בלאט 2 פון 24

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:15 pm
דורך צל עובר
בעריש סאנדערס האט טאקע לעצטענס גע'טענה'ט אז ווייל וואשינגטאן שיק א מעסעדזש אז דעמאקראטיע אינטרעסירט זיי נישט, נאר פאר דעם האט דער ראש הכופרים נתניהו געהאט די גאטס אייינצופירן דעם אומדעמאקראטישן ציוניסטישן חוק הלאום, הגם איך גלייך זייער נישט דעם געוועזענעם מפא"י'ניק סאנדערס האב איך אבער דא הנאה געהאט פון אים.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:19 pm
דורך Think and Thank
כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:30 pm
דורך פעיק נוז
Think and Thank האט געשריבן:כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

דאס איז אויב מען האט אים ס"ה צוריק געברענגט קיין סאודי אראביע, אבער אויב האבן זיי אים געהארגעט אויף טערקישע טעריטאריע איז עס אן אנדערע מעשה.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:44 pm
דורך Think and Thank
פון די אנדערע זייט איז די אמבאסאדע טעכניש סאודישע טעריטאריע, ווי אויך איז דאס אן איינמאליגע פאל בעת וואס כינע טוט עס בקביעות.

בקיצור, מיר זענען דא דן וועלכע דיקטאטאר איז א גרעסערע מענטשן פרעסער...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:58 pm
דורך פעיק נוז
Think and Thank האט געשריבן:פון די אנדערע זייט איז די אמבאסאדע טעכניש סאודישע טעריטאריע, ווי אויך איז דאס אן איינמאליגע פאל בעת וואס כינע טוט עס בקביעות.

בקיצור, מיר זענען דא דן וועלכע דיקטאטאר איז א גרעסערע מענטשן פרעסער...

כינע הארגעט מענטשן און אמעריקע?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:08 pm
דורך צל עובר
נישט

עכ"פ נישט אויף דעם אופן פון וואס מען רעדט דא.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:12 pm
דורך דממה דקה
טערקיי, בעצם גייט זיי אן א רעטעך א מענטשס לעבן, נאר זיי ווילן דאס צו שפילן קעגן די אמעריקאנער גלח, אז אמעריקע פארשטייט אז סאודיע אראביע קען טוען וואס ער וויל קען ער אויך.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:05 am
דורך Think and Thank
פעיק נוז האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:פון די אנדערע זייט איז די אמבאסאדע טעכניש סאודישע טעריטאריע, ווי אויך איז דאס אן איינמאליגע פאל בעת וואס כינע טוט עס בקביעות.

בקיצור, מיר זענען דא דן וועלכע דיקטאטאר איז א גרעסערע מענטשן פרעסער...

כינע הארגעט מענטשן און אמעריקע?

ניין. זיי קידנעפן די מענטשן און שווערצן זיי צוריק קיין כינע - לעבעדיגערהייט.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:22 am
דורך א גוטן
למשל אויב איז סאודי אראביע מודה אז זיי האבן אים געהארגעט וואס גייט זיין נאכדעם

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:06 am
דורך זויבער
און מיין אפיניען איז אז אמעריקע איז דער סימבאל פון דעמאקראטיע, זשורנאליזם און פרייע פרעסע איז דער יסוד פון דעמאקראטיע!
אויב לענדער דערשטיקן זשורנאליסטן פון אויפדעקן מיסברויכן און האלטן פאראנטווארטליך וועלט פירער איז דעמאקראטיע אין א סכנה, גאט זאל באהיטן אז לענדער וועלן זיך ערלויבן אפווישן זשורנאליסטן.

אזא אקט מוז ווערן פארדאמט פון אמעריקא בכל התוקף און סאודיע אראביע ברויך טראגן קאנסעקווענצן אפילו אויפן חשבון פון פריש געקניפטע קשרים, ווער ברויך פארבינדונגען מיט לענדער אויב נישט פאראויס צו שטופן דעמאקראטיע און פרייהייט פאר די מענטשהייט?

איינוועגס א גוטע געלעגנהייט פאר סענאטארן צו געבן צו הערן פארן פרעזידענט יר״ה די וויכטיגקייט פון די פרייע פרעסע, ער זאל עס קענען פשוט עפרישיעיטן.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:34 pm
דורך אהבת השם
א פרישע באריכט, ערשינען נעכטן אינעם "וואשינגטאן פאוסט", דעקט אויף אז דער סאודי אראביע קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן זעלבסט, האט פארארדענט אז מען זאל פארכאפן דעם אנטי-מלוכה זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי, ביי זיין באזוך ביים סאודיער קאנסולאט אין איסטאנבול, טערקיי פאריגע וואך. טערקיי טענה'ט אז קאשוגי איז קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן דורך סאודיער אגענטן אינעם קאנסולאט, און אויך אמעריקע האט נעכטן שארף ארויסגעטרעטן איבער די אישו, פארלאנגענדיג אז סאודי אראביע זאל ארויסגעבן קאשוגי'ס סיטואציע. פרעזידענט טראמפ האט אויך טעלעפאניש גערעדט מיט קאשוגי'ס פרוי.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:39 pm
דורך קושטא
Think and Thank האט געשריבן:כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי מען שווערצט אזוי מענטשן. קלינגט עפעס ווי פאנטאזיעס

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:49 pm
דורך Think and Thank
קושטא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי מען שווערצט אזוי מענטשן. קלינגט עפעס ווי פאנטאזיעס

דא האסטו עטליכע דוגמאות:
https://foreignpolicy.com/2018/03/29/th ... idnapping/

https://amp.slate.com/blogs/the_slatest ... china.html

https://www.google.com/amp/s/www.newyor ... ateurs/amp

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:57 pm
דורך קושטא
Think and Thank האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי מען שווערצט אזוי מענטשן. קלינגט עפעס ווי פאנטאזיעס

דא האסטו עטליכע דוגמאות:
https://foreignpolicy.com/2018/03/29/th ... idnapping/

https://amp.slate.com/blogs/the_slatest ... china.html

https://www.google.com/amp/s/www.newyor ... ateurs/amp

שרעקליך. און מען קען גארנישט טוהן דאס אפצושטעלן?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:58 pm
דורך Think and Thank
מ'קען יא. מ'קען אינוואדירן כינע און אראפווארפן די קאמוניסטישע רעגירונג...

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:39 pm
דורך Goodmorning
Think and Thank האט געשריבן:מ'קען יא. מ'קען אינוואדירן כינע און אראפווארפן די קאמוניסטישע רעגירונג...

פארוואס זאלן נישט די און אנדערע היומען רייטס אביוזעסזיין א חלק פון די חשבון לגבי טאריפס א.א.וו. ? וואס איז בכלל די שווייגעניש פון פאליטישאנס אויף אזא נושא?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:55 pm
דורך פעיק נוז
זויבער האט געשריבן:אזא אקט מוז ווערן פארדאמט פון אמעריקא בכל התוקף און סאודיע אראביע ברויך טראגן קאנסעקווענצן אפילו אויפן חשבון פון פריש געקניפטע קשרים, ווער ברויך פארבינדונגען מיט לענדער אויב נישט פאראויס צו שטופן דעמאקראטיע און פרייהייט פאר די מענטשהייט?

מען ברויך האבן פארבינדונגען אפי' מיט אזעלכע לענדער, פארשפרייטן דעמאקראטיע איז נישט די איינציגסטע אינטערעסע איבער די וועלט וואס אמעריקע האט.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 4:12 pm
דורך פעיק נוז
דער ״וואשינגטאן פאוסט״ האט נעכטן אויפגעדעקט פון אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער אז דער מאכטפולער סאודיער קרוינפרינץ מוכאמאד בין-סאלמען האט פערזענליך פארארדנט אן אפעראציע צו ארייננארן דעם סאודיער זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי צום סאודיער אמבאסאדע אין איסטאנבול און אים פארכאפן און צוריקברענגען קיין סאודי אראביע.

קאשוגי איז ווי באריכטעט געווען א שטארקער קריטיקירער פון בין-סאלמען וועלכער האט אין די לעצטע יאר איבערגענומען די מאכט אין סאודי אראביע מיט א גאר שטייפע פויסט, און ווי עס שיינט איז די אפעראציע אים צו פארכאפן לעבעדיגערהייט נישט געגאנגען ווי געפלאנט און ער איז ערמארדעט געווארן.

בין סאלמען איז נאנט באפריינטעט מיט די טראמפ אדמיניסטראציע און ספעציעל מיט דזשערעד קושנער, און אצינד פאדערט די אדמיניסטראציע אן ערקלערונג איבער דעם אינצידענט, פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער ווארט אויף ענטפערס פון די סאודיער, און האט אויך געזאגט אז ער האט געלאדענט די כלה פון קאשוגי צום ווייסן הויז.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 4:51 pm
דורך SPUSMN
א גוטן האט געשריבן:למשל אויב איז סאודי אראביע מודה אז זיי האבן אים געהארגעט וואס גייט זיין נאכדעם

זיי וועלען קיינמאל נישט מודה זיין; עס איז נישט דא ווער עס זאל זיי צווינגען. גיב א וואך (אפשר א פאר וואכען) און דער מעשה איז פארגעסען.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 4:53 pm
דורך SPUSMN
קושטא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי מען שווערצט אזוי מענטשן. קלינגט עפעס ווי פאנטאזיעס

גרינגער ווי די מיינסט; און זיכער פאר כינע.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:14 pm
דורך Gevald Geshrigen
SPUSMN האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי מען שווערצט אזוי מענטשן. קלינגט עפעס ווי פאנטאזיעס

גרינגער ווי די מיינסט; און זיכער פאר כינע.


זייער גרינג פאר עני מדינה
מען נעמט אפאר חברה וואס נעמען וועם זיי דארפן און טראגן עם ערגעץ צו א דירה׳לע אין יוהיפעץ דערנאך קומט מען אהין מיט׳ן עס יו ווי פונעם קאנסול וואס קיינער גייט נישט אפשטעלן און פארקירט אריין שיין אינעם עמבעסי ווי מען מאכט א דיפלאמאטישן פאספארט פאר מר. וואטעווער און מען באגלייט עם צום עירפארט מיט אייגענע סעקוריטי דורכן דיפלאמאטישן ליין.
עס מאכט אמאל אפילו גרינגער ווען די מדינה וויל אריינשיקן א שפיאן קומט ער אריין מיט דעם זעלבן פאס און ווערט געהעריג ׳׳אינקאגניטוי׳׳ און א געהעריג אפיציעלע רעקארד אז ער איז שוין ניטאמאל דא.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:15 pm
דורך צל עובר
Goodmorning האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:מ'קען יא. מ'קען אינוואדירן כינע און אראפווארפן די קאמוניסטישע רעגירונג...

פארוואס זאלן נישט די און אנדערע היומען רייטס אביוזעסזיין א חלק פון די חשבון לגבי טאריפס א.א.וו. ? וואס איז בכלל די שווייגעניש פון פאליטישאנס אויף אזא נושא?

רוביא, איך מיין אז ער האט מיט זיך נאך חברה אויך, שטיצט טאקע שטארק טראמפס פייט מיט טשיינע נישט וועגן די טרעיד דעפיציט, נאר ווייל זיי האלטן אין איין בא'גנב'נען אמעריקע, און טוען אזאנע זאכן.

טראמפ ברויך האבן די שטיצע פון רעפאבליקאנער סענעטארן אין די פייט, סוי עס איז אין די חשבון.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:17 pm
דורך צל עובר
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי מען שווערצט אזוי מענטשן. קלינגט עפעס ווי פאנטאזיעס

גרינגער ווי די מיינסט; און זיכער פאר כינע.


זייער גרינג פאר עני מדינה
מען נעמט אפאר חברה וואס נעמען וועם זיי דארפן און טראגן עם ערגעץ צו א דירה׳לע אין יוהיפעץ דערנאך קומט מען אהין מיט׳ן עס יו ווי פונעם קאנסול וואס קיינער גייט נישט אפשטעלן און פארקירט אריין שיין אינעם עמבעסי ווי מען מאכט א דיפלאמאטישן פאספארט פאר מר. וואטעווער און מען באגלייט עם צום עירפארט מיט אייגענע סעקוריטי דורכן דיפלאמאטישן ליין.
עס מאכט אמאל אפילו גרינגער ווען די מדינה וויל אריינשיקן א שפיאן קומט ער אריין מיט דעם זעלבן פאס און ווערט געהעריג ׳׳אינקאגניטוי׳׳ און א געהעריג אפיציעלע רעקארד אז ער איז שוין ניטאמאל דא.

געוואלד געשריגן.

יעדער קען עס אפשר, אבער זיי טוען דאס, וועך .......

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:26 pm
דורך SPUSMN
דער חילוק איז אז אנדערע מדינות טוהען עס ממש בדלית ברירה און זייער נישט אפט; לאידך גיסא ביי כינע איז דאס א "נארמאלע" פראצעדור און זיי האבען נישט קיין שום פראבלעם עס צו טוהן אין די מאסען; פינקט ווי זיי שפיאנירען אין די מאסען ווי זיי קענען נאר.

זי האבען קיין טראפ בושה און זענען א אינטרעסאנטע מאדנע פאלק. איך ארבעט פון דער נאנט מיט עטליכע געלערענטע פון זיי; און זעה דער שטארקע חילוק צווישען א וועסטורנער און א אריענטעל; ווער רעדט נאך דער חילוק פון א כינעזער צו א איד וואס איז ממש הימעל און ערד, און ווער עס זעהט עס נישט מיט די אויגען וועט עס נישט באגרייפען.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:39 pm
דורך טייטל
כפארשטיי נישט די גאנצע געשיכטע, דער סאודי'ס זענען דאך לעצטנס באפריינדעט געווארן מיט מדינת ישראל, זאלן זיי גיין זיך לערנען ביי די מוסד אגענטור וויאזוי מען טוט אזוינע מינע אקציעס אויף א וועג וואס עס זאל נישט בלייבן קיין שום שפורן ווען וואס ווי.
אחוץ אויב סאודי ערעביע האט געהאט א אינטרעס מען זאל רעדן פונדעם און אזוי צו דערשרעקן אלע אנדערע דזשורנאליסטן פון קרעטעקירן זייער רעזשים.