א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מיטוואך יולי 29, 2020 10:09 am

שכח אלעקסיי
אגב ווער איז געווען דער צווייטער??
#אזוי גאר!!! 2020

געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 10:42 pm

דאנעשטאג ואתחנן - מוצאי תשעה באב

פון אונזערע באריכט פאריגע דאנערשטאג:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א קאנגרעסיאנאלע פארהער מיט די סי.אי.או.'ס פון עמעזאן, גוגעל, פעיסבוק און עפל, וואס האט געזאלט פארקומען קומענדיגע מאנטאג, איז לויט באריכטן געווארן אפגעשטופט אויף אן אומבאשטימטע דאטום. די פארהער האט זיך געזאלט קאנצעטרירן איבער אנגעבליכע מעגליכע אנטי-טראסט פארלעצונגען.
למעשה, איז די פארהער פארגעקומען נעכטן - מיטוואך, ווי סיי רעפובליקאנער און סיי דעמאקראטן האבן געשניטן שטיקער פון די הויפט עקזעקיוטיווס איבער זייער אויסנוצן זייער מארקעט דאמינאנץ און איבער אונטערברענגען זייער קעגנער.
* * * * *
ריכטערין גינזבורג ווידעראמאל ארייינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר א מעדיצינישע פראצעדור.
* * * * *
היינט איז פארגעקומען די באגרעבעניש צערמאניע פאר קאנגרעסמאן זשאן לואיס - ווי פרעזידענטן קלינטאן און בוש האבן זיך באטייליגט און געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא האט געהאלטן א רעדע.
* * * * *
טשיינע'ס אמבאסאדאר צו ענגלאנד האט היינט באשולדיגט אמעריקא אין פרובירן צו אנהייבן א פרישע קאלטע קריג. "עס איז נישט טשיינע וואס איז געווארן אויסגעשפראכן. ס'איז די אנדערע זייט פונעם פאסיפיק וואס זוכן אנצוהייבן א פרישע קאלטע קריג".
* * * * *
נאסא האט האט היינט ארויסגעשאסן א ספעיס ראווער - מיט די נאמען "פרעזערווענס" - וואס דארף אנקומען ביז צו מארס. די רייזע דארף דויערן ביז קומענדיגע יאר פעברואר 18.
* * * * *
פרישע אפליקציעס פאר אנעמפלוימענט בענעפיטן איז געשטעגן פאריגע וואך - צום צווייטן מאל - צו 1.43 מיליאן, דאס איז מיט 12,000 מער ווי א וואך פריער.
* * * * *
אין אנדערע עקאנאמיזע נייעס, האט די "קאממערס דעפארטמענט" היינט ארויסגעלייגט די נומערן איבער'ן פארלאפענעם קווארטל. ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז די עקאנאמיע געשרינקען אויף א יערליכע ראטע פון 32.9% - ד.ה. אין די יעצטיגע קווארטל איז עס געווען מיט 9.5% קלענער ווי פאריאר די זעלבע צייט.
ארויסצוברענגען ווי א שטארקע טראסק דאס איז, ווערט אנגעוויזן אז די פאריגע רעקארד קאנטרעקשא"ן איז געווען ביי 10% אניועל רעיט אין יארע 1958 - אין 2008 איז עס געווען בלויז 8.4%.
* * * * *
פראסעקיוטאר אין סט. לואיס האבן געמאלדן אז זיי וועלן אנקלאגן פאליציי אפיציר ווילסאן וועלכע האט אין יאר 2014 דערשאסן א שווארצע יוגענטליכע - מייקל בראון.
"איך וויל קלאר ארויסברענגען אז אונזער אויספארשונג טוט נישט ריינוואשן ווילסאן. די פראגע פון "צו קענען מיר צושטעלן גענוג באווייזן ביי א פראצעס" איז א באזונדערע פראגע ווי ריינוואשן און גענצליכע אומשולד" האט געזאגט די ארטיגע פראסעקיוטאר - וועסלי בעלל - גראדע אויך פון די שווארצע געמיינדע.
* * * * *
עמעזאן האט רעפארטעד א נעט פראפיט פון 5.2 ביליאן דאללער אין די לעצטע קווארטל - מיט סעליס וואס איז געשטיגן מיט 40% גרייכענדיג א רעקארד פון באלד 90 ביליאן דאללער אין איינקונפט. דאס איז טראץ וואס אין אלגעמיין איז די עקאנאמי געפאלן מיט היסטארישע ציפערן.
* * * * *
אין רעאקציע צו א מארד פריער אין יאר ביי די פארט הוד מיליטערישע באזע, האט די מיליטער געמאלדן א פינף מענטשן פאנעל וואס וועט אויספארשן די מארד. איינער פון די פארדעכטיגטע אינעם מארד האט זיך שוין גענומען דאס לעבן און א צווייטע ווערט געהאלטן אונטער ארעסט.
* * * * *
ברטיטשע "ערנסטע שווינדל ביורא" האט גערופן עראפלאן ריז "עירבוס" אין געריכט איבער אנגעבליכע שווינדל דורך איינער פון אירע אפטיילונגען. די געשיכטע האט זיך - אנגעבליך - אפגעשפילט אין די יארן פון 2007-2012, אין די ווערד פון העכער 3 ביליאן דאללער.
* * * * *
פרעזידענט טראמפ האט הינינט - אין א טוויט - אויפגעברענגט די געדאנק פון אפשטופן די עלעקשאן'ס. אזא פלאן דארף ווערן דורכגעפירט דורך קאנגרעס ווי מיטגלידער פון ביידע פארטייען האבן עס גלייך ארונטערגעריסן.
* * * * *
א פרישע באריכט פארציילט אז אנאליסטן ביי די האומלענד סעקיוריטי דעפארמטענט האבן גענוצט א סיסטעם צו דאקומענטירן די אקטיוויטעטן פון רעפארטער וואס האבן געדעקט די אומרוען - און די פעדעראלע רעאקציע דערצו - אין רארטלענד. די סיסטעם וואס זיי האבן גענוצט דערצו איז ארגינעל געשאפן געווארן צו קענען מיטטיילן שפיאנאזש אינפארמאציע איבער פארדעכטיגטע טעראר אקטיוויטעטן.
* * * * *
יו.עס.פי.עס. איינגעשטעלטע און יוניאן באאמטע זאגן אז עס איז שטארק מעגליך אז די נייע טוישטנגען ביי די אגענטור וועט אפעקטירן די וואל סעזאן אין נאוועמבער. שוין יעצט זעהט זיך אן א גאר שטארקע בעקלאג אין די מעיל דעליווערי איבער'ן לאנד און דאס קען נאר ערגער ווערן מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.ּ
* * * * *
פעדעראלע אפיעלס געריכט וועט איבערהערן די קעיס איבער ארויסווארפן די אנקלאגע קעגן גענעראל מייקל פלין.
* * * * *
שווייצער אוטאריטעטן געמאלדן א קרימינאלע אויספארשונג אויף זשיאני אינפאנטינאו - די פרעזידענט פון פיפא (FIFA), די הויפט סאקקע"ר אסאסיעישאן איבער די וועלט - איבער זיינע האנדלונגען און געשפרעכן מיט די ארטיגע אטוירני-זשענעראל.
א ספעשל פראסעקיוטאר - סטעפאן קעללער - וואס איז געשטעלט געווארן פאריגע מאנאט צו פארשן די געשיכטע, זאגט אז די געשפרעכן צווישן די צוויי טוען מעגליך בארירן "עביוז אוו פובליק אפיס, בריטש אוו אפישעל סיקרעסי, עסיסטינג אפפענדער'ס".
* * * * *ּ
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:08 pm

געשמאקע באריכט געווען היינט.

נתן בן ופסי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:32 pm

עס איז זייער קלאר אריינגעקומען נאכן אויספאסטען ש'כח

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:37 pm

נא א פרישע קאקאש מיט א קאווע צי די זייט ביים אויספאסטן האט אלע טעמים
ש'כח אלעקסיי
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:46 pm

ברוך השם אז דער עולם האט הנאה דערפון, ס'איז פריש געבאקן מוצאי תענית.

כ'האף נאר אז קיינער באקומט ניש קיינע בויך שמעצן דערפון...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שאשא » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:47 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
בן דותא
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך בן דותא » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:49 pm

א גרויסן דאנק!

וואס זענען די טשאנסן אין קאנגרעס איבער דאס אפשטופן די עלעקשאנס?

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:56 pm

שכח אלעקסיי. ס'איז דאס ערשטע מאל כ'בין טועם דיינס א באריכט אין דעם אשכול, און ס'איז פיין געווען!
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:58 pm

בן דותא האט געשריבן:א גרויסן דאנק!

וואס זענען די טשאנסן אין קאנגרעס איבער דאס אפשטופן די עלעקשאנס?

0.0%
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג יולי 31, 2020 12:47 am

א שיינע באריכט. א דאנק פאר דיין ארבעט

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:39 pm

זונטאג עקב

אוסטראליע האט געמאלדן אז זיי וועלן פארלאנגען פון "גוגל" און "פעיסבוק" צו צאלן פאר ארטיגע מידיע און נייעס אגענטורן ביים ארויסטשטעלן זייערע ארטיקלען אויף די סוירטש ענזשינס.
* * * * *
געוועזענע טאיוואנ'ע פרעזידענט לי טענג-האי - אויך באקאנט מיטן צונאמען "מיסטער דעמאקראסי" - איז געשטארבן פאריגע דאנערשטאג אין עלטער פון 97 יאר. לי איז אין 1996 געווארן די ערשטע פרעזידענט צו ווערן ערוועלט דורך דעמאקראטישע וואלן - נאכדעם וואס די לאנד איז געפירט געווארן דורך א דיקטאטורישע רעזשים זינט איר גרינדונג אין 1949.
סעקרעטארי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט איהם בא'טיטל'ט טלס א "קריטישע שפילער" אין איבערדרייען טאיוואן צו א "ליכט-שטראַל פון דעמאקראטיע".
פון די אנדערע זייט איז די כינעזע רעגירונג ארויסגעקומען מיט גאר שארפע ווערטער איהם ארונטערצורייסן, זאגענדיג "זיין היסטאריע אלס א פאררעטער קען קיינמאל נישט געטוישט ווערן".
* * * * *
"בריטיש אמעריקען טעבעקאו" - די גרעסטע ציגארעטן פראדוצירער, קוקענדיג אויף סעילס - האט פרייטאג געמאלדן פראפיט העכער ווי ערוואטערט. די פירמע האט געזאגט אז פארקויפונגען אין די פאראייניגטע שטאטן זענען געווען ביי "שטאנדהאפטיגע" שטאפלען, דאס קומט נאך פריער'דיגע זארגן אז אנ-עמפלוימענט וועט צווינגען רויכערער צו קויפן ביליגערע ברענד'ס.
די פירמע איז צווישן אנדערע די אייגענטומער פון די "לאקי סטרייק" און "פּאָל מאָל" ברענד'ס פון סיגערעט'ס.
* * * * *
פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר רעפארטער אז ער וועט זיך נישט מישן אין די רעפובליקאנע סענאט פריימערי אין קענזעס, טראץ די זארגן אינערהאלב די רעפובליקאנער סענאט פירערשאפט אז אויב זאל קריס קאובאך - געווזענע קענזעס סעקרעטערי אוו סטעיט - געווינען די נאמינאציע פאר'ן זיץ וועט ער פארלירן אין נאוועמבער צו די דעמאקראטישע קעגנער.
די פריימערי - וואס וועט אפגעהאלטן ווערן די וואך דינסטאג - איז פאר די סענאט זיץ וואס ווערט ליידיג צוליב די רעטייערמענט פון סענאטאר פעט ראבערטס - וואס סערווירט שוין זינט 1997.
* * * * *
ביי א ווירטואלע מיטינ"ג פון א הויפט קאמיטע פאר די "דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשאן" איז ווידעראמאל געקומען צו די אויבערפלאך די אנגעצויגענקייט און שפאנונג אינערהאלב די פארטיי צווישן די סאנדער'ס שטיצער און ביידען שטיצער. סאנדער'ס אליאירטע האבן באשולדיגט אז ביידן געשטעלטע געהילפן אויפן קאמיטע האבן זיי גערופן "קליינע קינדער" און אז זיי האבן זיך אויסגעדרוקט מיט באליידיגענדע ווערטער קעגן זיי.
* * * * *
א פרישע באריכט דערציילט אז שעריף'ס לענגאויס אמעריקא אנטזאגן זיך צו אינפארסירן די קאראנע פארבינדעטע רעגולאציעס - א שטייגער די מאסק פארלאנגען אין אסאך סטעיטס - און אין געוויסע פעלער גייען די שעריף'ס גאר מיט א טריט ווייטער מיטן אקטייו מוטיגן איינוואוינער אין זייער געגענט ארויסקומען פראטעסטירן קעגן די צוימונגען און/אדער קלאר מעלדן אז זיי גייען נישט אינפארסירן די סטעיט מאסקע פארלאנגען - צוליב וואס זיי גלויבן אז די דאזיגע פארלאנגען און צוימונגען טוען טרעטן אויף די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון די ציווילע באפעלקערונג.
די ערשיינונג ווערט צוגעשריבן צו די "קאנסטיטושאנע"ל שעריף'ס" באוועגונג - וואס האלט אז די שעריף'ס זענען די העכסטע קאנסטיטוציאנאלע אוטאריטעט אין לאנד, מיטן אויפגאבע צו באשיצן די קאנסטיטוציע - אפילו ווען דאס פארלעצט לאקאלע, סטעיט, אדער פעדעראלע מאנדאטן.
ווי די באריכט ווייזט אן איז אין אזויפיל ווי 9 סטעיטס זעהט מען די דאזיגע ערשיינונג - אהייא, טעקסאס, מישיגען, נארט קאראליינע, קאליפארניע, ניו מעקסיקא, אריזאנא, וואשינגטאן און נעוועאדע.
* * * * *
די "צענזוס ביורא" האט פאריגע וואך שטילערהייט געגעבן א רוק אויף צוריק מיט א מאנאט די צייט אפשניט וואס זיי וועלן ארומגיין קלאפן אויף טירן פון מענטשן וואס ענטפערן נישט די צענזוס בויגן - דאס באדייט אז די ציילונג וועט אנגיין בלויז ביז ענדע סעפטעמבער, אנשטאט ביז ענדע אקטאבער ווי ביז יעצט געפלאנט.
די שריט האט ארויסגערופן גרויס זארג ביי אקטיוויסטן און דעמאקראטן אין קאנגרעס צוגלייך וואס פארפירן אז דאס איז בלויז נאך איינער פון טראמפ'ס פאליטישע מאכינאציעס.
* * * * *
קאנגרעסמאן עליאט ענגעל, פארזיצער פון די "האוז פארעין עפפעירס" קאמיטע האט ארויסגעשיקט א סובפינע פאר די סטעיט דעפארטמענט צו פארלאנגען דאקיומענטן וואס די דעפארטמענט פארמאגט אין פארבינדונג מיט זשאו ביידן. די פארלאנג קומט נאך וואס די דעפארטמענט האט איבערגעגעבן די דאקיומענטן פאר די רעפובליקאנע אנגעפירטע "סענאט היימלאנד זיכערהייט" קאמיטע, אבער נישט געוואלט זיי געבן פאר די דעמאקראטיש אנגעפירטע קאנגרעס קאמיטע.
* * * * *
פרישע אינערליכע אי-מעילס און דאקיומענטן - אנגעקומען צו די "האוז אווערסייט קאמיטע" - ווייזן אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארפעלט צו אויסנוצן עקזיסטירענדע קאנטראקטן וואס די רעגירונג האט געהאט מיט מידיקעל סופליי פראדוצירער. דאס האט געפירט צו א פארשווענדעניש פון ארום 500 מיליאן דאללער אנהייב פון די פאנדעמיק.
* * * * *
אטוירני זשענעראל בארר האט געמאלדן אז די זשוסטיס דעפארטמענט איז גרייט אויפצוגעבן אויף א טויט-שטראף פארלאנג פאר אייסיס טעראריסטן. אין אויסטויש פארדעם וועט די דעפארטמענט קענען פארלאנגען פון אייראפע'אישע לענדער זיי זאלן אויסליפערן טעראריסטן קיין אמעריקא - וואס די לענדער האבן ביז יעצט זיך צוריקגעהאלטן פון נאכגעבן אזעלכע פארלאנגען.
* * * * *
די פעדעראלע "ערשטע סירקוט קאורט אוו אפיעלס" האט פרייטאג אנולירט די טויט-שטראף אורטייל פאר די באסטאן באמבארדירער און צוריקגעשיקט די קעיס צו די נידעריגע געריכט. די געריכט זאגט אז צוליב וואס די ריכטער האט נישט ריכטיג אויסגעוועלט די זשורי מיטגלידער ביי די ארגינעלע פראצעס דארף די סענטענסינג ווערן איבערגעמאכט.
די געריכט שרייבט אבער קלאר, אז די גאנצע פראגע איז ארום די טויט אורטייל - נישט צו ער איז בכלל שולדיג.
* * * * *
טוויטער האט גענצליך פארבאטן דעוויד דיוק - געוועזענע קעי.קעי.קעי. פירער - פון זייער פלאטפארמע צוליב מערערע פארלעצונגען פון די פלאטפארמע'ס רעגולאציעס.
* * * * *
א פרישע באריכט פארציילט אז אנאליסטן ביי די האומלענד סעקיוריטי דעפארמטענט האבן גענוצט א סיסטעם צו דאקומענטירן די אקטיוויטעטן פון רעפארטער וואס האבן געדעקט די אומרוען - און די פעדעראלע רעאקציע דערצו - אין פארטלענד.
נעכטן איז געמאלדן געווארן אז ברייען מורפי - די באאמטע פאראנטווארטליך דערפאר - איז געווארן צוגעטיילט א פרישע פאזיציע אינערהאלב די דעפארטמענט.
* * * * *
"לארד ענד טעילאר" - די עלטסטע דעפארטמענט סטאר אין אמעריקא, געגרינדעט אין די 1820'ער יארן - האט גע'פייעלט פאר טשעפטער 11 באנקראט.
* * * * *
די סופרים קאורט האט פרייטאג - אין א 5-4 רולינג - אפגעווארפן א פארלאנג צו בלאקירן די טראמפ אדמיניסטראציע פון נוצן 2.5 ביליאן דאלער וואס איז פארקירעוועט געווארן פון די פענטאגאן אויף צו בויען די וואנט ביי די מעקסיקאנער גרעניץ.
די קלעגער האבן געוואלט אז ווילאנג די קעיס מאכט איר וועג אינעם געריכט סיסטעם זאל די אדמיניסטראציע נישט זיין ערלויבט צו נוצן די פענטאגאן געלטער צו בויען די וואנט - צוליב וואס א דיסטריקט געריכט און אויך די "9'טע סירקוט קאורט אוו אפיעלס" האבן גע'אורטיילט אז די געלט פארכאפונג איז נישט לעגאל.
ריכטער ברייער זאגט אז ער פארכט זיך אז די יעצטיגע רולינג "קען אפערירן - אין פראקטישן זין - אלס א ענדגילטיגע אורטייל" - ווייל איינמאל די וואנט איז שוין געבויעט וועט די געריכט נישט הייסן עס איינווארפן, אפילו אויב זי זאל אורטיילן אז די געלט פארכאפונג איז אומ'לעגאל.
* * * * *
פינאנציעלע דאקיומענטן ארויסגעגעבן פרייטאג צייגן אז זשערעד קושנער און זיין פרוי האבן פארדינט כאטש 36 מיליאן דאללער פון אויסערליכע איינקונפט אין 2019 - און מעגליך ביז אזויפיל ווי 157 מיליאן דאללער.
* * * * *
די "ניינטע סירקוט קאורט אוו אפיעלס" האט גע'אורטיילט אין שטיצע פון פרעזידענט טראמפ. די קעיס האנדעלט זיך איבער א טוויט וואס די פרעזידענט האט געשריבן אין 2018 איבער א באקאנטע גוי'אישע פערזענליכקייט - וואס יענער האט באשולדיגט די פרעזידענט אז ער האט איר בא'טיטל'ט אלס ליגנער און דערמיט פארשמירט איר נאמען.
די געריכט האט אבער גע'אורטיילט אז די פרעזידענט'ס טוויט האט איר נישט געשעדיגט, צוליב וואס די פרעזידענט האט זיך באצויגן איבער א צווייטענ'ס טוויט אויף וואס ער האט רעאגירט מיט זיין מיינונג - וואס ווען איינער קוקט אבזשעקטיוו קען ער זעהן אז די פרעזידענט זאגט בלויז זיין מיינונג איבער די ערשטע טוויט און דאס איז נישט קיין פרישע באשולדיגונג.
* * * * *
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך שאשא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:53 pm

;l;p- ;l;p-
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:56 pm

א געשמאק צו ליינען, שכח
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:04 am

וואףף! פיינע קאקאש געווען היינט.

Joel
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך Joel » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:45 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זונטאג עקב

אוסטראליע האט געמאלדן אז זיי וועלן פארלאנגען פון "גוגל" און "פעיסבוק" צו צאלן פאר ארטיגע מידיע און נייעס אגענטורן ביים ארויסטשטעלן זייערע ארטיקלען אויף די סוירטש ענזשינס.
* * * * *
געוועזענע טאיוואנ'ע פרעזידענט לי טענג-האי - אויך באקאנט מיטן צונאמען "מיסטער דעמאקראסי" - איז געשטארבן פאריגע דאנערשטאג אין עלטער פון 97 יאר. לי איז אין 1996 געווארן די ערשטע פרעזידענט צו ווערן ערוועלט דורך דעמאקראטישע וואלן - נאכדעם וואס די לאנד איז געפירט געווארן דורך א דיקטאטורישע רעזשים זינט איר גרינדונג אין 1949.
סעקרעטארי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט איהם בא'טיטל'ט טלס א "קריטישע שפילער" אין איבערדרייען טאיוואן צו א "ליכט-שטראַל פון דעמאקראטיע".
פון די אנדערע זייט איז די כינעזע רעגירונג ארויסגעקומען מיט גאר שארפע ווערטער איהם ארונטערצורייסן, זאגענדיג "זיין היסטאריע אלס א פאררעטער קען קיינמאל נישט געטוישט ווערן".
* * * * *
"בריטיש אמעריקען טעבעקאו" - די גרעסטע ציגארעטן פראדוצירער, קוקענדיג אויף סעילס - האט פרייטאג געמאלדן פראפיט העכער ווי ערוואטערט. די פירמע האט געזאגט אז פארקויפונגען אין די פאראייניגטע שטאטן זענען געווען ביי "שטאנדהאפטיגע" שטאפלען, דאס קומט נאך פריער'דיגע זארגן אז אנ-עמפלוימענט וועט צווינגען רויכערער צו קויפן ביליגערע ברענד'ס.
די פירמע איז צווישן אנדערע די אייגענטומער פון די "לאקי סטרייק" און "פּאָל מאָל" ברענד'ס פון סיגערעט'ס.
* * * * *
פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר רעפארטער אז ער וועט זיך נישט מישן אין די רעפובליקאנע סענאט פריימערי אין קענזעס, טראץ די זארגן אינערהאלב די רעפובליקאנער סענאט פירערשאפט אז אויב זאל קריס קאובאך - געווזענע קענזעס סעקרעטערי אוו סטעיט - געווינען די נאמינאציע פאר'ן זיץ וועט ער פארלירן אין נאוועמבער צו די דעמאקראטישע קעגנער.
די פריימערי - וואס וועט אפגעהאלטן ווערן די וואך דינסטאג - איז פאר די סענאט זיץ וואס ווערט ליידיג צוליב די רעטייערמענט פון סענאטאר פעט ראבערטס - וואס סערווירט שוין זינט 1997.
* * * * *
ביי א ווירטואלע מיטינ"ג פון א הויפט קאמיטע פאר די "דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשאן" איז ווידעראמאל געקומען צו די אויבערפלאך די אנגעצויגענקייט און שפאנונג אינערהאלב די פארטיי צווישן די סאנדער'ס שטיצער און ביידען שטיצער. סאנדער'ס אליאירטע האבן באשולדיגט אז ביידן געשטעלטע געהילפן אויפן קאמיטע האבן זיי גערופן "קליינע קינדער" און אז זיי האבן זיך אויסגעדרוקט מיט באליידיגענדע ווערטער קעגן זיי.
* * * * *
א פרישע באריכט דערציילט אז שעריף'ס לענגאויס אמעריקא אנטזאגן זיך צו אינפארסירן די קאראנע פארבינדעטע רעגולאציעס - א שטייגער די מאסק פארלאנגען אין אסאך סטעיטס - און אין געוויסע פעלער גייען די שעריף'ס גאר מיט א טריט ווייטער מיטן אקטייו מוטיגן איינוואוינער אין זייער געגענט ארויסקומען פראטעסטירן קעגן די צוימונגען און/אדער קלאר מעלדן אז זיי גייען נישט אינפארסירן די סטעיט מאסקע פארלאנגען - צוליב וואס זיי גלויבן אז די דאזיגע פארלאנגען און צוימונגען טוען טרעטן אויף די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון די ציווילע באפעלקערונג.
די ערשיינונג ווערט צוגעשריבן צו די "קאנסטיטושאנע"ל שעריף'ס" באוועגונג - וואס האלט אז די שעריף'ס זענען די העכסטע קאנסטיטוציאנאלע אוטאריטעט אין לאנד, מיטן אויפגאבע צו באשיצן די קאנסטיטוציע - אפילו ווען דאס פארלעצט לאקאלע, סטעיט, אדער פעדעראלע מאנדאטן.
ווי די באריכט ווייזט אן איז אין אזויפיל ווי 9 סטעיטס זעהט מען די דאזיגע ערשיינונג - אהייא, טעקסאס, מישיגען, נארט קאראליינע, קאליפארניע, ניו מעקסיקא, אריזאנא, וואשינגטאן און נעוועאדע.
* * * * *
די "צענזוס ביורא" האט פאריגע וואך שטילערהייט געגעבן א רוק אויף צוריק מיט א מאנאט די צייט אפשניט וואס זיי וועלן ארומגיין קלאפן אויף טירן פון מענטשן וואס ענטפערן נישט די צענזוס בויגן - דאס באדייט אז די ציילונג וועט אנגיין בלויז ביז ענדע סעפטעמבער, אנשטאט ביז ענדע אקטאבער ווי ביז יעצט געפלאנט.
די שריט האט ארויסגערופן גרויס זארג ביי אקטיוויסטן און דעמאקראטן אין קאנגרעס צוגלייך וואס פארפירן אז דאס איז בלויז נאך איינער פון טראמפ'ס פאליטישע מאכינאציעס.
* * * * *
קאנגרעסמאן עליאט ענגעל, פארזיצער פון די "האוז פארעין עפפעירס" קאמיטע האט ארויסגעשיקט א סובפינע פאר די סטעיט דעפארטמענט צו פארלאנגען דאקיומענטן וואס די דעפארטמענט פארמאגט אין פארבינדונג מיט זשאו ביידן. די פארלאנג קומט נאך וואס די דעפארטמענט האט איבערגעגעבן די דאקיומענטן פאר די רעפובליקאנע אנגעפירטע "סענאט היימלאנד זיכערהייט" קאמיטע, אבער נישט געוואלט זיי געבן פאר די דעמאקראטיש אנגעפירטע קאנגרעס קאמיטע.
* * * * *
פרישע אינערליכע אי-מעילס און דאקיומענטן - אנגעקומען צו די "האוז אווערסייט קאמיטע" - ווייזן אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארפעלט צו אויסנוצן עקזיסטירענדע קאנטראקטן וואס די רעגירונג האט געהאט מיט מידיקעל סופליי פראדוצירער. דאס האט געפירט צו א פארשווענדעניש פון ארום 500 מיליאן דאללער אנהייב פון די פאנדעמיק.
* * * * *
אטוירני זשענעראל בארר האט געמאלדן אז די זשוסטיס דעפארטמענט איז גרייט אויפצוגעבן אויף א טויט-שטראף פארלאנג פאר אייסיס טעראריסטן. אין אויסטויש פארדעם וועט די דעפארטמענט קענען פארלאנגען פון אייראפע'אישע לענדער זיי זאלן אויסליפערן טעראריסטן קיין אמעריקא - וואס די לענדער האבן ביז יעצט זיך צוריקגעהאלטן פון נאכגעבן אזעלכע פארלאנגען.
* * * * *
די פעדעראלע "ערשטע סירקוט קאורט אוו אפיעלס" האט פרייטאג אנולירט די טויט-שטראף אורטייל פאר די באסטאן באמבארדירער און צוריקגעשיקט די קעיס צו די נידעריגע געריכט. די געריכט זאגט אז צוליב וואס די ריכטער האט נישט ריכטיג אויסגעוועלט די זשורי מיטגלידער ביי די ארגינעלע פראצעס דארף די סענטענסינג ווערן איבערגעמאכט.
די געריכט שרייבט אבער קלאר, אז די גאנצע פראגע איז ארום די טויט אורטייל - נישט צו ער איז בכלל שולדיג.
* * * * *
טוויטער האט גענצליך פארבאטן דעוויד דיוק - געוועזענע קעי.קעי.קעי. פירער - פון זייער פלאטפארמע צוליב מערערע פארלעצונגען פון די פלאטפארמע'ס רעגולאציעס.
* * * * *
א פרישע באריכט פארציילט אז אנאליסטן ביי די האומלענד סעקיוריטי דעפארמטענט האבן גענוצט א סיסטעם צו דאקומענטירן די אקטיוויטעטן פון רעפארטער וואס האבן געדעקט די אומרוען - און די פעדעראלע רעאקציע דערצו - אין פארטלענד.
נעכטן איז געמאלדן געווארן אז ברייען מורפי - די באאמטע פאראנטווארטליך דערפאר - איז געווארן צוגעטיילט א פרישע פאזיציע אינערהאלב די דעפארטמענט.
* * * * *
"לארד ענד טעילאר" - די עלטסטע דעפארטמענט סטאר אין אמעריקא, געגרינדעט אין די 1820'ער יארן - האט גע'פייעלט פאר טשעפטער 11 באנקראט.
* * * * *
די סופרים קאורט האט פרייטאג - אין א 5-4 רולינג - אפגעווארפן א פארלאנג צו בלאקירן די טראמפ אדמיניסטראציע פון נוצן 2.5 ביליאן דאלער וואס איז פארקירעוועט געווארן פון די פענטאגאן אויף צו בויען די וואנט ביי די מעקסיקאנער גרעניץ.
די קלעגער האבן געוואלט אז ווילאנג די קעיס מאכט איר וועג אינעם געריכט סיסטעם זאל די אדמיניסטראציע נישט זיין ערלויבט צו נוצן די פענטאגאן געלטער צו בויען די וואנט - צוליב וואס א דיסטריקט געריכט און אויך די "9'טע סירקוט קאורט אוו אפיעלס" האבן גע'אורטיילט אז די געלט פארכאפונג איז נישט לעגאל.
ריכטער ברייער זאגט אז ער פארכט זיך אז די יעצטיגע רולינג "קען אפערירן - אין פראקטישן זין - אלס א ענדגילטיגע אורטייל" - ווייל איינמאל די וואנט איז שוין געבויעט וועט די געריכט נישט הייסן עס איינווארפן, אפילו אויב זי זאל אורטיילן אז די געלט פארכאפונג איז אומ'לעגאל.
* * * * *
פינאנציעלע דאקיומענטן ארויסגעגעבן פרייטאג צייגן אז זשערעד קושנער און זיין פרוי האבן פארדינט כאטש 36 מיליאן דאללער פון אויסערליכע איינקונפט אין 2019 - און מעגליך ביז אזויפיל ווי 157 מיליאן דאללער.
* * * * *
די "ניינטע סירקוט קאורט אוו אפיעלס" האט גע'אורטיילט אין שטיצע פון פרעזידענט טראמפ. די קעיס האנדעלט זיך איבער א טוויט וואס די פרעזידענט האט געשריבן אין 2018 איבער א באקאנטע גוי'אישע פערזענליכקייט - וואס יענער האט באשולדיגט די פרעזידענט אז ער האט איר בא'טיטל'ט אלס ליגנער און דערמיט פארשמירט איר נאמען.
די געריכט האט אבער גע'אורטיילט אז די פרעזידענט'ס טוויט האט איר נישט געשעדיגט, צוליב וואס די פרעזידענט האט זיך באצויגן איבער א צווייטענ'ס טוויט אויף וואס ער האט רעאגירט מיט זיין מיינונג - וואס ווען איינער קוקט אבזשעקטיוו קען ער זעהן אז די פרעזידענט זאגט בלויז זיין מיינונג איבער די ערשטע טוויט און דאס איז נישט קיין פרישע באשולדיגונג.
* * * * *

עס איז נישט דא קיין ווערטער ארויס צוברענגען שיין קלאר געשמאק ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:06 am

Joel האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זונטאג עקב

עס איז נישט דא קיין ווערטער ארויס צוברענגען שיין קלאר געשמאק ;l;p- ;l;p-

סאיז נישט דא קיין שום הסבר צו ציטירין די גאנצע לאנגע נייעס באריכט תגובה נאר אויף זיך צי באדאנקן פארן חשוב'ן שרייבער
בתקווה להבנה
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:22 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זונטאג עקב


* * * * *
די "ניינטע סירקוט קאורט אוו אפיעלס" האט גע'אורטיילט אין שטיצע פון פרעזידענט טראמפ. די קעיס האנדעלט זיך איבער א טוויט וואס די פרעזידענט האט געשריבן אין 2018 איבער א באקאנטע גוי'אישע פערזענליכקייט - וואס יענער האט באשולדיגט די פרעזידענט אז ער האט איר בא'טיטל'ט אלס ליגנער און דערמיט פארשמירט איר נאמען.
די געריכט האט אבער גע'אורטיילט אז די פרעזידענט'ס טוויט האט איר נישט געשעדיגט, צוליב וואס די פרעזידענט האט זיך באצויגן איבער א צווייטענ'ס טוויט אויף וואס ער האט רעאגירט מיט זיין מיינונג - וואס ווען איינער קוקט אבזשעקטיוו קען ער זעהן אז די פרעזידענט זאגט בלויז זיין מיינונג איבער די ערשטע טוויט און דאס איז נישט קיין פרישע באשולדיגונג.
* * * * *

זייער שיין!
להוסיף נופך: אלע דריי ריכטער אויפן פאנעל זענען נאמינירט דורך דעמאקראטישע פרעזידענטן

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 8:56 pm

וואס גייט פאר וועגן טיק טאק
קען זיין מהאט שוין גערעדט דערוועגן
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך נישטאמת » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:43 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:זונטאג עקב

קאנגרעסמאן עליאט ענגעל, פארזיצער פון די "האוז פארעין עפפעירס" קאמיטע האט ארויסגעשיקט א סובפינע פאר די סטעיט דעפארטמענט צו פארלאנגען דאקיומענטן וואס די דעפארטמענט פארמאגט אין פארבינדונג מיט זשאו ביידן. די פארלאנג קומט נאך וואס די דעפארטמענט האט איבערגעגעבן די דאקיומענטן פאר די רעפובליקאנע אנגעפירטע "סענאט היימלאנד זיכערהייט" קאמיטע, אבער נישט געוואלט זיי געבן פאר די דעמאקראטיש אנגעפירטע קאנגרעס קאמיטע.

ענגעל פאקט זיך פעק למעשה אדער האט ארויס געקוועטשט א געווינס צום סוף?

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:45 pm

כ'מיין ער האט פארלוירן זיין פריימערי
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:09 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די "צענזוס ביורא" האט פאריגע וואך שטילערהייט געגעבן א רוק אויף צוריק מיט א מאנאט די צייט אפשניט וואס זיי וועלן ארומגיין קלאפן אויף טירן פון מענטשן וואס ענטפערן נישט די צענזוס בויגן - דאס באדייט אז די ציילונג וועט אנגיין בלויז ביז ענדע סעפטעמבער, אנשטאט ביז ענדע אקטאבער ווי ביז יעצט געפלאנט.
די שריט האט ארויסגערופן גרויס זארג ביי אקטיוויסטן און דעמאקראטן אין קאנגרעס צוגלייך וואס פארפירן אז דאס איז בלויז נאך איינער פון טראמפ'ס פאליטישע מאכינאציעס.

היינט האט די ביורא באשטעטיגט אז אלע אירע ציילונג אקטיוויטעטן וועלן זיך ענדיגן אום סעפטעמבער 30 - אנשטאט אקטאבער 31.

די ביורא טענה'ט אז דאס איז מיט'ן ציל פון קענען נאכקומען די לעגאלע פארלאנג פון צושטעלן א באריכט פאר'ן פרעזדענט ביז דעצעמבער 31, און אויב זאלן זיי אויסציען דאס ציילן דארף מען אפשטופן די דעדליין פאר'ן באריכט.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:28 pm

@אלעקסיי, וואס איז די עקסעקוטיוו ארדער וואס טראמפ האט היינט געמאכט.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 10:32 pm

דינסטאג עקב

"איזי זשעט" האט היינט געמאלדן אז צוליב א גרעסערע פארלאנג פאר לופט טרעוועל, פלאנען זיי צו אפערירן דוכאויס'ן זוממער ביי ארום 40% פון זייערע געווענליכע קעפעסעטי - העכער ווי די 30% געשאצט ביז יעצט.
אויך האבן זיי געמאלדן אז די קעש ברענעריי דורכאויס די לעצטערע מאנאטן האט זיך היבש פארשטאטערט.
* * * * *
"ווירזשין אטלאנטיק עירוועיס" האט היינט גע'פיילט - אין די דרום ניו יארק פעעראלע געריכט -פאר טשעפטער 15 באנקראט צו באשיצן זייערע אמעריקאנער נכסים פון בעלי חובות. דאס קומט אין פארבינדונג מיט א באנקראט פיילינג וואס די פירמע האט פריער אריינגעגעבן אין א לאנדאן געריכט, ווי די פירמע זוכט זיך צו רי-סטרוקטשור'ן.
"טשעפטער 15" איז די טייל פון די אמעריקאנע באנקראט געזעץ וואס צילט צו פארגרינגערן די פראצעדור ווען א אינטערנאציאנאלע פירמע באנקראטירט.
* * * * *
אלס טייל פון די אנייענדע אנגעצויגענקייט צווישן פרעזידענט טראמפ און טשיינע האט מייק פאמפעיאו פאריגע וואך געזאגט אז טראמפ וועט פארבאטן די כינעזע פירמע "טיקטאק" פון אפערירן אין אמעריקא. נעכטן איז געווארן באריכטעט אז "מייקראסאפט" זוכט אויסצוקויפן די פירמע און אזוי ארום פארמיידן אזא פארבאט - טראמפ האט געמאלדן זיין צושטימונג דערצו מיט א דעדליין פון מיטן סעפטעמבער.
טראמפ האט אויך געזאגט אז אויב די אויסקויף זאל זיין סוקסעספול וועט די אמעריקאנער רעגירונג מוזן באקומען טייל פון די אויסקויף פרייז וואס מייקראסאפט צאלט. ער האט צוגעגליכן צו א טענאנט וואס צאלט רענט פאר'ן לענדלאנרד - דא איז "טיקטאק" די טענאנט וואס וויל האבן די רעכטן צו "וואוינען" אין אמעריקא. לעגאלע עקספערטן זענען אבער ביי די מיינונג אז ס'איז נישטא קיין לעגאלע וועג דאס צו פארלאנגען.
היינט האט עקאנאמישע ראטגעבער לערי קודלאו געזאגט - אין א אינטערוויו מיט פאקס - אז דערווייל איז נאכנישט דא קיינע קראנטע פלענער וויאזוי צו פארזיכערן די רעגירונג'ס טייל פון די געלטער "איך בין נישט זיכער אז דאס איז א זיכערע געדאנק וואס וועט ווערן אויסגעפירט".

אין אנדערע נייעס האט א פאנעל פון פעדעראלע ריכטער היינט באשטעטיגט אז 20 קעיסעס קעגן די "טיקטאק" עפפ זאלן ווערן גע'מערזש'ט אין איין גרויסע קלעס-עקשאן לאוסוט. די לאו-סוט איז איבער פרייוועסי פארלעצונגען.
* * * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע שפאנישע נייעס, האט די שפאנישע סופרים קאורט פאריגע מאנאט אנגעהויבן אן אויספארשונג איבער די פאריגע קעניג - כואן קארלאס - איבער אנגעבליכע קארופציע אין פארבינדונג מיט א 6.5-ביליאן יורא אפמאך צווישן א גרופע שפאנישע פירמעס און סאודי אראביע צו בויען די רעילוועי צווישן מעדינאה און מעככא - די צוויי שמיילגיע שטעט אין סאודי אראביע.
אין די זעלבע טוען אויך שווייצע פראקורן אריינקוקן אין זיינע האנדלונגען אין פארבינדונג צו קארופציע באשולדיגונגען.

נעכטן האט כואן קארלאס געמאלדן אז ער וועט איבערלאזן דאס לאנד.
געוויסע באריכטן זאגן אז ער איז געפארן צו די "דאמיניקען רעפובליק", אבער ארטיגע גרעניץ באאמטע זאגן זיי האבן נישט קיין שום רעקארד אז ער זאל האבן אריינגעקומען אין לאנד - אנדערע זאגן אז די קעניג איז אנטלאפן קיין "פארטוגאל", אבער די ארטיגע אויסערן מיניסטעריום באאמטע טוען עס לייקענען - ווידער אנדערע באריכטן גיבן אן אז ער זוכט זיך אומצוקערן קיין שפאניע ווי פריער.
* * * * *
פרעזידענט טראמפ האט דורכאויס די לעצטערע וואכן גערעדט מיט פארשידענע וועלט פירער איבער די סיטואציע אין ליביע - און עס "איז קלאר אז קיין איין זייט אינעם קאנפליקט איז נישט קיין געווינער".
ווי די ווייסע הויז גיט איבער האט די פרעזידענט גערעדט דערוועגן מיט די פראנצויזישע פרעזידענט, די עגיפטישע פרעידענט, און די קרוין-פרינץ פון די "יו.עי.אי."
* * * * *
א פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק האט פארארדענט די סטעיט צו ציילן טויזענטער בעללאט'ס פון די פארלאפענע פריימערי'ס - וואס די סטעיט האט נישט געוואלט רעכענען - אויסער אויב די פאסט מארק איז קלאר שפעטער פון JUNE 23.
* * * * *
קומענדיגע אוגוסט 15 וועלן פארקומען געשפרעכן צווישן הויכראנגיגע אמעריקאנער און כינעזער באאמטע אין פארבינדונג מיט די "ערשטע פאזע" האנדל אפמאך וואס טראמפ האט געשלאסן פריער אין יאר מיט כינע. די געשפרעכן וועלן זיך בעיקר קאנצענטרירן ארום די פראגע צו די אפמאך ווערט אויסגעפירט דורך די ביידע זייטן.
* * * * *
צענדליגע נויסינג האום'ס איבער'ן לאנד וואס האבן באקומען העכער 300 מיליאן דאללער אין קאראנע הילף געלטער - זענען אין די פארגאנגענהייט געווארן באשולדיגט מיט מעדיקעיר שווינדל און ארבעטער פראטעקשאן פארלעצונגען. אין סך הכל האבן די נוירסינג האום'ס געצאלט העכער 260 מיליאן דאללער אין שטראפן און סעטטעלמענט'ס.
* * * * *
די פוילישע סופרים קאורט האט נעכטן באשטעטיגט די רעזולטאטן פון די וואלן אפגעהאלטן פארלאפענע מאנאט - דערלאנג'ענדיג דערמיט א זיג פאר פרעזידענט דודעי.
* * * * *
מערילאנד גאווערנאר האט היינט ארויסגעגעבן אן עקזעקיוטיוו ארדער צו אנולירן א פארבאט ארויסגעגעבן דורך א קאונטי פאר פריוואטע שולעס זיך צו טרעפן אין ריעל לייף.
* * * * *
די "סעקיוריטיס ענד עקסטשעינזש קאמישאן" האט אנגעהויבן אן "אינסיידער טרעידינג" אויספארשונג איבער א פעדעראלע מולטי-מיליאן דאללער הלואה פאר די פירמע, נאך וואס עס זענען אפירגעקומען באריכטן איבער געוויסע טרעיד'ס מיט די פירמעס סטאק'ס קורצליך פאר די לאון איז אפיציעל געמאלדן געווארן.
טרמפ האט אויך באשטעטיגט אז מ'פארשט אויס די געשיכטע.
* * * * *
די קאר פירמע "פארד" האט געמאלדן אז איר סי.אי.או. - זשים האקעט - וועט רעטייערן אין נאוועמבער און וועט איבערגענומען ווערן דורך זשים פארלעי וואס דינט יעצט אלס "טשיף אפערעיטינג אפיסער" ביי די פירמע. האקעט איז אויפגענומען געווארן מיט 3 יאר צוריק מיט א ציל צו איבערדריען די פירמעס פינאנציעלע שטאנד - אבער ער האט דאס נישט באוויזן און די סטאקס זענען גאר געפאלן דורכאויס זיין צייט.
* * * * *
די ארגענטינע רעגירונג האט געמאלדן א 65 ביליאן דאלער'דיגע רי-סטרוקטשורינג אפמאך מיט אירע בעלי חובות. דאס איז טייל פון א לענגערע געשיכטע, ווען די לאנד האט צום ערשטן פושט רגל געווען אין יאר 2001 אויף ארום 80 ביליאן דאללער, דערנאך נאכאמאל אין 2014 - און איז געקומען צו א סעטטעלמענט אין 2016.
* * * * *
אין די צייט וואס טראמפ רופט פאר א פרישע עף.בי.איי. בילדינג אין וואשינגטאן - מיט קעגנערשאפט פון ביידע פארטייען צוגלייך, ווערט באריכטעט איבער א שטילע - אבער געלונגענע - אקציע דורך די רעפובליקאנער סענאטאר ריטשארד שעלבי פון אלאבאמא וואס ארבעט שוין די לעצטערע יארן צו אריבערפירן טייל פון די עף.בי.איי. הויפטקווארטיר אפעראציעס צו זיין סטעיט. דורכאויס די לעצטע 4 יאר האט ער ארויסבאקומען אזויפיל ווי 1.1 ביליאן דאללער פאר דעם פראיעקט, און שוין קומענדיגע יאר וועלן ארום 1,500 איינגעשטעלטע ווערן אריבערגעפירט פון וואשינגטאן קיין אלאבאמע - מיט א מעגליכקייט אז נאך אפאר טויזענט וועלן נאכפאלגן אין די נעקסטערע יארן.
* * * * *
א פעדעראלע ריכטער אין קאליפארניע האט צוגעטיילט 18 מאנאטן טורמע פאר ענטאני לעוואנדאווסקי פאר'ן רויבן העכער 14,000 פיילס "טרעיד סיקרעטס" פון "גוגל" איבער זייער סעלף-דרייווינג קאר פראגראם, איידער ער איז געגאנגען ארבעטן פאר "אובער".
"אובער" זעלבסט איז זיך שוין אויסגעקומען מיט "גוגל" איבער די געשיכטע - אבער יעצט איז דא א פרישע געראנגעל צו "אובער" איז פאראנטווארטליך פאר די 179 מיליאן דאללער וואס לעוואנדאווסקי איז פארארדענט געווארן צו צאלן פאר "גוגל". לעוואנדאוסקי זעלבסט האט פריער אין יאר זיך דערקלערט באנקראט צוליב די ריזיגע שטראף.
די ריכטער וואס הערט אויס קעיסעס שוין פופציג יאר האט דאס באצייכענט אלס "די גרעסטע טרעיד סיקרעט פארברעכן וואס כ'האב נאר אמאל געזעהן. ביליאנען דאללער אין די צוקונפט זענען געווען אויפן ליניע".
* * * * *
אמעריקאנער הלעט סעקרעטאר, אלעקס אזאר, וועט אין די קומענדיגע טעג אפשטאטן א באזוך אין טאיוואן - א שריט וואס וועט גאר שטארק אויפברויזן טשיינע. טאיוואנע נייעס אגענטורן זאגן אז דאס וועט זיין די ערשטע מאל אזא הויכראנגיגע אמעריקאנער באאמטע באזוכט די טעריטאריע זינט 1979, ווען אמעריקא האט אפגעריסן איער דיפלאמטישע באציאונגען מיט די ארטיגע רעגירונג.
* * * * *
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 11:11 pm

א דאנק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נו גוט נו שוין, ערעב איד, שיעלע בהמה און 40 געסט