אמעריקאנע אמבאסאדאר ניק העילי רעזיגנירט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

אמעריקאנע אמבאסאדאר ניק העילי רעזיגנירט

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 12:55 pm

אומגעראכטענערהייט האט זיך געהערט היינט די נייעס, אז די אמעריקאנע יו. ען. אמבאסאדאר ניק העילי רעזיגנירט פון איר פאזיציע, אינעם ענדע פון דעם יאר. קיינער האט דערווייל נאכנישט אנגעגעבן א געהעריגע אורזאך פארוואס זי טוט דאס, און וואס איז יעצט געשען.

פרעזידענט טראמפ האט היינט געמאלדן פאר די אמעריקאנער פאלק אז ניק העילי האט זיך שוין געוואנדן צו אים פאר א האלבע יאר צוריק, און געבעטן אז זי וויל רעזיגנירן פון איר פאזיציע אין ענדע פון דעם יאר. “זי האט געטון א זעלטן גוטע ארבעט” האט טראמפ געזאגט אויף העילי. “מיר האבן אינאיינעם געלעזט אסאך פראבלעמען”. טראמפ האט צוגעלייגט אז ער האפט צו זען ניק העילי קומען ארבעטן אין זיין אדמיניסטראציע אונטער א צווייטע פאזיציע.

“עס איז וויכטיג צו וויסן ווען עס איז צייט זיך צו ריקן אין א זייט” האט ניק העילי געזאגט היינט איבער איר רעזיגנאציע. “עס איז געווען א געוואונטשענע זאך אנצוקומען צו די יו. ען מיט א פלאקן רעקל און שיצן אויף אמעריקע”, האט זיך געזאגט איבער איר דינסט.

העילי האט נישט געגעבן צו פארשטיין איר רעזיגנאציע, נאר האט אזויפיל געזאגט אז זי האט נישט פלענער זיך צוריק צו קערן אין דינסט. העילי האט אוועקגענאכט די שפעקולאציעס אז זי וויל לויפן קעגן טראמפ אין יאר 2020, זאגנדיג אז זי וועט זיך באטייליגן אין די קאמפיין לטובת פרעזידענט טראמפ.

אין איר סטעיטמענט אינעם ווייסן הויז, האט העילי געשלאסן איר צוויי יעריגע קאפיטל פון דינען אלס אמעריקאנער יו. ען. אמבאסאדאר, זאגנדיג אז “יעצט רעספעקטירט מען די פאראייניגטע שטאטן. אפשר נישט יעדער איינער גלייכט אונז וואס מיר טוען, אבער יעדע לאנד רעספעקטירט אונזערע שריט”. זי האט גערעדט איבער אלס און אלעמען אין וואס זי האט אריינגעארבעט אין די יו. ען. דורכאויס איר קאדענץ, און פארטיידיגט טראמפ’ס פאליסיס.

די ערשטע באריכט אז זי רעזיגנירט האט געלאנדעט ווי א דונער אינמיטן העלן טאג, אין די עקסיאס נייעס קוואל. די ווייסע הויז האט אויך נישט געוויסט פון בעפאר אז עס גייט שוין געמאלדן ווערן, טראץ וואס זי האט שוין דיסקוסירט דעם שריט מיט פרעזידענט טראמפ אינעם פארגאנגענהייט. אפילו די גרעסטע אמעריקאנע שישקעס, ווי דזשאן באלטאן און מייק פאמפעא, זענען געווארן איבעראשט און שאקירט פון די נייעס.

קוים א מאנאט איז פארביי זינט ניק העילי האט געשריבן אן ארטיקל אינעם וואשינגטאן פאוסט, וואו זי דערציילט איבער איר מיינונגס פארשידנהייטן מיט פרעזידענט טראמפ, אבער זי פירט אויס אז “איך בין שטאלץ צו דינען דעם אדמיניסטראציע, און א שטארקע שטיצערן פון דאס מערהייט פון די באשלוסן, און די גאנג אין וואס די לאנד שפאנט. מיט דעם אלעם, בין איך נישט מיט אלעם איינשטימיג צום פרעזידענט”.

ניק העילי איז ערוועלט געווארן צו דינען אין דעם אמט אין נאוועמבער 2016, און אזי באשטעטיגט געווארן אין יאנואר 2017, פיר טעג נאכן איינשווערן פרעזידענט טראמפ. זי איז בעפאר געווען די גאווערנאר פון דרום קאראליינע, און איז אנגעקומען צו איר אמט אן קיין איבעריגע ערפארונג אין אויסערן פאליטיק. אבער גאנץ שנעל איז זי געווארן אן ארויסשטארנדע פיגור אינעם טראמפ אדמיניסטראציע, און האט שטארק געשטופט די טראמפ אגענדע, האלטנדיג פייערדיגע רעדעס אין די יו. ען. קעגן איראן, און קעגן אנדערע פארשידענע לענדער און ארגאניזאציעס מיט וועמען פרעזידענט טראמפ האט זיך געריבן.

קרעדיט: אידישער ווינקל

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:07 pm

ווער נעמט עס איבער?

און זי בלייבט יעצט אן א זשאב? איך וויל פשוט פארשטיין, פארוואס זאל א גאווערנער/סענאטאר אננעמען א אמט אין אן אדמיניסטרעישאן ווען ער/זי איז איינגעשטעלט יעדן טאג.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:09 pm

בעריש'ל האט געשריבן:ווער נעמט עס איבער?

און זי בלייבט יעצט אן א זשאב? איך וויל פשוט פארשטיין, פארוואס זאל א גאווערנער/סענאטאר אננעמען א אמט אין אן אדמיניסטרעישאן ווען ער/זי איז איינגעשטעלט יעדן טאג.

ווער זאגט אז מען האט איר געווארפן?
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:14 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:10 pm

א שטארקע פארלוסט פאר מדנ"י מיט איר שטענדיגע איינזייטיגטע שטיצע

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:12 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ווער זאגט אז מען האט איר געווארפן?

קיינער...

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:22 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:ווער נעמט עס איבער?

און זי בלייבט יעצט אן א זשאב? איך וויל פשוט פארשטיין, פארוואס זאל א גאווערנער/סענאטאר אננעמען א אמט אין אן אדמיניסטרעישאן ווען ער/זי איז איינגעשטעלט יעדן טאג.

ווער זאגט אז מען האט איר געווארפן?

ווער האט עס געזאגט?

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:23 pm

שכח זונדל, פארן באריכט. העמיר זעהן צו איינער וועט קענען אנפולן די חלל.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:25 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:ווער נעמט עס איבער?

און זי בלייבט יעצט אן א זשאב? איך וויל פשוט פארשטיין, פארוואס זאל א גאווערנער/סענאטאר אננעמען א אמט אין אן אדמיניסטרעישאן ווען ער/זי איז איינגעשטעלט יעדן טאג.

ווער זאגט אז מען האט איר געווארפן?

ווער האט עס געזאגט?

דו שרייבסט אז אויב מען קומט ארבעטן און די טראמפ אדמיניסטראציע איז מען איינגעשטעלט יעדן טאג, און דאס האסטו געשריבן אויף דעם וואס ניקי העילי רעזיינט, אויב איז זי נישט געווארפן געווארן נאר איז אליין געגאנגען, דאן וואס האט עס מיט אדמיניסטראציע?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:30 pm

דערפאר הייסטו פעיק ניוס?

איך רעד בכלל נישט פון טראמפ, איך שרייב "אן אדמיניסטרעישאן" דאס מיינט טראמפ??.
בארואיג דיך, איך רעד סתם בכלליות, פארוואס זאל איינער דאס טוען?
לעצט פאראכטן דורך בעריש'ל אום דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:31 pm

וואס איז געווען טראמפ אנאנסמענט 10:30?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:33 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:ווער נעמט עס איבער?

און זי בלייבט יעצט אן א זשאב? איך וויל פשוט פארשטיין, פארוואס זאל א גאווערנער/סענאטאר אננעמען א אמט אין אן אדמיניסטרעישאן ווען ער/זי איז איינגעשטעלט יעדן טאג.

ווער זאגט אז מען האט איר געווארפן?

ווער האט עס געזאגט?

דו שרייבסט אז אויב מען קומט ארבעטן און די טראמפ אדמיניסטראציע איז מען איינגעשטעלט יעדן טאג, און דאס האסטו געשריבן אויף דעם וואס ניקי העילי רעזיינט, אויב איז זי נישט געווארפן געווארן נאר איז אליין געגאנגען, דאן וואס האט עס מיט אדמיניסטראציע?

דערפאר הייסטו פעיק ניוס?

איך רעד בכלל נישט פון טראמפ, בארואיג דיך, איך רעד סתם בכלליות, פארוואס זאל איינער דאס טוען?

אהא איך פארשטיי..

צו דיין שאלה, איי געס מען טוט עס נישט בלויז לצורך פרנסה.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:39 pm

פעיק נוז האט געשריבן:צו דיין שאלה, איי געס מען טוט עס נישט בלויז לצורך פרנסה.

א אמבאסאדאר איז אזויפיל מער ווי א גאווערנער? איך וויל פשוט וויסן, אנע חשבונות, לצורך ידיעה

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:41 pm

און עס האט מיר גראדע אויסגעזעהן ווי זי טוהט א גוטע ארבעט.

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

העילי פאר 2024?

תגובהדורך קלאפער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:46 pm

דא האב איך געשריבן א אנאליז איבער די נושא

viewtopic.php?f=3&t=38146&p=1772143#p1772143
לעצט פאראכטן דורך קלאפער אום דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:48 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:צו דיין שאלה, איי געס מען טוט עס נישט בלויז לצורך פרנסה.

א אמבאסאדאר איז אזויפיל מער ווי א גאווערנער? איך וויל פשוט וויסן, אנע חשבונות, לצורך ידיעה

אוודאי, א אמבאסאדאר שטעלע גיט נאציאנאלע אנערקענונג, א גאווערנאר איז נאר לאקאל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:52 pm

עפעס האט קול מבשר נעכטן גערעדט וועגן אן אויספארשונג אויף פלייטס וואס זי האט גענומען אין 2008.
אפשר האט זי עפעס צו באהאלטן, און זי האפט אז אויב זי איז שוין נישט אין די אדמיניסטראציע וועט מען איר צורוה לאזן.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:00 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:עפעס האט קול מבשר נעכטן גערעדט וועגן אן אויספארשונג אויף פלייטס וואס זי האט גענומען אין 2008.
אפשר האט זי עפעס צו באהאלטן, און זי האפט אז אויב זי איז שוין נישט אין די אדמיניסטראציע וועט מען איר צורוה לאזן.

גוטע פאונט. ממש א שאד אויף איר! זי האט געטוען א מייסטער האפטיגע ארבעט!!

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:11 pm

קלאפער האט געשריבן: און די איינשווערונג פון קעווענאו אויף וואס די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי האט ארויסגעגעבן יעדע טראפ ענערגיע עס צו בלאקירן, איז שוין פאקטיש אדורכגעפירט געווארן...

די פראבלעם איז אז זי האט זיך אפגעזאגט אויף די דריטע וואס איז געווען טיפסטע צייטען פין קעווענאו פרשה

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:13 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:צו דיין שאלה, איי געס מען טוט עס נישט בלויז לצורך פרנסה.

א אמבאסאדאר איז אזויפיל מער ווי א גאווערנער? איך וויל פשוט וויסן, אנע חשבונות, לצורך ידיעה

אוודאי, א אמבאסאדאר שטעלע גיט נאציאנאלע אנערקענונג, א גאווערנאר איז נאר לאקאל.

א יו ען אמבאסאדאר איז אינטערנאציאנאל אויך, נישט בלויז אמעריקא

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:26 pm

אפשר האט דאס מיט די שלום פלאן צווישן מדנ"י-פלשתים וואס דארף אט-אט-אט ארויסקומען?
מעגליך איז זי נישט איינשטימיג דערמיט פאר סאם ריזען, און דעריבער וויל זי נישט זיין חלק דערפון.
#שפעקולאציע

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:28 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:צו דיין שאלה, איי געס מען טוט עס נישט בלויז לצורך פרנסה.

א אמבאסאדאר איז אזויפיל מער ווי א גאווערנער? איך וויל פשוט וויסן, אנע חשבונות, לצורך ידיעה

אוודאי, א אמבאסאדאר שטעלע גיט נאציאנאלע אנערקענונג, א גאווערנאר איז נאר לאקאל.

א יו ען אמבאסאדאר איז אינטערנאציאנאל אויך, נישט בלויז אמעריקא

ריכטיג
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:58 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:צו דיין שאלה, איי געס מען טוט עס נישט בלויז לצורך פרנסה.

א אמבאסאדאר איז אזויפיל מער ווי א גאווערנער?

וואס איז וויכטיגער, א טורעם, א פערדל, אדער א לויפער? אן אלטע דילעמע.

גאווערנאר, סענאטאר, קאבינעט מיטגליד. יעדער האט זיך זיינע מעלות אויפן כבוד מעסטער.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:03 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:צו דיין שאלה, איי געס מען טוט עס נישט בלויז לצורך פרנסה.

א אמבאסאדאר איז אזויפיל מער ווי א גאווערנער?

וואס איז וויכטיגער, א טורעם, א פערדל, אדער א לויפער? אן אלטע דילעמע.

גאווערנאר, סענאטאר, קאבינעט מיטגליד. יעדער האט זיך זיינע מעלות אויפן כבוד מעסטער.

מען רעדט נישט פון 'וויכטיגער' מען רעדט פון באקומען 'פאליטישע אנערקענונג' וואס אין דעם איז א UN אמבאסאדאר פיל מער ווי א גאווערנאר
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:21 pm

דשעף סעשאנס ווען ער בלייבט א סענעטאר שטייט ער בעסער ווי יעצט, די זעלבע מיט קלינטאן, ווען זי בלייבט א סענעטאר און ווערט נישט סעקרעטארי אוו סטעיט וואלט זי געווען די מאכטפולסטע דעמאקראט אין סענאט.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:25 pm

דממה דקה האט געשריבן:דשעף סעשאנס ווען ער בלייבט א סענעטאר שטייט ער בעסער ווי יעצט, די זעלבע מיט קלינטאן, ווען זי בלייבט א סענעטאר און ווערט נישט סעקרעטארי אוו סטעיט וואלט זי געווען די מאכטפולסטע דעמאקראט אין סענאט.

זי װאלט שױן לאנג געברױכט ריזײנען צוליב ג׳זינטהײט ״אישהס״

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, Majestic-12 [Bot], MCITP, מיגו, נו שוין, קארפענטער, ר' יום טוב און 69 געסט