20 טויטע אין עקסידענט אין אפסטעיט ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 3:01 pm

איצל פיצל האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:New York governor says limo in crash that killed 20 failed an inspection last month, was not supposed to be on the road - AP

און יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס ער איז אריבערגעפארן א סטאפ סיין, אין פארוואס אלע מענטשן דערינען זענען געשטארבן... די אינספעקשן איז נישט דורך גלאטיג.... מען קען שוין צומאכן די אינוועסטיגעישן..

אדרבה, עס לייגט צו צו די ליסטע פון זאכן וואס ברויכן א ביאור.
Innocent until proven Republican

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 3:01 pm

מונאוויטש האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ, דער בעה"ב פונעם לימאזין פירמע - א מוסלמענער - .


לאמיך פאנטעזירען, אפשר האט גאר דער מאסולמענער בעה"ב ארויסגעשיקט א לעמאזיען מיט מעבראעכענע ברעיקס, אדער נאך טיעפער, אפשר האט ער גאהר צעבראכען די ברעיקס צו ברענגען א מאסען טעראר אקציע?

#קאנספעראציע עלערט

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 3:02 pm

מונאוויטש האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ, דער בעה"ב פונעם לימאזין פירמע - א מוסלמענער - איז געוווען דער גאווערמענט אינפארמענט אין די דורכגעפאלענע 2009 טעראר אקציע אויף שולן אין די בראנקס. 4 איגנטליכע זענען דאן ארעסטירט געווארן.

Wow
ער האט איבערגעלעבט דעם קראך? אדער מיט געגאנגען מיט זיי קאסטעמער׳ס.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:38 pm

איך קען נישט פארשטיין!
דער לימאזין איז אריינגעפארן אין דיטש, אדער א קליינע ברוק עטוואס אראפציר פונעם ראוד און 'אלע 18' פאסאנדזשירן זענען געשטארבן אויפן פלאץ?
עס מאכט נישט קיין סענס, וואס פונקטליך האט זיי דערהרגעט? מען שוין געהערט אזוינס אז א קאר פארט אראפ פונעם ראוד, עס איז נישט אבער גורם מען זאל שטארבן, נאכדערצו גאנצע 'אכצען' מענטשן!

לויט ווי איך האב פארשטאנען זענען די פאסאנדזשירן נישט געווארן ejected און די גוף פונעם קאר זעט אויס גאנץ אינטאקט (חוץ ממש אין פראנט)
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:40 pm

מן הסתמא זענען זיי נישט געוועזן אראפגעבינדן + די פלעשער וכדו' אויף די טישלעך און אלעס ווערט א פליענדע וואפן + די ספיעד און די אימפאקט = ?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

צדקה קאסע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:45 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין!
דער לימאזין איז אריינגעפארן אין דיטש, אדער א קליינע ברוק עטוואס אראפציר פונעם ראוד און 'אלע 18' פאסאנדזשירן זענען געשטארבן אויפן פלאץ?
עס מאכט נישט קיין סענס, וואס פונקטליך האט זיי דערהרגעט? מען שוין געהערט אזוינס אז א קאר פארט אראפ פונעם ראוד, עס איז נישט אבער גורם מען זאל שטארבן, נאכדערצו גאנצע 'אכצען' מענטשן!

לויט ווי איך האב פארשטאנען זענען די פאסאנדזשירן נישט געווארן ejected און די גוף פונעם קאר זעט אויס גאנץ אינטאקט (חוץ ממש אין פראנט)

ס'האט אריינגעקראכט אין א פארקירטע SUV און דערנאך אריינגעפלויגן אינעם דיטש.
שטימט בעסער?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:56 pm

צדקה קאסע האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין!
דער לימאזין איז אריינגעפארן אין דיטש, אדער א קליינע ברוק עטוואס אראפציר פונעם ראוד און 'אלע 18' פאסאנדזשירן זענען געשטארבן אויפן פלאץ?
עס מאכט נישט קיין סענס, וואס פונקטליך האט זיי דערהרגעט? מען שוין געהערט אזוינס אז א קאר פארט אראפ פונעם ראוד, עס איז נישט אבער גורם מען זאל שטארבן, נאכדערצו גאנצע 'אכצען' מענטשן!

לויט ווי איך האב פארשטאנען זענען די פאסאנדזשירן נישט געווארן ejected און די גוף פונעם קאר זעט אויס גאנץ אינטאקט (חוץ ממש אין פראנט)

ס'האט אריינגעקראכט אין א פארקירטע SUV און דערנאך אריינגעפלויגן אינעם דיטש.
שטימט בעסער?


ער איז אריינגעפארן אינעם דיטש ווייל דארט האט ער געראללט נאכן עקסידענט. אבער די עיקר אימפאקט איז טאקע געווען די SUV.

איך קען עס נאכאלץ נישט באגרייפן. 18 מענטשן איז א גרויסע נומבער צו ווערן געהארגעט אין אן עקסידענט מיט אן SUV.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 6:09 pm

נעם אין באטראכט אז אין א לימא זיצט מען נישט ווי אין געווענליכע אויטא צו אין א באס, מ'זיצט אויף איין לאנגע באנק וואס לויפט ארום א טישל אינדערמיט (זעה דוגמא אין בילד), במילא ווען אזא מאשין קייקלט זיך אראפ א שיפע בארג ארויס פון קאנטראל דאן קענט איר זיך פארשטעלן וואספארא סצענע עס שפילט זיך אפ אינעווייניג ה"י
צוגעלייגטע
limo_in.jpg
limo_in.jpg (93.42 KiB) געזעהן 1245 מאל

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:09 am

ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו זאגט, אז דער לימוזין וואס האט פאראורזאכט דעם שרעקליכן עקסידענט אין אפסטעיט ניו יארק, פון וועלכע 20 זענען אומגעקומען, האט זיך נישט געטארט געפונען אויפ'ן שאסיי. קאומאו זאגט, אז דער לימוזין איז דורכגעפאלן א קאר אינספעקשאן בלויז א חודש צוריק, און לעגאל האט מען נישט געטארט דרייוון די קאר, אבער די קאמפאני "פרעסטיזש לימוזינס", האט איגנארירט די אינספעקשאן, און ערלויבט דעם קאר צו זיין אויפן ראוד. אויסער דעם, האט דער דרייווער נישט געהאט די נויטיגע לייסענס, צו מעגן דרייוון דעם לימוזין – און אלס רעזולטאט פונעם עקסידענט, האט מען געעפנט א ברייטע אויספארשונג אויף דער דערמאנטער פירמע.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:42 am

עס חידוש'ט מיך אז מען זאגט אויס דעם נאמען פון א אינפארמאנט, מען האט נישט מורא פאר נקמה?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:51 am

קען זיין א דאס איז גאר די [זעלסטמארד] נקמה, ווער ווייסט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6998
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:48 pm

דער פירער פון די לימוזין קאמפאני, א זוהן פונעם אייגנטומער, איז געווארן ארעסטירט.
וואו איז דָוִי?

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:05 am

מיסטעריעז האט געשריבן:דער פירער פון די לימוזין קאמפאני, א זוהן פונעם אייגנטומער, איז געווארן ארעסטירט.

11nycrash-2-print-sub-videoLarge-v3.jpg
11nycrash-2-print-sub-videoLarge-v3.jpg (40.41 KiB) געזעהן 602 מאל

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:10 am

דער אייגענטומער זעלבסט, געפונט זיך אצינד אין 'פאקיסטאן', אויב האט ער שכל, בלייבט ער דארט...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:15 am

farshlufen האט געשריבן:געוויס, אויב די ברעיקס האבן נישט געטויגט אדער אנדערע סעיפטיעס שטימט אלעס.

גוט צוגעטראפן, די ברעיקס סיסטעם איז געווען איינס פון די אישו'ס פארוואס די אינספעקשן איז נישט געווארן עפפראוו'ד.


Inspection records reviewed by ABC News show that the vehicle received a violation for "ABS malfunction indicators for hydraulic brake system." State transportation officials declined to immediately elaborate.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:38 am

abs Malfunction איז געווענליך א סענסאר אישו, א גאגנבארע פראבלעם אויף אזא אלטע קאר [2001] , ס'מיינט נאך נישט אז די ברעיקס ארבייטן אינגאנצן נישט.

וואס מיר וואונדערט נאר אויף די אלע קאסטעמייזד וויהיקלס אין דזשענעראל, אויב די ענדזשין, טרענסמישאן און ברעיקס זענען דיזייענט פאר א קאר האלב די וואג אדער נאך ווינציגער, דאן ווי אזוי דארפן זיי ארבייטן ווי געהעריג אויף אזא אויסגעצויגענע וועגעלע?

ס'איז ווי נעמען א מיני און שלעפן דערמיט א טרעילאר.

ווידעראום אויב לייגסטו א מאדיפיצירטע ווערסיע לייגסטו צו וואג וחוזר חלילה.

די זעלבע מיט אנדערע סעיפטיעס עיר בעגס קוירטעין עיר בעגס וכו' ועוד, איבערהויפט אז זיי זענען גאר ווייט צוריגעשטאנען לויט די היינטיגע נארם אין סעיפטי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 4:08 pm

די לימאוס ווערן טאקע געשניטן אבער רוב מאל ווען מען באשטעלט דאס וועט מען באשטעלן דעם אריגינעלן קאר מיט א גרעסערע, העווי דוטי קאמבאנעישאן. א שטייגער ווי די סויבוירבעןס קען מען באקומען א 2500 מיט א 8.1 ליטער ענזשין וואס איז היבש גרעסער ווי די רעגולער 1500 און א 5.2 ענזשין. די זעלבע איז מיט די טראנסמישען און איבעריגע פונעם דרייוו טרעין, עס איז שייך א גרעסערע העוויערע פעקעדזש. און דאס לייגט מען אריין אינעם אויטא ווען מען באשטעלט דאס אז מען גייט דאס מאכן פאר א לימאו.

דאס איז געזאגט געווארן כלפי דעם דרייווינג חלק דערפון. די איבעריגע ביסטו הייליג גערעכט, און דאס וואס כ'אב תיכף געזאגט אז עס'ז טאקע דא א היבשע גרודער זייט א פאריגע עקסידענט אז די לימאוס האבן קיין שום איבערזוכט אויף סעיפטי פיטשערס, קיינע סייד עירבעגס און קיינע עמערדזשענסי עקזיטס, וכו' וכו'. זיי זענען אפילו נישט זיכער אויב עס מוז האבן סיעט בעלטס אויף די זייטיגע בענק.. עס'ז אן עכטער עולם התוהו אין די לימאו וועלט. און וואס איז נאך מער מאדנע איז אז דאס איזשוין דא אין אמעריקא וואס האט זייערשטרענגע פאליסיס ווען עס קומט צו די אויטא אינדאסטרי.

בנוגע דעם אינספעקשאן פעליור, עס ווענד זיך אין וואספארא סארט אינספעקשאן עס האט באקומען, א רעגולער קאר אינספעקשאן ביי א מעכאניקער, אדער א שטרענגע פובליק סעיפטי אינספעקשאן וואס דאס ווערט געטאהן דורך אן אינספעקטאר וואס ווערט געשיקט פון די סטעיט דעפט אוו טראנספארטעישאן, מער באקאנט אלס DOT אינספעקשאן. ביי איטליכער פאל קען מען דאך נעמען דעם אינספעקטאר אויפן צימבל און זאל דערציילן וואס דער וויהיקל האט באקומען, אן אוט אוו סערוויס סטיקער אדער סתם קודם געפעילד און פארראכטן. הגם זיי שרייען "די קאר וואלט נישט געברויכט זיין אויפן ראוד" (דאס קאן זיין א רעקאמאנדאציע, ס'וואלט נישט געברויכט געשען אויך נישט..) און אז "די קאר איז געווען געשטעלט אוט אוו סערוויס" (אבער פארראכטן און צוריקגעשטעלט, וואס דאס זאגן זיי נישט), מוז נאך אלס נישט באדייטן אז דער קאר האט געהאט דעם "אוט אוו סערוויס" סטיקער. וואס ווען דאן וואלט די שפראך געווען אנדערש.

די ראוד קאנדישאן דארט איז אויך שולדיג צום עקסידענט ווען עס קומט אראפ א שווערע בארג, און איז שוין אנאלטער דעינזשער זאון. דער טאון סופערווייזאר האט טאקע קאמפלעינט אויפן סצענע אז וויפיל ביטעס צו די סטעיט דאס צו פארריכטן איז עס געפאלן אויף טויבע אויערן. דער אדוואקאט פאר די לימאו פירמע האט דאס אויך ארויסגעברענגט אז מען האט "גע'דזשאמפ'ט דעם גאן" פאר זייער קלייענט און געכאפט און ארעסטירט אנשטאט ענדיגן דעם גאנצן אינוועסטיגעשאן, ווייל זיי ווילן אראפנעמען דעם טייל פון די שולד פון זייער קאפ.

עס גיבט נאכנישט קיין אויסרייד פארוואס דער דרייווער האט נישט געהאט קיין CDL וואס ווערט פארלאנגט צו מעגן דרייווען מער ווי 14 פאסאנזשירן.
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלי' מקוה יוד, בשבילי נברא, חלה, יש ברירה און 39 געסט