די באציאונגען צווישן פרעזידענט טראמפ און די מידיא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

די באציאונגען צווישן פרעזידענט טראמפ און די מידיא

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:13 pm

ברוכים הבאים

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:14 pm

די ען בי סי נייעס אגענטור האט אויפגעזאגט א רעפארטער פארן טראגן א "מאך אמעריקא נאכאמאל גרויס" היטל ביי א טראמפ ראלי

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:26 pm

אן איינגעשטעלטער ביי א סי בי עס פיליאלע אין קאליפארניע איז געווארן אויפגעזאגט נאכן ארויפשטעלן א סאציאלע מידיא מעסעדזש אין שטיצע פון ריכטער קעווענאו אויף זיין פערזענליכע אקאונט

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:29 pm

אבער די מידיא איז נישט בייעס....
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 12:36 am

קענסט טוישן קעפל צו "קאמף פון די מידיא קעגן טראמפ"
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:00 am

הענדימען האט געשריבן:קענסט טוישן קעפל צו "קאמף פון די מידיא קעגן טראמפ"

רואיג, געב אפאר טעג וועט קומען אויף צוריק...

א באגריסונג צום נייעם אשכול, 'הכל יקר' קומט אלץ אויף מיט פרישע איידיעס און אלעס ראנט ער טעגליך, איך בין שוין געווען זיכער אז ער איז אויסגעלאפן פון איידיעס...

כה לחי!!

אלמוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:09 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:קענסט טוישן קעפל צו "קאמף פון די מידיא קעגן טראמפ"

רואיג, געב אפאר טעג וועט קומען אויף צוריק...

א באגריסונג צום נייעם אשכול, 'הכל יקר' קומט אלץ אויף מיט פרישע איידיעס און אלעס ראנט ער טעגליך, איך בין שוין געווען זיכער אז ער איז אויסגעלאפן פון איידיעס...

כה לחי!!

זייט ווען איז יקר די פארקערט פון הבל?

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 5:52 am

אלמוני האט געשריבן:זייט ווען איז יקר די פארקערט פון הבל?


די פארקערטע פון הבל איז קין! שטימט?
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:49 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:קענסט טוישן קעפל צו "קאמף פון די מידיא קעגן טראמפ"

רואיג, געב אפאר טעג וועט קומען אויף צוריק...

א באגריסונג צום נייעם אשכול, 'הכל יקר' קומט אלץ אויף מיט פרישע איידיעס און אלעס ראנט ער טעגליך, איך בין שוין געווען זיכער אז ער איז אויסגעלאפן פון איידיעס...

כה לחי!!

א הארציגן יישר כח כבוד הרב אסדר פאר די חיזוק!
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:21 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:14 am

דער מלחמה האט דער מידיע אנגעהויבן דער מינוט נאך וואס טראמפ האט דערקלערט זיין לויף פאר דער פרעזעדענשאפט, טראמפ האט זיך נישט געלאזט און באלד ארויסגעקומען מיט זיין "פעיק נויז" און פארנאנטישע בייעס פרעגענדיג "דער מידיע ארבעט פאר די דערמאקראטן אדער די דעמאקראטן ארבעטן פאר די מידיע?"

ומשם ואילך...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:19 am

גראדע האט הילערי קלינטאן עס קורא שם געווען פעיק נאוז, און הערש נאך די 2016 עלעקשן׳ס. זי האט זיך אפגערעדט אז פארשפרייטע פעיק נאוז איז א אויפשטייענדע פראבלעם, און איז א סכנה פאר אמעריקא.

טראמפ האטעס נאכדעם אדאפטעט, פון דעמאלטס אהן ווייסט די מידיע נישט וואס דאס פעיק נאוז באדייט, און זעכער נישט וואס די סכנה דערפון איז.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:39 am

הכל הבל האט געשריבן:די ען בי סי נייעס אגענטור האט אויפגעזאגט א רעפארטער פארן טראגן א "מאך אמעריקא נאכאמאל גרויס" היטל ביי א טראמפ ראלי

הכל הבל האט געשריבן:אן איינגעשטעלטער ביי א סי בי עס פיליאלע אין קאליפארניע איז געווארן אויפגעזאגט נאכן ארויפשטעלן א סאציאלע מידיא מעסעדזש אין שטיצע פון ריכטער קעווענאו אויף זיין פערזענליכע אקאונט


איז דאס נישט ביגאטרי? קען ער זיי נישט סוען?

[בפרט אין קאליפארניע]
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:10 am

@realdonaldtrump
Despite so many positive events and victories, Media Reseach Center reports that 92% of stories on Donald Trump are negative on ABC, CBS and ABC. It is FAKE NEWS! Don’t worry, the Failing New York Times didn’t even put the Brett Kavanaugh victory on the Front Page yesterday-A17!

טעות???
לכאורה דארף שטיין אנשטאט: cnn
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 10:14 am

ער וויל די טוויט זאל 2 מאהל ציען די אויפמערקזאמקייט... :?

יעצט דריי איבער אז ער האט געמאכט א מיסטעיק, באלד שיקט ער עס איבער פאראכטענערהייט
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:55 pm

לכאורה ביי CNN איז עס ווייניגער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:34 am

נאך וואס די פאקס נייעס אגענטור האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט דעקן טראמפ ראליס אן איבעררייס ווי ביז איצט הערט מען פון ווייסן הויז אז זיי קוקן אריין דערין
ווייסע הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר ביל שיין איז שוין אין פארבינדונג מיט זיינע געוועזענע קאלעגען איינגעשטעלט ביי פאקס
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:45 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גראדע האט הילערי קלינטאן עס קורא שם געווען פעיק נאוז, און הערש נאך די 2016 עלעקשן׳ס. זי האט זיך אפגערעדט אז פארשפרייטע פעיק נאוז איז א אויפשטייענדע פראבלעם, און איז א סכנה פאר אמעריקא.

טראמפ האטעס נאכדעם אדאפטעט, פון דעמאלטס אהן ווייסט די מידיע נישט וואס דאס פעיק נאוז באדייט, און זעכער נישט וואס די סכנה דערפון איז.


דאס איז גראדע עכטע פאלשע נייעס.

מרס. קלינטאן האט נישט גערעדט פון די מידיא ווען זי האט זיך אפגערעדט אז פארשפרייטע פעיק נאוז איז א אויפשטייענדע פראבלעם און א סכנה פאר אמעריקא.

און דאס איז נישט עפעס וואס די מידיא זוכט צו באהאלטן, אדרבא, ס'גראבט אונטער די וואס ווילן קאמפיטן מיט זיי אבער זענען בעלי בלי שם.

וואס טראמפ האט געטוהן איז אז ער האט געזאגט אז די וואס פארשפרייטן פאלשע נייעס זענען די גרויסע מידיא נעצן וואס דעקן אים נישט שיין, דאס האט ער געטוהן צו פארדרייען די נושא אז מ'זאל נישט רעדן פון די בעלי בלי שם וואס זענען אנגעקומען יעדן טאג מיט נייע מעשיות און טעאריעס אונטערצוברענגען קלינטאן וואס האט נישט געהאט קיין שום דעקונג אדער שייכות מיט'ן מציאות אבער האט איר געקאסט מיליאנען שטימען.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:51 pm

מקור אז דאס האט איר געקאסט מיליאנען שטימען?
(חוץ זי אליין)
Innocent until proven Republican

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:54 pm

ווי האב איך געזאגט אז קלינטאן האט גערעדט פון די מידיע?..

פעיק נאוז האט גארנישט מיט די מידיע איינגעלייגט, יעדער שמויגער קען זיך איינקויפן דעם טיטל אייב וויל ער. קלינטאן פאר די פאלטשע נייעס א נאמען געגעבן פעיק נאוז, די נאמען פעיק נאוז געווארן א טרענד און יענע טעג, טראמפ האטעס אדאפטירט, און זייט דעמאלטס אויב סענדערס זאגט בטעות ארויס דעם ווארט האקט סננ צו אינטערוויא. און דאס איז וואס איך זאג.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:57 pm

Think and Thank האט געשריבן:מקור אז דאס האט איר געקאסט מיליאנען שטימען?
(חוץ זי אליין)


ליובאוויטשער רבי, חזקה לתעמולה שאינה חוזרת ריקם.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:59 pm

און דאס מיינט אודאי מיליאנען וואוטס. ווי אויך האט זי לפי זה נישט געהאט קיין פראפאגאנדע מאשין, והא ראי' זי האט פארלוירן.

ביטע סטאפ די נאנסענס
Innocent until proven Republican

טעאריע וואס לעבט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:04 pm

איך סטאפ נישט קיין נאנסענס וואס איך האב קיינמאל נישט אנגעהויבן.

איך האב נישט געשריבן אז זי האט נישט געהאט קיין פראפאגאנדע מאשין.

איך האב נישט געשריבן אז איר פארלוסט מיינט אז זי האט נישט געהאט קיין פראפאגאנדע מאשין.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:08 pm

Ok, back to my qustion then.
Think and Thank האט געשריבן:מקור אז דאס האט איר געקאסט מיליאנען שטימען?
(חוץ זי אליין)
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:23 pm

ווען מען זעט וויפיל האבן געקליקט און פארשפרייט ווייטער די נאנסענס בלבולים, איז זיכער אז עס האט איר געקאסט שטימען. וויפיל, נאו איידיע אויב בכלל דא א וועג צו וויסן. עס האט פארפעסטעט די לופט אנטקעגן איר,אבער עס איז שווער צו עס לייגן מיט נומערן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:25 pm

און עס איז געווען א חלק פון אנדערע פאקטארן, נישט די איינציגסטע סיבה גלייב איך.
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 27 געסט