חלה לכבוד שבת האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:.
סאוט פאלסבורג - ווי באקאנט איז פארהאן אסאך אידן וועלכע פארמאגן ווינטערייזד הייזער אין די מאונטעינס נישט נאר זומערדיגע באנגעלאוס, אזוי אז במשך די יאר קען מען פארן אויף שבתים א.א.וו. אצינד האט די ביהמ"ד אין אלפיין עיקערס געמאלדן אז צום ערשטן מאל וועט היי יאר אויך פארקומען די תפילות ראש השנה אין די קאנטרי דורך פראמינענטע בעלי תפילות און חזנים.
דאס איז א געבענטשטע טריט אין די ריכטונג פון פאראידישן די ריזיגע שטחים אין די קעטסקילס במשך'ן יאר, ווי עס יאווען זיך טאקע מער און מער יישובים איבערן גאנצן קיילעכיגן יאר, וואס מען האפט אז ס'וועט זיין א פרישע טריט אינעם לאנג-געזוכטן לעזונג איבער די דירות קריזיס און הימל-שרייענדע פרייזן אין די גרויסע שטעט.
From JD MEDIA
ליגט מיר אין קאפ אז דארטן פלעגט זיין געווענליך א מנין ימים נוראים, קען זיין אפשר נאר אויף א קליינעם פארנעם.