האריקעין "מייקל" פרשת נח תשע"ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

האריקעין "מייקל" פרשת נח תשע"ט

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:17 pm

איז אייער סוכה נאך נישט צונומען?
כאפט אריין אין די קומענדיגע פאר טעג!

טראפישע שטורעם MICHAEL האט זיך נארוואס פארמירט ביי די ברעגעס פון מעקסיקא
און איז ערווארטעט זיך צו פארשטערקערן אלס האריקעין אריינפארענדיג אינעם גאלף אוו מעקסיקא
און וועט מאכן לענדפאל ארום מיטוואך אין צפון מערב פלארידא

פון דארט וועט עס ווייטער ארויפפארן אין א צפון צו צפון מזרח ריכטונג
ברענגענדיג שווערע רעגן און ווינטן פאר דזשארדזשיע און פאר די קאראליינעס וואס האט זיך נאכנישט ערהוילט פון האריקעין פלארענס
און פון דארט ווייטער ארויף קיין ניו יארק און ניו דזשערזי ווי ס'קען ברענגן שווערע רעגן און ווינטן ארום פרייטאג-שבת

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

דער מהלך פונעם שטורעם

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:20 pm

image.png
image.png (267.89 KiB) געזעהן 2667 מאל
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:21 pm

ער איז געהעריג דא דער קנא. טענקס.

מאך נאר זיכער אויף קומענדע וואך מאנטאג נאכט 10:01 זאלן מיר קענען מאכן קידוש לבנה..
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:23 pm

אויף דעם בילד זעט אויס ווי נוי יארק וועט עס שמאל אויסמיידן
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:31 pm

עכט היימיש האט געשריבן:אויף דעם בילד זעט אויס ווי נוי יארק וועט עס שמאל אויסמיידן

ליין די שווארצע נאוט אויבן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:03 pm

צל עובר האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:אויף דעם בילד זעט אויס ווי נוי יארק וועט עס שמאל אויסמיידן

ליין די שווארצע נאוט אויבן.

עניוועי איז גאנץ ניו יארק סיטי אינערווייניג אינעם קאון. אפילו א חלק פון ראקלענד קאונטי איז אויפן רינדל פונעם קאון.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:06 pm

די בילד איז נישט מער ווי א איליסטראציע וואס די האריקעין סענטער האט געמאכט וואס טוישט זיך יעדע 3 שעה בערך

מיר קוקן אויף מאדלס, נישט אויף בילדער!
(דאס איז אויסערדעם וואס די בילד צייגט בלויז ווי די סענטער פונעם שטורעם וועט דורכלויפן)

ס'איז דא א מעגליכקייט אז ס'זאל זיין א קאטעגאריע 2 (דערווייל א שוואכע מעגליכקייט פאר א קאטעגאריע 3) בשעת'ן מאכן לענדפאל
און אזוי אויך איז מעגליך אז ניו יארק און ניו דזשערזי וועלן אויך באקומען ווינטן דערפון אויסער א שיינע פארציע רעגן

דאס איז נישט קיין סענדי אדער איירין, אבער די טריי סטעיט געגנט קען באקומען עפעס מער ווי א דורכשניטליכע רעגן

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:55 pm

מיט וויפיל מייל פער שטונדע ווינטן און בערך וויפיל אינטשעס רעגן ערווארטעט מען לע"ע אין נוי יארק והגלילות?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:01 pm

יעדע יאר רעגנט שבת פרשת נח! דוק ותשכח.

אויסער איין יאר פאר ארום צען יאר צוריק ווען ס'האט געשנייט אנשטאט דעם.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:08 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יעדע יאר רעגנט שבת פרשת נח! דוק ותשכח.

אויסער איין יאר פאר ארום צען יאר צוריק ווען ס'האט געשנייט אנשטאט דעם.

נישט יעדע יאר דוק ותשכח
(די יאר וואס ס'האט געשנייט איז געווען פאר 7 יאר צוריק)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:30 pm

תשע"ח איז שבת נח געפאלן אקטובער 21 למספרם - גארנישט גערעגענט
תשע"ז איז שבת נח געפאלן נאוועמבער 5 למספרם - גארנישט גערעגענט
תשע"ו איז שבת נח געפאלן אקטובער 17 למספרם - גארנישט גערעגענט
תשע"ה איז שבת נח געפאלן אקטובער 25 למספרם - גערעגענט 0.1 פון א אינטש
תשע"ד איז שבת נח געפאלן אקטובער 5 למספרם - גארנישט גערעגענט
תשע"ג איז שבת נח געפאלן אקטובער 20 למספרם - גארנישט גערעגענט
תשע"ב איז שבת נח געפאלן אקטובער 29 למספרם - ניו יארק סיטי געשנייט 3 אינטשעס און נאכדעם גערעגענט, אפסטעיט געפאלן הויכע שניי פון איבער א פיס
תשע"א איז שבת נח געפאלן אקטובער 9 למספרם - גארנישט גערעגענט
תש"ע איז שבת נח געפאלן אקטובער 24 למספרם - גערעגענט 1.81 אינטשעס
תשס"ט איז שבת נח געפאלן נאוועמבער 1 למספרם - גארנישט גערעגענט
תשס"ח איז שבת נח געפאלן אקטובער 13 למספרם - גארנישט גערעגענט
תשס"ז איז שבת נח געפאלן אקטובער 28 למספרם - גערעגענט 2.22 אינטשעס
תשס"ו איז שבת נח געפאלן נאוועמבער 5 למספרם - גארנישט גערעגענט
תשס"ה איז שבת נח געפאלן אקטובער 16 למספרם - גערעגענט 0.03 פון א אינטש

נו? יעדעס יאר שבת נח רעגענט?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:33 pm

די קאלאנדער ארבעט נישט, ווייל איך האלט שוין חשבון פאר 10 יאר זיכער. קען זיין דו קוקסט אויפן גויאישן דאטום וואס רעכנט פון חצות לילה, איך רעד דורכאויס דעם גאנצן שבת.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:38 pm

אסדר האט רעכט. איך געדענק עטליכע פון די לעצטיגע יארן האט גערעגנט (איך האלט נישט פונקטליך חשבון אבער בערך יא), כאטש איינמאל האט געדריזלט פאר אפאר מינוט סאו ס'איז מעגליך נישט אן רעקארד.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:43 pm

פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 8:10 pm

אסדר וואוינט און מאנדראו אין דער בלוי׳ער אין וועלאנסבורג.. ושלום על ישראל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 07, 2018 8:11 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אסדר וואוינט און מאנדראו אין דער בלוי׳ער אין וועלאנסבורג.. ושלום על ישראל

גאנץ גוט צוגעטראפן....

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » זונטאג אוקטובער 07, 2018 8:13 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אסדר וואוינט און מאנדראו אין דער בלוי׳ער אין וועלאנסבורג.. ושלום על ישראל

גאנץ גוט צוגעטראפן....

העי :roll:
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 8:20 pm

Think and Thank האט געשריבן:אסדר האט רעכט. איך געדענק עטליכע פון די לעצטיגע יארן האט גערעגנט (איך האלט נישט פונקטליך חשבון אבער בערך יא), כאטש איינמאל האט געדריזלט פאר אפאר מינוט סאו ס'איז מעגליך נישט אן רעקארד.

ואני הקטן האלט אויך חשבון
אויסערדעם איז היינט צוטאגס אלעס פונקטליך רעקארדירט

"פרשת" נח איז "רוב" יארן דא א גרויסע רעגן, אבער "שבת" נח לאו דוקא

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 07, 2018 8:23 pm

איך הער. קאן זיין, כאנישט צוגעלייגט אזויפיל קאפ דערצו.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 6:51 am

"מייקל" ווערט גאנץ שנעל ערוואקסן
ער האלט שוין ביי 70 מייל פער שטונדע וואס איז נאנט צו א קאטעגאריע 1 שטארקייט
ס'קוקט אויס מער און מער אז ס'וועט זיין א קאטעגאריע 3 ביים לאנדן אויף צפון מערב פלארידא.

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 8:09 am

https://www.nhc.noaa.gov/refresh/graphi ... e#contents

איז פארוואס האבן זיי געלייגט א s ווען שי שטורעם קומט אהן?
פריער האבן זיי געלייגט א H

הגם ביים ברעג לייגן זיי דעם קאלער פינק צו ווייזען אז עס איז דא א "האריקיין וואטש" דארטען

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:31 am

די S איז נישט ווען די שטורעם קומט אן
ס'איז שוין דעמאלס א גוטע 100 מייל אריין אין די יבשה אויב נישט מער

די לעצטע H וואס איז נאך היפש אינמיטן די גאלף אוו מעקסיקא וואסערן, איז ביי 110 מייל א שעה, וואס איז כמעט א קאטעגאריע 3

ווארשיינליך וועלן די NHC אפדעיטן צו א M ביי די קומענדיגע אדווייזעריס

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:47 am

זיי האבן טאקע געלייגט א M
( דו ארבעבטס אפשר אין NHC?)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:01 am

"מייקל" איז דזשאסט געאפגרעיד געווארן צו א קאטעגאריע 1 האריקעין

און ווי שוין געשריבן קען עס זיין א קאטעגאריע 3 ביים לענדפאל!

אבער ס'וועט נישט פאראורזאכן אזעלכע שווערע פארפלייצונגען ווי "פלארענס"
היות ס'וועט נישט בלייבן שטיין אויף איין פלאץ

דאס מאל וועט די עיקר שאדנס זיין פון ווינטן

בארבער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

תגובהדורך בארבער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:20 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די S איז נישט ווען די שטורעם קומט אן
ס'איז שוין דעמאלס א גוטע 100 מייל אריין אין די יבשה אויב נישט מער

די לעצטע H וואס איז נאך היפש אינמיטן די גאלף אוו מעקסיקא וואסערן, איז ביי 110 מייל א שעה, וואס איז כמעט א קאטעגאריע 3

ווארשיינליך וועלן די NHC אפדעיטן צו א M ביי די קומענדיגע אדווייזעריס


וואס מיינען די לעטטערס?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 20 געסט