א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך האלץ האקער » דאנארשטאג מאי 14, 2020 6:14 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
אור האט געשריבן:WOW
דער קומט אריין קלאר עס איט קען בי!

יישר כח!
געדולד צו ליינען ביז די ענדע?

LOL איך זעה אז די האלטס אז די עולם ליינט נישט?

איך בין נישט זיכער וויפיל האבן געדולד צו ליינען אזלעכע לענגערע באריכטן ביזן ענדע

איינס זיכער, אני הקטן!

גא"מ געליינט און זייער הנאה געהאט!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 14, 2020 6:28 pm

יעצט געענדיגט ליינען, עכט הנאה געהאט, שכח!!
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אור » דאנארשטאג מאי 14, 2020 6:38 pm

הכל הבל האט געשריבן:
אור האט געשריבן:WOW
דער קומט אריין קלאר עס איט קען בי!

יישר כח!
געדולד צו ליינען ביז די ענדע?

מער ווייניגער יא!

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג יוני 01, 2020 2:32 pm

מזל טוב
דער בעל הקאקאש און וואשינגטאן קארעספאנדענט, האט געקראכט דעם צען טויזענטער.


@הכל, טראמפ שיקט א מז"ט בריוול צו די ווייסע הויז קארעספאנדען? אויב יא, לייג עס ארויף.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יוני 01, 2020 2:34 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:מזל טוב
דער בעל הקאקאש און וואשינגטאן קארעספאנדענט, האט געקראכט דעם צען טויזענטער.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יוני 01, 2020 2:42 pm

מזל טוב, הרב הכל הבל!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 15, 2020 5:58 pm

סטעי טונד

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך יולי 15, 2020 6:00 pm

קענט וועיט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך יולי 15, 2020 6:02 pm

לאמיר הערן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 15, 2020 6:12 pm

עס איז דא א רעדע אז איינע פון אייוועלט'ס סאמע גרעסטע קאנאנען אין מערערע געביטן הויפטזעכטליך אין פעלד פון דזשורנאליזם וועט באוויליגן צו אפדעיטן דעם אשכול אנגעהויבן אין די גאר נאנטע צוקונפט

די פלאן איז נאכנישט באשטעטיגט אויף 100% אבער קוקט אויס צו גיין אין די גוטע דירעקציע און האפנטליך קען מען ערווארטן פיינע ווארע אי"ה

פאלגענד איז א ציטאט פון די ערשטע תגובה אין דעם אשכול:
די אשכול זאל אויסדרוקליך נישט דינען אלץ רשות היחיד נאר און צוגאב צו אונזערע באריכטן זאלן די חשוב'ע חברים וועלכע ברענגן כסדר באריכטן אנדערע אויסקלויבן די דאזיגע ווינקל אלץ נייע ניוס סטענד אז די חשוב'ע ליינער זאלן קענען קלייבן פון א רייכערע אויסוואל לויט זייער געשמאק"

שטייענדיג איצט מיט עטליכע יאר שפעטער קוקט מען ארויס אז די געבעט זאל ענדליך דערהערט ווערן און עס וועט געוויס זיין דערפרישנד צו זעהן אביסל פרישע קאליר אין דעם אשכול

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 15, 2020 6:24 pm

די מעיאר פון סט. לואיס, מיזורי, האט ארויסגעגעבן אין די עפענטליכקייט די נעמען און דעטאלן פון אזעלכע וואס שטיצן די געדאנק פון פאליס רעפארם. אין רעאקציע דערצו, איז יוני 28 פארגעקומען א פראטעסט פארענט פונעם מעיאר'ס הויז.

איינער פון די וואס וואוינען אויפן זעלבן גאס ווי די מעיאר איז די מעק-קלאוסקי פארפאלק, וועלכע האבן זיך "גאר שטארק דערשראקן" פון די פראטעסטירער און אין א ווידעאו זעהט מען ווי זיי קומען ארויס פון זייער הויז מיט געווער אין די האנט צו קאנפראנטירן די פראטעסטירער.

די ארטיגע דיסטריקט אטוירני האט געעפענט אן אויספארשונג אין די אינצידענט, זאגענדיג: "מיר וועלן בשום אופן נישט צולאזן דאס נוצן מאכט און געווער קעגן די וואס נוצן אויס זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן". נעכטן האט די גאווערנאר פון מיזורי - מייק פארסאן - געזאגט ביי א פרעסע קאנפרענס אז טראמפ האט גערעדט מיט איהם איבער די דאזיגע קעיס, ווי אויך האט די גאווערנאר אויסגעדרוקט זיין אייגענע מיינונג אז די פארפאלק זאל נישט ווערן אנגעקלאגט.

אין רעאקציע האט די פראסעקיוטאר ארויסגעגעבן א סטעיטמענט: "היינט, זענען סיי פרעזידענט טראמפ און סיי גאווערנאר פארסאן געקומען נאך מיר צוליב וואס איך טוה מיין ארבעט און פיר אויס מיינע פליכטן. טראץ וואס זיי שפילן ווייטער פאליטיק מיט די דאזיגע געשיכטע, פארשפרייטענדיג מיסאינפארמאציע און פארדרייענדיג די פאקטן - דאך וויל איך מיך נישט אזוי אויפפירן".

= = = = = = = = = =
די פרעמיער מיניסטער פון טוניזיע - עליאס פאקפאך - האט אריינגעגעבן זיין רעזיגנאציע פארן ארטיגן פרעזידענט. די רעזיגנאציע קומט אין צייט פון א שוואכערע עקאנאמיע און א הויכע אנ-עמפלוימענט - וואס איז ערגער געווארן צוליב די וויירוס - דאס האט געפירט צו א פאליטישע צוטיילעניש אין לאנד, ווען די אפאזיציע פארטייען אין לאנד האבן זיך געגרייט ארונטערצושטימען זיין רעגירונג.

א ווארטזאגער פאר'ן פרעמיער מיניסטער'ס אפיס זאגט אז די שריט איז געטון געווארן פאר די אינטרעסן פון לאנד

= = = = = = = = = =
די קאנאדישע פאליציי האט געמאלדן - מיט גרויס טרויער... - אז פאַל מוסינאטו איז דערשאסן געווארן צום טויט. מוסינאטו איז געווען א מאפיאנער וואס האט מודה געווען אז אין 1997 האט ער קאנספירירט צו ערמארדן א צווייטע מאפיאנער מיטגליד, און ער איז צוליב דעם געזיצן אין טורמע פאר צען יאהר.

פרייטאג האט די פאליציי געמאלדן אז ער איז דערשאסן געווארן צום טויט דורך אן אומבאקאנטער פארשוין וואס ווערט יעצט ארומגעזוכט.

= = = = = = = = = =
אין א שטארקע זיג פאר איירלאנד - קעגן די "יוראפיען קאמישען", די עקזעקיוטיווע פליגל פונעם אי.יו. - האט די אייראפ'עאישע געריכט היינט גע'אורטיילט אז איירלאנד איז נישט באגאנגען קיין שום אומלעגאלע שריט.

די רעדע איז איבער דאס וואס די אייראפע'אישע קאמיסיע האט מיט אפאר יאר צוריק - אין 2016 - פארארדענט די טעכנאלאגיע ריז "עפל" צו באצאלן פאר איירלאנד די סומע פון 13 ביליאן יורא - מיט די טענה אז איירלאנד האט אומלעגאל ארויסגעהאלפן "עפל" מיטן זיך ארויסדרייען פון צו דארפן באצאלן שטייערן אויף רוב פון זייערע פארדינסטן דורכאויס די יארן פון 2003 ביז 2014.

סיי "עפל" און סיי איירלאנד האבן אפעלירט די שטראף צום אייראפע'אישן געריכט. היינט איז געקומען די אורטייל אז די קאמיסיע האט נישט צוגעשטעלט גענוג באווייזן אז "עפל" און/אדער איירלאנד זאלן האבן באגאנגען סיי וועלכע אומלעגאלע שריט אונטער די אי.יו. געזעץ, וואס דעריבער דארף "עפל" נישט באצאלן די גרויסע שטראף.

איירלאנד האט אויפגענומען די נייעס מיט גרויס פרייד - ווייל טראץ וואס זי פארלירט יעצט 13 ביליאן יורא, וואס קען צוניץ קומען אין די יעצטיגע אומשטענדן, באדייט עס אבער אז איר עקאנאמיע - וואס איז געבויט אויף צוציען אויסלענדישע פירמעס דורך געבן נידעריגע שטייער ראטעס - איז געזעצליך אויסגעהאלטן.

= = = = = = = = = =
16 מענטשן זענען אומגעקומען ביי א צוזאמשויס צווישן די אזערבישע און ארמענישע מיליטערן. די צוזאמנשויס איז פארגעקומען ביי די נאגרנאו-קארבאך ראיאן - א שטח וואס איז טייל פון אזערביזשאן אבער ווערט - זינט ש קריג אין 1994 - באהערשט דורך עטנישע ארמעניע'ר, אונטערגעשטיצט פון די ארמענישע רעגירונג. די לעצטע ערנסטע אויסטויש אין יענע ראיאן איז פארגעקומען מיט 4 יאר צוריק ווען צענדליגע זענען גע'הרג'עט געווארן.

די יעצטיגע אומרוען האבן זיך אנגעהויבן וועןארמענישע באאמטע האבן באשולדיגט אזערביזשאן אין ארויסשיקן א דראון צילענדיג אויף ציווילע אינפראסטרוקטשור, וואס ארמעניע האט אראפגעשאסן. ארמעניע טוט אויך באשולדיגן אזערביזשאן אין דורכפירן א סייבער-אטאקע אויף אירע רעגירונגס וועבסייטס.

דימיטרי פעסקאוו - די ווארטזאגער פאר'ן קרעמלין - האט געמאלדן אז רוסלאנד איז טיף באזארגט איבער די אומרוען און מאסקאווע שטייט גרייט צו פארמיטלן צווישן די זייטן. די ביידע לענדער זענען געווען א טייל פון די סאוויעטישע פאראיין.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך יולי 15, 2020 8:20 pm

יישר כח הבל, האסט געשטעלט א פיינער שטעלפארטרעטער!

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך להגדיל שמו » מיטוואך יולי 15, 2020 8:23 pm

א גרויסע ישר כוח אלעקסיי זייער שיין געשריבן.
גיי אן.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

בעל מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בעל מנוחה » מיטוואך יולי 15, 2020 8:23 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:יישר כח הבל, האסט געשטעלט א פיינער שטעלפארטרעטער!
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך יולי 15, 2020 8:41 pm

אלעקסיי, בקרוב די טיטל פון הכל (מיט זיין רשות שטייצעך)

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 15, 2020 9:03 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אלעקסיי, בקרוב די טיטל פון הכל (מיט זיין רשות שטייצעך)

נעה... כ'זוך איהם נישט צו צונעמען זיין טיטל! וואס העטער טוען? ווערן ראשעקאהעל...

דער אמת איז אויף אמריקאנע פאליטיק מיינעך אישוין דא גענוג אשכולות - דא ווילעך ווערן די "ק.נ.א. אלוועלטליכע קארעספאנדענט"... :grin:
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך יולי 15, 2020 9:06 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אלעקסיי, בקרוב די טיטל פון הכל (מיט זיין רשות שטייצעך)

נעה... כ'זוך איהם נישט צו צונעמען זיין טיטל! וואס העטער טוען? ווערן ראשעקאהעל...

דער אמת איז אויף אמריקאנע פאליטיק מיינעך אישוין דא גענוג אשכולות - דא ווילעך ווערן די "ק.נ.א. אלוועלטליכע קארעספאנדענט"... :grin:

אי"ה ביי די 10 טויזענסטע תגובה.

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך קונדיטון » מיטוואך יולי 15, 2020 9:50 pm

ישר כח!
ווי וואנט מאר.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יולי 15, 2020 11:19 pm

קיפ איט אפ ש'כח
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג יולי 16, 2020 9:28 am

wow אלקסיי האט ער גענומען! הכל נישט געקענט נעמען איינעם בעסער, אייביג ליב געהאט צו ליינען זיינע באריכטן אין די ענגלישע אשכולות\ נייעס זייער א קלארע שרייבער מיט פיל אף נאלידזש. אלעקסיי, זאלסטו האבן הצלחה.

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Mister » דאנארשטאג יולי 16, 2020 9:45 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:אלעקסיי, בקרוב די טיטל פון הכל (מיט זיין רשות שטייצעך)

נעה... כ'זוך איהם נישט צו צונעמען זיין טיטל! וואס העטער טוען? ווערן ראשעקאהעל...

דער אמת איז אויף אמריקאנע פאליטיק מיינעך אישוין דא גענוג אשכולות - דא ווילעך ווערן די "ק.נ.א. אלוועלטליכע קארעספאנדענט"... :grin:

קען זיין סידא אסאך תגובות ארומגעװארפן איבעראל, אבער אזוי שיין צאמגענומען און אראפגעלייגט װי הבל פלעגט דא שרייבן, איז כהיום נישט צום געפינען.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:39 pm

ישר כח! @אלעקסיי פארן איבערנעמען דערווייל די לייצעס.

@הכל הבל, נאובאדי ביעטס יו, דאס איז גוט פאר ביז דו קומסט צוריק.

נישט חלילה אז אלעקסאנדער איז נישט סופער גוט, אבער פארט איז דאס נישט הבל'ס קאקאש...
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:42 pm

צל עובר האט געשריבן:ישר כח! @אלעקסיי פארן איבערנעמען דערווייל די לייצעס.

@הכל הבל, נאובאדי ביעטס יו, דאס איז גוט פאר ביז דו קומסט צוריק.

נישט חלילה אז אלעקסאנדער איז נישט סופער גוט, אבער פארט איז דאס נישט הבל'ס קאקאש...

נו... אדרבה, לאמיר זאל דערוילעם אריינקומען מיט הארות והערות איבער וויאזוי מ'קען פארבעסערן די קאקאש אז דערוילעם העט נישט נעמען (זאגן צו ס'איז א גוטע רעסעפי) העט מען נישט טיילן...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ggg » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:49 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:א גרויסע ישר כוח אלעקסיי זייער שיין געשריבן.
גיי אן.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:49 pm

אלעקסיי גיי אן,

צו ביטען הבל, דארף מען געבוירען ווערען
אז יענער קען קענסטו אויך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, loeffler, Of course, אהרן הלוי, ברוכאוויטש, דברים אלו, סטיטשינער, פנחס זיסקינד, קאנטרי מאוד און 63 געסט