מאנטאג ויגש
צווישן די אלע געלטער אריינגעשטעלט אין די מאסיווע 1.4 טריליאן דאללער בוזשעט פאר די קומענדיגע יאר, איז דא 1.37 ביליאן דאללער פאר טראמפ'ס גרעניץ וואנט ביי די אמעריקאנע-מעקסיקאנע גרעניץ - געזעצליך איז די פרעזידענט פארפליכטעט צו אויסנוצן די געלטער, עס איז דערווייל נישט קלאר וואס פרעזידענט ביידען וועט טוען דערוועגן.
* * * *
נאך א פראוויזשאן אינערהאלב די ספענדינג ביל, וואס וועט דייקא בענעפיטרן גאר אסאך אמעריקאנע, וועט פארבאטן "סורפרייז בילינג, פאר מעדיצינישע פראצעדורן אין פאל די פאציענט האט נישט געהאט קיין אינשורענס פאר די ספעציפישע דאקטער/שפיטאל.
* * * *
טרעזשורי סעקרעטאר סטיווען מענושין זאגט היינט אז די דירעקטע טשעקלעך פאר אמעריקאנע וועלן אנגעהוין ווען פארטיילט אזוי שנעל ווי קומענדיגע וואך - דאס איז שנעלער ווי עס האט געדויערט אין מארטש.
* * * *
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם איז ארין אין איזאלירונג צום צווייטן מאל, נאכ'ן קומען אין בארירונג מיט אן אנגעשטעקטן.
* * * *
אטוירני זשענעראל וויליאם בארר זאגט היינט אז עס זענען נישטא סיי וועלכע גרונדן וואס זאלן בארעכטיגן דאס שטעלן א ספעשל קאונסעל וואס זאל אויספארשן האנטער ביידען. אזוי אויך זאגט ער אז ס'איז נישטא קיינע אורזאכן צו אויפנעמען א ספעציעלע פראקוראר צו באהאנדלען די אנגעבליכע וואל-פעלשערייען.
* * * *
וויליאם באר זאגט היינט אז באזירט אויף די ביז יעצטיגע אינפארמאציע איז ער איינשטימיג מיט די ווערטער פון סעקראטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיאו אז רוסלאנד שטייט ווארשיינליך אונטער די מאסיווע העקינג אטאקע - ווערענדיג דערמיט די צווייטע קאבינעט מיטגליד צו עפענטליך באשולדיגן רוסלאנד
* * * *
א קאנגרעסיאנאלע אויספארשונג צייגט אז טראמפ געשטעלטע באאמטע האבן פרובירט צו טוישן, אדער גענצליך בלאקירן, 13 רעפארט'ס אין באצוג צו די וויירוס.
* * * *
טרעזשורי סעקרעטאר סטיווען מענושין זאגט אז ער האט שוין אפגעהאלטן געשפרעכן מיט זיין נאכפאלגער, פרוי יעללען - "כ'האב שוין גערעדט מיט איר עטליכע מאל".
* * * *
לויט באריכטן האלט זשאו ביידען נאנט צו אויסקלויבן מיגועל קארדאונע אלס עדיוקעישאן סעקרעטאר - קארדאונא סערווירט אצינד אלס עדיוקעישאן קאמישאנער אין קאנעטיקוט.
* * * *
טי.עס.עי. ציפערן ווייזן אז די דורכאויס די לעצטע דריי טאג זענען העכער א מיליאן פאסאזשירן געסקרינט געווארן טעגליך - די ערשטע מאל זינט מארטש וואס די ציפערן זענען העכער א מיליאן פאר עטליכע טעג נאכאנאנד.
* * * *
א פעדעראלע פאנעל האט נעכטן רעקאמענדירט אז מענטשן העכער די 75, און אויך "וויכטיגע ארבעטער", זאלן זיין די נעקסטע קאטעגאריע צו באקומען די וויירוס וואקסין - די "וויכטיגע ארבעטער" נעמט אריין פייערלעשער, טיטשער'ס, גראסערי ארבעטער, מעניופעקטשערינג ארבעטער, און נאך. די רעקאמענדאציע איז טאקע בלויז א רעקאמענדאציע, און איז נישט בינדענד אויף די סטעיט'ס וואס קענען האבן אייגענע חשבונות.
* * * *
סי.די.סי. ציפערן ווייזן אז 550,000 אמעריקאנע האבן שוין באקומען די וויירוס וואקסין דורכאויס די ערשטע פאר טעג זינט עס איז באשטעטיגט געווארן.
* * * *
די יו.עס.פי.עס. ווארענט איבער די מעגליכקייט אז מיליאנען פעקעלעך וועלן נישט אנקומען באצייטנס דורכאויס די קומענדיגע צוויי וואכן - אין רעזולטאט פון א היסטארישע פארמערונג אין די צאל פעקעלעך וואס זיי דארפן ליפערן, אינאיינעם מיט א שטייגענדע צאל ארבעטער וואס זענען קראנק מיט די וויירוס. איין ארבעטער זאגט "ווי שלעט דו זאלסט נאר מיינען די סיטואציע איז, איז עס נאך ערגער פון דעם".
* * * *
די טראמפ קאמפיין האט פארארדענט אלע איינגעשטעלטע זאלן פרעזערווירן סיי וועלכע דאקומענטן איבער די דאמיניען מאשינען און/אדער פרוי פאועל - דאס קומט אין רעאקציע צו א סטראשע בריוו פון די דאמיניען פירמע ווי זיי האבן געווארענט מיט לעגאלע שריט אויב פאועל טוט נישט עפענטליך צוריקציען פון אירע באשולדיגונגען קעגן די פירמע.
* * * *
די קאמערס דעפארטמענט האט היינט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון 103 פירמעס וואס ווערן באשולדיגט אין האבן פארבינדונגען מיט די רוסישע אדער כינעזע מיליטערן - מיטן ארויפשטעלן די פירמעס אויף די ליסטע, ווערן זיי פארבאטן פון אפקויפן מיט א רייע פראדוקטן און טעכנעלאגיעס פון אמעריקאנע פירמעס.
* * * *
פיר איינוואוינער אין פאלם ביטש קאונטי אין פלארידא האבן, פריער אין יאר, אריינגעגעבן א קלאגע אין די ארטיגע סטעיט געריכט קעגן א קאונטי מאס מאנדאט, מיט די טענה אז די מאנדאט טוט פארלעצן זייערע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן. יעצט טוען די קלעגער פארלאנגען אז די ריכטער אויפן קעיס זאל זיך אפזאגן דערפון, נאך וואס עס איז ערשינען א בילד ווי מ'זעהט די ריכטער נעמט אנטייל ביי א פארטי - טראץ מערערע ווארענונגען פון געזונטהייט באאמטע דערקעגן - אויך טראגט ער נישט די מאסקע געהעריג.
* * * *
א פרישע באריכט דורך די ניו יארק סיטי "דעפארטמענט אוו אינוועסטיגעישאן'ס" באשולדיגט די פאליציי רעאקציע צו די פלויד פראטעסטן אין אויפפלאמען די געמיטער - אויך טוט די באריכט באשולדיגן די פאליציי אין אונטערהאקן פובליק טראסט אין די געזעץ פארסירונג אגענטורן דורכ'ן באשליסן אויפ'ן אייגענעם האנט ווען יא צו אינפארסירן די קורפיו און ווען נישט.
* * * *
אונטער די ניו יארק סטעיט געזעץ מוזן סטעיט ריכטער ריטייערן ביי די 70 יאר - עס איז אבער פארהאן א מעגליכקייט צו אפליקירן פאר א וועיווער וואס טוט ערלויבן צו דינען ביז די 76. דורכאויס די לעצטערע מאנאטן האבן 49 ריכטער זיך איינגעגעבן פאר די ספעציעלע וועיווער, 46 דערפון זענען געווארן אפגעזאגט - די אנגעבליכע אויסרייד פון די סטעיט איז, אזוי וועט די סטעיט שפארן ארום 55 מיליאן דאללער דורכאויס די קומענדיגע 2 יאר, אזוי אויך וועט עס פרעזערווירן העכער 300 אנדערע געריכטליכע זשאבס.
יעצט איז אריינגעגעבן געווארן צוויי באזונדערע געריכטליכע קלאגעס דערוועגן ווי די אפגעזאגטע ריכטער טוען באשולדיגן י סטעיט אין דיסקרימינאציע - א סופאלק קאונטי ריכטער האט דאנערטאג געזאגט אז די קעיס קען פאראויס גיין.
* * * *
עלטערן פון איינע פון די אומגעקומענע ביי די פארקלאנד שולע שיסעריי מיט צוויי יאר צוריק, גרייט זיך אריינצושיקן פאר די ען.אר.עי. א געשאנק פון 1,700 געלעכערטע קיכעלעך - ווי זיי זאגן דארפן די ציפער 1,700 סימבאלאזירן די צאל קינדער וואס ווערן אומגעברענגט יעדעס יאר אין די פאראייניגטע שטאטן.
* * * *
לויט באריכטן האט פרעזידענט טראמפ דורכאויס די לעצטערע טעג זיך אנגעהויבן נאכפרעגן איבער די פראצעדור פון ארופן אמעריקאנע לופטפעלדער אויפן נאמען פון געוועזענע פרעזידענטן - טייל באריכטן זאגן אז ער זוכט שוין צו אויספילן די פעיפערווארק דערפאר.
דערווייל עקזיסטירט נישט אזעלכע פעיפערווארק, נאר עס איז די באשלוס פון די לאקאלע סיטי/סטעיט רעגירונג.* * * *
פרעזידענטט טראמפ'ס געוועזענע לויער, מייקעל קאהן, האט אריינגעגעבן א ביטע אין געריכט ווי ער פארלאנגט צו ווערן גענצלין פרייגעלאזט - ווי ער זאגט האט ער אויסגעפירט די פארלאנגען פון די "פוירסט סטעפ עקט" און דעריבער קומט זיך איהם צו ווערן ארויסגעלאזט פון הויז ארעסט.
* * * *
די ווייסע הויז וויירוס טעסק פארס טוט באטראכטן א פלאן פון פארלאנגען רייזענדע פון ענגלאנד זאלן צושטען א נעגאטיווע וויירוס טעסט, גענומען אין די 48-72 שטונדן איידער'ן ארויספליען - די פלאן איז ערווארטערט צו ווערן פארגעשטעלט פאר'ן פרעזידענט מארגן.
* * * *
מארגן וועט פארקומען א געריטליכע פארהער - אין טעקסאס פעדעראלע געריכט - איבער די לעגאליטעט פון די דאקא פראגראם איינגעשטעלט דורך די אבאמא אדמיניסטראציע.
די קלאגע, אנגעפירט דורך טעקסאס, באשולדיגט די אבאמא אדמיניסטראציע אין נישט אויספאלגן די ריכטיגע פראצעדור ביים איינשטעלן די פראגראם, ווי אויך טוט עס באשולדיגן די אדמיניסטראציע אין איבערגיין די גרעניצן פון עקזעקיוטיוו מאכט. די קעיס וועט ווערן אויסגעהערט דורך ריכטער האנען וואס ווערט באצייכענט אלס איינער פון "די מערסט פארטייאישע קאנסערוואטיווע ריכטער" אין די פעדעראלע געריכט סיסטעם.
* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די זשוסטיס דעפארטמענט גרייט זיך צו ארויסשטעלן קלאגעס קעגן מוכאממעד אבאוזשילא מאסוד - א ליביע בירגער - די קלאגעס וועלן איהם באשולדיגן מיט'ן שפילן א ראלע אין די לאקערבי באמבאדירונד טעראר אטאקע דורכגעפירט אין יאר 1988.
די אטאקע האט פאסירט ווען א פען-עם פליגער אויפן וועג פון לאנדאן קיין ניו יארק האט אויפגעריסן העכער די דערפל לאקערבי - אומברענגענדיג 270 מענטשן.
די זשוסטיס דעפארטמענט האט היינט - אין די 32'טע יארטאג פון די אטאקע - פארמאל ארויסגעשטעלט די קלאגעס.
מאסוד ווערט יעצט געהאלטן אין טורמע אין ליביע, וואו ער איז ארעסטירט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק - אמעריקאנע פראקורן גלויבן אז די אויסליפערונג פראצעדור וועט פארן געשמירט.