א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 16, 2020 4:06 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח! @אלעקסיי פארן איבערנעמען דערווייל די לייצעס.

@הכל הבל, נאובאדי ביעטס יו, דאס איז גוט פאר ביז דו קומסט צוריק.

נישט חלילה אז אלעקסאנדער איז נישט סופער גוט, אבער פארט איז דאס נישט הבל'ס קאקאש...

נו... אדרבה, לאמיר זאל דערוילעם אריינקומען מיט הארות והערות איבער וויאזוי מ'קען פארבעסערן די קאקאש אז דערוילעם העט נישט נעמען (זאגן צו ס'איז א גוטע רעסעפי) העט מען נישט טיילן...

איך פארלאנג נישט אז דו זאלסט אים ביטן, איך גלייב נישט אז איך וואלט דיר געביט, און איך האב נישט דערווייל קיין הערות, און ווען יא, ווייסטו אז איך שרייב די זאכן אין אישי.

נאר וואס דען, הבל איז פארט הבל, דו ביזט גאר גוט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג יולי 16, 2020 4:33 pm

צל עובר האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ישר כח! @אלעקסיי פארן איבערנעמען דערווייל די לייצעס.

@הכל הבל, נאובאדי ביעטס יו, דאס איז גוט פאר ביז דו קומסט צוריק.

נישט חלילה אז אלעקסאנדער איז נישט סופער גוט, אבער פארט איז דאס נישט הבל'ס קאקאש...

נו... אדרבה, לאמיר זאל דערוילעם אריינקומען מיט הארות והערות איבער וויאזוי מ'קען פארבעסערן די קאקאש אז דערוילעם העט נישט נעמען (זאגן צו ס'איז א גוטע רעסעפי) העט מען נישט טיילן...

איך פארלאנג נישט אז דו זאלסט אים ביטן, איך גלייב נישט אז איך וואלט דיר געביט, און איך האב נישט דערווייל קיין הערות, און ווען יא, ווייסטו אז איך שרייב די זאכן אין אישי.

נאר וואס דען, הבל איז פארט הבל, דו ביזט גאר גוט.

אז די רעדסט פין ביטן, ווען איך ליין אלעקסיי'ס באריכטן אין די ענגלישע אשכולות האב אלץ געהאט די געפיל ווי איך ליין הבל'ס אין די אמעריקאנע אשכולות. אפשר גאר די זעלבע מענטש?

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 9:11 pm

נישטאמת האט געשריבן:

אויף ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט דער זעלבע מענטש - דארפסטו פרעגן הבל זין מיינונג...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יולי 16, 2020 9:17 pm

אלעקסיי, כ׳גלייך זייער דיין וועג פון שרייבן א טראפ מער באריכות יעדע נייעסל, גיי ווייטער אן און זיי אונז מהנה.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג יולי 16, 2020 11:58 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נו... אדרבה, לאמיר זאל דערוילעם אריינקומען מיט הארות והערות איבער וויאזוי מ'קען פארבעסערן די קאקאש אז דערוילעם העט נישט נעמען (זאגן צו ס'איז א גוטע רעסעפי) העט מען נישט טיילן...

@אלעקסיי זיי נישט געפאלן ביי דיר. די ביסט גאר גוט איי די זארגסט דיך אז דער עולם נעמט נישט קיין קאקאש דאנט ווארי יעצט איז דער עולם זאט פון די חלוקות געב עס נאך אביסל
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 19, 2020 10:35 pm

די זשוסטיס דעפארטמענט האט געמאלדן די ארעסט פון צוויי איינוואוינער פון יוטא אויף שווינדל קלאגעס. די צוויי זענען די אייגענטומער פון א טראקינג פירמע אין יוטא וואס האבן זיך איינגעגעבן פאר די פי.פי.פי. פראגראם - שרייבענדיג אויף די אפליקאציע אז זיי נישט אונטער קיין שום אנקלאגע אין סיי וועלכע יוריסדיקציע איבער'ן לאנד -טראץ וואס איינער פון זיי איז צו יענע צייט געווען אונטער א פעדעראלע אנקלאגע. ווי אויך באשולדיגט די זשוסטיס דעפארטמענט אז די פי.פי.פי. געלטער וואס זיי האבן באקומען איז גענוצט געווארן נישט אין איינקלאנג מיט די געזעץ.

* * * * *
די פראטעסטן אין פארטלאנד - ארעגאן ציען זיך שוין העכער פון 50 טעג/נעכט - אנפאנגענדיג זיך נאך די טויט פון זשארזש פלויד. נעכטן זענען די פראטעסטירער אנטפאנגען געווארן דורך אגענטן פון די פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט - און אויף ווידעאו רעקארדירונגען קען מען זעהן ווי די אגענטן טראגן נישט די אידענטיפיקאציע טעגס וואס ווערן געווענליך פארלאנגט פון לאו-ענפארסמענט אגענטורן, ווי אויך זעהט מען ווי פראטעסטירער ווערן אוועקגעפירט אין אומבאצייכענטע קארס.

די סי.בי.פי. (גרעניץ פאטראל) האט אנערקענט אז זיי זענען געווען פארמישט אין - כאטש - א טייל פון די אינצידענטן.
יו.עס. אטוירני פון ארעגאן ביל וויליאמס האט פארלאנגט א פעדעראל אויספארשונג איבער די אינצידענט. די סטעיט אטוירני זשענעראל האט אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט.

* * * * *
טראץ וואס פאריגע וואך האט די בריטישע רעגירונג פארבאטן דאס באנות פון וואוועי עקוויפמענט אין די 5-G נעטווארק, ווערט היינט באריכטעט אז אין די טעג פאר'ן מעלדן די באשלוס האט די בריטישע רעגירונג שטילערהיט איינגעמאלדן פאר די פירמע אז די פארבאט איז בלויז צופרידנצושטעלן די טראמפ אדמיניסטראציע. נאכמער האט מען זיי מרמז געווען, אז אויב זאל טראמפ פארלירן די קומענדיגע וואלן איז שטארק מעגליך אז די פירמע וועט ווערן צוריק אריינגעלאזט אין לאנד.

* * * * *
א 20 יעריגע פון אילינאו האט זיך גענומען דאס לעבן נאכ'ן זיך באנוצ ן מיט די פאפולערע "ראבינהוד" עפפ און ס'האט זיך איבם געדאכט אז ער האט דערלייגט העכער 730,000 דאללער - ווען אין רעאליטעט האט ער צו יענע צייט געהאט ארום 16,000 דאללער אין זיין אקאונט.

* * * * *
קאמערס סעקרעטאר ווילבור ראסס איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר א "נישט קאראנע פארביענדעטע" געזונטהייט אישו. ראסס איז 82 יאהר.

* * * * *
פאליצי אין דייטשלאנד האבן באוויזן - נאך א 5 טאגיגע זיכעריי - צו ארעסטירן א 31 יעריגער פארשוין וואס האט זיך ארומגעדרייט מיט מערערע סארטן ביקסן.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן פארגיע וואך זונטאג ווען די פאליציי האט ערהאלטן א רוף איבער א פארשוין וואס דרייט זיך ארום מיט א פייל-און-בויגן, ווען פאליציי זענען אנגעקומען האט ער ארויסגעצויגן א גרויסע רייפל אויף זיי און באוויזן צו אנטלויפן. א העפטיגע זוכעריי איז אונטעגענומען געווארן און נאך 5 טאג איז ער געכאפט געווארן מיט פיר ביקסן ליגענדיג אויפן ערד פארנט פון איהם, מיט א האק אין זיין באזיץ.

* * * * *
א ריכטער אין שפאניע איז איינגעגאנגען צו באשטעטיגן די קלאגעס אקעגן זשארדי פוזשאל - די געוועזענע פרעזידענט פון די קאטאלניע פראווינץ. די קלאגעס באציען זיך צו באשולדיגונגען אז ער - און זיינע נאנטע - זענען געווען פארמישט אין א רייע פינאנציעלע קרימינאלע אקטיוויטעטן, אויסנוצנדיג זיין מאכט און איינפלוס אין די ראיאן און איבער'ן לאנד.

* * *
אין אנדערע שפאנישע נייעס, ווערט באריכטעט אז מערערע פיגורן אינערהלב די אינדעפענדענס מאוומענט אין די קאטאלאניע ראיאן זענען געצילט געווארן דורך ד צענטראלע רעגירונג אין מאדריד. ווי די אקטיוויסטון געבן איבער, האבן זיי דורכאויס די יארן באמערקט -אויף זייערע טעלעפאנען - ווי וואטסעפפ מעסעזשעס ווערן נעלם, אימעילס געפונען זיך אין פיילס ווי זיי זענען (נישט9 אריינגעשטעלט געווארן א.א.וו.

ווי די וואטסעפפ פירמע באשולדיגט איז די העקינג אטאקע דורכגעפירט געווארן נוצענדיג די "פעסעיגוס" שפינאזש-טעכנעלאגיע - ערצייגט דורך די מדינת ישראל פירמע "ען.עס.או." די פירמע - און איר טעכנעלאגיע - איז שוין מערערע מאל קריטיקירט געווארן צוליב וואס זי ווערט באנוצט דורך מערערע דיקטאטורישע רעזשימען איבער דער וועלט - בעיקר אין די מיטל-מזרח. יעצט איז די ערשטע ואס ס'ווערט באשטעטיגט אז ס'איז גענוצט געווארן דורך א אייראפע'אישע רעגירונג.

וואטסעפפ האט שוין פאריאר ארינגעגעבן א קלאגע אין אמעריקאנער געריכט קעגן די ען.עס.או. פירמע.

* * * * *
אין אנדערע שפאנישע נייעס, האט די שפאנישע סופרים קאורט פאריגע מאנאט אנגעהויבן אן אויספארשונג איבער די פאריגע קעניג - כואן קארלאס - איבער אנגעבליכע קארופציע אין פארבינדונג מיט א 6.5-ביליאן יורא אפמאך צווישן א גרופע שפאנישע פירמעס און סאודי אראביע צו בויען די רעילוועי צווישן מעדינאה און מעככא - די צוויי שמיילגיע שטעט אין סאודי אראביע.
אין די זעלבע טוען אויך שווייצע פראקורן אריינקוקן אין זיינע האנדלונגען אין פארבינדונג צו קארופצי באשולדיגונגען.

* * * * *
די רוסישע אמבאסדאר צו ענגלאנד האט שארף אפגעלייקענט די באשולדיגונגען אז רוסישע העקערס האבן פרובירט צו רויבן קאראנא וואקסין סודות. פאריגע וואך האבן אמעריקא, קאנאדע אוןענגלאנד באשולדיגט אז רוסישע העקערס מיטן צונאמען "עי.פי.טי.29" האבן פרובירט צו רויבן פארש ארבעט פון איסטיטוציעס וואס זוכן אויפצוקומען מיט א וואקסין פאר די וויירוס.

היינט האט אנדרעי קעלין שארף אפפגעווארפן די באשולדיגונג זאגענדיג "איי דאנט בעליוו דיס סטארי, דעיר איז נאו סענס אין איט".
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג יולי 19, 2020 10:42 pm

יישר כח @אלעקסיי פאר די פיינע באריכטן

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג יולי 19, 2020 10:44 pm

שכח אלעקסיי
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג יולי 19, 2020 10:45 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
* * * * *
א 20 יעריגע פון אילינאו האט זיך גענומען דאס לעבן נאכ'ן זיך באנוצ ן מיט די פאפולערע "ראבינהוד" עפפ און ס'האט זיך איבם געדאכט אז ער האט דערלייגט העכער 730,000 דאללער - ווען אין רעאליטעט האט ער צו יענע צייט געהאט ארום 16,000 דאללער אין זיין אקאונט.

* * * * *

דאס איז דוכט זיך שוין אביסל הארטע קאקאש, איא?

ייש"כ אלעקסיי פאר דיינע זאפטיגע באריכטן! גליכן זי פיענע קרישקיאטן און נאטיציעס אוואו שטעלן זעע איר שיינע אוועק!
סטיטשינער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

בלייב געזונט
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בלייב געזונט » זונטאג יולי 19, 2020 10:45 pm

יישר כח פאר די פיינע קאקאש

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג יולי 19, 2020 10:48 pm

בדקתי ואכן שכלי לא טעה אותי

דער זעלבסטמארד אין אילינוי איז ווירקליך פארגעקומען א מאנאט צוריק... עפעס געשפירט דער רעפטל איז אביסל הארטער ווי די אנדערע
סטיטשינער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 19, 2020 10:49 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:בדקתי ואכן שכלי לא טעה אותי

דער זעלבסטמארד אין אילינוי איז ווירקליך פארגעקומען א מאנאט צוריק... עפעס געשפירט דער רעפטל איז אביסל הארטער ווי די אנדערע

טאקע נישט אלעס ממש פריש...

ס'נעמט צייט ביז מ'דערלערנט זיך די ריכטיגע רעסעפי און אינגרידיענטס....
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג יולי 19, 2020 10:51 pm

נישקשה, ס'איז גוט אזוי אויך, קיפ איט אפ...
סטיטשינער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג יולי 19, 2020 10:57 pm

אלעקסיי די ווערסט בעסער אין בעסער, מיר ווארטן אויף נאך באריכטן.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג יולי 19, 2020 11:13 pm

קיפוראפ

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יולי 19, 2020 11:14 pm

א דאנק מיסטער אלעקסיי! זייער הנאה געהאט! קיעפ איט אפ...
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 19, 2020 11:22 pm

הכל הבל האט געשריבן:דורך הכל הבל » מיטוואך יולי 01, 2020 7:51 pm
ביי די מידטוירם וואלן אין 2018 למספרם האבן וויילער אין פלארידא מיט אן איבערוויגנדע מערהייט באשטעטיגט א פראפאזיציע צו ערלויבן געוועזענע ארעסטאנטן צו שטימען בעסער באקאנט אלץ אמענדמענט 4

די שאצונגען זענען געווען אז אין רעזולטאט פון די טויש וועלן אזויפיל ווי 1.4 מיליאן געוועזענע ארעסטאנטן באקומען א שאנס צו שטימען אין די קומענדיגע וואלן
די שפראך אויף די היסטארישע בעלאט איז געווען אז אויב באשטעטיגט וועלן די ארעסטאנטן קענען שטימען נאכן ענדיגן "אלע טערמינען פונעם סענטענס"
דא האט אבער ארויסגעשפראצט א פראגע ווי אזוי די געזעץ אפעקטירט ארעסטאנטן וועלכע האבן שוין געענדיגט זייער טערמין וואס זיי דארפן שמאכטן אין טורמע אבער זענען אין צוגאב צו זייער טורמע טערמין געווארן באשטראפט און באאויפטראגט צו באצאלן געוויסע געלט שטראפן און עס איז שוין געווען לוקה אבער נאכנישט משלם
איז אין אזא פאל וואס די געלט שטראפן איז נאכנישט פולקאם אויסגעצאהלט הייסט עס פארענדיגט די סענטענסינג טערמינען

עטליכע מאנאטן שפעטער - פעברואר 19 - האט די פעדעראלע עלפטע סירקוט קאורט האט געאורטיילט אקעגן די סטעיט שטעלונג און געלאזט אין פלאץ א פרילימינערי איזשאנקשען פון די סירקוט קאורט.

אום מאי 24 האט די דיסטריקט ריכטער ארויסגעגעבן א פערמאנענט אינזשאנקשען אויף דעי טייל פון די געזעץ וואס פארלאנגט אז מ'דארף האבן באצאלט געלט שטראפן אויף צו קענען שטימען זאגענדיג אז קאנסטיטוציאנאל איז דאס נישט אויסגעהאלטן. די ריכטער האט בשעת מעשה אנערקענט אז ער וועט לכאורה נישט האבן די לעצטע ווארט אויפן קעיס - און פארשטייט זיך אז די פלארידא גאווערמענט האט אריינגעגעבן אן אפיעל צו די "עלעפטע סירקוט קאורט אוו אפיעלס" וועלכע האט ארויפגעשטעלט א סטעי אויף די ריכטער'ס אינזשאנקשען - צוריקשטעלענדיג אין פלאץ די פארלאנג צו באצאלן געלט שטראפן.

די קלעגער האבן אריינגעגעבן אן אפיעל אין די סופרים קאורט און פאריגע דאנערשטאג איז געקומען די רולינג 6-3 - מיט ריכטער סאטאמיער, ריכטערין גינזבערג און קעיגאן אין די מינאריטעט - אז די אפיעל פארלאנג ווערט אפגעווארפן. ד.ה. אויף דערווייל בלייבט אין קראפט די פארלאנג אז כדי צו קענען שטימען אין די פלארידא וואלן דארף מען אויך האבן באצאלט סיי וועלכע געלט שטראף.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג יולי 19, 2020 11:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 19, 2020 11:23 pm

טענקס אלעקסיי!!

אינטרעסאנטע חידוש פאר מיר אז מען קען אויספארשן דעם קעניג אין שפאניע, עך קלער, אז טאקע ווייל ער האט מער מאכט, מוז מען האבן א טשעק אויף אים, בדרך אפשר.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 19, 2020 11:24 pm

צל עובר האט געשריבן:טענקס אלעקסיי!!

אינטרעסאנטע חידוש פאר מיר אז מען קען אויספארשן דעם קעניג אין שפאניע, עך קלער, אז טאקע ווייל ער האט מער מאכט, מוז מען האבן א טשעק אויף אים, בדרך אפשר.

כ'פארשטיי עס אויך נישט פונקטליך - אבער ס'איז מער אזא ספעשל קאונסעל סארט אויספארשונג....
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 19, 2020 11:26 pm

;l;p- :lol:

אבער אין ענגלאנד איז דאכציך אזאנס אויך נישט פארהאנען.

אפילו נאר א קינד, פרינץ ענדרו, איז געהעריג אבאוו דע לאו.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יולי 20, 2020 1:23 am

שכח אלעקסיי פאר די גוט ציזאמגענימענע באריכטען, וואס איז אויך זייער קלאר,
סליגט מסתמה אן ארבעט דערין און ביסט מזכה צענדליגע אידען,

נ.ב. כהאב אמאל אויך געטראכט אז די האסט זאכען וואס ענדלט צי הבל ווי למשל שרייבען נייעס קלאר אן ווערען אריינגעשלעפט און ארומיגס,
דיין סטייל איז אבער אויך זייער אינפארמטיוו, קיפיראפ

איך האלט אז פאר הבל איז יא בעסער, און גלייכט זייער ווען נאך שרייבען דא, אין די פלאץ לעבט ווי למשל אזא קאמענט פון צל אדער אנדערע,

סלעבט אויף די פלאץ אין מאכט גרינגער צי שרייבען, פארשטייט זיך די קאמענטס זאלען זיין לויט די פראפעשענעל רוח וואס הבל האט אזוי מייסטערהאפטיג דא אראפגעלייגט,
באקומען שכח'ס יעדעס מאל איז איין זאך, אבער באקומען קאמענטס איז א לעבהאפט פאר זיך
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג יולי 21, 2020 1:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 20, 2020 3:54 pm

געוואלדיגע ארבעט! דאס דעקן מער אינטערנאציאנאלע נייעס ערפילט א חלל דא אויפן וועלטל
מעגליך אז פאר אזעלכע וועלכע ווילן בלויז ליינען די סאמע לעצטע פאליטישע אנטוויקלונגען אין אמעריקא איז עס נישט אזוי בעפארצוגט אבער עס איז א גענוג א גרויסע פארלאנג דערפאר פון קילערע ליינער וועלכע גלייכן דוקא צו ווערן מער אינפארמירט איבער אלטוועלטליכע געשעענישן און פאסירונגען און זענען נישט פולשטענדיג געקעסטלט אריבערצומישן די בלאט אויב עס ווערט נישט דארט דערמאנט די נאמען פון טראמפ לשבח או לגנאי

און צו די ליינער: ביטע נישט ציען קיין פאראלעלן און עס אהערשטעלן ווי א קאנקורענץ
יעדער האט זיין אייגענע שניט און סטיל און ביטע ערלויבן די שרייבער צו שיינען מיט די אייגענע נאטורליכע קאלירן אנע דרוק פון קאפירן אנדערע

נאך א ווארט צו די ליינער: האלט אייך נישט צוריק פון טוהן די זעלבע, עס מוז נישט זיין יעדן טאג אבער אויב איר דערזעהט זיך מיט א תקופה וועלכע איר האט איבריג צייט און די מינומום פראפעסיאנאליטעט אין שרייבעריי קארגט נישט אייער טינט און קומט אריין צו זעטיגן דעם ציבור

יישר כח!

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 20, 2020 10:41 pm

די טראמפ אדמיניסטראציע האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיטן אדוואקאט זשאן יו איבער וויאזוי פרעזידענט טראמפ קען מעגליך אויסברייטערן די פרעזידענטליכע מאכט. דאס קומט קורצליך נאכדעם וואס די סופרים קאורט האט גע'אורטיילט אז צו צושטערן די דאקא פראגראם - איינגעשטעלט דורך אן עקזעיוטיוו ארדער פון פרעזידענט אבאמא - דארף מען אדורכגיין די "אדמיניסטרעיטיוו פראסידשורס עקט".

. יו איז געווען אן איינגעשטעלטע ביי די זשוסטיס דעפארטמענט אין 2002 - און ער איז דער וואס האט אפגעשריבן די מעמא צו ערלויבן פייניגונגען אויף מענטשן וואס זענען פארכאפט געווארן אויף טעראר פארדאכטן.

* * * * *
אין ליכט פון די לעצטערע אנטוויקלונגען אין האנג-קאנג האט די בריטישע רעגירונג היינט געמאלדן א פארבאט קעגן עקספארטירן קיין האנג-קאנג סיי וועלכע מיליטערישע אדער פאליציי'אישע געצייג וואס קענען זיין טויטליך. אויך האט די רעגירונג געמאלדן אז די אויסליפערונג אפמאך מיט די טעריטאריע ווערט סוספענדירט.

* * * * *
א גרופע פון ארום 30 יעצטיגע און געוועזענע פאליטיקאנטן פון איבער אייראפע האבן היינט אונטעגעשריבן א בריוו ווי זיי בעטן זיך אז די אינטערנאציאנאלע געמיינדע זאל נישט צולאזן אז יונר"א זאל צאמברעכן. יונר"א איז די יו.ען. אגענטור וואס גיבט זיך אפ מיט די פאלעסטינער פלטים און טוט זיי צוהעלפן חלומ'ען פון א צוויי-שטאטן לעזונג...

* * * * *
דעמאקראטן אין זשארזשיע האבן אויסגעקליבן סטיעט סענאטאר'שע פרוי וויליאמס - אן אפריקאנער-אמעריקאנער - צו לויפן אין נאוועמבער צו ערפילן די זיץ פונעם נארוואס פארשטארבענעם קאנגרעסמאן זשאן לואיס.

וויליאמס וועט זיך דארפן פארמעסטן מיט די רעפובליקאנער קאנדידאט, פרוי סטענטאן-קינג וואס האט פריער אין יאר באקומען א פארדאן פונעם פרעזידענט איבער איר ראלע וואס זי האט געשפילט א פארברעכן באנדע אין 2007.

* * * * *
אובער דרייווער אין אייראפע האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט אין א פארזוך צו צווינגען "אובער" זיי זאלן ארויסגעבן אינפארמאציע איבער וויאזוי זייערע קאמפיוטער אלגאריטם'ס ווערן גענוצט. די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך די "עפפ דרייווער'ס און קאוריער'ס יוניאן", און זיי זאגן אז צוטריט צו די אינפארמאציע איבער וויאזוי די קאמפיוטער סיסטעם איז אויסגעשטעלט וועט גאר שטארק ארויסהעלפן צו קענען פעסטשטעלן אויב די פירמע טוט נישט דיסקרימינרן אדער בא'אומרעכטיגן אירע דרייווער.

דאס איז אין די זעלבע וואס איז ערוואטערט אז אין די סופרים קאורט אין ענגלאנד וועט זיך אנהייבן א קעיס איבער וויאזוי "אובער" דרייווער זאלן ווערן באטראכט - ווי איינגעשטעלטע אדער ווי זעלבסט-שטענדיגע קאנטראקטאר'ס.

* * * * *
נעכטן האבן מיר געשריבן די פאלגענדע באריכט
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די פראטעסטן אין פארטלאנד - ארעגאן ציען זיך שוין העכער פון 50 טעג/נעכט - אנפאנגענדיג זיך נאך די טויט פון זשארזש פלויד. נעכטן זענען די פראטעסטירער אנטפאנגען געווארן דורך אגענטן פון די פעדעראלע היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט - און אויף ווידעאו רעקארדירונגען קען מען זעהן ווי די אגענטן טראגן נישט די אידענטיפיקאציע טעגס וואס ווערן געווענליך פארלאנגט פון לאו-ענפארסמענט אגענטורן, ווי אויך זעהט מען ווי פראטעסטירער ווערן אוועקגעפירט אין אומבאצייכענטע קארס.
היינט האט פרעזידענט טראמפ געזאגט: "מיר וועלן נישט צולאזן אז ניו יארק, טשיקאגו און פילאדעלפיע, דעטרויט און באלטימאר און אלע דעי ערטער - זאלן ווערן ווי אוקלאנד. מיר וועלן דאס נישט לאזן געשעהן אין אונזער לאנד. אלעס - דעי אלע שטעט - געפירט דורך ליבעראל דעמאקראטס".

* * * * *
די טראמפ אדמיניסטראציע גרייט זיך צו שיקן פעדערלאע אגענטן קיין טשיקאגו. דאס איז אויסער דעם וואס טראמפ וויל אריינשיקן אגענטן אין יעדע דעמאקראטיש-געפירטע שטאט איבער'ן לאנד - ווי סי.ען.ען. פארציילט, וועלן די אגענטן זיך אפגעבן - בעיקר - מיטן אפרוימען ביקסן פון די גאסן און אזעלכע סארט ווילדע פארברעכן.

* * * * *
טשיינע גרייט זיך אויף די מעגליכקייט אז אנדערע אי.יו. לענדער וועלן נאכפאלגן די ביישפיל פון אמעריקא און ענגלאנד, און פארבאטן דאס באנוץ פון וואוועי טעכנעלאגיע. ווי די "וואל סטריט זשורנאל" פארציילט גרייט זך טשיינע אין אזא פאל צו פארבאטן דאס עקספארטירן "נאקיא" און "עריקסאן" פראדוקטן ארויס פון טשיינע.

די צוויי פירמעס זענען די צוויי גרעסטע אייראפע'אישע טעלעפאון פראדוצירער און א גרויס טייל פון זייער פראדוקציע קומט פאר אין כינע.

* * * * *
די סאודי אראבישע קעניג - סאלמאן - איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון אן אינפלאמעישאן. די קעניג איז 84.

* * * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די מעיאר פון סט. לואיס, מיזורי, האט ארויסגעגעבן אין די עפענטליכקייט די נעמען און דעטאלן פון אזעלכע וואס שטיצן די געדאנק פון פאליס רעפארם. אין רעאקציע דערצו, איז יוני 28 פארגעקומען א פראטעסט פארענט פונעם מעיאר'ס הויז.

איינער פון די וואס וואוינען אויפן זעלבן גאס ווי די מעיאר איז די מעק-קלאוסקי פארפאלק, וועלכע האבן זיך "גאר שטארק דערשראקן" פון די פראטעסטירער און אין א ווידעאו זעהט מען ווי זיי קומען ארויס פון זייער הויז מיט געווער אין די האנט צו קאנפראנטירן די פראטעסטירער.

די ארטיגע דיסטריקט אטוירני האט געעפענט אן אויספארשונג אין די אינצידענט, זאגענדיג: "מיר וועלן בשום אופן נישט צולאזן דאס נוצן מאכט און געווער קעגן די וואס נוצן אויס זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן". נעכטן האט די גאווערנאר פון מיזורי - מייק פארסאן - געזאגט ביי א פרעסע קאנפרענס אז טראמפ האט גערעדט מיט איהם איבער די דאזיגע קעיס, ווי אויך האט די גאווערנאר אויסגעדרוקט זיין אייגענע מיינונג אז די פארפאלק זאל נישט ווערן אנגעקלאגט.

היינט איז געמאלדן געווארן אז די פאר-פאלק וועט טאקע אנגעקלאגט ווערן.

די סטעיט אטורני-זשענעראל האט אריינגעגעבן אין געריכט א מאושען אז די קלאגעס זאלן ווערן ארויסגעווארפן צוליב וואס די פאר-פאלק - די אייגענטומער פונעם הויז - האבן זיך געשפירט באדראעט פון די פראטעסטירער. אויך האט זשאש האועלי - די סענאטאר פון די סטעיט - גערופן פאר א פעדעראלע סיוויל-רייטס אויספארשונג קעגן די דיסטריקט אטורני'ס אפיס.

* * * * *
די "סעקיוריטיס ענד עקסטשעינזש קאמישאן" - באקאנט אלס די "עס.אי.סי." - האט היינט געמאלדן אז די ריזיגע פינאנציעלע פירמע יו.בי.עס. איז איינגעגאנגען צו צאלן א שטראף פון העכער 10 מיליאן דאללער.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יולי 20, 2020 11:19 pm

יישר כח פאר די באריכט!

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יולי 21, 2020 1:32 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:* * * * *
טשיינע גרייט זיך אויף די מעגליכקייט אז אנדערע אי.יו. לענדער וועלן נאכפאלגן די ביישפיל פון אמעריקא און ענגלאנד, און פארבאטן דאס באנוץ פון וואוועי טעכנעלאגיע. ווי די "וואל סטריט זשורנאל" פארציילט גרייט זך טשיינע אין אזא פאל צו פארבאטן דאס עקספארטירן "נאקיא" און "עריקסאן" פראדוקטן ארויס פון טשיינע.

די צוויי פירמעס זענען די צוויי גרעסטע אייראפע'אישע טעלעפאון פראדוצירער און א גרויס טייל פון זייער פראדוקציע קומט פאר אין כינע.

* * * * *

wow וואס מיינט עס? קענען זיי עס מארגען טון מיט עפעל?טשיינע האט שוין אמאל געטון אזא זאך?
טיען זיי זיך אליינס נישט אפ?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ads..com, AhrefsBot, PetalBot, א חסיד, אבי.גערעדט, בבקשה, גיזוגט, דריידל, לא ימושו מפיך, פארדעם, פארפלאנטערט, שייקע, שכל טוב און 56 געסט