אמעריקאנע אמבאסאדאר ניק העילי רעזיגנירט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:23 pm

איך רעד אויך פאליטיש, איך האב נישט קיין דעת תורה, פאליטיש מאכט נישט קיין ברעקל סענס אז אמעריקע גייט קעגן די גאנצע וועלט פאר זייער מדינה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:50 pm

צל עובר האט געשריבן:איך רעד אויך פאליטיש, איך האב נישט קיין דעת תורה, פאליטיש מאכט נישט קיין ברעקל סענס אז אמעריקע גייט קעגן די גאנצע וועלט פאר זייער מדינה.

ווען ראובן טוהט עפעס פאר שמעון אינדערצייט וואס לוי האלט אז ראובן טוהט נישט ריכטיג איז פשט אז ראובן איז געגנגען קעגן לוי?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:53 pm

ניין, אבער נאכדעם האט כמעט די גאנצע וועלט געשטימט קעגן אמעריקע, אינקלודעט כמעט אלע ערשטע וועלט לענדער, חוץ קאנאדע און מעקסיקא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:22 pm

זיי האבן געשטימט "נאכדעם" אז זיי האלטן אז אמעריקע האט נישט גוט געטוהן.
נו האלטן זיי, ס'האט נישט גארנישט מיט זיי, זיי זענען ס"ה "מיינונג זאגער'ס" נו אמעריקע האט אויך א מיינונג און עס הייסט נישט נאן סענס.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 7:33 am

צל עובר האט געשריבן:ניין, אבער נאכדעם האט כמעט די גאנצע וועלט געשטימט קעגן אמעריקע, אינקלודעט כמעט אלע ערשטע וועלט לענדער, חוץ קאנאדע און מעקסיקא.

אט אזוי, מיט אלע עקסקיוזעס, באטאם ליין איז אמעריקע איזולירט אין יו ען אדאנק איר נאכאנאנדע שטיצע צו ביבי, סאיז געווען די בראקען רעקארד פלעיער איבערזאגנדיג אלע ביביס טאלקינג פוינטס.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:07 am

סאו דו האלסט אז מען דארף בלינדערהייט מיטגיין מיט די שקרים פון רוב איבריגע וועלט וואס האבען זייערע פאליטישע און ביזנעס חשבונות און אגענדעס?
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:36 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:סאו דו האלסט אז מען דארף בלינדערהייט מיטגיין מיט די שקרים פון רוב איבריגע וועלט וואס האבען זייערע פאליטישע און ביזנעס חשבונות און אגענדעס?

דערמאנסט מיך פון א ארטיקל לעצטענס געווען אין איינע פון די איזראעלי נייעס קוועלער, ווי א חרדישע דזשורנאליסט דרוקט זיך אויס אז ביבי איז די גרעסטע אדמור ביים פרומע ציבור, א יעדע ווארט אדער עקשאן וואס ער טוט כלפי די וועלט אדער כלפי די פאלעסטינע ווערט אויפגענומען מיט גרויס עקסטאס, ער איז באגלייבט 150%, קיינער דערוואגט זיך נישט צו טשעלענדזשן וכו

אקעי די אשכול ווערט שוין פארדרייט

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:44 pm

די נעכטיגע מעלדונג פון ניקי העילי אז זי וועט פארלאזן איר אמט אלס אמעריקאנער אמבאסאדארקע צום יו.ען ביים ענדע פון דאס יאר האט געכאפט די פאליטישע וועלט אין טאטאלע שאק, און אנדערש ווי געווענליך אין וואשינגטאן האט די פרעסע נישט געהאט די מינדעסטע אהנונג דערוועגן ביז צום לעצטן מינוט.

העילי איז באטראכט געווארן אלס איינע מיט גאר גוטע באציאונגען מיט׳ן פרעזידענט און גלייכצייטיג אויך מיט די רעפובליקאנער עסטעבלישמענט, און פון אויבנאויף איז שווער צו פארשטיין איר מאטיוון צו רעזיגנירן. דאס האט געעפנט די טיר פאר שפעקולאציעס אז זי גרייט זיך צו לויפן אין 2024 און זוכט דעריבער צו האלטן א ריינע רעקארד פאר א פאר יאר. אנדערע האבן אנגעוויזן אז זי האט דאס געטון צוליב דעם וואס זי מוטשעט זיך פינאנציעל און זוכט דעריבער א בעסער זשאב אינעם פריוואטן סעקטאר.

גלייכצייטיג טוט מען שפעקולירן ווער עס נעמט איר איבער, פרעזידענט טראמפ האט נעכטן זיך געוויצלט אז ״זי האט געמאכט דעם פאזיציע גאר וויכטיג״ א זאך וואס קוקט אויס ריכטיג, דער פרעזידענט האט אויך געלאזט פאלן א באמערקונג אז זיין טאכטער איוואנקע טראמפ וואלט געווען א גוטע קאנדידאט, אבער אזא נאמינאציע וועט נישט באקומען די באשטעטיגונג פון סענאט.

פילע האלטן אז דער קומענדיגער אמבאסאדער וועט זיין ריטשארד גרענעל, א לאנגיעריגער קאנסערוואטיווער דיפלאמאט וואס האט געארבייט פאר די בוש אדמיניסטראציע און דינט אצינד אלס אמבאסאדער אין דייטשלאנד, ער איז געווארן אויסגעלויבט דורכ׳ן פרעזידענט פאר׳ן העלפן דעפארטירן א 95 יעריגער נאצי פון ניו יארק מיט עטליכע וואכן צוריק.

אנדערע זענען ביי די מיינונג אז טראמפ וועט נאמינירן דינע פאועל, א עגיפטישע געבוירענע אמעריקאנע דיפלאמאטקע וועלכע איז אינסטרומענטאל אונטער די קוליסן אינעם טראמפ אדמינסטראציע, הויפזעכליך ווען עס קומט צו מיטל מזרח אנלעגנהייטן. זי האט געהאט געדינט אלס דעפיוטי נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבערין אינעם ערשטן יאר פון די אדמינסטראציע, און האט פארלאזט נאכדעם וואס באלטאן האט איבערגענומען דעם פאזיציע, אבער זי האלט נאך אן גוטע באציאונגען מיט טראמפ וועלכע - לויט באריכטן - פארלאזט זיך שטארק אויף איר מיינונג איבער אויסערן פאליטיק.
jp

קוואל וואסער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

תגובהדורך קוואל וואסער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:45 pm

קען זיין, ווי אזויפיל זאגן, אז זי האט געשריבן די אפ-עיד אין דער טיימס?
סייעתא דשמיא איז די ערשטע זאך

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:52 pm

נו שוין האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:סאו דו האלסט אז מען דארף בלינדערהייט מיטגיין מיט די שקרים פון רוב איבריגע וועלט וואס האבען זייערע פאליטישע און ביזנעס חשבונות און אגענדעס?

דערמאנסט מיך פון א ארטיקל לעצטענס געווען אין איינע פון די איזראעלי נייעס קוועלער, ווי א חרדישע דזשורנאליסט דרוקט זיך אויס אז ביבי איז די גרעסטע אדמור ביים פרומע ציבור, א יעדע ווארט אדער עקשאן וואס ער טוט כלפי די וועלט אדער כלפי די פאלעסטינע ווערט אויפגענומען מיט גרויס עקסטאס, ער איז באגלייבט 150%, קיינער דערוואגט זיך נישט צו טשעלענדזשן וכו

אקעי די אשכול ווערט שוין פארדרייט

במח''כ האסטו בכלל נישט געענטפערט.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:14 pm

נו שוין האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ניין, אבער נאכדעם האט כמעט די גאנצע וועלט געשטימט קעגן אמעריקע, אינקלודעט כמעט אלע ערשטע וועלט לענדער, חוץ קאנאדע און מעקסיקא.

אט אזוי, מיט אלע עקסקיוזעס, באטאם ליין איז אמעריקע איזולירט אין יו ען אדאנק איר נאכאנאנדע שטיצע צו ביבי, סאיז געווען די בראקען רעקארד פלעיער איבערזאגנדיג אלע ביביס טאלקינג פוינטס.

מען רעדט דא צו ניקי העילי איז געווען נאן סענס מיט איר בלינדע שטיצע צו מדנ"י בנוגע ריקן די אמבאסאדע.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:15 pm

נו שוין האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:סאו דו האלסט אז מען דארף בלינדערהייט מיטגיין מיט די שקרים פון רוב איבריגע וועלט וואס האבען זייערע פאליטישע און ביזנעס חשבונות און אגענדעס?

דערמאנסט מיך פון א ארטיקל לעצטענס געווען אין איינע פון די איזראעלי נייעס קוועלער, ווי א חרדישע דזשורנאליסט דרוקט זיך אויס אז ביבי איז די גרעסטע אדמור ביים פרומע ציבור, א יעדע ווארט אדער עקשאן וואס ער טוט כלפי די וועלט אדער כלפי די פאלעסטינע ווערט אויפגענומען מיט גרויס עקסטאס, ער איז באגלייבט 150%, קיינער דערוואגט זיך נישט צו טשעלענדזשן וכו

אקעי די אשכול ווערט שוין פארדרייט

איינער האט עס פארדרייט...
ווער רעדט דא צו ביבי איז באגלייבט, ביבי האט זיך זיינע חשבונות, און די איבריגע רוב וועלט האבן זיך זייערע חשבונות, און אמעריקע טוט לויט זייערע אייגענע חשבונות.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:32 pm

ניין, אמעריקע שפילט אין מיטל מזרח לויט נתניהו'ס חשבונות.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:36 pm

צל עובר האט געשריבן:ניין, אמעריקע שפילט אין מיטל מזרח לויט נתניהו'ס חשבונות.

עס שטימט מיט נתניהו'ס חשבונות.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 4:08 pm

וואסי דא צו ענפערן? שרייט א גאנצע וועלט איין זאך, און איזראעל א צווייטע זאך, איז עקסטרעם אנצונעמען איין נאראטיוו

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 4:15 pm

נו שוין האט געשריבן:וואסי דא צו ענפערן? שרייט א גאנצע וועלט איין זאך, און איזראעל א צווייטע זאך, איז עקסטרעם אנצונעמען איין נאראטיוו

אבער נישט בלינד און נישט נאן סענס.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 4:24 pm

ווער נעמט אן? מען האט אן אייגענע מיינונג, פונקט ווי 'די גאנצע וועלט'.
גראדע איז די אייגענע מיינונג פונקט ווי נתניהו'ס.

(איך בין אויך א סאטמארער, א שטארקער סאטמארער. דאס מיינט נאכנישט אז מען דארף זיין משוגע צו האלטן אז די פאלעסטינע זענען רוצחים, אפי' אויב די יפי נפש'דיגע אנטיסעמיטן אין אייראפע האלטן יא אזוי.)
Innocent until proven Republican

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:05 pm

נו שוין האט געשריבן:וואסי דא צו ענפערן? שרייט א גאנצע וועלט איין זאך, און איזראעל א צווייטע זאך, איז עקסטרעם אנצונעמען איין נאראטיוו

לויט דיך איז עקסטרעם אנצונעמען אז די אידן האבען אמאל געהאט שייכות מיט ירושלים ווייל די וועלט אין די UN האט געוואוט אז נישט
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:21 pm

אנצונעמען אז וועגן די אידן האבן עס געהאט צוויי טויזענט יאר צוריק איז עס זייערס, לויט דעם געהערט אמעריקע פאר די אינדיאנער.

חוץ שטייצעך ווען מרעכנט אריין אין חשבון די ערשטע רש"י.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:43 pm

נישט דאס איז גווען די נושא און דו ווייסט אליין דו נושא איז געווען אפצולייקענען אז די אידן האבן אמאל געהאט שיייכות מיט ירושלים
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 7:54 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:נישט דאס איז גווען די נושא און דו ווייסט אליין דו נושא איז געווען אפצולייקענען אז די אידן האבן אמאל געהאט שיייכות מיט ירושלים

ירושלים באלאנגט צו זיין אינטערנאציאנאל אונטער די יו ען פון 1947, צו שטופן פאר ירושלים אונטער איזראעל איז רעליגיעז עקסטרעם, פארדעם האביך געפרעגט צו זי איז אפשר נישט א עווענגלייסט.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 8:06 pm

די צוטיילונג פון 1947 האבן די אראבער תיכף אנגעווארפן.
היינט, נאכדעם וואס זיי האבן פארלוירן די מלחמה, שרייען זיי אז זיי וויל עס, אבער זיי זענען די וואס האבן עס נישט געוואלט און האבן תיכף דערקלערט קריג.

אין געווענליכע אומשטענדן וואלט די וועלט געזאגט ''האסט געוואלט מלחמה און פארלוירן, טו בעד פאר יו''.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 8:16 pm

נישט די פאלעסטינער האבן געמאכט די מלחמה.

די אראבישע לענדער האבן עס געמאכט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 8:17 pm

מען זאגט אז דינה פאוול איז אראפ פון טיש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 8:29 pm

Think and Thank האט געשריבן:די צוטיילונג פון 1947 האבן די אראבער תיכף אנגעווארפן.
היינט, נאכדעם וואס זיי האבן פארלוירן די מלחמה, שרייען זיי אז זיי וויל עס, אבער זיי זענען די וואס האבן עס נישט געוואלט און האבן תיכף דערקלערט קריג.

אין געווענליכע אומשטענדן וואלט די וועלט געזאגט ''האסט געוואלט מלחמה און פארלוירן, טו בעד פאר יו''.

נישט "צוטיילונג", מרעדט דא פון ירושלים, וואס האט געזאלט בלייבן איינס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, zibala, דער מח, זזה, חלה, טרעף מיך, ליל שישי, משה11, קהל עדתינו, שמערעל און 66 געסט