א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 11:30 pm

wow
massive!!
אז יענער קען קענסטו אויך

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 11:58 pm

שכח אלעקסיי א געשמאק צו ליינען
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

Kollel
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:05 am

דו ביסט ממש געוואלטיק! ווערסט נאר בעסער און בעסער ביי די דעי..!
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:

כווייס נישט פארוואס די מנהלים לאזן נאך געבן קאווע אזוי שפעט..
זיי זעהן נישט אז די עולם זיצט דא נאכדעם ביז פארטאגס?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אבדזשעקטיוו
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:46 pm

יש"כ זייער געשמאק!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:06 pm

מיטוואך עקב
צוליב די פארלאנג פון די טייערע חברים אז מ'זאל נישט סערווירן קאווע שפעט אויפדערנאכט, וועלן מיר פרובירן צו קומען עטוואס פריער...
אמווייניגסטענס זעקס מענטשן זענען אומגעקומען אין רעזולטאט פון די שטורעם וואס איז באפאלן די אמעריקאנער טרוקעניש אין די לעצטערע טעג. ווי עלעקטריק פירמעס גיבן איבער, איז דא העכער 2.8 מיליאן קאסטומער וואס האבן נישט קיין עלעטריק קראפט - דאס רעכענט אריין היימען און ביזנעסער.
* * * * *
טרעזשורי סעקרעטאר מענושין האט נעכטן געזאגט פאר רעפארטער אז סיי וועלכע פרישע קאראנע הילף פעקל מוז זיין גרייט אויף פרייטאג.
נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג צווישן ספיקער פעלאוסי, סענאטאר שומער, מארק מעדאוס און סטיוו מענושין ווי צווישן די טעמעס וואס מ'האט באהאנדעלט איז געווען וועגן צושטעלן געלטער פאר מעיל-אין וואוטינג - אויף וואס מענושין האט זיך אנגערופן אז עכט איז ער נישט קיין עקספערט איבער פאוסטעל בעללאט'ס, פעלאוסי האט צורקגעענטפערט "כאטשיג ביסטו מודה אס דו פארשטייסט נישט די נושא איבער וואס מ'האנדעלט יעצט" בבחינת אז דו פארטייסט נישט - זיי שטיל
* * * * *
די סאשעל מידיע פירמע "אינסטאגרעם" האט ארויסגעגעבן א פרישע סערוויס אויף זייערע עפפ מיט'ן נאמען "REEL" - דאס דארף צו דינען אלס קאנקורענץ -ערזאץ - פאר די "טיקטאק" עפפ וואס טראמפ וויל פארבאטן. פון די אנדערע זייט טוט די אנטוויקלונג ארויסרופן זארג ביי אנטי-טראסט אקטיוויסטן וואס זאגן אז דאס איז בלויז נאך א שריט אין די מארקעט דאמינאנץ פון די געציילטע ריזן קאמפעני'ס.
* * * * *
דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט זשאו ביידען וועט נישט אפרייזן צו די קאנווענשאן, נאר וועט עס מיטהאלטן - און געבן א רעדע - פון זיין היים. די מעלדונג קומט אין די זעלב צייט וואס באריכטן גיבן אן אז די רעפובליקאנער קאנווענשאן קאמיטע באטראכט די מעגליכקייט אז טראמפ זאל גיבן זיין קאנווענשאן רעדע ביי די ווייסע הויז אדער אן אנדערע היסטארישע סימבאלישע ארט.
פעלאוסי האט געלאזט פאלן אנדייטונגען אז זי וועט פרובירן צו שטערן טראמפ פון אויספירן אזא אקט.
* * * * *
א באריכט פארצילט, אז טראץ וואס פעיסבוק טוט נישט אראפנעמען - אדער אפילו בלויז אנצייכענען - איבער פאליטישע רעקלאמעס וואס זענען פאלש, איז אבער דא א באדייטענדע טייל פון טראמפ קאמפיין רעקלאמעס וואס זענען יא פאלש - און די פעיסבוק "פעקט-טשעקערס" טראץ וואס זיי צייכענען עס נישט אן אויף פעיסבוק זעלבסט - צוליב די פלאטפארמע'ס פאליסי פון זיך נישט מישן אין פאליטישע רעקלאמעס - טוען זיי עס אבער יא אנצייכענען אויף זייערע אייגענע וועבסייטס.
* * * * *
עי.די.פי. באריכט גיט אן אז בלויז 167,000 זשאבס זענען צוגעקומען אין די פארלאפענע מאנאט. דאס איז שארפע אנטוישונג פאר אנאליסטן וואס האבן ערוואטערט אין די געגענט פון א מיליאן פרישע זשאבס.
אויב וועט די מארגענדיגע רעפארט פון די לעיבאר דעפארטמענט באשטעטיגן די נומערן - אדער אפילו נאר אין דעי רעינזש - קען עס פירן צו פרישע דרוק אויף קאנגרעס צו פאשנעלערן די פרישע קאראנע הילף פעקל.
* * * * *
עקטינג איי.זשי. פון די סטעיט דעפארטמענט - סטיווען אקארד - האט היינט געמאלדן אז ער גייט רעזיגנירן ענדע וואך. אקארד האט איבערגענומען די אמט אין מאי נאך וואס די פאריגע אינספעקטאר זשענעראל סטיוו ליניק איז געווארן ארויסגעווארפן דורכ'ן פרעזידענט.
סענאטאר מענענדעז פון ניו זשערסי - א דעמאקראט - זאגט אז טראץ וואס אקארד איז נישט געווען צוגעפאסט פאר די פאסטן פון איספעקטאר זשענעראל, טוט אבער זיין רעזיגנאציע ארויסרופן זארג.
* * * * *
20 סטעיט אטוירני'ס זשענעראל זענען ארויסגעקומען מיט א פארלאנג צו "פעיסבוק" אז זיי זאלן ארינליגן מער כוחות אין אפשטעלן דאס פארשפרייטן דיסאינפארמעישאן, דיסקרימינעישאן און האס אויף זייער פלאטפארמע. דאס איז בלויז די לעצטע אין א רייע שריט איבער די פירמעס "סיוויל רייטס" רעקארד - וואס איז פאריגע געקומען אונטער גאר שארפע קריטיק דורך אודיטאר'ס וואס די פירמע זעלבסט האט אויפגענומען.
* * * * *
ביידען קאמפיין האט געמאלדן א 280 מיליאן דאללער קאמפיין בליץ אין די קומענדיגע מאנאטן - 220 מיליאן וועט גיין פאר טעלעוויזשאן רעקלאמעס און די איבעריגע פאר דיזשיטעל עדס. די רעקלאמעס וועלן לויפן אין 15 סטעיטס - אריינגערעכענט אייאווע, טעקסאס, זשארזשיע, און אויך מער טראדיציאנאלע סווינג סטעיטס.
דאס איז - אויף דערוויל - די גרעסטע רעקלאמע ספענדינג געמאלדן דורך סיי וועלכע קאמפיין אין די יעצטיגע עלעקשאן.
* * * * *
אייאווע געאווערנאר רעינאלדס - רעפובליקאנער - האט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער וואס טוט צוריקגעבן שטים רעכטן פאר פארברעכער וואס האבן שוין גע'ענדיגט אויסדינען זייער טערמין - אויסער אין פאל פון א מארד פארברעך.
אונטער די ביז-יעצטיגע סיסטעם האט יעדע געוועזענע פארברעכער געדארפט אפעלירן צום גאווערנאר צו קענען צוריקבאקומען די רעכטן - שוין אין 2005 האט די פאריגע גאווערנאר ווילסאק - א דעמאקראט - אונטערגעשריבן אזא ארדער, אבער אין 2011 האט גאווערנאר ברענסטעד - א רעפובליקען - צוריקגעדרייט יענע ארדער. גאווערנאר רעינאלדס זאגט טאקע אז איר עקזעקיוטיוו ארדער איז בלויז גוט אויפן מינוט - ביז די קומענדיגע גאווערנאר דרייט עס צוריק - און עכט דארף מען איינפירן א קאנסטיטוציאנאלע טויש צו ערלויבן געוועזענע פארברעכער צו שטימען.
* * * * *
א 29 יעריגער מאן אין טעקסאס איז ארעסטירט געווארן פאר'ן אומריכטיג אויסנוצן ארום 1.6 מיליאן דאללער אין פי.פי.פי. געלטער. ווי די זשוסטיס דעפארטמענט באשולדיגט האט לי פרייס אויסגעגעבן די געלטער אויף צו קויפן א טייערע קאר, זייגער, ריעל עסטעיט און נאך. ער איז אנגעקלאגט געווארן אויף מאכן א פאלשע סטעיטמענט פאר א פיינענשעל אינסטיטוציע - ווייער פראוד - באנק פראוד - און נוצן געלטער אויף א אומלעגאלע אופן.
פאריגע וואך איז א מאן אין פלארידע ארעסטירט געווארן אויף ענליכע באשולדיגונגען.
* * * * *
בריטישע בענק זענען אין די צווייטע קווארטל געשטאנען שוואכער ווי אנדערע אייראפע'אישע בענק - און זיי רישן זיך אויף גאר שווערע פינאנציעלע באריכטן אין די קומענדיגע מאנאטן. ווי באריכטן גיבן אן רישן זיך די פינף גרויסע בענק אויף א פארלוסט פון העכער 22 ביליאן דאללער - דאס איז אין רעזולטאט פון די וויירוס, אבער אויך די ברעקזיט און די אמאונט פון אנסעקיורד לענדינג אין בריטען וואס איז העכער ווי אין אלגעמיין איבער יוראפ.
* * * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע שפאנישע נייעס, האט די שפאנישע סופרים קאורט פאריגע מאנאט אנגעהויבן אן אויספארשונג איבער די פאריגע קעניג - כואן קארלאס - איבער אנגעבליכע קארופציע אין פארבינדונג מיט א 6.5-ביליאן יורא אפמאך צווישן א גרופע שפאנישע פירמעס און סאודי אראביע צו בויען די רעילוועי צווישן מעדינאה און מעככא - די צוויי שמיילגיע שטעט אין סאודי אראביע.
אין די זעלבע טוען אויך שווייצע פראקורן אריינקוקן אין זיינע האנדלונגען אין פארבינדונג צו קארופציע באשולדיגונגען.
נעכטן האט כואן קארלאס געמאלדן אז ער וועט איבערלאזן דאס לאנד.
געוויסע באריכטן זאגן אז ער איז געפארן צו די "דאמיניקען רעפובליק", אבער ארטיגע גרעניץ באאמטע זאגן זיי האבן נישט קיין שום רעקארד אז ער זאל האבן אריינגעקומען אין לאנד - אנדערע זאגן אז די קעניג איז אנטלאפן קיין "פארטוגאל", אבער די ארטיגע אויסערן מיניסטעריום באאמטע טוען עס לייקענען - ווידער אנדערע באריכטן גיבן אן אז ער זוכט זיך אומצוקערן קיין שפאניע ווי פריער.

היינט ווערט באריכטעט איבער סטודענטן ביי די "כואן קארלאס יוניווערסיטי" אין מאדריד וואס האבן אונטערגענומען א קאמפיין און פעטיציע דרייוו אז די נאמען פונעם אוניווערזיטעט זאל געטוישט ווערן - די פעטיציע האט שוין העכער 40,000 אונטערשריפטן. אזוי אויך האבן פארשידענע לאקלאע רעגירונגען איבער'ן לאנד געמאלדן אז זיי וועלן טוישן נעמען פון גאסן אדער פארק'ס גערופן אויפן נאמען פונעם קעניג.
* * * * *
מייק פאמפעיא האט געמאלדן אז קומענדיגע וואך וועט פארקומען אן אפשטימונג ביי די יו.ען. סעקיוריטי קאונסיל איבער פארלענגערן די וואפן עמבארגאו אויף איראן - וואס דארף אפלויפן אין אקטאבער.
עס איז ערוואטערט אז טשיינע און רוסלאנד וועלן עס וועטא'אירן - אבער אפילו אן דעם איז דא אזעלכע וואס צווייפלען צו ס'איז דא די נויטיגע 9 שטימען אויף יא ס'זאל בכלל קענען אריינגיין אין קראפט.
* * * * *
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אלטע מלמד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלטע מלמד » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:54 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:03 pm

טעינקס!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:14 pm

יישר כח אלעקסיי.

בד"ווַ, דאס איז וואס איינער שרייבט מיר וועגן ביידן טי ווי עדס.

Spending only 20% on digital (they cut ads from Facebook the lest few weeks) ads is the same mistake Hilary did

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שאשא » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:21 pm

tanks ;l;p-
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 10:14 pm

דאנערשטאג עקב

פעלאוסי נעכטן געזאגט אז זי פילט אופטימיסטיש אז ס'איז דא ליכטיגקייט ביי די ענדע פונעם טוננעל - אבער זי ווייסט נישט ווילאנג די טוננעל איז נאך.
* * * * *
די טראמפ ווייסע הויז האט ארויסגעשיקט א ביטע פאר אלע פעדעראלע אגענטורן וואס האבן באקומען געלט פריער אין יאר - אונטער די "קעירס עקט" פעקעזש, אז זיי זאלן אפירזוכן סיי וועלכע געלטער ס'זענען נאכנישט פארנוצט געווארן. ווי ס'ווערט אנגעגעבן איז דאס מיטן ציל צו מעגליך נוצן די געלטער פאר פעדעראל אנ-עמפלוימענט אדער אנדערע ענליכע פראגראמען.
* * * * *
וויצע פרעזידענט מייק פענס זאגט היינט אויף "סי.בי.ען." - א קריסטליכע מידיע נעטווארק - "הויפט ריכטער זשאן ראבערטס האט אנטוישט די קאנסערוואטיוו'ס". ווייס איך נישט צו ער באציעט זיך צו פאליטישע קאנסערוואטיווזם אדער רעליגיעזע - אדער גאר ביידע.
* * * * *
לויט א פרישע אנקעטע דורך "גאללאפ" שטייט די סופרים קאורט ביי איר העכסטע עפראוועל רעיטינג זינט 2009 - ביי גאנצע 58%. די פארטייאישע צוטיילונג איז נישט אזוי שטארק - ווען עס קומט אריין ביי ארום 60% רעפובליקאן'ס און 56% דעמאקראט'ס זענען צופרידן מיט די ארבעט פון די געריכט.
* * * * *
די "קלאב פאר גראוט" - א קאנסערוואטיווע פעק - נעמט אונטער א 5 מיליאן דאללער רעקלאמע קאמפין קעגן זשאו ביידן - אין די 3 סטעיטס: אריזאנא, פענסילוועניע און וויסקאנסין. ווי זיי זאגן קען די סומע מעגליך געהעכערט ווערן אין די קומענדיגע וואכן.
די גרופע איז אויפגעשטעלט געווארן מיט'ן ציל צו קאמפיינען פאר "לימיטעד גאווערמענט" און א "בעלענסד בודזשעט אמענדמענט".
* * * * *
איינוואוינער אין מיניאפאליס האבן געהאט ערוואטערט צו קענען שטימען אין נאוועמבער אויף די פארשלאג צו מ'זאל עלימינירן די ארטיגע פאליס דעפארטמענט - אבער היינט א קאמיסיע געמאלדן אז זיי דארפן מער צייט צו דורכטון די געדאנק נאך בעפאר עס גייט ארויף אויפן בעללאט.
* * * * *
טוויטער האט נעכטן צייטווייליג סוספענדירט די טראמפ קאמפיין אקאונט פאר'ן ארויפשטעלן טייל פון אן אינטערוויו אין וואס דער פרעזידענט האט געזאגט אז קינדער זענען כמעט ווי אימיון צו די וויירוס און דעריבער זאל מען עפענען די שולעס.טוויטער טענה'ט אז דאס איז פאלשע אינפארמאציע.
* * * * *
דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאאט זשאו ביידען האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז ער וועט ערלויבן זיי זשוסטיס דעפארטמענט צו אנקלאגן פרעזידענט טראמפ. ווי ער זאגט איז אזא שריט נישט אין די בעסטע אינטרעסן פון דעמאקראטיע, אבער "איך וועל מיך נישט אריינמישן ביי די זשוסטיס דעפארטמענט אויף די פראגע צו זיי זאלן יא אדער נישט אנקלאגן סיי וועמען וואס זיי האלטן אז יענער האט געבראכן דאס געזעץ".
אויף די פראגע פון די מעקסיקאנער גרעניץ וואנט, זאגט ביידען "ס'וועט נישט זיין נאך אפילו איין פיס פון דעי וואנט וואס ווערט געבויט דורכאויס מיין אדמיניסטרעישאן" - אבער אין די זעלבע צייט וועט ער נישט אראפנעמען די שוין ביז יעצט געבויט'ע וואנט.
אויף די פראגע פון טאריף'ס אויף כינעזע אימפארטן זאגט ביידן אז דאס וועט ווערן צוריקגעדרייט און אז די טראמפ מהלך פון נאכיאגן טשיינע איז נישט די ריכטיגע וועג זיך אומצוגיין מיט זיי.
* * * * *
פאריגע וואך זענען געווען פרישע 1.18 מיליאן סטעיט אנ-עמפלוימענט אפליקעישאן'ס - אראפ פון די 1.43 א וואך פריער.
* * * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:באריכטן גיבן אן אז די רעפובליקאנער קאנווענשאן קאמיטע באטראכט די מעגליכקייט אז טראמפ זאל גיבן זיין קאנווענשאן רעדע ביי די ווייסע הויז אדער אן אנדערע היסטארישע סימבאלישע ארט. פעלאוסי האט געלאזט פאלן אנדייטונגען אז זי וועט פרובירן צו שטערן טראמפ פון אויספירן אזא אקט.

היינט ברענגט ארויס א שרייבער ביי די "וואשינגטאן פאוסט" אז טרמפ וואלט נישט געווען די ערשטע צו נוצן די ווייסע הויז פאר קאמפיין צוועקן. אין 1979 האט פרעזידענט קארטער געמאלדן זיין רי-עלעקשאן קאמפיין פון א צימער אין די ווייסע הויז - און אין א קאמפיין עד האט ער גענוצט די אוועל אפיס - אזוי אויך רעיגען אין 1984 האט גענוצט די ווייסע הויז פאר קאמפיין צוועקן.
* * * * *
אהייאו גאווערנאר מייק געוויין (רעפובליקען) איז דיאגנאזירט געוואר מיט די קאראנע וויירוס - די צווייטע גאווערנאר אין לאנד. די טעסט איז געקומען אלס טייל פון א רוטינע פראטאקאל איינגעשטעלט פאר די וואס טרעפן זיך מיט'ן פרעזידענט - די פרעזידענט איז היינט געווען אויף א באזוך אין אהייאו.
* * * * *
פרעזידענט טראמפ האט היינט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער איבער דראג מעניופעקטשערינג. די ארדער אנטהאלט אויך א פארארגענונג פאר פעדעראלע אגענטורן אז געוויסע מעדיקעל עקוויפמענט מוזן פאבריצירט ווערן אין אמעריקא און געקויפט ווערן פון אמעריקאנער פארקויפער.
* * * * *
אין א פרישע שריט קעגן טשיינע ווערט באריכטעט אז אמעריקא גרייט זיך אויף א מעגליכע פארקויף פון גאר פארגעשריטענע דראונ'ס פאר טאייוואן. די רעדע איז איבער די "סי גארדיען" דראון'ס - וואס אמעריקא האט ביז היינט פארקויפט פאר בלויז געציילטע לענדער איבער די וועלט - און האט א מעגליכקייט פון פליען ביז 6,000 מייל, סאך מער ווי די יעצטיגע 160 מייל מעגליכקייט פון טאייוואן'ס מיליטער.
טייוואן האט שוין אריינגעגעבן א ביטע דערפאר אנהייב יאר, אבער פאריגע וואך האבן זיי באקומען א פרייז צעטל דערפאר - וואס דאס באדייט אז די אין פרינציפ איז די אדמיניסטראציע גרייט פאראויסצוגיין דערמיט, כאטש טעכנישע דעטאלן קענען אפירגעקומען און טוישן די פלענער - ווי אויך פארלאנגט די געזעץ אז קאנגרעסס מוז איינגעמאלדן ווערן פאר אזא פארקויף ווערט דורכגעפירט.
* * * * *
זשוסטיס דעפארטמענט האט היינט געמאלדן קלאגעס קעגן 5 פארשוינען פלארידע פאר'ן רויבן רעגירונג'ס געלטער.
ווי די דעפארטמענט באשולדיגט האט די גרופע אריינגעגעבן אזויפיל ווי 90 פאלשע פי.פי.פי. אפליקאציעס אין די ווערד פון 24 מיליאן דאללער - פון וואס זיי האבן באקומען ארום 17 מיליאן דאללער.
* * * * *
ווי שוין באריכטעט דא אויפן וועלטל, האט די ניו יארק'ער אטוירני זשענעראל היינט אריינגעגעבן א קלאגע אין די סטעיט געריכט קעגן די "נעשאנעל רייפעל אסאסיעישאן" (ען.אר.עי.) מיטן באשולדיגונג אז די פירער פון די פאראיין האבן גערויבט אזויפיל ווי 64 מיליאן דאללער פאר זייער פערזענליכע באנוץ דורכאויס די לעצטע 3 יאר.
אין רעאקציע האט די אסאסיעישאן אריינגעגעבן א קלאגע אין ניו יארק פעדערלאע געריכט - נארדערן דיסטרריקט - מיט'ן פארלאנג אז די געריכט זאל ארויסגעבן אן ארדער פאר די עי.זשי. זי זאל אפשטעלן איר אויספארשונג.
די ען.אר.עי. איז אונטער ניו יארק סטעיט יוריסדיקציע צוליב וואס אירע הויפטקווארטירן זענען דארט רעגיסטרירט.

דאס איז אויסער א קעיס אין די וואשינגטאן די.סי. קאורט.
* * * * *
מייקעל קאוהען - די געוועזענער אדוואקאט פאר'ן פרעזידענט - האט באקומען א זשאב אפפער צו ווערן א פאליטישע קאנסולטענט פאר אן אומ'אידענפיצירטע פעק, לויט ווי זיין לויער האט היינט אריינגעגעבן אין געריכט - די געריכט פיילינג איז צו פארזיכעערן די צושטימונג פונעם ריכטער אויפן קעיס אז ס'טוט נישט פארלעצן זיין אורטייל טערמינען.
* * * * *
"קעפיטאל וואן" איז איינגעגאנגען צו צאלן 80 מיליאן דאללער אין שטראף געלטער פאר א העקינג אטאקע וואס די פירמע האט געליטן פאריאר. ווי אוטאריטעטן גיבן איבער - אדער האבן שוין דעמאלט געמאלדן - האבן העקער'ס דאן באקומען צוטריט צו ארום 100 מיליאן קאסטומער אפליקעישאן'ס.
ביי אן ענליכן אטאקע אויף "עקוויפעקס" האט די פירמע געדארפט צאלן ארום 700 מיליאן דאללער אין שטראף געלטער.
* * * * *
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:09 pm

אלעקסיי, דיינע ארטיקלען ווערן לענגער אינטערעסאנטער אין קלארער!
גיי אן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:16 pm

כ'בין עפעס שולדיג אז אנדערע טעג איז קוים דא עפעס נייעס???
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:20 pm

שכח אלעקסיי. א געשמאק צו ליינען!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:20 pm

חס ושלום!! דאס איר נאר געווען א קאמפלימענט!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:25 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דאנערשטאג עקב

אהייאו גאווערנאר מייק געוויין (רעפובליקען) איז דיאגנאזירט געוואר מיט די קאראנע וויירוס - די צווייטע גאווערנאר אין לאנד. די טעסט איז געקומען אלס טייל פון א רוטינע פראטאקאל איינגעשטעלט פאר די וואס טרעפן זיך מיט'ן פרעזידענט - די פרעזידענט איז היינט געווען אויף א באזוך אין אהייאו.
* * * * *

אפדעיט:

א צווייטע טעסט וואס דיוויין האט גענומען שפעטער אין טאג צייגט אז ער האט נישט די וויירוס!
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:28 pm

שכוח אלעקס!
הערליך אונפארמאטיוו
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:30 pm

זייער קלאר און געשמאק, דריטער.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:50 pm

קומט מען נישט אייביג אן זיך צו באדאנקען. אבער ווען מ׳קומט יא אן דארף מען זאגן א הילכיגן יישר כוח! קורצע קלארע זאפטיגע באריכטן. א מחי׳ צו ליינען

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:52 pm

הערליך קלאר!

עקסטער פאר די אפדעיטס וואס קוואוטן און באציען זיך אויף פריערדיגע באריכטן.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

Kollel
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 1:04 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:צוליב די פארלאנג פון די טייערע חברים אז מ'זאל נישט סערווירן קאווע שפעט אויפדערנאכט, וועלן מיר פרובירן צו קומען עטוואס פריער...

שוין..! פאר ליל ששי העמיר זיך מוזן באגענוגען מיט קאלטע קאווע
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Kollel
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Kollel » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 1:04 am

געלעגער האט געשריבן:קומט מען נישט אייביג אן זיך צו באדאנקען. אבער ווען מ׳קומט יא אן דארף מען זאגן א הילכיגן יישר כוח! קורצע קלארע זאפטיגע באריכטן. א מחי׳ צו ליינען
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:00 pm

מוצאי שבת עקב

אלס רעזולטאט פון די שוידערליכע אויפרייס פאריגע וואך אין לבנון, איז די הויפטשטאט איינגעהילט אין שטורמישע פראטעסטן. אמווייניסטענס איז איין פאליציי אפיציר אומגעקומען דורכאויס די פראטעסטן - און באריכטן גיבן אן איבער לעבעדיגע קוילן וואס ווערן גענוצט קעגן פראטעסטירער.

באריכטן גיבן אן איבער ארום 100 פראטעסטירער וואס זענען פארוואונדעט געווארן און צענדליגער וואס האבן געדארפט צו קומען צו שפיטאל באהאנדלונגען.

די פרוי פונעם האלאנדישן אמבאסאדאר צו לבנון איז אומגעקומען פון אירע וואונדן איו רעזולטאט פונעם אויפרייס.
* * * * *
די איינגענטומער פון א שיף - די "אריענט קווין" - וואס האט געזונקען בשעת'ן אויפרייס אומברענגענדיג צוויי ארבעטער און פארוואונדענדיג נאך אנדערע, האט אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן "אלע פאראנטווארטליכע" אינעם אויפרייס.
* * * * *
אין די נארוואס אפגעהאלטענע פארליאמענטארישע וואלן אין "סרי לאנקא" האט די פירענדע עס.על.פי.פי. פארטיי געווינען ארום 145 פון די 225 זיצן אינעם ארטיגן לעגיסלאטור. דאס - צוזאמען מיט די שטיצע פון נאך פינף אליאירטע געזעץ-געבער - וועט זיי ערלויבן צו צוריקדרייען קאנסטיטוציאנאלע טוישונגען.
* * * * *
אלס טייל פון די אפמאך געשלאסן פריער אין יאר צווישן אמעריקא און די טאליבאן - האט די אפגאניסטאן רעגירונג צוגעשטימט צו פריי לאזן 5,000 טאליבאנער ארעסטאנטן. ביז היינט זענען שוין די גרעסטע מערהייט פון זיי טאקע געווארן ארויסגעלאזט, אויסער ארום 400 וואס די ארטיגע רעגירונג זאגט אז זיי זענען געווען פארמישט אין גאר בלוטיגע טעראר אטאקעס - דאס האט פארהאנקעט די געשפרעכן אויף ווייטער'דיגע שריט.
אין די יעצטיגע טעג האט די רעגירונג פאררפון א פארזאמלונג - פון ארום 3,200 מיגלידער - פאלטיקאנטן, שבטים פירער און נאך פירענדע פיגורן אין לאנד, אז זיי זאלן באהאנדלן די פראגע אויב מ'זאל באפרייען אויך די לעצט פארבליבענע ארעסטאנטן. די באשלוס פון די פארזאמלונג איז נישט בינדענד אויף די רעגירונג, אבער עס וועט זיי לאזן הערן וואס די פאלק טראכט.
* * * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע שפאנישע נייעס, האט די שפאנישע סופרים קאורט פאריגע מאנאט אנגעהויבן אן אויספארשונג איבער די פאריגע קעניג - כואן קארלאס - איבער אנגעבליכע קארופציע.

נעכטן האט כואן קארלאס געמאלדן אז ער וועט איבערלאזן דאס לאנד.
געוויסע באריכטן זאגן אז ער איז געפארן צו די "דאמיניקען רעפובליק", אבער ארטיגע גרעניץ באאמטע זאגן זיי האבן נישט קיין שום רעקארד אז ער זאל האבן אריינגעקומען אין לאנד - אנדערע זאגן אז די קעניג איז אנטלאפן קיין "פארטוגאל", אבער די ארטיגע אויסערן מיניסטעריום באאמטע טוען עס לייקענען - ווידער אנדערע באריכטן גיבן אן אז ער זוכט זיך אומצוקערן קיין שפאניע ווי פריער.

היינט איז ערשינען א פרישע אומ'באשטעטיגטע באריכט וואס דערציילט אז די קעניג איז געפארן קיין אבו דאבי וואו ער האלט זיך אויף אין א ארטיגע האטעל.
* * * * *
מארק זוקערבערג, די גרינדער פון די פעיסבוק פלאפארמע, איז געווארן די דריטע מאן אויף די וועלט מיט א רייכטום ווערד פון העכער 100 ביליאן - זיך שטעלענדיג אין די זעלבע עליטע סטאטוס פון זשעף בעזאס - פון עמעזאן - און ביל געיטס - פון מייקראסאפט.
* * * * *
לאס אנזשעלעס מעיאר עריק גארסעטי האט געמאלדן אז פון היינט און ווייטער וועלן פאליציי האבן די רעכט צו פארלאנגען פון וואסער און עלעקטריק פירמעס זאלן אפהאקן די סופלי פאר הייזער און געביידעס וואו מענטשן קומען זיך צוזאם אויף א אומלעגאלע פארנעם אין די יעצטיגע צייט.
* * * * *
באאמטע אין דייטשלאנד און פראנקרייך גיבן איבער אז זיי לאזן איבער די געשפרעכן איבער רעפארמירן די דאבעליו.עיטש.או. - דאס איז אין רעזולטאט פון דעם וואס אמעריקא זוכט צו שטעלן די אגענדא און טאן פון די רעפארמירונגען - טראץ וואס זי האט פאר בלויז א קורצע צייט צוריק געמאלדן אז זי לאזט איבער די אגענטור.
באאמטע אין איטאליע זאגן אז זיי זענען אויך ביי דעי מיינונג אז אמעריקא זאל נישט פירן די געשפרעכן דערוועגן.
* * * * *
א סורוועי גענומען פון סעיפטי ארבטער ביי די עף.עי.עי. - און איז איבערגעגעבן געווארן פרייטאג פאר קאנגרעס - צייגט אז א גרויסע טייל פון די איינגעשטעלטע פילן אז די אגענטור האט נישט די זיכערהייט אינטרעסן פון די פליגער אלס הויפט פריאריטעט - נאר זיי קוקן ענדערש אויף די ביזנעס טייל דערפון. אויך באריכטן איינגעשטעלטע אז זיי באקומען א מעסעזש פון נישט צופיל פארפירן ווען עס האנדעלט זיך פון די גרויסע פליגער פירמעס, א שטייגער ווי "באואינג".
* * * * *
אין רעאקציע צו די עקזעקיוטיוו ארדער וואס טוט פארבאטן די "טיקטאק" עפפ אין אמעריקא, ווערט באריכטעט אז די פירמע גרייט זיך אונטערצונעמען א געריכטליכע קאמפ דערקעגן - אין די פעדערלאע געריכט אין קאליפארניע - מיט די טענה אז די פרעזידענט האט זיי נישט געגעבן קיין צייט צו אפענטפערן זיינע באשולדיגונגען.
אין א זייטיגע נאטיץ ווערט אנגעוויזן, אז אונטער די ארדער איז שטארק מעגליך אז "טיקטאק" וועט נישט קענען פארטרעטן דורך אדוואקאטן אין געריכט - איינמאל די ארדער גייט אריין אין קראפט - צוליב וואס עס פארבאט "סיי וועלכע פארהאנדלונג" צווישן די פירמע און אמעריקאנער בירגער אדער פירמעס.

די שטראף פאר א פארלעצונג איז געשטעלט ביי 300,000 דאללער און מעגליכע קרימינאלע קלאגעס.
* * * * *
א מאן וואס איז אנטלאפן פון א קאלאראדא סטעיט טורמע אין 1974 נאכ'ן פארוואנדן א פאליציי אפיציר, איז יעצט ווידעראמאל ארעסטירט געווארן דורך די עף.בי.איי. אין ניו מעקסיקא - און ער וועט ווערן אויסגעליפערט קיין קאלאראדא. די יעצטיגע ארעסט קומט נאך וואס דער געוועזענע אפיציר - דער פארוואונדעטער - האט איהם אידענטיפיצירט פון אן ארעסט בילד גענומען פריער אין יאר ווען ער איז ארעסטירט געווארן פאר דרייוו'ן אונטער די איינפלוס.
* * * * *
זשוסטיס דעפארטמענט האט געמאלדן קלאגעס קעגן אנטאניאו זשאנסאן פון זשארזשיע פאר'ן שיינען מיט א לעיזער ביעם אויף א פאליציי העליקאפטער אין די צייט וואס די העליקאפטער האט געהאלטן אינמיטן דורכפירן א זוך אקציע העכער די געגענט נאך א פארברעכער.
ער איז אנגעקלאגט געווארן פאר'ן שטערן פאליציי'אישע אקטיוויטעטן.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך maybeeynot » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:18 pm

Wow חמין במוצ"ש דעטס א סערוויס ש'כח
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ישוב הדעת » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:26 pm

שכח אלעקסיי א פארגעניגן צו ליינען!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:09 am

ישוב הדעת האט געשריבן:שכח אלעקסיי א פארגעניגן צו ליינען!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”