האריקעין "מייקל" פרשת נח תשע"ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 5:31 pm

רעטונג און זוך גרופעס נישטערן נאך די ברוכווארג פון די מעקסיקא ביעטש און פאנאמא סיטי געגענטער נאך עטליכע צענדליגע פלארידאנער איינוואוינער וועלכע זענען דערווייל נישט אפירגעקומען זינט דעם האריקעין און עס הערשט א זארג איבער זייער שיקזאל.

דערווייל האלט די צאל באשטעטיגטע פאטאליטעטן ביי 18 אומגעקומענע, 9 אין פלארידע, 5 אין ווירזשיניע און נאך 3 אין זשארדזשיע און נארט קאראליינע. און ווי געזאגט איז די צאל ערווארטעט צו שטייגן ווען די זוך אפעראציע איז פאריבער.

אין די זעלבע צייט זענען טויזנטער ארבייטער איינגעשפאנט ארום דעם זייגער צו צוריקשטעלן די עלעקטעריציטעט און אנדערע קריטיש וויכטיגע איינריכטונגען, און צענדליגע טויזנטער היימען האבן נאכנישט צוריקבאקומען זייער עלעקטעריציטעט.

פרעזידענט טראמפ איז היינט אנגעקומען פאר א באזוך אין די באטראפענע געגענטער צו אבזערווירן די ארבייט פון די נאנט, דער גאווערנער ריק סקאט זאגט אז איבער 1,700 ארבייטער און וואלונטירן ארבייטן אין מעקסיקא ביעטש, און געזאגט אז עס וועט נעמען א לאנגע צייט פאר די געגענטער צו צוריקגיין צום רוטין.
jp

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 6:50 pm

eller האט געשריבן:געמיינט האב איך אז די פרעזידענט מיט די גאנצע פאמאליע וועט מאכן א מצב און ארויסברענגען זייער גרעסטע כוחות נאך די האריקען צו העלפן וואס דאס האט אויך געהאלפן אבאמא נאך סענדי.
און שוין אפגערעדט פון סקאט אבער די משוגעים זיצן מיט פארלייגטע הענט.
#שוטים

וואו זעהסטו אז זיי זיצן מיט פארלייגטע הענט?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:37 pm

ער מיינט צו זאגן אז די מידיע גיבט נישט א פערטל פון די קאוורידזש וואס זיי האבן געגעבן פאר סענדי, אויס חשש אז די רעגירונג וועט טון א גוטע ארבעט.
אויב איז עס שלאבעריש קען מען דאך עניטיים אנהייבן פארפירן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 9:42 am

דארט איז עס געווען אונזער צדיק קריסטי וואס האט צוגעשטעלט די קאווערידש פאר אבאמא.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 10:46 am

און ווער האט צוגעשטעלט די קאוורידזש פאר קריסטי?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 11:10 am

גראדע אביסל איבערגעטריבן, סענדי איז געווען לאקעל האסטו מער געהערט מידיע קאווערדש, דעמאלטס האט פלארידע געהערט א שמועה רחוקה.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 12:32 pm

דעי נאכט איז געווען געפערליכע ווינטן!!
כהאב געטראכט אפשר שיריים פונעם האריקעין

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 12:58 pm

קיין "געפערליכע" ווינטן איז נישט געווען
והא ראי', ס'איז קיין ביימער נישט געפאלן, לעקטער נישט אויסגעשאלטערט געווארן, און סוכות וואס זענען נאך נישט צונומען זענען נישט צאמגעפאלן
און זיכער איז נישט געפלויגן קיין דעכער אדער אנדערע שווערע אביעקטן

נישט יעדעס מאל וואס די ווינט שאקעלט די בוימער מיינט אז ס'איז שיריים פון א האריקעין
נאך דערצו אז זינט די האריקעין איז שוין דורכגעלאפן באלד א וואך, און ס'איז שוין א שיינע פאר טעג גענצליך אנטרינען פון די מאפע

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 2:23 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קיין "געפערליכע" ווינטן איז נישט געווען
והא ראי', ס'איז קיין ביימער נישט געפאלן, לעקטער נישט אויסגעשאלטערט געווארן, און סוכות וואס זענען נאך נישט צונומען זענען נישט צאמגעפאלן
און זיכער איז נישט געפלויגן קיין דעכער אדער אנדערע שווערע אביעקטן

נישט יעדעס מאל וואס די ווינט שאקעלט די בוימער מיינט אז ס'איז שיריים פון א האריקעין
נאך דערצו אז זינט די האריקעין איז שוין דורכגעלאפן באלד א וואך, און ס'איז שוין א שיינע פאר טעג גענצליך אנטרינען פון די מאפע

"געפערליכע ווינטן" מיינט ווען מיין הוט פליט אוועק און איך קענעס נישט דעריאגן...

און אויך אז ער האט נישט מיטגענומען די סוכה פון מיין פוילער שכן בענעזאם מיט מיין הוט....
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 1:12 pm

א מאן פון פלארידע, א אויבער חכם וואס האט נישט אויסגעפאלגט די עוועקואציע פארארדענונגען, איז געראטעוועט געווארן נאכן ווערן באמערקט דורך א פארבייפארענדע רעטונג׳ס העליקאפטער, זיי האבן אים אפגעפונען אונעם ים זיך אכאפנדיג מיט די לעצטע כוחות אויף א האלב איינגעזינקענעם שיפל!

ווי דער בעל המעשה דערציילט מאנטאג, האט ער די גאנצע צייט ׳בשום אופן׳ נישט געוואלט אויפגעבן, נאר ערליך געדאווענט און געבעטן דעם רחמיו על כל מעשיו ער זאל רחמניות האבן אויף אים, און צוגעזאגט געלט פאר כולל חצות, געזאגט אשרי פארקערט 90 מאל... אזוי האט ער געהאנגען גאנצע 20 שעה!

https://www.dropbox.com/s/7jdnzzb9ay4sy ... 0.mp4?dl=0
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 10:31 pm

ש'געווען קיין גארבידזש טראק אין די געגנט?...
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:33 am

The death toll from Hurricane Michael rose to 33 on Wednesday after officials confirmed seven more fatalities in Florida, USA Today reported.

Twenty-three of the reported deaths occurred in Florida, where the storm hit the hardest, while 10 others were reported across Georgia, Virginia and North Carolina.

The death toll is expected to rise as officials continue to search for more than 1,100 who are still unaccounted for, BBC reported.

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:26 pm

ווילסט מיר זאגן ס'פעילט 1100?

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג אוקטובער 19, 2018 1:28 pm

איך zugurnish נאיך ברענג דיר וואס עס איז געבראכט אין מידיא

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אפריל 22, 2019 11:06 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:האריקעין געלאנדעט ביי א שטארקייט פון 155 מייל א שעה
בלויז 2 מייל אונטער א קאטעגאריע 5 שטארקייט!

6 חדשים האט געדויערט פאר NOAA צו איינמעלדן פארן פאבליק אז "האריקעין מייקל" איז באמת יא געווען א קאטעגאריע 5 בשעת'ן מאכן לענדפאל מיט ווינטן פון 160 מייל א שעה.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג אפריל 23, 2019 12:10 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:האריקעין געלאנדעט ביי א שטארקייט פון 155 מייל א שעה
בלויז 2 מייל אונטער א קאטעגאריע 5 שטארקייט!

6 חדשים האט געדויערט פאר NOAA צו איינמעלדן פארן פאבליק אז "האריקעין מייקל" איז באמת יא געווען א קאטעגאריע 5 בשעת'ן מאכן לענדפאל מיט ווינטן פון 160 מייל א שעה.

Oh my
איר האט מיך דערשראקען
Sorry for my misspellings


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, איש האשכולות, זעקסער, חושב מחשבות..., פייערקרעקערס און 57 געסט