פארשוואונדונג פון סאודיער זשורנאליסט אין טערקיי - דראמא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:52 pm

נאכנישט באפריינדעד, נאר נישט באפיינטעד ווי ביז איצט.

און אלע ווייסען ווי עס צו טוהן (עס איז נישט קיין ראקעט סייענס); אבער פון וויסען ביזען טוהן איז נאך דא א שטרעקע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:06 pm

צל עובר האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כינע טוט דאס כסדר מיט טויזנטער כינעזער איבער די וועלט, אריינגערעכנט הונדערטער כיזענער בירגער וועם זיי פארכאפן יערליך אין אמעריקע און שווערצן זיי צריק אהיים.

אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי מען שווערצט אזוי מענטשן. קלינגט עפעס ווי פאנטאזיעס

גרינגער ווי די מיינסט; און זיכער פאר כינע.


זייער גרינג פאר עני מדינה
מען נעמט אפאר חברה וואס נעמען וועם זיי דארפן און טראגן עם ערגעץ צו א דירה׳לע אין יוהיפעץ דערנאך קומט מען אהין מיט׳ן עס יו ווי פונעם קאנסול וואס קיינער גייט נישט אפשטעלן און פארקירט אריין שיין אינעם עמבעסי ווי מען מאכט א דיפלאמאטישן פאספארט פאר מר. וואטעווער און מען באגלייט עם צום עירפארט מיט אייגענע סעקוריטי דורכן דיפלאמאטישן ליין.
עס מאכט אמאל אפילו גרינגער ווען די מדינה וויל אריינשיקן א שפיאן קומט ער אריין מיט דעם זעלבן פאס און ווערט געהעריג ׳׳אינקאגניטוי׳׳ און א געהעריג אפיציעלע רעקארד אז ער איז שוין ניטאמאל דא.

געוואלד געשריגן.

יעדער קען עס אפשר, אבער זיי טוען דאס, וועך .......



דא קומט טאקע אריין די פארשאלטענע קאלטבלוטיגע כינעזע אטיטוד

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:21 pm

לויט טערקיי אפישילס זענען דא אוידיאו און ווידיאו ווי דער זושארנאליסט ווערט געשלאגן און אומגעברענגט!

יארא 18 זאל אזאנס פאסירן!?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:04 pm

זויבער האט געשריבן:און מיין אפיניען איז אז אמעריקע איז דער סימבאל פון דעמאקראטיע, זשורנאליזם און פרייע פרעסע איז דער יסוד פון דעמאקראטיע!
אויב לענדער דערשטיקן זשורנאליסטן פון אויפדעקן מיסברויכן און האלטן פאראנטווארטליך וועלט פירער איז דעמאקראטיע אין א סכנה, גאט זאל באהיטן אז לענדער וועלן זיך ערלויבן אפווישן זשורנאליסטן.

אזא אקט מוז ווערן פארדאמט פון אמעריקא בכל התוקף און סאודיע אראביע ברויך טראגן קאנסעקווענצן אפילו אויפן חשבון פון פריש געקניפטע קשרים, ווער ברויך פארבינדונגען מיט לענדער אויב נישט פאראויס צו שטופן דעמאקראטיע און פרייהייט פאר די מענטשהייט?

איינוועגס א גוטע געלעגנהייט פאר סענאטארן צו געבן צו הערן פארן פרעזידענט יר״ה די וויכטיגקייט פון די פרייע פרעסע, ער זאל עס קענען פשוט עפרישיעיטן.


:lol:
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:21 pm

איך ווייס נישט אויב די סענאטארן, אבער אין די פרעסע האבן עטליכע שפעקולירט אז עס איז פארבינדן...
לדוגמא
https://www.nytimes.com/2018/10/08/opin ... s.amp.html

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:52 pm

נכד האט געשריבן:לויט טערקיי אפישילס זענען דא אוידיאו און ווידיאו ווי דער זושארנאליסט ווערט געשלאגן און אומגעברענגט!

יארא 18 זאל אזאנס פאסירן!?

די וואונדער איז מן הסתם אז אין 2018 זאל א רעגירונג זיין אזוי בטלנ'יש אז עס זאל בליין ווידיא און אודיאו..
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:36 pm

Think and Thank האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:לויט טערקיי אפישילס זענען דא אוידיאו און ווידיאו ווי דער זושארנאליסט ווערט געשלאגן און אומגעברענגט!

יארא 18 זאל אזאנס פאסירן!?

די וואונדער איז מן הסתם אז אין 2018 זאל א רעגירונג זיין אזוי בטלנ'יש אז עס זאל בליין ווידיא און אודיאו..

בכלל איז אינטערעסאנט, אז זיי וואלטן אים סתם געוואלט אפווישן, פארוואס נישט א כמו עקסידענט אן איבערלאזן פראוף, אין גאס. פארוואס אין די קאנסולאט וואו עס איז שווערער צו לייקענען אז ער איז פארשוואונדען דארט. בכלל, אויב איז די פראבלעם אז ער שרייבט נעגעטיוו, שרייבט מען דאך יעצט פיל מער נעגעטיוו? אדער זענען זיי דום, אדער ווילן זיי אנווארפן א שרעק אין לאנד. אדער טעסטן די גרעניצן, צו זען ביז וואו ווייט די וועלט, און טראמפ וועט זיי לאזן גיין.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:59 am

טראמפ לעקט זיי אזוי שטארק, און מענטשן רעכט אינטרעסירט אים אזוי ווייניג, אז זיי האבן אדער געמיינט אדער געוואוסט, אז ער וועט זיי עניוועי גארנישט טון.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:04 am

צל עובר האט געשריבן:טראמפ לעקט זיי אזוי שטארק, און מענטשן רעכט אינטרעסירט אים אזוי ווייניג, אז זיי האבן אדער געמיינט אדער געוואוסט, אז ער וועט זיי עניוועי גארנישט טון.

דאך מאכט עס א שטורעם און ברענגט זיי קאפוויי. פארוואס לוינט זיך זיי, ווייל ער שרייבט אפאר ארטיקלען מיט קריטיק? עפעס מאכט דאך נישט סענס, אויסער אויב א מח פון א דיקטאקטור קען מען נישט פרובירן פארשטיין..
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:06 am

עס איז נישט דא דארט קיין וואלן, וואס אינטרעסירט אים וואס דו האלטסט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:10 am

צל עובר האט געשריבן:עס איז נישט דא דארט קיין וואלן, וואס אינטרעסירט אים וואס דו האלטסט.

ער זאל זיך נאר נישט אינטערעסירן, איך וויל דאך לעבן :wink:
אבער למשל מיט אייראפע, אדער סענאט, א.א.וואס. גייט זיי דאך יא אן. זיי מאלן דאך אייביג אראפ איראן אלס געפערליך, און זיי זענען די נארמאלע.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:11 am

סאודי אראביע נארמאלער אין דעמאקראטיע און מענטשן רעכט? ביזט נאטס? נישט אין די יוניווערס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:22 am

צל עובר האט געשריבן:סאודי אראביע נארמאלער אין דעמאקראטיע און מענטשן רעכט? ביזט נאטס? נישט אין די יוניווערס.

זענען נישט, אבער ווילן זיי נישט שפילן יעצט אז מען מאכט רעפארמען א.א.וו.?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:27 am

יעצט זאגסטו א פוינט, זעהט אויס אז פטור ווערן פון דעם דזשורנאליסט איז וויכטיגער.

אדער קען גאר זיין אז קוקענדיג אויף אמעריקע פון אינדרויסן, האבן זיי געמיינט אז עס וועט עכ"פ פאר די רעפאבליקאנער נישט שטערן, אנקעטעס צייגן דאך אז רוב רעפאבליקענס האלטן אז די מידיא איז די ענעמי אוו דע פיפל, און ער האט דאך נאכדערצו געשריבן אין מערסט פארהאסטן "עמעזאן וואשינגטאן פאוסט" זיי האבן מסתמא געמיינט אז זיי וועלן באקומען א מעדאל פאר דעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

Naftule
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:32 am

האט נישט אמעריקע אויך באהאלטן סאודע אראביע'ס ראלע אין 911? עפעס ליגט מיר אין זכרון אז מ'האט אפילו אנגעקלאגט אין געריכט אז מ'זאל מוזן ארויסגעבן אלע באווייזן. און דאס איז געווען אונטער בוש און אבאמא.

דאס מוז זיין עפעס העכערע זאכן וואס אמעריקע מוז גוט זיין מיט דעם לאנד וואס פאנד וואהאביזם איסלאם ארום די גאנצע וועלט. וואס פארשטייען מיר קלעצער

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:19 pm

Goodmorning האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:לויט טערקיי אפישילס זענען דא אוידיאו און ווידיאו ווי דער זושארנאליסט ווערט געשלאגן און אומגעברענגט!

יארא 18 זאל אזאנס פאסירן!?

די וואונדער איז מן הסתם אז אין 2018 זאל א רעגירונג זיין אזוי בטלנ'יש אז עס זאל בליין ווידיא און אודיאו..

בכלל איז אינטערעסאנט, אז זיי וואלטן אים סתם געוואלט אפווישן, פארוואס נישט א כמו עקסידענט אן איבערלאזן פראוף, אין גאס. פארוואס אין די קאנסולאט וואו עס איז שווערער צו לייקענען אז ער איז פארשוואונדען דארט. בכלל, אויב איז די פראבלעם אז ער שרייבט נעגעטיוו, שרייבט מען דאך יעצט פיל מער נעגעטיוו? אדער זענען זיי דום, אדער ווילן זיי אנווארפן א שרעק אין לאנד. אדער טעסטן די גרעניצן, צו זען ביז וואו ווייט די וועלט, און טראמפ וועט זיי לאזן גיין.

קען זיין אז זיי האבן אים לכתחילה נישט געפלאנט צו הארגענען נאר עס איז באיזה אופן ארויס פון קאנטראל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:03 pm

טראמפ אדמיניסטראציע געוויסט פונעם גאנצן פלאן פאראויס!

וואס אפאר סאודיער גראשן קען טוהן מיטן דעמאקראטישן אמעריקא 2018 רח"ל
צוגעלייגטע
20181012_125408.png
20181012_125408.png (79.85 KiB) געזעהן 790 מאל

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:16 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:טראמפ אדמיניסטראציע געוויסט פונעם גאנצן פלאן פאראויס!

וואס אפאר סאודיער גראשן קען טוהן מיטן דעמאקראטישן אמעריקא 2018 רח"ל

קעלוזשן אלערט!

האסט א פראבלעם מיט דעם אז זיי האבן געוואוסט פון פאראויס אדער מיט דעם אז זיי האבן אים נישט געווארנט? לויט ווי דו לייגסט עס אראפ קען מען מיינען אז סאודי אראביע האט פרעזענליך מיטגעטיילט פון פאראויס דעם גאנצן פלאן פאר אמעריקע, און אמעריקע האט זיי געגעבן זייער פולשטענדיגע הסכמה.
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:25 pm

האט איר דעמאלט ניט גוט פארשטאנען

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:43 pm

עהעם, די וואשינגטאן פאסט האט שוין נעכטן געענטפערט.
צוגעלייגטע
wp.JPG
wp.JPG (193.21 KiB) געזעהן 681 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:47 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:טראמפ אדמיניסטראציע געוויסט פונעם גאנצן פלאן פאראויס!

וואס אפאר סאודיער גראשן קען טוהן מיטן דעמאקראטישן אמעריקא 2018 רח"ל


א באנדע שיכורים אין מיי אפיניאן
ערשטנס מר. שיקאגגי וואטעווער איז אריין אינעם קאנסולאט.
די סאודיער חברה לאקאל האבן אנגעפרעגט אין עדקווארטערס וואס צו טון ביז א דעסישן מעיקער האט דיסיידעד אז ער גייט נישט ארויס א לעבעדיגער.
ווער וואלט געדארפט ווארענען וועם ? ביי דעט טיי איט וואז לאאאאאנג טו לעיט
צווייטנס זייט ווען האט די אמעריקאנער רעגירונג אן אינטרעסע בכלל אויף זאכן וואס האט נישט מיט זיי ? דהיינו: די אמעריקאנער רעגירונג הערט אונטער ( פרובירט עט ליעסט)אויך מיינע און דיינע טעלעפאן קאלס. עס זיצן אגענט מיט קאמפיוטער אלגאריטמס אויפצוכאפן זאכן וואס איז נוגע פאר אמעריקאנע סעקיוריטי.
יעצט אז עס שטינקט מאכט מען ריווויינד און יאלא דא האסטו א קאנווערסעישן פון סאודיער חברה צו מם זאל שיקן א היט גענג

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:01 pm

No denying that the American president treating the media as an enemy is emboldening dictators all over.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 2:27 pm

Naftule האט געשריבן:האט נישט אמעריקע אויך באהאלטן סאודע אראביע'ס ראלע אין 911? עפעס ליגט מיר אין זכרון אז מ'האט אפילו אנגעקלאגט אין געריכט אז מ'זאל מוזן ארויסגעבן אלע באווייזן. און דאס איז געווען אונטער בוש און אבאמא.

דאס מוז זיין עפעס העכערע זאכן וואס אמעריקע מוז גוט זיין מיט דעם לאנד וואס פאנד וואהאביזם איסלאם ארום די גאנצע וועלט. וואס פארשטייען מיר קלעצער

דעמאלטס האט מען נאך געמוזט צוקומען צו זייער אויל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 3:06 pm

Goodmorning האט געשריבן:No denying that the American president treating the media as an enemy is emboldening dictators all over.

או יאמר איפכא, אז די מידיע'ס מלחמה קעגן דעם פרעזידענט עמבאלדענד די דיקטאטארן וויסנדיג אז דער פרעזידענט האט גענוג פראבלעמען אינדערהיים און וועט זיך נישט זוכן קיין פרישע פראבלעמען.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 4:09 pm

Think and Thank האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:No denying that the American president treating the media as an enemy is emboldening dictators all over.

או יאמר איפכא, אז די מידיע'ס מלחמה קעגן דעם פרעזידענט עמבאלדענד די דיקטאטארן וויסנדיג אז דער פרעזידענט האט גענוג פראבלעמען אינדערהיים און וועט זיך נישט זוכן קיין פרישע פראבלעמען.

דאס איז שוין א סברה. איך רעד פשוט פשט....
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מענטשאלע און 22 געסט