א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג דעצמבער 21, 2020 11:59 pm

יישר כוח @אלעקסיי, ווי געשמאק,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:11 am

אביסל טיפער האט געשריבן:יישר כוח @אלעקסיי, ווי געשמאק,
אז יענער קען קענסטו אויך

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 7:47 am

מצליח האט געשריבן:ענגלאנד געפונט זיך אין א קריזיס נאכדעם וואס פולע לענדער איבער די וועלט האבן פארמאכט זייערע גרעניצן פאר בריטישע געסט אויס זארג פון א פרישע וויירוס ווערסיע וואס פארשפרייט זיך אין די לאנד, אבער עקספערטן זענען ביים מיינונג אז די ווערסיע געפונט זיך שוין לאנג אין ארימיגע לענדער וועלכע האבן נישט אזעלכע גוטע מעטאדן ווי ענגלאנד וויאזוי עס אויפצוכאפן.

8 קאטיוטשע ראקעטן זענען נעכטן געשאסן געווארן אין ריכטונג פון די אמעריקאנער אמבאסאדאר אין די שווער-באשיצטע גרינע זאנע אין איראק'ס הויפטשטאאט באגדאד

די הויף פון די אמעריקאנער אמבאסאדא אין ירושלים האט באקומען א נאמען נאך ווייסע הויז ראטגעבער דזשערעד קושנער, אלץ אנערקענונג פאר זיין ארבייט נאנט צו ברענגן מדינת ישראל מיט אראבישע און מוסלומענער לענדער

קאנגרעספרוי וואטערס פון קאליפארניע איז ארויס געקומען מיט שארפע ווערטער אקעגן פרעזידענט טראמפ אין ליכט פון די רוסישע העקעריי אויף רעגירונג אגענטורן, זאגענדיג, אז קאנגרעס האט פארפאסט א געלעגענהייט אים צו אימפיטשן

דער געוועזענער סי-איי-עי דירעקטער דזשאן ברענען האט געגעבן פרישע ברענשטאף פאר די יו-עף-או גלייבער, ביים לאזן פאלן ווערטער אז עס זענען מעגליך פארהאן אנדערע סארטן זאכן ארויס פון די ערד-קוגל פון וואס מענטשען ווייסן נישט

מער ווי א מיליאן מענטשען זענען אריבער אמעריקאנער לופטפעלדער יעדע איינס פון די לעצטע צוויי טעג, אן אנדייטונג אז אמעריקאנער איגנארירן די רופן פון געזונטהייט באאמטע נישט צו רייזן צופיל די יעצטיגע טעג

ניו דזשורסי גאווערנער פיל מורפי האט אינטערגעשריבן אן עקזעקאטיוו ארדער צו פארלענגערן מיט נאך 30 טעג די פובליק העלט אמערדזשענסי אקטיוויזירט ביים אנפאנגן פון די וויירוס קריזיס

טשילי'ס פרעזידענט איז באטשראפט געווארן מיט 3,500 דאלאר פאר'ן זיך שטעלן פאר א בילד צוזאמען מיט א צווייטן אן האבן א מאסק אויפ'ן געזיכט

אייראפעאישע אוויאציע רעגולעיטערס האבן באשטעטיגט אז די באואינג 737 מעקס פלגיער האט מער נישט קיין פראבלעם און מען קען רואיג פליען דערמיט

די פארבליבענע לענדער אנגעשלאסן אין די 2015 נוקלעארע אפמאך מיט איראן געבן איבער אז זיי רישן זיך אז אז די אפמאך וועט באנייט ווערן איינמאל דזשאו ביידן קומט אריין אין ווייסן הויז

א מדינת ישראל מתנחל איז אומגעקומען אין א קאר עקסידענט דורכאויס א פאליציי געיעג. ווי די פאליציי זאגט האבן אפיצירן אנגעפאנגן נאכיאגן א גרופע מתנחלים וועלכע האבן געווארפן שטיינער אויף פאלעסטינער, און אינמיטן זיי נאכיאגן האט פאסירן אן עקסידענט פון וואס איינער איז אומגעקומען

א מדינת ישראל סאלדאט איז געווארן ארויס געווארפן פון זיין איינהייט אלץ שטראף פאר'ן נישט עפענען פייער אויף א פאלעסטינער וועלכע האט געווארפן א פלאש באמבע אויף אים

נאנטע קוועלער צו פרעזידענט טראמפ געבן איבער, אז דער פרעזידענט האט נישט קיין באלדיגע פלענער צו מעלדן א 2024 פרעזידענט פארמעסט, אנדערש ווי פריערדיגע באריכטן אז ער קען ארויס קומען מיט אזא מעלדונג גאר אין קורצן

ווייסע הויז ראטגעבער דזשערעד קושנער זאגט אז די שריט פון די ווייסע הויז צו אנערקענען ירושלים אלץ הויפטשטאט פון מדינת ישראל האט געפירט צו א כוואליע שלום אפמאכן

4 טורמע וועכטער און א קעפטין זענען פארוואונדעט געווארן אין אן איבערפאל דורך א ווילדע ארעסטאנט אין רייקערס איילענד

ניו יארק סיטי שעריף דעפיוטיס האבן געשטורעמט א געהיימע פארזאמלונג אין קווינס וואו עס האבן זיך געפונען ארום 165 מענטשען

צוויי מענטשען זענען לייכט פארוואונדעט געווארן ווען א קליינע עראפלאן האט זיך אראפ געגליטשט פון די ראנוועוי ביי א לופטפעלד אין לאנג איילעאנד

ש'כח זייער שיין, נאר ענדיג צי וועם קומט זיך די קרעדיט....?
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 9:44 am

דאס איז ווארט ביי ווארט פון קול מבשר. ביטע קומעדיגע מאל שרייבן פון וואו מען נעמט עס.

עס איז פשוט אלץ מענטשליכקייט אז מען נעמט פון ערגעץ א באריכט אז מען שרייבט דער מקור דערצו.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 10:36 am

מאן קען אפשר סטאפן צו קריטיקירן ניקים,
מען קען עס טוהן אין אישי
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2864
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 10:46 am

עכט היימיש האט געשריבן:

זיי זאגן אויכט נישט די נאמען ווער עס שרייבט זיי די נייעס...
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 10:46 am

אלט מאנרא האט געשריבן:

:lol:
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

עומד מן הצד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עומד מן הצד » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 3:38 pm

כ'האב גראדע זייער הנאה פון הרב מצליח, כ'קום נישט אן כמעט צו הערן ק''מ,זייער א שיינע זאך צוזאמצונעמען אלע נייעס'לעך אונטער איין תגובה, אויב די עולם השומעים לקול מבשר שפירן זיך געטראפן, וואלט כ'געראטן מ'זאל טאקע עפענען א באזונדערע אשכול וואס איז מסכם אלע ק''מ נייעס, אז ווער ס'נישט אינטערעסירט דערין ברויך נישט אריינשפאצירן דארט.
קיפ איט אפ הרב מצליח

הצלחה וברכה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:08 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הצלחה וברכה » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 3:57 pm

עומד מן הצד האט געשריבן:כ'האב גראדע זייער הנאה פון הרב מצליח, כ'קום נישט אן כמעט צו הערן ק''מ,זייער א שיינע זאך צוזאמצונעמען אלע נייעס'לעך אונטער איין תגובה, אויב די עולם השומעים לקול מבשר שפירן זיך געטראפן, וואלט כ'געראטן מ'זאל טאקע עפענען א באזונדערע אשכול וואס איז מסכם אלע ק''מ נייעס, אז ווער ס'נישט אינטערעסירט דערין ברויך נישט אריינשפאצירן דארט.
קיפ איט אפ הרב מצליח

גא"מ ;l;p-

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 4:33 pm

פון די נעכטיגע 'הכותרות' אימעיל, איך האב עס נישט געזען דא באריכטטעט אויף אייוועלט , מיר האט געפאלן די נייעס...

אחרי שהתחזה למפעילו: מנהיג האופוזיציה הרוסי הצליח לשוחח במשך 45 דקות עם אחד הסוכנים שלקחו חלק בצוות שניסה לחסלו

רשת CNN פרסמה אתמול (שני) כי אלכסיי נבלני מנהיג האופוזיציה הרוסי ויריבו הגדול של הנשיא פוטין, יצר קשר עם הסוכן רוסי שנשלח להרעיל אותו, והצליח להשיג פרטים חדשים על נסיון החיסול שבוצע באמצעות הטמנת רעל בבגדיו.

- נבלני התקשר לסוכן קונסטנטין קודריבצב, והזדהה כגורם בכיר בארגון ה-FSB, אשר לכאורה ביקש לבצע עמו תחקיר לפעולה. מספר הטלפון של נבלני הוסווה והוצג עבור קודריצב כמספר הטלפון של אחד ממפעיליו. השניים שוחחו במשך 45 דקות בטלפון, במהלכן דרש נבלני לקבל הבנה מחברי הצוות מה השתבש ומדוע נבלני לא הורעל למוות. במהלך השיחה ניכר כי קודריבצב חושש כי קו הטלפון שלהם אינו מאובטח, אך נבלני דוחק בו להמשיך ולדווח באופן מיידי, שכן "דיון במועצת הביטחון הגבוהה ביותר ממתין לתשובותיו".

- הסוכן נשאל בין היתר כיצד הגיע הרעל לגופו של נבלני, והוא השיב בפשטות "דרך בגדיו הפנימיים". עוד הוא ענה לשאלותיו של נבלני עצמו כי הרעל הוחדר לתפרים הפנימיים של הבגדים. לטענת טוקסיקולוגים שלקחו חלק בתחקיר העיתונאי, הצמדת הרעל לבגדים ובכך הגדלת החשיפה לחלקים גדולים מהעור היא אחת הדרכים הבטוחות להרעלה, במיוחד כאשר הקרבן מתחיל להזיע.

- מהתחקיר עולה כי התוקפים השתמשו בחומר בצורתו המוצקה, ולא בנוזל כפי שנעשה שימוש על מנת להרעיל את הסוכן הכפול לשעבר, סרגיי סקריפל.
- פרט מעניין שקודריאבטסב חושף הוא שייתכן כי מה שעשוי היה להיות הגורם ששיבש את מבצע החיסול הוא נחיתת החירום שביצע המטוס הרוסי, לאחר שנבלני התמוטט במהלך הטיסה למוסקבה תוך שהוא זועק מכאבים. "זו טיסה של שלוש שעות, זו טיסה ארוכה", אמר קודריאבטסב בשיחת הטלפון. "אם אתה לא מנחית את המטוס אז האפקט היה שונה והתוצאה הייתה שונה. לכן אני חושב שהמטוס שיחק תפקיד משמעותי".

- "לא ציפינו שכל זה יקרה, אני בטוח שהכל השתבש", אמר קודריבצב, ובכך חיזק את החשדות המוקדמים כי הכוונה הייתה להרוג את נבלני. כאשר נשאל על מינון הרעל שנעשה בו שימוש אמר כי "למיטב הבנתי הוספנו קצת תוספת".

- לפי CNN, שכאמור שותפה לתחקיר הבינלאומי, אין ברשותה ראיות שקודריאבטסב אכן היה היה בטומסק שבסיביר בעת שהרעל לכאורה הוטמן בבגדיו של נבלני, אולם בשיחה הוא מספק פרטים שמראים כי ידע על שאירע שם, ולקח חלק בניסיון להסתיר ראיות מבית החולים הרוסי שבו אושפז נבלני. בשיחה חושף קודריאבטסב כי נשלח פעמיים לאומסק – העיר שבה נלקח נבלני לבית החולים – וזאת כדי לנקות את בגדיו של נבלני ולוודא שאין בהם אפילו זכר של עקבות כימיות. "כדי שלא יהיו הפתעות על הבגדים?", שואל אותו נבלני המתחזה. "בגלל זה הלכנו לשם כמה פעמים", עונה לו קודריאבטסב.

- תחקיר מהשבוע שעבר חשף כי צוות הסוכנים שהרעילו את נבלני מנה בין שישה לעשרה סוכנים שעקבו אחריו במשך יותר משלוש שנים. לפי התחקיר, המבוסס על נתוני טיסות ונתוני מיקום ששידרו טלפונים סלולריים, אנשי היחידה הזו שהו סמוך לנבלני בעת שהורעל באוגוסט האחרון. בתחקיר צוינו פרטיהם של חברי הצוות, ונאמר כי יש להם הכשרה מיוחדת בנשק כימי וברפואה. הוא פירט גם את המעבדות שבהן יוצר החומר שעמו הורעל נבלני.

- לאחר שמרבית הסוכנים זוהו, ניסה CNN ליצור עמם ועם הממונים עליהם קשר. מבצעי התחקיר התרשמו כי איש מהסוכנים אינו מעוניין לדבר עמם, לאחר שאחד מהם אף טרק את דלת ביתו בפניהם, ולכן הוחלט לפנות לאחד מהם באופן עקיף. נבלני, שעדיין מתאושש מההרעלה שיצר כאמור קשר עם קודריבצב בעצמו.

- ב-FSB הגיבו בביטול לפרסום השיחה. סוכנות הידיעות הממלכתית דיווחה שבארגון טוענים כי "התיעוד של שיחת הטלפון מזויף" וכן כי מדובר ב"פרובוקציה מתוכננת" של מנהיג האופוזיציה. בשבוע שעבר הודה פוטין כי סוכני הארגון הממשלתי FSB אכן עקבו אחרי נבלני, אך הכחיש שהרעילו אותו ואף אמר: "אם רוסיה הייתה רוצה אותו מת, הוא היה מת".

בקיצור שטייט דא אז דער רוסישער אפעזאציע פיגור נאוואלני וואס איז געווארן פאר'סם'ט עטליכע וואכן צוריק האט געמאכט א פאון קאל צו די רוסישע אגענטן וואס האבן געהאט פראבירט אים צו דערמארדן און ארויסגעווישט פון זיי אסאך אינפארמעישן... ער האט זיך געהאט פארגעשטעלט פאר זיי אלץ א FSB אגענט וואס גייט יעצט האבן א וויכטיגע מיטינג מיט די הויעכע באאמטע און זיי ווארטן אויף תשובות פארוואס די מארד איז דורכגעפאלן...

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 10:53 pm

דינסטאג ויגש

די פעדעראלע רעגירונג האט אנגעקלאגט וואלמארט אויף די באשולדיגונג אז זייערע ביזנעס פראקטיצירונגען האבן בייגעשטייערט צו די אפיאד קריזיס אין אמעריקא, וואס האט געפירט צו די טויט פון טויזענטע - אדער גאר צענדליגע טויזענטע - דורכאויס די לעצטע צענדליגע יארן. די קלאגע באשולדיגט אז וואלמארט האט נישט צוגעשטעלט גענוג סטעף ביי אירע אין-סטאר פארמאסיס און דאס האט געפירט דערצו אז אומבארעכטיגטע האבן אויך געקענט באקומען פרעסקריפשאן דראגס.
* * * *
עלאן מאסק זאגט היינט אז אינמיטן פון די גאר שווערע צייטן פאר זיין טעסלא פירמע, האט ער אנגעטראגן פאר טים קאוק פון עפל ער זאל אויסקויפן טעסלא פאר א צענטל פון די יעצטיגע ווערד פון די פירמע - ווי מאסק זאגט, האט קאוק זיך ניטאמאל געוואלט טררעפן מיט איהם דאס צו דיסקוסירן.
* * * *
פריער אין יאר - אנהויב אקטאבער - האבן מערערע עירליינס אפגעזאגט צענדליגע טויזענטער ארבעטער, צוליב וואס פעדעראלע שטיצע פאר די אינדוסטרי איז דאן אפגעלאפן - יעצט מיט'ן אדורכפירן די פרישע סטימילוס געזעץ, וואס אנטהאלט ביליאנען דאללער פאר די עירליינס, גרייטן זיי זיך צוריקצורופן אסאך פון די אפגעזאגטע ארבעטער.
* * * *
ווי שוין באריכטעט דא אויפן וועלטל, האט די ניו יארק'ער אטוירני זשענעראל היינט אריינגעגעבן א קלאגע אין די סטעיט געריכט קעגן די "נעשאנעל רייפעל אסאסיעישאן" (ען.אר.עי.) מיטן באשולדיגונג אז די פירער פון די פאראיין האבן גערויבט אזויפיל ווי 64 מיליאן דאללער פאר זייער פערזענליכע באנוץ דורכאויס די לעצטע 3 יאר.
אין רעאקציע האט די אסאסיעישאן אריינגעגעבן א קלאגע אין ניו יארק פעדערלאע געריכט - נארדערן דיסטרריקט - מיט'ן פארלאנג אז די געריכט זאל ארויסגעבן אן ארדער פאר די עי.זשי. זי זאל אפשטעלן איר אויספארשונג.
היינט האבן 16 רעפובליקאנע אטוירניס זשענעראל אריינגעגעבן א פיילינג אין געריכט אין שטיצע פון די ען.אר.עי. - זיי באשולדיגן אז די ניו יארק עי.זשי. פארשט אויס די גרופע בלויז צוליב וואס זי גלייכט נישט זייערע פאליטישע אנשויאונגען.
* * * *
פרעזידענט טראמפ'ס לאנגיעריגע באנקירער ביי דויטשע באנק האט געמאלדן אז זי וועט רעזיגנירן פון אמט. לויט באריכטן זוכט די באנק זיך אפצושאקלען פון די אמעריקאנע פרעזידענט צוליב די נעגאטיווע דעקונג וואס ער ברענגט זיי אן.
* * * *
טוניזיא'ס אויסערן מיניסטעריום זאגט היינט אז זיי האלטן, דערווייל, נישט ביים שליסן סיי וועלכע נארמאליזירן אפמאך מיט מדינת ישראל - טוניזיא איז באטראכט געווארן אלס איינע פון די לענדער וואס שטייען מעגליך אין די רייע פאר אזא אפמאך.
* * * *
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם זאגט אז ער וועט שטעלן די ארטיגע סעקראטערי אוו סטעיט - אלעקס פאדיללא - צו ערפילן די סענאט זיץ פון פרוי העריס איינמאל זי ווערט איינגעשוואוירן. קאליפארניע סענאטארשע פיינסטיין האט באגריסט די אויסוואל. לויט באריכטן האט ניוסאם זיך לעצטענס אויסגעדרוקט "ס'איז א גיהנום פון א אויסוואל, דו ביסט גאראנטירט צו אויפברויזן מער מענטשן ווי דו וועסט צופרידנשטעלן" - אין ליכט פון רופן דורך פארשידענע גרופעס ער זאל שטעלן א פרוי, א שווארצע, א היספאנישע וכדו'.
* * * *
דר. בירקס פון די ווייסע הויז וויירוס טעסק פארס האט געמאלדן אז זי וועט ריטייערן פון פאזיציע - דאס קומט נאך וואס עס איז באריכטעט געווארן אז זי געפארן מיט איר פאמיליע דורכאויס די טענקסגיווינג וויקענד האלידעי, אין קעגנזאץ צו די ראט ארויסגעשטעלט פאר אלגעמיינע אמעריקאנע צו בלייבן אינדערהיים.
* * * *
די פעדעראלע עס.אי.סי. האט אנגעקלאגט די "ריפפל" קריפטאוקארענסי פירמע איבער באשולדיגונגען אז די פירמע האט אומלעגאל פארקויפט 1.3 ביליאן דאללער אין אומרעגיסטריטע וואלוטע - די ריפפל פירמע פירט אן מיט די "עקס.פי.אר." קרייפטאוקארענסי און איז די דריט-ווערדפולסטע פירמע אין די אינדוסטרי.
* * * *
פרעזידענט טראמפ האט היינט ארויסגעשיקט א טוויטשעקלע ווי ער רופט פאר א פריימערי קעגן רעפובליקאנע סענאטאר זשאן טוהן פון סאוט דאקאטע "סאוט דאקאטע גלייכט נישט קיינע שוואכלינגען. ער וועט ווערן פריימעריד אין 2022, זיין פאליטישע קאריערע איז פאראיבער" - טוהן איז די צווייט העכסטראנגיגע רעפובליקאנע סענאטאר נאך מעקקאנעל.
* * * *
די דעפארטמענט אוו האומלענד סעקיוריטי גרייט זיך ארויסצושטעלן אן עדווייזארי פאר אמעריקאנע פירמעס וואס וועט ארויסברענגן די ריזיקע פון טוען ביזנעס מיט כינעזע פירמעס - די עדווייזארי וועט זיך ספעציפיש קאנצעטרירן ארום די געפאר פון דעיטא וואס פאלט אריין די הענט פון כינעזע און וויאזוי די ארטיגע געזעצן ערלויבן די רעגירונג דאס אויסצונוצן.
* * * *
די זשוסטיס דעפארטמענט באשולדיגט אז א כינעזע באזירטע עקזעקיוטיוו פון די "זאום" פירמע האט צושטערט צערמאניעס צו אפצייכענען די 1989 טיאנאנמען סקוועיר מארד - די באשולדיגונג גייט נאך ווייטער, אז דער עקזעקיוטיוו האט ווייטער געשיקט באנוצער דעיטע פון אמעריקאנע צו די כינעזע "מיניסטרי אוו סטעיט סעקיוריטי".
* * * *
אין א יערליכע באריכט פון די איי.זשי. פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט זעהט מען ווי זוואך די "סייבערסעקיוריטי ענד אינפראסטרוקטשור סעקיוריטי עיזשענסי" איז געווען צוגעגרייט פאר סיי וועלכע סייבער אינצידענט - פון די דריי אגענטורן נאכגעקוקט, די CBP, ICE, און די CISA, איז CISA אריינגעקומען די מיט די שוואכסטע רעיטינג - און דייקא אויף די צוגעגרייטקייט איבער וויאזוי צו רעאגירן ווען מ'דעקט אויף א איינברעכעריי און וויאזוי צו פארזיכערן די אינפארמאציע נאכדעם זענען זיי די שוואכסטע נאר מעליך.
* * * *
די עף.די.עי. זאגט זיי האבן ארויסגעשיקט א ווארענונג פאר די "עמעזאן-גאנצע עסן" צו פארלאנגען אן ענטפער איבער מערערע אינצידענטן ווי עסן געקויפט פון זייער זייטל איז נישט געווען ריכטיג באצייכענט - די אגענטור זאגט אז די פירמע האט שוין געדארפט צוריקרופן העכער 30 פראדוקטן צוליב אלערזשי אינפארמעישאן וואס איז נישט געווען גענוג קלאר באצייכענט.
* * * *
סענאטאר מעקקאנעל פפארשפרעכט אז אלע ביידען נאמינירטע וועלן באקומען א סענאט אפשטימונג - ער זאגט אויך אז נישט אלע וועלן דורכגיין, אבער כאטש וועט מען שטימען דערויף.
* * * *
טראמפ האט היינט אויסגענוצט זיין פרעזידענטליכע מאכט צו שענקן פארדן'ס פאר 15 פערזאנען, און געשניטן די טורמע טערמינען פון 5 אנדערע. צווישן די פארדאן'ס ציילן זיך געווזענע קאנגרעסלייט - טראמפ קאמפיין געהילף זשארזש פאפדאפאלאוס וואס איז אנגעקומען אין טורמע צוליב די מולליער אויספארשונג - 4 געוועזענע איראק וועטעראנען וואס האבן אומגעברענגט 17 איראקער דורכאויס א ווילדע צוזאמשטויס - עטליכע ארעסטירט אויף נישט ווילדע דראג און פינאנציעלע פארברעכן'ס.
* * * *
באריכטן גיבן אן אז פעדעראלע פראקורן אין ניו יארק זוכן צו באקומען צוטריט צו רודי זשוליאניס עלעקטראנישע קאמיוניקאציעס - אזא שריט דארף די צושטימונג פון די וואשינגטאן הויפטקווארטירן נאך פאר די לאקאלע פראקורן בעטן א געריכטליכע וואראנט, צוליב וואב וואס עס קען מעגליך ברענגען קלייענט-אטוירני פריווילעזש פראבלעמען.
* * * *
ביידען זאגט היינט אז דאס צוריקדרייען די טראמפ אימיגראציע פאליסיס ביי די גרעניץ וועט ווארשיינליך נעמען ארום 6 מאנאטן - ווי ער זאגט האט שוין גערעדט דערוועגן מיט די מעקסיקאנער און אנדערע צענטראל-אמעריקאנער פירער.
* * * *
א פאליציי אפיציר אין קאלאמבוס, אהייאו, וואס האט אומגעברענגט א שווארצע מאן האט נישט אקטיוויזירט זיין קערפער קאמערא - צוליב וואס עס איז נישט געווארן באריכטעט אלס אן עמערזשענסי רוף. ווי די ארטיגע מעיאר זאגט האט די קאמערא זיך זעלבסט אנגעצינדן, אבער בלויז די ווידיאו טייל דערפון און נישט די אודיאו.
* * * *
א הויכראנגיגע ארבעטער ביי די דאמיניען פירמע האט אריינגעגעבן א פארלוימדונג קלאגע קעגן דאנאלד טראמפ, פרוי פאועל, רודי זשוליאני, און נאך עטליכע רעכט גענויגטע אויסגאבעס און אקטיוויסטן - ער באשולדיגט אז אין רעזולטאט פון די באשולדיגונגען ארויסגעשטעלט קעגן די פירמע האט ער געמוסט אריינגיין אין באהעלטעניש אויס זארג פאר זיין לעבן.
* * * *
די דעמאקראטישע קאנדידאט פאר די אייאווע 2'טע קאנגרעסיאנאלע זיץ, פרוי הארט, האט פארלוירן די וואלן צום רעפובליקאנע קעגנער מיט א קנאפע זעקס שטימען, יעצט האט הארט אריינגעגעבן א פארלאנג אין קאנגרעס בעטנדיג אז קאנגרעס זאל דורכפירן א ריקאונט אויף די בעללאט'ס - זי באשולדיגט אז עס זענען דא 22 שטימען וואס זענען נישט געציילט געווארן. קאנגרעס האט די מאכט צו באשליסן וועלכע קאנדידאט אנצונעמען.
* * * *
פעיסבוק האט פריער אין יאר פרובירט צו פארהאנדלען מיט פעדעראלע פראקורן אין א פארזוך צו אויסמיידן די קלאגע ארויסגעשטעלט פריער אין מאנאט - אונטער זייער פארשלאג וואלט די פירמע איינגעגאנגען זיך צו צוטיילן אין עטליכע קאמפעניס אזוי ארום נישט זייענדיג צו גרויס.
* * * *
עקטינג פארטיידיגונג סעקרעטאר קריסטאפער מיללער איז ערשינען אויף א אומגעמאלדענע בליץ באזוך אין אפגאניסטאן, ווי ער האט זיך געטראפן מיט אמעריקאנע זעלנער דארט סטאנציאנירט - אויך האט ער זיך געטראפן מיט די ארטיגע פרעיזעדענט. דאס איז די צוייטע באזוך פון הויכראנגיגע אמעריקאנע באאמטע אין די לעצטע וואך, נאכפאלגענדיג די באזוך פון די טשעירמאן אווו די זשוינט טשיף'ס אוו סטעף.
* * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע האט היינט געמאלדן פרישע סאנקציעס אויף אסמא אסאד, די פרוי פון די סירישע דיקטאטור, ווי אויך די ארטיגע צענטראלע באנק, און נאך א רייע פיגורן - די סאנקציעס קומען אין רעזולטאט פון ווס זיי טוען - אנגעבליך - שטערן די שלום פלענער פאר די שלאכטן צופליקטע לאנד.
* * * *
סענאטאר מארקאו רוביא איז ארויסגעקומען מיט א רוף פאר די קאמערס דעפאטמענט זאל שטרענגער מאכן די פארבאט ארום פארקויפן טעכנעלאגיע פאר געוויסע כינעזע קאמפעניס - ווי ער זאגט, טוען די יעצטיגע צוימונגען ערלויבן די האנדעל אנצוגיין כמעט אומגעשטערט.
* * * *
דורכאויס א פארהער היינט אין א פעדעראלע דיסטריקט געריכט ארום די דאקא פראגראם, האבן אדוואקאטן פאר די סטעיטס וואס זוכן אנצוהאלטן די פראגראם געבעטן פון די ריכטער ער זאל צוווארטן מיט די פראצעס ביז ווילאנג די נייעס אדמיניסטראציע קומט אריין אין אמט "צוליב די אנגייענדע טראנזישאן, קען די געריכט ערווארטען פרישע טוישונגען אין די פראגראם".
אויף דעם ארויף האט די ריכטער געפרעגט וואס די נייע אדמיניסטראציע וואלט געטוען אנדערש ווי די אבאמא אדמיניסטראציע - וועם ער האט שוין אין 2015 געשטערט פון אויסברייטערן די פראגראם.
צווישן די פראגעס אויסגעשמועסט היינט איז געווען, וואס צו טוען אין פאל די געריכט אורטיילט אז די פראגראם איז אומלעגאל - און ווי ווייט די פעדעראלע רעגירונג קען גיין מיט'ן באשליסן צו נישט דעפארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן "וואס טוט אפהאלטן די עקזעקיוטיווע ברענטש פון אפשטיפן דאס דעפארטירן יעדע אומלעגאלע אין לאנד" האט די ריכטער געפרעגט.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אידישע מוח » דינסטאג דעצמבער 22, 2020 11:29 pm

הצלחה וברכה האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:כ'האב גראדע זייער הנאה פון הרב מצליח, כ'קום נישט אן כמעט צו הערן ק''מ,זייער א שיינע זאך צוזאמצונעמען אלע נייעס'לעך אונטער איין תגובה, אויב די עולם השומעים לקול מבשר שפירן זיך געטראפן, וואלט כ'געראטן מ'זאל טאקע עפענען א באזונדערע אשכול וואס איז מסכם אלע ק''מ נייעס, אז ווער ס'נישט אינטערעסירט דערין ברויך נישט אריינשפאצירן דארט.
קיפ איט אפ הרב מצליח

גא"מ ;l;p-

גא״מ
זייער הנאה געהאט
Keep them up please

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 5:56 am

אידישע מוח האט געשריבן:
הצלחה וברכה האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:כ'האב גראדע זייער הנאה פון הרב מצליח, כ'קום נישט אן כמעט צו הערן ק''מ,זייער א שיינע זאך צוזאמצונעמען אלע נייעס'לעך אונטער איין תגובה, אויב די עולם השומעים לקול מבשר שפירן זיך געטראפן, וואלט כ'געראטן מ'זאל טאקע עפענען א באזונדערע אשכול וואס איז מסכם אלע ק''מ נייעס, אז ווער ס'נישט אינטערעסירט דערין ברויך נישט אריינשפאצירן דארט.
קיפ איט אפ הרב מצליח

גא"מ ;l;p-

גא״מ
זייער הנאה געהאט
Keep them up please

כ'האב אויך זייער הנאה געהאט, נאר נעקסט טיים זאג פון ווי דו נעמסט עס
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 12:27 pm

פיינע קאקאש היינט @אלעקסיי
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 12:49 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דינסטאג ויגש

קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם זאגט אז ער וועט שטעלן די ארטיגע סעקראטערי אוו סטעיט - אלעקס פאדיללא - צו ערפילן די סענאט זיץ פון פרוי העריס איינמאל זי ווערט איינגעשוואוירן. קאליפארניע סענאטארשע פיינסטיין האט באגריסט די אויסוואל. לויט באריכטן האט ניוסאם זיך לעצטענס אויסגעדרוקט "ס'איז א גיהנום פון א אויסוואל, דו ביסט גאראנטירט צו אויפברויזן מער מענטשן ווי דו וועסט צופרידנשטעלן" - אין ליכט פון רופן דורך פארשידענע גרופעס ער זאל שטעלן א פרוי, א שווארצע, א היספאנישע וכדו'.
* * * *

פיינע קאקאש, קיפ איט אפ אלעקסיי.
ער מיז שטעלן איינעם? קען נישט פאר ריפן ספעציעלע וואלן?

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 1:18 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:פיינע קאקאש היינט @אלעקסיי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 10:56 pm

מיטואך ויגש

ערשט מאליגע אנעמפלוימענט קלעימס פאריגע וואך איז געפאלן צו 803,000 - אראפ פון פאריגע וואך, און היבש נידעריגער פון וואס עקאנאמיסטן האבן געהאט ערווארטערט.
* * * *
ציפערן ארויסגעגעבן דורך די סי.די.סי. צייגן אז העכער א מיליאן אמעריקאנע האבן שוין באקומען די ערשטע וויירוס וואקסין דאזע - ביז היינט זענען שוין אפגעליפערט געווארן באלד 9.5 מיליאן דאזעס.
* * * *
באריכטן גיבן אן אז די אמעריקאנע רעגירונג באטראכט א פלאן פון פארשליסן די עמבאסי אין באגדאד נאך א לעצטיגע אויפשטייג אין ראקעט אטאקעס - "אביסעלע פריינטליכע עדווייס פאר די איראנע: אויב איין אמעריקאנע זאל שטארבן, וועל איך האלטן איראן פאראנטווארטליך. טראכט'ס עס גוט איבער" האט די פרעזידענט היינט גע'טוויטשקעט.
* * * *
קוועלער גיבן אן אז די "פרינסיפעלס קאמיטי גרופע" - רעכענט אריין סעקראטערי אוו סטעיט, נעשאנעל סעקיוריטי עדווייזער, און דעפענס סעקראטערי - האט זיך היינט געטראפן אין ווייסן הויז מטכס עצה צו זיין איבער וויאזוי צו רעאגירן אין פאל איראן נעמט אונטער ווילדערע שריט אין די קומענדיגע טעג.
* * * *
אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז די הויפט פון די איראנע קודס קרעפטן, גענראל איסמאיל קאני, איז פריער אין וואך געווען אויף א באזוך אין באגדאד.
* * * *
די רעגירונג האט היינט געשלאסן א פרישע אפמאך מיט די פייזער פירמע, באשטעלענדיג נאך 100 מיליאן וואקסין דאזעס.
* * * *
רייזענדע פון ענגלאנד וואס קומען אן קיין ניו יארק סיטטי וועלן מוזן אריינגיין אין איזאלאציע, אדער אויסשטיין א 1,000 דאללער שטראף פער טאג - ווי דער הויכגעשפראצטע מעיאר זאגט וועלן די שעריף דעפיוטי'ס ארומגיין האלטן אן אפענע אויג דערויף.
* * * *
קאליפארניע באאמטע באטראכטן שוין אויך צו נעמען ענליכע שריט צו ניו יארק אין באצוג צו די פרישע וויירוס ווערסיע - אין קאליפארניע קומט דעי אויפדעקונג אין א גאר א נישט גוטע צייט, די סטעיט האט פאריגע וואך באשטעלט פרישע 5 טויזענט קערפער בעג'ס ה"י.
* * * *
די עף.בי.איי. האט היינט ארעסטירט א ניו העמפשיר איינוואוינער אויף קלאגעס אז יענער האט געסטראשעט א מיטגליד פון די וועין קאונטי באורד אוו קענוועסערס אין מישיגען נאך וואס יענער האט נישט געוואלט באשטעטיגן די קאונטי וואל רעזולטאטן.
* * * *
די "נורא" סעלף-דרייווינג קאר פירמע האט היינט געמאלדן אז אנגעהויבן קומענדיגע יאר וועלן זיי זיך באנוצן מיט גענצליך דרייווערלאזע קאר'ס פאר דעליווערי'ס - דאס קומט נאך וואס זיי האבן ערהאלטן א קאליפארניע סטעיט פערמיט דערפאר.
* * * *
די ווייסע הויז האט היינט ארויסגעשטעלט א דאקיומענט מיט געדאנקען און פארשלאגן איבער וויאזוי צו רעגולירן די "סטעיבלקוין" קריפטאוקארענסי אינדוסטרי - די סטעיבלקוין איז דעזיינט געווארן צו נישט זיין אזוי ווילד ווי די אנדערע ביז יעצטיגע קריפטאו קארענסי'ס. דאס איז בלויז דיערשטע טריט אין א לענגערע שפאציר ביז עס ווערן באשטעטיגט די רעגולאציעס ארום דעם.
* * * *
די ניו יארק סטעיט רעגירונג גרייט זיך צו פארשליסן דריי אפסטעיט טורמעס, אין א שריט וואס די גאווערנאר וועט שפארן ארום 90 מיליאן דאללער א יאר - די ארום 1,500 ארעסטאנטן וועלן ווערן טראנספערירט צו אנדערע טורמעס לענגאויס די סטעיט.
* * * *
ניו יארק סיטי מעיאר האט נעכטן אפעלירט צו סטעיט פירער זיי זאלן ערלויבן די סיטי צו פארברייטערן די ספידינג קאמערא אפעראציע שטונדן לענגאויס די סיטי - אונטער די יעצטיגע סיסטעם קענען קאמעראס ארבעטן בלויז פון זעקס אזייגער צופריה ביז צענער אויפדערנאכט. די מעיאר זאגט אז דאס לאזט איבער טייל פון די טויליכסטע שטונדן אן סיי וועלכע אפהאלט פאר דרייווער צו ספידן.
* * * *
ווי שוין באריכטעט נעכטן האט קאליפארניע גאווערנאר ניוסאם געשטעלט די ארטיגע סעקראטערי אוו סטעיט צו ערפילן די סענאט זיץ פון די אריינקומענדע וויצע פרעזידענט - דאס האט איבערגעלאזט שווארצע שאקטיוויסטן אין די סטעיט עטוואס אויפגעברויזט. אין א פראוו זיי צו בארואיגן האט ניוסאם היינט געמאלדן אז אסעמבליפרוי וועבער - א שווארצע - וועט איבערנעמען די אמט פון סא"ס.
* * * *
א פעדעראלע ריכטער אין קאליפארניע האט געאורטיילט אין שטיצע פון צוימונגען פון די ארטיגע גאווערנאר ארויפגעשטעלט אויף אינערליכע רעליגיעזע געבעט הייזער - די ריכטער ווייזט אן אז דאס אז די גאווערנאר ערלויבט די געבעטן צו אנגיין אינדרויסן טוט באשיצן זייער רעכט צו פראקטיצירן רעליגיע.
* * * *
פרעזידענט טראמפ נעכטן אונטעגעשריבן א מעמאו וואס ערלויבט ספעשל קאונסעל זשאן דורהעם צו ארויסגעבן קלאסיפיצירטע אינפארמאציע אין פארבינדונג מיט די אנהויב פון די ראשעקאלוזשען אויספארשונג פאר א גרענד זשורי - אזוי אויך טוט די מעמאו פארזיכערן אז דורהעם פארבלייבט מיט די מאכט ביז ווילאנג זיין אויספארשונג קומט צו אן ענדע.
* * * *
עס.אי.סי. פארזיצער זשעי קלעיטאן האט היינט געמאלדן זיין רעזיגנאציע, אנגעהויבן פון דעצעמבער 23.
* * * *
די פעדעראלע CISA אגענטור, פאראנטווארטליך פאר די זיכערהייט פון די רעגירונג'ס סייבער וועלט, זאגט היינט אז די מאסיווע העקינג אטאקע טוט אפעקטירן די טאג טעגליכע אפעראציעס פון די פעדעראלע, סטעיט, און לאקאלע רעגירונגען איבער'ן לאנד.
* * * *
פרעזידענט טראמפ האט געשאנקען די "נאציאנאלע זיכערהייט מעדאל" פאר א רייע מענטשן פארמישט אין די לעצטערע נארמאליזירונג אויפרייס אין די מיטל מזרח - צוישן אנדערע: מיק פאמפעיאו, ראבערט אוברייען, סטיוו מענושין, זשערעד קושנער, אבי בערקאוויטש, און נאך עטליכע.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך דעצמבער 23, 2020 11:51 pm

שכח

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 11:06 am

יישר כח!

עומד מן הצד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עומד מן הצד » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2020 11:14 am

כ'מיין ס'קומט א ספעציעלן דאנק פאר הרב אלעקסיי, פאר'ן צושטעלן די נייעס יעדן טאג בערך די זעלבע שעה און טאג, אזוי ווייס מיר ווען אנצוגרייטן ס'רעפטעלע קאקאש.

עומד מן הצד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עומד מן הצד » פרייטאג דעצמבער 25, 2020 12:12 am

הרב אלעקסיי, קומט נאך היינט עפעס פרישע נייעס אדער כ'קעמעך שוין לייגן?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 12:43 am

ישר כח @אלעקסיי, יאמי.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:03 pm

מאנטאג ויחי
מיר טוען זיך אנטשולדיגן פאר'ן נישט ערשיינען מיט די בארימטע "קאקאש נייעס" באריכט דורכאויס די פארלאפענע טעג - דאס איז אין רעזולטאט פון די גוי'אישע חגאות סעזאן. די נעקסטע "קאקאש נייעס" באריכט וועט ווארשיינליך ערשיינען מיטוואך הבעל"ט.

באאמטע אין פינלאנד גיבן איבער אז אימעיל אקאונט'ס פון ארטיגע געזעצגעבער זענען געבראכן געווארן דורכאויס א העקינג אטאקע אויף די ארטיגע פארליאמענט.
* * * *
באריכטן גיבן אן אז די מאסיווע העקינג אטאקע דורכגעפירט אויף די אמעריקאנע רעגירונג האט זיך שוין אנגעהויבן נאך פאריאר.
* * * *
קאנגרעס היינט באשטעטיגט צו העכערן די סטימילוס טשעק'ס צו 2,000 דאללער - אפשטימונג איז אדורך 275-134. ווערט יעצט געשיקט צום סענאט.
* * * *
קאנגרעס האט היינט געשטימט צו איבערפארן פרעזידענט טראמפ'ס וועטא פון די "נאציאנאלע פארטיידיגונג אוטריזאציע" געזעץ - ווערט אנגעוויזן אז דאס איז די ערשטע וועטא פונעם טראמפ פרעזידענסי וואס ווערט איבערגעפארן דורך קאנגרעס.
* * * *
סענאט איז ערווארטערט צו שטימען דערויף שפעטער אין וואך - סענאטאר בערני סאנדערס סטראשעט אז ער וועט פיליבאסטערן די וועטא אוועררייד, אויסער אויב עס ווערט צוגעטשעפעט א סטימילוס העכערונג דערצו.
* * * *
באאמטע אין די טרעזשורי דעפארטמענט זאגן אז זיי האפן נאך צו קענען אנהויבן פארטיילן די טשעקלעך נאך די וואך.
* * * *
דאקטער ענטאני פאוטשי זאגט אז ער איז איינשטימיג מיט זשאו ביידען אז די סיטואציע מיט די וויירוס גייט ווערן ערגער איידער עס גייט צום בעסערן.
זעהט אויס אז פאול'ס ווייזן אז אמעריקאנער זענען גרייט דאס צו הערן. . . .
* * * *
געוויסע עקספערטן זענען ארויסגעקומען מיט א רוף אז מ'זאל ענדערש געבן בלויז איין וואקסין דאזע פאר מענטשן, אבער צו די זעלבע צייט וועט מען קענען וואקסינירן דאפעלט אזויפיל מענטשן - די שטיצער פונעם געדאנק פארלאנגען אז אמווייניגסטענס זאל מען דורכפירן שטודיעס דערוועגן.
* * * *
א פאליציי אפיציר אין קאלאמבוס, אהייאו, וואס האט אומגעברענגט א שווארצע מאן האט נישט אקטיוויזירט זיין קערפער קאמערא - צוליב וואס עס איז נישט געווארן באריכטעט אלס אן עמערזשענסי רוף. ווי די ארטיגע מעיאר זאגט האט די קאמערא זיך זעלבסט אנגעצינדן, אבער בלויז די ווידיאו טייל דערפון און נישט די אודיאו.
אפיציר קוי איז געווארן ארויסגעווארפן פון די ארטיגע פאליציי דערפארטמענט.
* * * *
א "ספעציעלע קרעפטן" זעלנער ווערט אנגעקלאגט מיט מארד קלאגעס פאר'ן דורכפירן א שיסעריי וואס האט איבערגעלאזט דריי טויטע און דריי פארוואונדעטע - די שיסעריי איז פארגעקומען אין ראקפארד, אילינאו.
* * * *
פעדעראלע רעגירונג האט אפעלירט די אורטייל פון א דיסטריקט ריכטער וואס פארבאט די קאממערס דעפארטמענט פון אינפארסירן א פארבאט קעגן די כינעזע באזירטע "טיקטאק" פירמע.
* * * *
טרעזשורי דעפארטמענט שטעלט קלאר אז די פארבאט פון האנדלען מיט כינעזע פירמעס פארבינדן מיט די ארטיגע מיליטער איז גילטיג אויך אויף "עקסטשעינזש טרעידעד פאנד'ס" "אינדעקס פאנד'ס" און קינדער פירמעס.
* * * *
פעדעראלע אי.פי.עי. גרייט זיך ארויסצושטעלן ענווייראמענטאלע רעגולאציעס פאר קאמערשל פליגער - די ערשטע אזא סארט רעגולאציעס אין אמעריקא.
* * * *
פרישע רעפובליקאנע קאנגרעסלייט וואס שטאמען פון קאמוניסטישע/סאציאליסטישע לענדער - נארט קארעא, קובא, און די געוועזענע סאוויעטישע אוקריינע - האבן זיך צוזאמגעשטעלט אלס די "FORCE", א קאנטער גרופע צו די באקאנטע ליבעראלע "סקוואד".
* * * *
פרעזידענט טראמפ היינט געשטעלט עלאד רויסמאן אלס צייטווייליגע פארזיצער פון די "סעקיוריטיס ענד עקסטשעינזש קאמישאן" - די קאמישאן באשטייט יעצט פון צוויי רעפובליקאנער און צוויי דעמאקראטן, געבענדיג די געלעגענהייט פאר ביידען צו שטעלן א דריטע דעמאקראט.
* * * *
צווייטע קרייז אפעלאט געריכט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון רעליגיעזע גרופעס, ארויסווארפענדיג גענצליך די צוימונגען ארויפגעשטעלט דורכ'ן גאווערנאר אויף רעליגיעזע געבעט הייזער.
כאטש וואס פאריגע מאנאט האט די סופרים קאורט ארויסגעגעבן אן אינזשאנקשען בלויז אויף די 10/25 מענטשן לימיט - און זיך בכלל נישט באצויגן צו די 25%/33% לימיט, טוט אבער די היינטיגע אורטייל קלארשטעלן אז דאס איז די זעלבע אומאויסגעהאלטן.
צווישן אנדערע טוט די געריכט גאר שארף אריינרייסן אין די גאווערנאר וואס האט פרובירט צו אויסנוצן די עמערזשענסי צושטאנד צו טון וואס אימער עס שמעקט איהם אן - די געריכט שרייבט "מיר טוען נישט געבן ספעציעלע באהאנדלונג פאר'ן עקזעקיוטיווע פליגל ווען זיין באנוץ פון עמערזשענסי מאכטן טוט טרעטן אויף קאנסטיטוציאנאלע רעכטן".
* * * *
די שוויצער יוסטיץ מיניסטעריום האט באשטעטיגט אז זי וועט אומקערן פאר אמעריקא ארום 150 מיליאן דאללער אין פארכאפטע פארמעגנס, אין פארבינדונג צו די ראבערט אללען סטענפארד פאנזי שווינדל.
די שווינדל איז אפירגעקומען אין 2009 ווען די פעדעראלע רעגירונג האט איהם אנגעקלאגט אויף א 7.2 ביליאן דאללער פאנזי שווינדל וואס ער האט אנגעפירט פאר צוואנציג יאר - אין 2012 איז ער פאראורטיילט געווארן צו 110 יאר אין פעדעראלע טורמע.
* * * *
די אריינקומענדע ביידען אדמיניסטראציע איז ערווארטערט צו דורכפירן אן איבערזיכט אויף א טריליאן דאללער איבערפרישונג פלאן וואס די פארטיידיגונג דעפארטמענט האט איינגעשטעלט אונטער פרעזידענט אבאמא.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:14 pm

א דאנק אייך אלעקסיי, מיר דערקוויקן זיך מיט אייערע באריכטן!

עומד מן הצד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך עומד מן הצד » מאנטאג דעצמבער 28, 2020 10:58 pm

אהה... מחי', האמיר זיך שטארק געבענקט די לעצטע פאר טעג.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”