעקלערט אז ער שטייט אויס די מעגליכקייט פון ציווילע לאוסוט'ס אין פארבינדונג מיט די קעפיטאל ראיאטן - דאס אפילו אין פאל ער ווערט נישט אנגעקלאגט קרימינאל דערוועגן.
* * * *
וויצע פרעזידענט מייק פענס האט אינפארמירט קאנגרעס ספיקער פעלאוסי אז ער וועט נישט נוצן די פינף-און-צוואנציגסטע אמענדמענט צו באזייטיגן די פרעזידענט, אויספלאסטערענדיג די וועג פאר אן אימפיטשמענט אפשטימונג.
* * * *
פעלאוסי האט פארארדענט געזעצגעבער זאלן זיך אומקערן קיין וואשינגטאן שוין היינט, און זיין גרייט אויף מארגן ניין אזייגער צופריה ווען די אימפיטשמענט פראצעדור וועט זיך פארמאל אנהויבן.
* * * *
רעפובליקאנע קאנגרעספרוי טשעיני -די דריט העכסט-ראנגיגע רעפובליקאנע אין די הויז- זאגט אז זי איז גרייט צו שטימען אין שטיצע פון אימפיטשן די פרעזידענט, ווערענדיג די העכסטע רעפובליקאנע אפיציעל צו שטיצן די אימפיטשמענט.
* * * *
א גרופע מיט'ן נאמען "רעפובליקען אקאונטעביליטי פראזשעקט" האט געמאלדן אז זיי וועלן צושטעלן פופציג מיליאן דאללער פאר רעפובליקאנע געזעצגעבער וואס שטימען אין שטיצע פון אימפיטשן די פרעזידענט - די גרופע ווערט אנגעפירט דורך צוויי געוועזענע אדמיניסטראציע באאמטע.
* * * *
די "זשוינט טשיפס אוו סטעף" האט ארויסגעשיקט א געמיינזאמע מעמאו פאר אלע מיליטערלייט ווי זיי שטעלן קלאר אז אום יאנואר 20 וועט זשאו ביידען ווערן איינגעשוואוירן אלס די זעקס-און-פערציגסטע קאמענדער-אין-טשיף.
* * * *
אזויפיל ווי פופצן טויזענט נעשאנעל גארד זעלנער ווערן אריינגעברענגט קיין וואשינגטאן די.סי. אין צוגרייטונג צום איינשווערונג פון די נייע פרעזידענט.
* * * *
די.סי. מעיאר פרוי באוסער פארלאנגט פון די אינערן דעפארטמענט זאל צוריקציען פון אלע פערמיט'ס ארויסגעגעבן אויף עפענטליכע צוזאמענקונפטן דורכאויס די קומענדיגע וואך.
* * * *
די קעפיטל פאליציי פארשט אויס כאטש צען אפיצירן איבער זייער אויפפירונג דורכאויס די ראיאטן פאריגע וואך.
* * * *
אמווייניגסטענס דריי דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגלידער האבן געמאלדן אז זיי זענען אין די לעצטערע טעג געווארן דיאגניזירט מיט'ן וויירוס - אנגעבליך אין רעזולטאט פון זיך אויפהאלטן לענגערע שעות אינאיינעם מיט אנדערע וואס האבן נישט אויסגעפאלגט סאושעל דיסטענסינג רעגולאציעס.
* * * *
סענאטאר בערני סאנדערס וועט ווערן די פארזיצער פון די "סענאט בודזשעט קאמיטע", א גאר מאכטפולע פאזיציע אין די יעצטיגע צוטיילטע סענאט - עס איז ערווארטערט אז דעמאקראטן וועלן נוצן די בודזשעט "ריקאנסיליעישאן פראצעדור" אדורכצושטופן געויסע געזעצן.
* * * *
די סענאט וועט אפהאלטן קאנפירמעישאן פארהערן פאר זשענעט יעללען אנגעהויבן קומענדיגע דינסטאג - יעללען איז נאמינירט געווארן אלס טרעזשורי סעקרעטאר.
* * * *
די אריינקומענדע פרעזידענט זשאו ביידען איז ערווארטערט צו נאמינירן גערי גענסלער אלס פארזיצער פון די עס.אי.סי.
* * * *
דויטשע באנק וועט אפהאקן אירע ביזנעס האנדלונגען מיט פדאנאלד זשעי. טראמפ איינמאל ער פארלאזט ער פארלאזט די ווייסע הויז - טראמפ איז שולדיג פאר די באנק ארום 300 מיליאן דאללער.
* * * *
א פדעראלע ריכטער האט ארויפגעשטעלט א "סטעי" אויף די הינריכטונג פון פרוי מאנטגאמרי בלויז עטליכע שעה איידער זי האט געזאלט ווערן אומגעברענגט.
* * * *
גאווערנאר ניוסאם פון קאליפארניע זאגט "פארשטענדליך אז מיר זענען גאר שטארק באזארגט איבער אונזערע באליבטע גארילע'ס" - דאס אין רעאקציע צו באריכטן אז עטליכע ביי די סאן דיעגא טיר-גארטן זענען אנגעשטעקט מיט'ן וויירוס.
* * * *
געווזענע מיניאפאליס פאליציי אפיציר דעריק שאווין -פאראנטווארטליך פאר די טויט פון זשארזש פלויד און די נאכפאלגענדע א.ג. "פרידליכע פראטעסטן"- וועט געשטעלט ווערן אויף טרייעל, אנגעפאנגען מארש 8 - די אנדערע אפיצירן פארמישט אין די אינצידענט וועלן האבן זייער טרייעל ערשט אין אוגוסט.
* * * *
געוועזענע מישיגען גאווערנאר ריק סניידער איז ערווארטערט צו ווערן אנגעקלאגט דורך די ארטיגע אטוירני זשענעראל אין פארבינדונג מיט די פלינט וואסער סקאנדאל.
* * * *
די לאוסוט אריינגעגעבן פריער אין יאר דורך די עף.טי.סי. אקען פעיסבוק איז געווארן אריבערגעפירט צו ריכטער זשעימס באוסבערג - דער זעלבע ריכטער וואס הערט אויס די קעיס אריינגעגעבן דורך א גרופע סטעיטס.
* * * *
פעיסבוק האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר ארבעטער זיך נישט צו דרייען מיט קליידונג אדער סיי וואס וואס טוט זיי אידענטיפיצירן אלס ארבעטער ביי די פירמע - דאס אין רעאקציע צו דעם וואס די פירמע האט פארשלאסן די אקאונט פון טראמפ.
* * * *
ראקלענד קאונטי געזונטהייט באאמטע זאגן אז זיי האבן באקומען בלויז 1,000 דאזעס פון די וויירוס וואקסין פון די סטעיט - אלע דאזעס זענען שוין אויסגעגאנגען און די סטעיט קען/וויל זיי נישט באשטעטיגן ווען די קאונטי וועט באקומען נאך.
* * * *
אדוואקאטן פאר קאנגרעסמאן ענטאני ברינדיסי זאגן אז מ'קען שוין מעגליך וויסן ביז ענדע מאנאט ווער עס איז די ענדגילטיגע זיגער אין די לאנג-פארצויגענע קאמף צו פארטרען ניו יארק'ס צוויי-און-צוואנציגסטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט.
* * * *
ניו יארק סיטי זאגט אז זי טוט איבערקוקן אויב ס'איז דא סיי וועלכע לעגאלע וועג ארויס פון עטליכע קאנטראקטן וואס די שטאט האט מיט דאנאלד טראמפ - די קאנטראקטן ברענגן אריין 17 מיליאן דאללער יערליך פאר'ן פרעזידענט'ס פירמע.
* * * *
די סופרים קאורט האט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון א פארלאנג דורך די עף.די.עי. אז געוויסע פּילן טארן נישט געליפערט ווערן דורך די פאסט אדער דעליווערי, נאר מוזן ווערן אפגענומען דורכ'ן מענטש זעלבסט - אפווארפענדיג דערמיט אן אורטייל דורך א נידעריגערע געריכט אז אין ליכט פון די וויירוס דארף די רעגירונג געב ן גרינגערע צוטריט דערצו.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך ינואר 13, 2021 12:09 am

שכח אלעקסיי, הערליך!

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך חיימאוויטש » מיטוואך ינואר 13, 2021 1:22 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דינסטא וארא


א גרופע מיט'ן נאמען "רעפובליקען אקאונטעביליטי פראזשעקט" האט געמאלדן אז זיי וועלן צושטעלן פופציג מיליאן דאללער פאר רעפובליקאנע געזעצגעבער וואס שטימען אין שטיצע פון אימפיטשן די פרעזידענט - די גרופע ווערט אנגעפירט דורך צוויי געוועזענע אדמיניסטראציע באאמטע.


א ישר כוח אלעקסיי.

ווער זענען די צוויי געוועזנע באאמטע פון דעם שטיקל באריכט?
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך ינואר 13, 2021 8:11 am

א דאנק אלעקסיי, איך האב הנאה געהאט.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך ינואר 13, 2021 6:17 pm

דאנקע שעין, איך אלעק מיך יעדעס מאל עקסטער.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ads..com, Graphic24, אזוי וויל איך, וויל וועלן, לא ימושו מפיך, מטעמים, מרדכי ש, צייט פארטרייבונג, קאסאניער, שיינער חלום און 45 געסט