א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 1:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר פאר אלע פידבעק דא און אין אישי!

ערהאלטן א מעסעדזש פון א חשוב'ע ניק מיט א גערעכטע טענה
ער האט אויפגעפאסט אז די היינטיגע געריכט קעיס איז שוין באשריבן געווארן בעבר (און די איינציגסטע אפדעיט איז די דאטום וועלכע די געריכט האט געסקעדזשועלט אויסצוהערן ארגומענטן)
ער איז גערעכט און די גרייז איז א פארדרוסליכע
יענער האט עס ארויסגעברענגט אויף אן איידעלן און קאמפלימענטירנדן אופן ווי צו זאגן אז דאס ווייזט אז ער ליינט די באריכטן רעגלמעסיג
יענעם'ס סענסיטיוויטעט און פידבעק זענען ביידע עפרישיעטעד
די פאקט אז ער איז די איינציגסטע עס אויפצופאסן/אנמערקן איז גראדע נישט וואס עס צייגט אז פארלאנג פאר אזעלכע לאנגע קאמפליצירטע נישט שטארק פאליטישע קעיסעס איז נישט עקסטער שטארק די טעג זינט עס איז נארמאל אז פון צווישן אזויפיל קעיסעס איז שווער צו הלאטן קאפ און געדענקן און נישט יעדער ליינט דאך יעדן טאג
וואס איך קלער יא איז אז אויסער וואס די קוואנטיטעט איז מעגליך צופיל אין אלגעמיין איז די אינטערעסע דערין נאך ווייניגער אין די איצטיגע טעג ווען אויסער טראמפ און ביידען עקזיסטירט גארנישט ביי שטארקע נייעס מיטהאלטער און עס איז זייער פארשטענדליך
דעריבער איז די קלער נאכצואלאזן מיטן אפדעיטן די דאזיגע אשכול אין פאר די קומענדיגע טעג/וואכן און אויסווארטן אז די היץ זאל נאכלאזן און די קלימאט זאל ווערן קילער און מעגליך דאן זיך אומקערן געוואנדן אינעם פארלאנג
צוליב צו טוהן פאר די אנטוישטע מיט די היינטיגע איבערגעבאקענע געריכט קעיס וועלן מיר פרובירן צו פארגיטיגן אין די קומענדיגע תגובה מיט א נייע באריכט דאסמאל פרישע ווארע
א גרויסע דאנק פאר אלע פריינט
א לעכטיגן שבת!


צוריק אין 2016 למספרם איז א סטודענט פון דזשארדזשיא גווינעט קאלעדזש מיטן נאמען יוזאגבונעם געווארנט געווארן דורך א קעמפוס אפיציר נישט צו רעדן צו אנדערע איבער זיין קריסטליכע גלויבן אינעהאלב די שולע קאמפלעקס נאך וואס דער לעצטער האט פארשפרייט רעליגיעזע ליטעראטור אין אן אפענע פלאזא אינאהאלס די קעמפוס

טראץ וואס עס איז א פובליק אינסטיטוציע וועלכע איז אונטערגעווארפן אונטער די ערשטע אמענדמענט איז אבער די פאליסי געווען צו פארבאטן סיי וועלכע אויסדרוק וועלכע שטערט די רואיגקייט און פרידן פון מענטשן און ערלויבט נישט דאס פארטיילן סיי וועלכע ליטעראטור (נישט בלויז רעליגיעזע) און באגרעניצט פרייהייט פון אויסדרוק צו צוויי פיצינקע ספעציעל דעזיגנירטע "פרייהייט פון אויסדרוק זאנעס" וואו בלויז דארט איז יוזאגבונעם ערלויבט געווארן צו פארקויפן זיינע רעליגיע אנשויאונגען און אויך יענע ערטער דארף מען רעזערווירן פון פאראויס פאר באנוץ

א צייט שפעטער האט יוזאגבונעם רעזערווירט די ספעציעלע זאנע און נאכן באקומען ערלויבעניש עס צו נוצן האט ער דארט געגעבן א רעדע אבער רעליגיע

אויך דא האט ער זיך אנגעשטויסן אן א קעמפוס פאליצי אפיציר וועלכע האט אים ערקלערט אז די רעזערוואציע ערלויבט בלויז אקטיוויטעטן פון א באגרעניצטן סארט און נישט עפנטליכע רעדעס וועלכע איז אין פארלעצונג פון די פאליסי נישט צו שטערן עפנטליכע ארדענונג זינט עס איז אריינגעקומען א רייע באקלאגענישן אקעגן זיינע רעדעס

זעענדיג דאס האט א צווייטער סטודענט מיטן נאמען יוסף ברעדפארד וועלכע האט אויך פרובירט צו פארשפרייטן רעליגיע אויך אויפגעהערט מיט זיינע אונטערנעמונגען אנערקענענדיג אז די שולע וועט עס נישט ערלויבן

ווען יוזאגבונעם און ברעדפארד האט אריינגעטראגן א קלאגע אין א פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין קאליפארניע האט די קאלעדזש אין איילעניש געטוישט איר פאליסי אין א פארזוך אויסצומיידן א לעגאלע קאמף

די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קעיס באזירט אויף די פאליסי טויש וועלכע האט ארויסגעצויגן די קארפעט פון הונטער די קלאגע און דערנאך האט די עלפטע קרייז געריכט באשטעטיגט די באשלוס פונעם דיסטריקט געריכט צו לאזן די קעיס לויפן זינט זי איז שוין מער נישט רעלעוואנט
די דריי ריכטער פאנעל איז באשטאנען פון

ריכטער סטענלי מארקוס נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום דיסטריקט געריכט און שפעטער דורך פרעזידענט קלינטאן צום קרייז געריכט
ריכטערין סוזען בלעק נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער צום דיסטריקט געריכט און שפעטער דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער צום סירקוט קאורט
און ריכטערין דזשעין רעסטאני נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום אמעריקאנע אינטערנאציאנאלע האנדל געריכט און געלאדנט געווארן דורכ'ן עלפטן סירקוט צו זיצן אויף דעם פאנעל

די געריכטן האבן געשריבן אז יוזאגבונעם קען שוין מער נישט קלאגן די קאלעדזש אז זיי פארלעצן זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן זינט ער האט שוין סייווי גראדואירט און ברעדפארד וועלכע איז נאך יא א סטודענט קען זיך אויך נישט באקלאגן ווייל די פאליסי איז שוין געטוישט

אויסער די קאנסטיטוציאנאלע קלאגעס (וועלכע האט איינפאך געזוכט צו צוואונגען די קאלעדזש צו טוישן פאליסי) וועלכע זענען אראפ פון טיש מיט די פרייוויליגע פאליסי טויש (און די צוויי קלעגער האבן איינגעשטימט דערצו) האבן די קלעגער ארגינעל פארלאנגט נאמינאלע שאדנס

ווען עימיצען'ס רעכטן ווערן פארלעצט קען זיך עס אין פולע פעלער אפרופן אין ערנסטע פינאנציעלע /פערזענליכע/ פיזישע שאדנס וואס אין אזא פאל וועט דער באטראפענער פארלאנגען קאמפענצאסיע וועלכע קען באטרעפן אין ערנסטע ציפערן

אנדערש איז אבער ווען יענער ווערט נישט עכט געשעדיגט נאר די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן ווערן פארלעצט וועט מען געווענליך נישט פארלאנגען קאמפענצאסיע נאר נאמינאלע שאדנס וואס באדייט מער א סימבאלישע אנערקענונג מצד די געריכט אז די רעכטן זענען פארלעצט געווארן און די געריכט וועט באשטימען עפעס א נישטיגע סומע (אפט מאל א דאלער אדער צוויי) וועלכע די פארלעצער דארף באצאלן לאות ולמזכרת פארן באטראפענעם

אונזער פאל איז א פאסיגע ביישפיל ווען די צוויי סטודענטן האבן נישט געליטן קיין פערזענליכע שאדנס צוליב די קאלעדזש פאליסי אבער האבן דאך פארלאנגט נאמינאלע פארגיטיגונג

די פראבלעם איז געווארן מיט דעם וואס די הויפט טייל פונעם קעיס איז געגאנגען שלאפן איינמאל די קאלעדזש האט געטוישט פאליסי

ווען קלעגער פארלאנגען קאמפענצאסיע איז עס גענוג אן ערנסטע זאך אז אפילו די עצם קעיס (צום ביישפיל, צו צוואונגען יענעם צו טוישן פאליסי) איז מער נישט רעלעוואנט בלייבט די קאמפענצאסיע טייל פונעם קעיס אפן ווייל די קלעגער דארפן דאך באקומען א שאנס צו ווערן פארגיטיגט צוליב אן אומאויסגעהאלטענע פאליסי טראץ וואס די פאליסי איז שפעטער געווארן געטוישט

אנדערש איבער אבער ווען עס האנדלט זיך בלויז איבער נאמינאלע פארגיטיגונג וועלכע איז מער ווייניגער בלויז א סימבאלישע זאך צו קנס'ען פאר געוועזענע פארלעצונגען איז געווען די שטעלונג פון די דיסטריקט געריכט און אזוי אויך די עלפטע סירקוט פאנעל (באזירט אויף פריערדיגע פרעצעדענט פון די פולע עלפטע קרייז געריכט זעלבסט אין א צווייטע קעיס) אז אויב די עצם קעיס צופאלט (צוליב פרייוויליגע פאליסי טויש) דאן פאלט אויך אוועק די פארלאנג פאר נאמינאלע פארגיטיגונג

די קלעגער האבן פרובירט צו אמענדן זייער פארלאנג צו זעהן אויב זיי קענען עס נאך מאדיפיצירן צו א קאמפענצאסיע פארלאנג און זיך ארומשלאגן אויב זיי קענען גאר פארלאנגען קאמפענצאסיע אבער די געריכט האט עס אפגעווארפן (און אויב זיי ווילן קאמפענצאסיע דארפן זיי אנהויבן א נייע קעיס פונדאסניי)

די קלעגער האבן דאן פארלאנגט אז די פולע עלפטע סירקוט באנק זאל איבערהערן די ארגומענט אז אפילו נאמינאלע פארגיטיגונג זאל אויך נישט אוועקפאלן אויב די עצם קעיס צופאלט אבער איז געווארן אפגעזאגט

דערנאך האבן זיי אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט זאגנדיג אז אויב מען וועט צולאזן אזא אורטייל צו בלייבן שטיין וועט עס פירן צו הפקירות ביי קאלעדזשעס און אפילו סטעיט און לאקאלע רעגירונגען וועלכע וועלן שלאפן רואיגער ביים טרעטן אויף קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון מענטשן אן קיין זארג איבער לעגאלע קאמפן ווייל ווי נאר אזאנא קלאגעס ווערן אריינגעטראגן קענען זיי איינפאך טוישן פאליסי און דערמיט אוועקקלאפן פארלאנגען פאר נאמינאלע פארגיטיגונג
די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס

עס קען זיין אינטערסאנט צוצוברענגן אז פאריאר האט די סופרים קאורט באהאנדלט א גאן קאנטראל געזעץ אין ניו יארק סיטי און ווען די סיטי האט געטוישט די געזעץ האט די געריכט געשיקט די קעיס פייפן

אין יענע פאל האבן ריכטער אליטא, טאמאס און גארסוטש געשטימט אין די מינאריטעט שרייבנדיג אז לאזן די קעיס גיין וועט ערלויבן אנדערע צו זיך צו צופירן די הענט אן און פאל פון לעגאלע פראבלעמען איינשטעלן טוישונגען צו ליייגן די קעיס שלאפן

אליטא האט דאן ספעציפיש געשריבן אז "עס איז ברייט אנגענומען אז א פארלאנג פאר נאמינאלע דעמעדזש האלט אפ א קעיס פון גיין שלאפן"

וועט מען דארפן זעהן ווי אזוי די שטעלונגען אין יענע קעיס וועט זיך אפרופן אויף די איצטיגע קעיס

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 2:03 pm

Wow הבל די ביסט מאסיוו!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 3:17 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:Wow הבל די ביסט מאסיוו!

די איבערגעבאקענע,
איז ווי מען זאגט
SHORT TO THE POINT
זייער אינטערעסאנט
אז יענער קען קענסטו אויך

Joel
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Joel » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:23 am

הכל הבל האט געשריבן:יישר פאר אלע פידבעק דא און אין אישי!

ערהאלטן א מעסעדזש פון א חשוב'ע ניק מיט א גערעכטע טענה
ער האט אויפגעפאסט אז די היינטיגע געריכט קעיס איז שוין באשריבן געווארן בעבר (און די איינציגסטע אפדעיט איז די דאטום וועלכע די געריכט האט געסקעדזשועלט אויסצוהערן ארגומענטן)
ער איז גערעכט און די גרייז איז א פארדרוסליכע
יענער האט עס ארויסגעברענגט אויף אן איידעלן און קאמפלימענטירנדן אופן ווי צו זאגן אז דאס ווייזט אז ער ליינט די באריכטן רעגלמעסיג
יענעם'ס סענסיטיוויטעט און פידבעק זענען ביידע עפרישיעטעד
די פאקט אז ער איז די איינציגסטע עס אויפצופאסן/אנמערקן איז גראדע נישט וואס עס צייגט אז פארלאנג פאר אזעלכע לאנגע קאמפליצירטע נישט שטארק פאליטישע קעיסעס איז נישט עקסטער שטארק די טעג זינט עס איז נארמאל אז פון צווישן אזויפיל קעיסעס איז שווער צו הלאטן קאפ און געדענקן און נישט יעדער ליינט דאך יעדן טאג
וואס איך קלער יא איז אז אויסער וואס די קוואנטיטעט איז מעגליך צופיל אין אלגעמיין איז די אינטערעסע דערין נאך ווייניגער אין די איצטיגע טעג ווען אויסער טראמפ און ביידען עקזיסטירט גארנישט ביי שטארקע נייעס מיטהאלטער און עס איז זייער פארשטענדליך
דעריבער איז די קלער נאכצולאזן מיטן אפדעיטן די דאזיגע אשכול אין פאר די קומענדיגע טעג/וואכן און אויסווארטן אז די היץ זאל נאכלאזן און די קלימאט זאל ווערן קילער און מעגליך דאן זיך אומקערן געוואנדן אינעם פארלאנג
צוליב צו טוהן פאר די אנטוישטע מיט די היינטיגע איבערגעבאקענע געריכט קעיס וועלן מיר פרובירן צו פארגיטיגן אין די קומענדיגע תגובה מיט א נייע באריכט דאסמאל פרישע ווארע
א גרויסע דאנק פאר אלע פריינט
א לעכטיגן שבת!

א גרויסן ישר כח
אבער אונז ווילן וויסן נייעס באריכטן חוץ פון טראמפ און ביידען אויך שיינע לאנגע באריכטן

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:44 am

הכל הבל האט געשריבן:יישר פאר אלע פידבעק דא און אין אישי!

ערהאלטן א מעסעדזש פון א חשוב'ע ניק מיט א גערעכטע טענה
ער האט אויפגעפאסט אז די היינטיגע געריכט קעיס איז שוין באשריבן געווארן בעבר (און די איינציגסטע אפדעיט איז די דאטום וועלכע די געריכט האט געסקעדזשועלט אויסצוהערן ארגומענטן)
ער איז גערעכט און די גרייז איז א פארדרוסליכע
יענער האט עס ארויסגעברענגט אויף אן איידעלן און קאמפלימענטירנדן אופן ווי צו זאגן אז דאס ווייזט אז ער ליינט די באריכטן רעגלמעסיג
יענעם'ס סענסיטיוויטעט און פידבעק זענען ביידע עפרישיעטעד
די פאקט אז ער איז די איינציגסטע עס אויפצופאסן/אנמערקן איז גראדע נישט וואס עס צייגט אז פארלאנג פאר אזעלכע לאנגע קאמפליצירטע נישט שטארק פאליטישע קעיסעס איז נישט עקסטער שטארק די טעג זינט עס איז נארמאל אז פון צווישן אזויפיל קעיסעס איז שווער צו הלאטן קאפ און געדענקן און נישט יעדער ליינט דאך יעדן טאג
וואס איך קלער יא איז אז אויסער וואס די קוואנטיטעט איז מעגליך צופיל אין אלגעמיין איז די אינטערעסע דערין נאך ווייניגער אין די איצטיגע טעג ווען אויסער טראמפ און ביידען עקזיסטירט גארנישט ביי שטארקע נייעס מיטהאלטער און עס איז זייער פארשטענדליך
דעריבער איז די קלער נאכצולאזן מיטן אפדעיטן די דאזיגע אשכול אין פאר די קומענדיגע טעג/וואכן און אויסווארטן אז די היץ זאל נאכלאזן און די קלימאט זאל ווערן קילער און מעגליך דאן זיך אומקערן געוואנדן אינעם פארלאנג
צוליב צו טוהן פאר די אנטוישטע מיט די היינטיגע איבערגעבאקענע געריכט קעיס וועלן מיר פרובירן צו פארגיטיגן אין די קומענדיגע תגובה מיט א נייע באריכט דאסמאל פרישע ווארע
א גרויסע דאנק פאר אלע פריינט
א לעכטיגן שבת!

יישר כח מיר האבן זייער הנאה כסדר, עקסטער בין איך מיך מחי׳ מיט די געריכטן ווי א שטיקל שיעור עיון
איך האב אריין געסיינט נאך חדשים געב איך יעצט אפ מיין דאנק
דרך אגב אויך באמערקט אז עס איז שוין געווען באשריבן
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען
אויב האט איר א פראגע איבער טרעדינג פרעגט זייער גערן אין אישי

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ארחיקה נדד » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 1:18 pm

הכל הבל האט געשריבן:יישר פאר אלע פידבעק דא און אין אישי!

ערהאלטן א מעסעדזש פון א חשוב'ע ניק מיט א גערעכטע טענה
ער האט אויפגעפאסט אז די היינטיגע געריכט קעיס איז שוין באשריבן געווארן בעבר (און די איינציגסטע אפדעיט איז די דאטום וועלכע די געריכט האט געסקעדזשועלט אויסצוהערן ארגומענטן)
ער איז גערעכט און די גרייז איז א פארדרוסליכע
יענער האט עס ארויסגעברענגט אויף אן איידעלן און קאמפלימענטירנדן אופן ווי צו זאגן אז דאס ווייזט אז ער ליינט די באריכטן רעגלמעסיג
יענעם'ס סענסיטיוויטעט און פידבעק זענען ביידע עפרישיעטעד
די פאקט אז ער איז די איינציגסטע עס אויפצופאסן/אנמערקן איז גראדע נישט וואס עס צייגט אז פארלאנג פאר אזעלכע לאנגע קאמפליצירטע נישט שטארק פאליטישע קעיסעס איז נישט עקסטער שטארק די טעג זינט עס איז נארמאל אז פון צווישן אזויפיל קעיסעס איז שווער צו הלאטן קאפ און געדענקן און נישט יעדער ליינט דאך יעדן טאג
וואס איך קלער יא איז אז אויסער וואס די קוואנטיטעט איז מעגליך צופיל אין אלגעמיין איז די אינטערעסע דערין נאך ווייניגער אין די איצטיגע טעג ווען אויסער טראמפ און ביידען עקזיסטירט גארנישט ביי שטארקע נייעס מיטהאלטער און עס איז זייער פארשטענדליך
דעריבער איז די קלער נאכצולאזן מיטן אפדעיטן די דאזיגע אשכול אין פאר די קומענדיגע טעג/וואכן און אויסווארטן אז די היץ זאל נאכלאזן און די קלימאט זאל ווערן קילער און מעגליך דאן זיך אומקערן געוואנדן אינעם פארלאנג
צוליב צו טוהן פאר די אנטוישטע מיט די היינטיגע איבערגעבאקענע געריכט קעיס וועלן מיר פרובירן צו פארגיטיגן אין די קומענדיגע תגובה מיט א נייע באריכט דאסמאל פרישע ווארע
א גרויסע דאנק פאר אלע פריינט
א לעכטיגן שבת!

אויב געוואנדן אין פארלאנג, דאן פארלאנג איך ביטע ביטע! נעם נישט קיין ברעיק!
פערצופאל, דער דאפלטער באריכט איז געווען מלא זאפט, אזוי אריינגערעכנט סיי די פלענער, די סטינג, די געריכטן און קלאגעס וכ'
אקעי! נאך עפעס?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re:

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 3:35 pm

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך שמות







*
אקעי, שוין ערווענט געווארן אין די נייעס דא אויפן וועלטל מיט א צייט צוריק אז די ניו יארק סטעיט קלאגעס אקעגן פאול מענעפארט זענען געווארן ארויסגעווארפן אבער בלויז אויפן שפיץ גאפל
אצינד איז דא א גלעגענהייט אביסל מער אריינקוקן אין די ניו יארק סטעיט מענעפארט קעיס והמסתעף

אלזא, אום דעצעמבער 18 2019 למספרם האט א ניו יארק סטעיט ריכטער ארויסגעווארפן די סטעיט קלאגעס איבער מענעפארט שווינדלערייען צוליב וואס די קלאגעס אריינגעטראגן זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די סטעיט געזעץ נישט אנצוקלאגן איין מענטש פארן צוויי מאל פאר די זעלבע פארברעכן און אין אונזער פאל שמאכטעט שוין מענעפארט אין פעדעראלע טורמע פאר די זעלבע פארברעכנס וואס מאנהעטען דיסטריקט אטוירני סיירוס ווענס האט אים געזוכט ווידעראמאל אנצוקלאגן
די רעכענונג פון ווענס אריינצוטראגן די קלאגעס איז געווען אז דער ריכטער וועט נעמען אין באטראכט געוויסע אויסנאמען אין די סטעיט געזעץ וועלכע ערלויבן אין געציילטע פעלער יא אנצוקלאגן צוויי מאל אויפן זעלבן פארברעך

צו ערשט א פיצינקע איבערזיכט אויף די פעדעראלע קעיס

אין 2018 למספרם האט א פעדעראלע דזשורי געפונען מענעפארט שולדיג אין צוויי קאונטס פון באנק שווינדל און זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף זיבן אנדערע קאונטס אויך פון באנק שווינדל אלע פון זיי פארבונדן צו מיסאינפארמאציע אויף מארטגעדזש אפליקאציעס
באזונדער איז ער געווארן געפונען שולדיג אויף נאך פינף קאונטס פון פעלשן שטייער בויגן רעטוירנס און איין קאונט פארן פארפעלן צו איינגעבן זיינע אויסלענדישע בענק אקאונטס אבער די אלע קלאגעס זענען נישט פארבונדן/רעלעוואנט צו די ניו יארק סטעיט קעיס
ווי דערמאנט איז אויף די זיבן פון די 9 באנק שווינדל קאונטס געווען א האנג דזשורי און ריכטער עליס האט זיי ארויסגעווארפן אויפן ארט זאגנדיג אז ער האט נאך ניטאמאל געהעריג אריינגעקוקט אין זיי אבער שפעטער ביים סענטענסינג האט ער קלארגעשטעלט אז נאך א טיפערע אריינבליק בלייבן יענע קאונטס ארויסגעווארפן

צוריק קיין ניו יארק, עטליכע טעג בעפאר ריכטער עליס האט אין ווירדזשיניע ארויסגעגעבן זיין סענטענסינג האט א מאנהעטען גרענד דזשורי אנגעקלאגט מענעפארט מיט זעכצן סטעיט שווינדל קלאגעס באזירט אויף די זעלבע אומריכטיגע מארטגעדזש אפליקאציעס אויף וועלכע די פעדעראלע דזשורי אין ווירדזשיניע האט אים געפונען שולדיג און ווי די ניו יארק טיימס האט צו יענע צייט באריכטעט איז די סטעיט קלאגעס געווארן ארקעסטרירט צו פארמיידן א טראמפ פארדאן פון ערלויבן מענעפארט צו גיין פריי
לויט א סופרים קאורט אורטייל ברייט געדעקט דא מיט א צייט צוריק איז אזא דאפלטע קלאגע נישט קיין פראבלעם מיט די פיפטע אמענדמענט זינט די נייע קלאגעס קומט פון די סטעיט און נישט פון די פעדעראלע רעגירונג אבער לויט די ניו יארק סטעיט געזעץ איז עס יא געווען א פראבלעם אבער ווי דערמאנט האט דיסטריקט אטוירני וועינס זיך סומך געווען אויף די אויסנאמען וועלכע די געזעץ פארמאגט
די געזעץ ערלויבט דאפלטע קלאגעס אין צוויי אויסנאם פעלער ואלו הן
די ערשטע אויסנאם איז אין פאל וואס א געריכט ווארפט ארויס קלאגעס צוליב וואס די פראצעדור ווי אזוי די קלאגעס זענען געווארן פארגעלייגט איז נישט געווען ריכטיג אין די פארמאט פון די קלאגעס קען נישט פירן צו קיין שולד אורטייל אבער די געריכט גלויבט אז מען קען זיי איבערמאכן און גיבן א שאנס פאר פראקורארן זיי ווידער פארצולייגן מיט מער סוקסעס

דיסטריקט אטוירני ווענס האט געהאפט אז די קאונטס וועלכע ריכטער עליס האט ארויסגעווארפן צוליב האנג דזשורי און איז יא געווען א טייל פון די סטעיט קלאגעס וועט צוליב די אויסנאם קוואליפיצירן צו ווערן ווידער פארגעלייגט אין סטעט געריכט אבער ריכטער מעקסוועל ווילי האט עס נישט אקצעפטירט זאגנדיג אז ווען ריכטער עליס אין ווירדזשיניע האט ארויסגעטראסקעט די האנג דזשורי קאונטס האט ער נישט פארארדנט מעגליכע ווידער אריינבליק אין זיי און גאנץ קלאר געזאגט אז ער גלויבט נישט אז פראקורארן קענען ווידער אריינקוקן אין זיי

די צווייטע אויסנאם אינעם געזעץ איז מער לומד'יש, נעמליך, אז אויב עימיצער באגייט אן קרימינאלע אקט וועלכע איז אחת שהן שתים, דאס הייסט אז ער האט טאקע געטוהן איין זאך אבער די געזעץ האט צוויי באזונדערע פראבלעמען דערמיט "און" די צוויי באזונדערע אומלעגאליטעטן פארמאגן באזונדערע עלעמענטן אין זיך מטעם די געזעץ (לאפוקי אויב די רעגירונג האט בלויז ארויפגעווארפן נאך א קאונט וועלכע איז בשורש די זעלבע ווי די ערשטע קאונט) "און" די אורזאך פארוואס די רעגירונג האט עס באצייכנט ווי צוויי באזונדערע פארברעכנס (און נישט פאררעכנט ווי בלויז איין פארברעך) איז צו פארמיידן מענטשן פון באגיין צוויי באזונדערע סארט פון פיינטליכע שעדיגונג בהעלם אחת מיט איין אקט (דהיינו, אז לאמיר זאגן אז אויב א מענטש טוט רויבט מיט ציהל און ווייסט אז ער באגייט דאדורך צוויי עוולות אבער ער קימערט זיך בלויז מיט איין פועל יוצא פון די צוויי אבער ער איז באווואסטזיניג אז אויף יענע פועל יוצא וועט ער נישט ווערן אנגעקלאגט זינט די רעגירונג וועט אים קלאגן אויף די ערשטע עוולה וואס ווערט באגאנגען מיט זיין אקט און די רעגירונג וועט נישט קענען קלאגן צוויי מאל)

ווען דיסטריקט אטוירני וועינס האט איבערגענוצט די ווירדזשיניע קאונטס אין די סטעיט געריכט האט ער טאקע גענוצט אנדערע געזעצליכע פראבלעמען וועלכע קומען ארויס פון די זעלביגע באנק שווינדלערייען מען האט געקלאגט אין ווירדזשיניע און ריכטער ווילי האט איינגעשטימט אז די באזונדערע פראבלעמען פארמאגן טאקע באזונדערע עלעמענטן אין זיך מטעם די געזעץ אבער די באזונדערע פארבלעמען שטאמען נישט פון און טוען נישט עכט זיין ארקעסטרירט צו פארמיידן מענטשן פון באגיין צוויי באזונדערע סארט פיינטליכע שעדיגונג מיט איין אקט

מער ספעציפיש האט ריכטער ווילי ארויסגעברענגט אז סיי די פעדעראל און סיי די סטעיט געזעץ צו קרימינאליזירן רעזידענשל מארטגדזש שווינדל זענען געציהלט צו פארמיידן די סארט פינאנציעלע שווינדל וועלכע האט געפירט צום 2008 למספרם פינאנציעלע קראך און נישט אז די סטעיט געזעץ האט געזוכט צו פארמיידן אנדערע סארט תוצאות וועלכע קענען ארויסקומען פון באנק שווינדל ווי דאס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געוואלט

ריכטער ווילי האט אויסגעפירט אז אויך די אנדערע סטעיט קלאגעס איבער קאנספיראציע, פעלשעווען ביזנעס רעקארדס, איז אויך געציהלט צו פארמיידן די זעלבע פראבלעמען וואס די פעדעראלע געברענגטע קלאגעס זענען געציהלט און ער איז שוין געווארן איינמאל געקלאגט אויף זיי

די אורטייל פון ריכטער ווילי איז געווען א שטארקע פראסק פאר דיסטריקט אטוירני ווענס וועלכע האט פרובירט צו נוצן די אויסנאמען וועלכע די געזעץ האט פארמאגט שוין אין די צייט פון די פארברעכן אבער ער איז דורכגעפאלן
ווענס האט אבער פארשפראכן צו אפעלירן די אורטייל און פרובירן צו איבערצייגן די העכערע געריכטן אז די געזעץ כמו שהי' מקדם האט יא געגעבן רעכט צו קלאגן מענעפארט

און א באזונדערע אונטערנעמונג אויף מכאן ולהבא האבן ליבעראלן און טראמפ פיינט אין די סטעיט שוין מאנאטן איידער די מענעפארט אורטייל איז ארויסגעקומען אנגעהויבן ארבעטן דראסטיש צו רעפארמירן די געזעץ אז עס זאל קענען גענוצט ווערן אנצוקלאגן צוקונפטיגע פארברעכנס וועלכע וועלן ווערן אויפגעדעקט אינערהאלב די אדמינסטראציע
די רעפארמען זענען געווארן אונטערגעשריבן דורך גאווערנאר קאומא אום אקטאבער 16 למספרם און טוט נישט באהאלטן אירע מאטיוון
ווען די טויש וואלט שוין געווען אין אפעקט ווען מענעפארט וואלט באגאנגען זיינע פארברעכנס וואלטן אים די אינסטאנצן זייער לייכט געקענט אנקלאגן אן דארפן אויפקומען מיט קאמפליצירטע ערקלערונגען וועלכע ריכטער ווילי האט טאקע נישט אקצעפטירט

די נייע געזעץ אדורך אין די דעמאקראטיש קאנטראלירטע לעגיסלאטור וועלכע רעפארמירט די געזעץ נישט צו קלאגן דאפלט און ערלויבט יא אריינצוטראגן אזעלכע קלאגעס אין פאל דער פעדעראל אנגעקלאגטער קען ווערן באגאנדיגט דורכן פרעזידענט

די נייע טויש מאכט אן אויסנאם צו ערלויבן דאפלטע אנקלאגעס אנטקעגן עקזעקוטיווע פליגל באאמטע וועלכע סערווירן אויף פאזיציעס צו וועלכע מען דארף האבן סענאט באשטעטיגונג, געוועזענע מיטגלידער פונעם פרעזידענט'ס עקזעקוטיווע שטאב, און געוועזענע קאמפיין איינגעשטעלטע, טראנזישאן גרופע, ביזנעס איינגעשטעלטע, אדער נאן פראפיט ארגאנאזאציעס וועלכע וועלן געניסן פון א פרעזידענטליכע פארדאן אויף פעדעראלע פארברעכנס און אזוי אויך פאמיליע פונעם פרעזידענט אזוי ווייט ווי צווייטע קוזינען
די געזעץ גייט נאך ווייטער אז אפילו אין פאל די ברייטע אויסנאמען באווייזן נישט צו גרייכן און ציהל און עמיצער נאנט צום פרעזידענט פאלט נישט אונטער איינע פון די אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס טוט אבער די נייע טויש ערלויבן אנצוקלאגן אפילו אזעלכע וועלכע זענען בלויז געווען אומדירעקט פאראנטווארטליך צוצוהעלפן פאר אנדערע פארבונדן מיטן פרעזידענט צו באגיין פארברעכנס



אין א פראסק פאר ווענס האט איצט א פיר ריכטער פאנעל אויף די סטעיט אפעלאט דיוויזיע ארויסגעטראסקעט זיין אפעלאט און קלארגעשטעלט אז מענעפארט קען נישט געקלאגט ווערן סטעיטווייד פאר די קלאגעס
ווענס זאגט אז מען באטראכט ווייטערדיגע אפציעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 08, 2020 12:25 pm

זונטאג חיי שרה


א פרישע רעליגיעזע רעכטן / מתועבים קעיס האט געלאנדעט אויפן סופרים קאורט טישל און איז איינס וועלכע קען פארוואנדלט ווערן אין איינע פון די סאמע העכסטע פראפיל קעיסעס אינעם טערמין

די קעיס איז איבער א שטראף וועלכע פילאדעלפיע האט ארויפגעשטעלט אויף די קאטוילישע סאושעל סערוויסעס אגענטור צוליב זייער שטעלונג איבער נארישקייט געזעצן

ערציאונג היימען איבער די לאנד זענען ברייט פארשפרייט אבער די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג פאר מענטשן וועלכע זענען גרייט צו ערציען קינדער וועלכע זענען עכטע אדער גאר לעבעדיגע יתומים אן קיין געהעריגע עלטערן זיי צו ערציען

איינע פון גרעסטע וואלונטיר קערפערשאפטן אין דעם געביט זענען די רעליגיעזע צענטערן וועלכע זענען אינסטרומענטאל ארויסצוהעלפן אזעלכע קינדער און זיי צוזאמשטעלן מיט פאסיגע קאנדידאטן וועלכע קענען צושטעלן פאר די קינדער די נויטיגע ערציאונג און זיי אדאפטירן ווי אייגענע קינדער

צוליב די נאטור פון די סיטואציע מאכט זיך אפט אז אויף אנשים מתועבים זענען וויליג צו אדאפטירן אזלעכע פארלאזטע קינדער און געווענליך וועלן זיי זיך ווענדן צו סעקולארע ארגאנאזאציעס וועלכע וועלן זיי צושטעלן אינפארמאציע און רעקאמענדירן פאסיגע יתומים

לויט די געזעץ דארף זיין אן אפיציעל רעגיסטרירטע קערפערשאפט וועלכע טוט אינדארסירן יעדע אדאפציע און מתועבים וועלן געווענליך אויסזוכן מער סעקולארע אגענטורן וועלכע טוען האבן נישט קיין פראבלעם צו אינדארסירן אן אדאפטירונג פון א קינד פאר א געמיינע פאמיליע

די ספעציפישע קאטוילישע סאושעל סערוויסעס אין פילאדעלפיע האט נאך זינט איר גרינדונג אין 1917 למספרם ביז היינט נישט געהאט קיין איינציגע פאל ווען מתועבים האבן זיך צו זיי געוואנדן פאר אדאפציע טראץ וואס די אגענטור איז אויטאריזירט צו אינדארסירן אדאפציעס אבער נאכן ליינען אין א צייטונג ארטיקל אז די אגענטור "וואלט" ווען נישט אונטערגעשריבן אן אינדארסירונג פאר א קינד צו ווערן אויפגעצויגן ביי מתועבים "אויב אזעלכע מענטשן וואלטן עס געבעטן" איז געווען מער ווי גענוג פאר פילאדעלפיע וועלכע האט באשטראפט די אגענטור מיטן אוועקנעמען איר רעכט צו קענען אינדארסירן אדאפציעס און קיינער קען מער נישט אדאפטירן קיין קינדער אויב עס גייט דורך זיי

די דריטע סירקוט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די סיטי און איצט האט די אגענטור גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט מיט די האפענונג אז די געריכט וועט איבערדרייען די אורטייל

די טענה פון די סיטי איז געווען אז זינט די סאושעל סערוויסעס איז א קאנטראקטער פאר די סיטי (וועלכע אויטאריזירט איר צו אינדארסירן אדאפציעס) דארף עס זיין די סיטי וועלכע באשטימט די פארשריפטן

ריכטער ראבערטס האט אנערקענט אז די קעיס איבער טרעפן די ריכטיגע באלאנס צווישן פרייהייט פון דיסקרימינאציע און רעליגיעזע פרייהייט אבער געפרעגט צו איז עס נישט די אנגעלעגנהייט פון די סיטי צו טרעפן די באלאנס און נישט פאר די סערוויסעס צו האבן א ווארט אין דעם זינט די צענטראלע פראגראם פון זיך באפאסן מיט יתומים איז אונטער די סיטי ?

קעיגען האט אויך אויסגעדרוקט איר שטעלונג אז די סיטי דארף האכן א גרעסערע ווארט ווען עס קומט צו פלאצירן יתומים וועלכע איז נאך אלעם אונטער די צענטראלע סיטי פראגראם אפילו אויב די אדאפציע ווערט אינדאריסרט דורך די סערוויסעס וועלכע איז א סיטי קאנטראקטער

קעיגען האט געשטעלט א היכי תימצי ווען עס סיטי/סטעיט גיבט ארויס א קאנטראקט פאר א פריוואטע פירמע צו פירן א טורמע און פארבאט די פירמע פון ערלויבן טורמע וועכטער צו נוצן דראגס

וועט אזא פירמע קענען אפווארפן די סיטי פארבאט אין פאל די טרומע איינגעשטעלטע פארלאנגען צו קענען נוצן א געוויסע סארט געווירץ וועלכע איז זייער רעליגיע נוצט ביי געוויסע רעליגיעזע צערעמאניעס?!

ריכטער טאמאס האט פרובירט אפצוטיילן די קאנטראקט טייל וועלכע די סערוויסעס האט מיט די סיטי (אין אנדערע געביטן אויסער דאס גיבן אינדארסירונגען) און די טייל פון אינדארסירן אדאפציעס שפעקולירנדיג אז די אדאפציע באשטעטיגונג טייל איז עפעס אין וועלכע די סיטי דארף האבן א קלענערע ווארט

די סערוויסעס אדוואקאט האט זיך צוגעכאפט דערצו און עס ברייטער אויסגעשמועסט זאגנדיג אז היסטאריש האבן אלץ רעליגיעזע ארגאנאזאציע פארפיגט אויף די אדאפציע לייסענס און די סערוויסעס זוכט נישט אריינצורעדן און די סיטי אנגעלעגנהייטן נאר פארקערט

אליטא און קעווענאו האבן ביידע ארויסגעברענגט אז די סערוויסעס האבן פאקטיש קיינמאל נאכנישט אפגעזאגט אן אדאפציע פארלאנג און פילע יתומים קענען האבן שוועריקייטן מיטן ווערן פלאצירט צוליב די סיטי באשלוס

קעווענאו האט געזאגט אז ער פארשטייט די זארג פון מתועבים מיט די סערוויסעס פאליסי אבער מען קען נישט פארמאכן אן אויג ווען עס קומט צו באשוצן רעליגיעזע רעכטן און ער איז באזארגט אז די עקסטרעמע צוגאנג פון די סיטי וועט פארלאנגען פון די געריכט אונז צוואונגען צו פארזיכערן אונזער צוזאג פאר רעספעקט פאר רעליגיעזע רעכטן

דערנאך האט מען באהאנדלט די פראגע צו די סיטי באשלוס איז באשוצט אונטער די 1990 למספרם סופרים קאורט אורטייל "סמיט" וועלכע באפרייט רעגירונג אגענטורן פון זיין אין פארלעצונג פון די קאנסטיטוציאנאל פרייהייט פון אויסדרוק רעכטן ווען אירע באגרעניצונגען זענען דרינגנד, מינימאל, און זענען מחייב אלע איינוואוינער צוגלייך

אבער אן אדוואקאט פון די פעדעראלע רעגירונג אין שטיצע פון די סערוויסעס האט אפגעווארפן אז דאס איז וואס די סיטי זוכט דא און ארויסגעברענגט אז בעת וואס די סיטי האט זיך געשטעלט אויף די לענג און די ברייט צו באגרעניצן רעליגיעזע פרייהייט ערלויבט זי אנדערע סארט דיסקרימינאציע אינערהאלב איר יתומים קעיר סיסטעם ווי דאס ערלויבן צו באטראכטן פאקטארן ווי ראסע, דיסעביליטי ביים פלאצירן יתומים און ערלויבט אויף אגענטורן צו קאנצעטרירן זייער ארבעט מיט פאמיליעס פון ספעציפישע עטנישע אפשטאמען

גארסוטש האט איבערגענומען דאס ווארט איבער אט די טענה און די סיטי אדוואקאטן האבן אים ערקלערט אז די סארט פאקטארן ווערן בלויז באטראכט ווען מען האלט שוין ביים פאקטיש פלאצירן די קינדער אבער ביים ערשטן שטאפל פון ערלויבן פאמיליעס זי איינצוגעבן פאר אדאפציע ערלויבן זיי נישט די מינדעסטע דיסקרימינאציע

אליטא איז צוריקגעקומען צו די סמיט אורטייל או ארויפגעברענגט די געדאנק אז די געריכט זאל גאר צוריקדרייען די סמיט פרעצעדענט זעלבסט

ער האט אנערקענט אז געווענליך וועט די געריכט נישט זוכן צו אדרעסירן קאנסטיטוציאנאלע פראגן ווען זי מוז נישט אבער פארפירט אז די קאמפליצירטע פראגן איבער מעליכע אויסנאמען פון די נאן דיסקרימאציע פאליסי און די פראגע אויב די סערוויסעס ווערן באטראכט לגבי אדפאציע ווי א קאנטראקטער טוט צוטרייסלען די סטאביליטעט פון די סמיט אורטייל און פאדערט מעגליך אז מען זאל איבערווארפן יענע אורטייל

אויב אליטא האט געמאכט די גרויסע טריט אויפן שאך ברעטל מיטן רעכענונג אז איצט מיט בערעט אויפן באנק איז די צייט רייף האט ער שנעל איינגעזעהן אז תפש מרובה און בערעט איז נאכנישט אין אזא געיעג צו פארכאפן טעריטאריע

בערעט האט נישט אפגעווארפן זיין באהויפטונג אז ווען א קעיס אקעגן סמיט ווערט געברענגט איז מעגליך אז מען דארף עס איבערדרייען אבער געפרעגט פון די סערוויסעס אדוואקאט (וועלכע האט געטיילט אליטא מיט זיין וואונטש) אז אויב איז ריכטיג אז די סערוויסעס קען באקומען אן אורטייל אקעגן די סיטי אן דארפן איבערדרייען סמיט פארוואס זאלן מיר עס איבערדרייען און מיט וואס גייען מיר עס ערזעצן ? (ווייל פאקטיש איז יענע געזעץ א נויט אין געוויסע פעלער און די פראגע דארף זיין וואו ברייט עס זאל גיין און מען קען ע נישט איינפאך ארויסווארפן אן ערזעצן מיט עפעס מער געציהלט און באגרעניצט)

די אנדערע ריכטער האבן אויך אויסגעדרוקט ווייניג אפעטיט איבערצודרייען סמיט גייענדיג מיט די בערעט ארגומענט און ליבערשט זיך קאנצעטרירט אויף מער פראקטישע זארגן ווי אויב א זיג פאר די סערוויסעס אין געריכט וועט ווערט אויסגענוצט אויף ערנסטע דיסקרימינאציע און די ערשטע פראגע איז געקומען פון בערעט וועלכע האט געוואלט וויסן אויב א זיג וועט ווערן אויסגעטיייטשט אלץ רעכט פאר ארגאנאזאציעס אפצוזאגן אדאפציע אפליקאציעס פון פארפעלקער וועלכע קומען פון קעגנזייטיגע ראסע אויף וועלכע די די סיטי אדוואקאט האט רובירט צו בארואיגן די זארג זאגנדיג אז די געריכט איז זייער קלאר אז עס איז די שטארקע אינטערעסע פון די רעגירונג צו אויסצוראטן ראסע דיסקרימינאציע

אבער ברייער און קעיגען זענען ביידע געווען פרוסטירירט אז מען טיילט אפ ראסע דיסקרימינאציע פון נארישקייט דיסקרימינאציע אבער די סיטי אדוואקאט האט זיך געהאלטן צו זיינס אז די געריכט האט שוין ספעציפיש אנגעדייטעט אז ראסע איז אייגנארטיג אין די לאנד'ס קאנסטיטוציאנאלע היסטאריע און דאס באקעמפן סיי וועלכע סארט ראסע דיסקרימינאציע איז אן אייגנארטיגע העכסטע פריאריטעט אינטערעסע פארן לאנד

אליטא האט אבער אויסגעקוקט ווייניגער באזארגט אז מען זעהט נארישקייט דיסקרימינאציע אלץ ווייניגער ערנסט ווי ראסע דיסקרימינאציע זאגנדיג אז אין די לענדמארק 2015 למספרם אורטייל צו אנערקענען נארישקייט האט די קענעדי מאיאריטעט אורטייל אונטערגעשטראכן אז עס איז דא ראציאנאלע אורזאכן פאר די וועלכע באקעמפן נארישקייט צו פירן זייער קאמף און דאס איז עפעס וועלכע די געריכט האט נישט געטוהן ביים אורטיילן אקעגן קעגנזייטיגע ראסע הייראטן

ברייער האט פרובירט אויפצוקומען מיט א פשרה אונטער וועלכע די סערוויסעס וועלן נישט דארפן אפיציעל באשטעטיגן א נארישקייט שטוב אלץ פאמיליע אבער באשטעטיגן אז די אומשטענדן אין אזעלכע היימען זענען גענוג צופרידנשטעלנד צו פלאצירן דארט יתומים (ווייל מאמענטאל איז די פאליסי אז זיי באשטעטיגן אדאפציס בלויז צו אן אפיציעלע אנערקענטע פאמיליע)

אבער די סערוויסעס אדוואקאט האט עס אפגעווארפן אז פראקטיש גערעדט איז אן אן אנערקענונג פאר אזא שטוב אז עס איז א געהעריגע פאמיליע

סאטאמאיאר איז שפעטער צוריקגעקומען צו די ברייער פארשלאג בעהטנדיג די סיטי אדוואקאט אויפצוקומען מיט עפעס א מיטלוועג און יענער האט אינדארסירט ברייער'ס פאטענט אלץ צופרידנשטעלנד

צום שלוס האט אויסגעקוקט אז די סערוויסעס האבן זיך פארזיכערט מיט כאטש פינף שטימען טראץ וואס די פונקטליכע לעגאלע באזיס וועלכע די ריכטער וועלן נוצן אין אזא אורטייל איז נאך נישט אינגאנצן קלאר

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג נובעמבער 08, 2020 1:35 pm

א ריזיגן דאנק @הבל!

זייער הנאה געהאט!

(איך גלייב אז פאר רוב אנדערע ליינער איז נאך אביסל צו פרי צוריקצוגיין צו סאלידע לעגאלע נייעס באריכטן, סאו דאנט בי דיסעפוינטעט אויב איך בין דער איינציגסטע באדאנקער, ווי נאר די וואסערן וועלן זיך בארואיגן וועט דער עולם זיין פולי מיט דיר.
עפרישיעטעד עניוועי!)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

ליבי ובשרי
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ליבי ובשרי » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:27 pm

הערליך!
גרעיטלי עפרשעיטיד.

איך פארשטיי אז די האסט אוועקגעשטאנען פון די וואלן, אבער אויב טיעם טראמפ קראצט צאם עפעס א קעיס מארגן, לאז אונז נישט אויפן וואסער....

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:40 pm

הכל הבל, מארגען איז דיין טאג! פליז בלייב מיט אונז. קלארקייט איז די יסוד צו פארשטיין א גוטע געריכט דעבאקעל.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:41 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א ריזיגן דאנק @הבל!

זייער הנאה געהאט!

(איך גלייב אז פאר רוב אנדערע ליינער איז נאך אביסל צו פרי צוריקצוגיין צו סאלידע לעגאלע נייעס באריכטן, סאו דאנט בי דיסעפוינטעט אויב איך בין דער איינציגסטע באדאנקער, ווי נאר די וואסערן וועלן זיך בארואיגן וועט דער עולם זיין פולי מיט דיר.
עפרישיעטעד עניוועי!)

ביסט נישט דער איינציגסטער, בין אויך אריינגערעכנט
ספענט 40$ און באקומט 40$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:44 pm

מטעמים האט געשריבן:הכל הבל, מארגען איז דיין טאג! פליז בלייב מיט אונז. קלארקייט איז די יסוד צו פארשטיין א גוטע געריכט דעבאקעל.

דו מיינסט אבאמאקעיר?
עס איז איבערמארגן

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:הכל הבל, מארגען איז דיין טאג! פליז בלייב מיט אונז. קלארקייט איז די יסוד צו פארשטיין א גוטע געריכט דעבאקעל.

דו מיינסט אבאמאקעיר?
עס איז איבערמארגן

ניין ער מיינט דאקא..
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מים חיים » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:52 pm

א גרויסן שכח

פאר די יונגערע ליינער וואלט געווען אינטערעסאנט די היסטאריע פון בוש וס גאר

Kollel
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » זונטאג נובעמבער 08, 2020 3:36 pm

שכוח הבל! אזא קלארע קעיס!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 08, 2020 3:42 pm

@הכל הבל, איך רעד פון די מארגענדיגע קלעימס וואס די טראמפ טיעם פלאנט אריינצוגעבן.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 08, 2020 4:52 pm

מטעמים האט געשריבן:@הכל הבל, איך רעד פון די מארגענדיגע קלעימס וואס די טראמפ טיעם פלאנט אריינצוגעבן.

אה עמער זעהן אויב די צייט וועט מספיק זיין

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך דער בדחן » זונטאג נובעמבער 08, 2020 6:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:@הכל הבל, איך רעד פון די מארגענדיגע קלעימס וואס די טראמפ טיעם פלאנט אריינצוגעבן.

אה עמער זעהן אויב די צייט וועט מספיק זיין


please

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 10:21 pm

מוצאי שבת חיי שרה

רוסישע זיכערהייט לייט האבן ארעסטירט דימיטרי פעדאקטין - א לאנדאן באזירטע עקזעקיוטיוו פון די לאנד'ס "עראפלאט" לופטליניע - אויף באשולידגונגען אז ער האט איבערגעגעבן געהיימע אינפארמאציע פאר בריטישע באאמטע.
* * * *
פרייטאג האט זיך אנגעהויבן, אין יאפאנעזע געריכט, די פראצעס קעגן די געוועזענע "ניסאן" עקזעקיוטיוו קארלאס גהאוסאן - די פירמע זוכט צו ארויסבאקומען ארום 95 מיליאן דאללער וואס ער האט, אנגעבליך, גערויבט פון די פירמע דורך שווינדלערייען.
* * * *
די "סעקיוריטיס ענד עקסטשעינזש קאמישאן" האט פרייטאג געמאלדן קלאגעס אקעגן די געוועזענע סי.אי.או. פון "וועלס פארגאו" - זשאן סטומף - און די הויפט פון די ריטעיל בענקינג - פרוי טאלסטעדט - מיט די באשולדיגונג אז זיי האבן פארפירט אינוועסטירער ארום די פירונג פון די באנק. סטומף איז איינגעגאנגען צו צאלן ארום 2.5 מיליאן דאללער אין שטראף געלטער - און די קלאגעס קעגן טאלסטעדט וועלן גיין אין געריכט.
דאס איז נאך א טייל פון די לאנג פארצויגענע סקאנדאל ביי די באנק מיט די פאלשע אקאונטס וואס זיי פלעגן עפענען - וואס אויף איז די באנק איינגעגאנגען, פריער אין יאר, צו צאלן ארום 3 ביליאן דאללער אין שטראף געלטער.
* * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זיי טוען פארלענגערן מיט 15 טאג די דאטום ביז ווען "בייט-דענס" מוז פארקויפן אירע אמעריקאנע צווייגן.
* * * *
פרייטאג איז קעווין מעקקארטי - די פירער פון די רעפובליקאנע אין די הויז - אריבערגעגאנגען צום ווייסן הויז אין באגלייטונג פון די ניי ערוועלטע רעפובליקאנע קאנגרעססלייט - מאסקעס זענען געווען מענדעטארי.
* * * *
דורכאויס א קורצע רעדע פרייטאג, האט אויסגעזעהן ווי די פרעזידענט הייבט אן אנערקענען די מעגליכקייט אז עס קומט א פרישע אדמיניסטראציע.
די פרעזידענט האט ווידעראמאל קלארגעשטעלט אז "אונזער אדמיניסטראציע וועט נישט איינשטעלן קיין לאקדאון. האפענטליך די - - - - סיי וואס ס'געשעהט אין די צוקונפט, ווער ווייסט וועלכע אדמיניסטראציע עס וועט דא זיין - איי געסס טיים וויל טעל - אבער דעי אדמיניסטראציע וועט נישט איינשטעלן א נאציאנאלע לאקדאון".
* * * *
געוויסע באריכטן ווייסן צו פארציילן אז טראמפ קאמפיין באאמטע זענען שטארק אומצופרידן איבער די צענטראלע ראלע וואס רודי זשוליאני האט גענומען אין די נאך-וואלן געריכטליכע קלאגעס - זיי האלטן אז זיי נע שטיקעס וועלן נישט צופיל אויפטוען און וועלן בלויז שאטן פאר די פרעזידענט'ס ווייטער'דיגע פאליטישע פלענער.
* * * *
סעקראטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיאו איז היינט אנגעקומען קיין פראנקרייך, פון וואו ער וועט זיך ארויסלאזן אויף א זיבן לענדער רייזע צו פארזיכערן אז לענדער טוען מיטארבעטן און פריאריטיזירן אמעריקאנע אינטרעסן אין די לעצטע טעג פון די טראמפ אדמיניסטראציע.
פראנמויזישע אויסערן מיניסטער זאגט "אויף דערווייל, ביז יאנואר 20, איז מייק פאמפעיאו מיין קאלעגע, און איך וועל איהןם געהעריג אויפנעמען".
צווישן אנדערע, איז די רייזע ערווארטערט צו ארייננעמען א באזוך אין די מערב ברעג - א געגענט וואס אמעריקאנע דיפלאמאטן האבן ביז היינט אויסגעמיטן.
* * * *
פרעזידענט טראמפ האט דאנערשטאג אונטעגעשריבן אן עקזעיוטיווע באפעל וואס טוט פארבאטן אמעריקאנע פון אינוועסטירן אין א טוץ כינעזע פירמעס וואס די אדמיניסטראציע באשולדיגט אז זיי שטעלן צו סופלייס פאר - און/אדער העלפן ארויס אויף אנדערע וועגן - די כינעזע מיליטער.
* * * *
ניו יארק סיטי מעיאר ביל דיבלאזיו זאגט אז עלטערן זאלן זיין גערישט אז פובליק סקול'ס וועלן זיך מעגליך שליסן שוין מאנטאג צוליב די וואקסענעדע צאל קעיסעס.
* * * *
א פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק - נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן - האט ארויסגעווארפן די טראמפ אדמיניסטראציע צוימונגען פון די דאקא פראגראם, זאגענדיג אז די צוימונגען זענען באשטעטיגט געווארן דורך "עקטינג סעקראטערי אוו האומלענד סעקיוריטי" טשעד וואלף - אבער ער האט געדינט אויף די פאזיציע אומלעגאל, דעריבער זענען זייע פארארדענונגען/מעמאוס א.א.וו. לעגאל נישט גילטיג.
* * * *
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס"

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נישטאמת » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 11:15 pm

שכח אלעקסיי פאר די פיינע קאקאש!!

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 11:26 pm

יישר כח אלעקסיי, ווארעם און דערפרישנד!!

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:13 am

שכח אלעקסיי

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך יודיש בלעטל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:14 am

שכוח הכל הבל זייער גוט
וואס איז די אורטייל פון סמיט פון 1990 ? און וואס האט עס א שייכות מיט די באלאנס פון פרייהייט פון רעליגיע און פון דיסקרימינאציע

שכוח אלעקסיי

זיי אמתדיג
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך זיי אמתדיג » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:44 am

שכח פאר יעדעםוואס ברענגט עפעס, “חוץ” פאליטיק
די וועג אנצוקמן צום תכלית, איז "נאר" מיטן אמת.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”