נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אביסל טיפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג אפריל 07, 2020 3:46 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:מען קען נאך ערגעץ פארברענען חלה יעצט אין קרית יואל?

איך האב געזעהן א טראק פאר שריפות חלות 347-770-7054!
תורה איז די בעסטע סחורה

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:16 pm

שוין מסודר ב''ה, האבן מיר געטון רצון ה' און עס געגעבן צום פארברענען, שקויעך אלע וואס האבן גענטפערט.
טוב ה' לכל - דער אייבערשטער איז גוט צו אלעמען און פאר אלעמען! יעדע רגע און יעדע מצב, רוחניות וגשמיות, לויף צו אים ווייל ער איז פשוט גוט, טעמו וראו כי טוב ה' אשרי הגבר יחסה בו!!

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:31 pm

עס איז וויכטיג צו וויסן, אז א חלה טייגל קען ברענען 5 שעה און נאכאלץ נישט זיין דורכגעברענגט כל כולו!
מען טאר עס נישט לאזן אויף שריפת חמץ, ווייל דאס פייער ווערט אויסגעלאשן בעפאר עס איז דורכגעברענט, און נאכדעם קען עס קומען לידי בזיון, אדער בעלי חיים קענען עסן דערפון, וואס איז ח"ו נישט גוט פאר שונאיהן של ישראל.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:41 pm

שואלכענין האט געשריבן:עס איז וויכטיג צו וויסן, אז א חלה טייגל קען ברענען 5 שעה און נאכאלץ נישט זיין דורכגעברענגט כל כולו!
מען טאר עס נישט לאזן אויף שריפת חמץ, ווייל דאס פייער ווערט אויסגעלאשן בעפאר עס איז דורכגעברענט, און נאכדעם קען עס קומען לידי בזיון, אדער בעלי חיים קענען עסן דערפון, וואס איז ח"ו נישט גוט פאר שונאיהן של ישראל.

אז מ'פארברענט אליינס איז גוט צו וויסן אז לכתחילה איז בעסער צו פארברענען בייטאג (עי' ביאור הלכה סי' תק"ו ד"ה אלא מניחה עד הערב ושורפה, מחלוקת בזה).

(אגב, מצאתי סמוכין למבוכה זו מלשון רש"י פסחים מט. שלכאורה כיון לזה ופסק בלי הכרעה, וזלש"ק: ... והאידנא קיימא לן כר' אליעזר בחלה של אור דאין שורפין קדשים ביום טוב ולהשהותם אי אפשר ומשיקרא עליה שם אסור לאפותה דהא לאו לאכילה היא ולא קרינן עלה שם אלא עושה חררה קטנה אצל גדולה ואופה שתיהן וכשהוא רודה נותנן לכלי והוא מצרפם ונוטל הקטנה וקורא שם ומברך ומצניעה ושורפה משתחשך או למחר וכן הורה לנו רבינו יעקב בן יקר:).

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך טשיפקא » דינסטאג אפריל 07, 2020 5:30 pm

שואלכענין האט געשריבן:עס איז וויכטיג צו וויסן, אז א חלה טייגל קען ברענען 5 שעה און נאכאלץ נישט זיין דורכגעברענגט כל כולו!
מען טאר עס נישט לאזן אויף שריפת חמץ, ווייל דאס פייער ווערט אויסגעלאשן בעפאר עס איז דורכגעברענט, און נאכדעם קען עס קומען לידי בזיון, אדער בעלי חיים קענען עסן דערפון, וואס איז ח"ו נישט גוט פאר שונאיהן של ישראל.

מען קען אויספלאכן דאס טייגל, גוט באשפריצן מיט גאזאלין, און עס נעמט נישט לאנג ביז עס איז כלול.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט