בלאט 1 פון 13

האריקעין 'פלארענס' - בין כסה לעשור תשע"ט

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:09 pm
דורך אסדר לסעודתא
לויט ווי אונזער וועטער קארעספאדענט פון די נעשנעל ק.נ.א. וועטער ביורא ווארנט קען אנקלאפן א מאכטפולער האריקען אין די קומענדיגע וואך.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:09 pm
דורך אסדר לסעודתא
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אפדעיט:
יורא מאדל - דירעקטע לענדפאל אויף נארט קאראליינע קומענדיגן דאנערשטאג פארמיטאג-מיטאג אלס מעידזשער האריקעין
אנדערע געגענטער פון נארט קאראליינע ביז דרום ניו דזשערזי קענען אויך שטארק ליידן דערפון אבער ניו יארק סיטי מיידט אויס די ערגסטע

קענעדיען מאדל - דירעקטע לענדפאל אויף נארט קאראליינע קומענדיגן דאנערשטאג נאכמיטאג/פארנאכטס אלס מעידזשער האריקעין
דרום ניו דזשערזי קענען אויך א משהו ליידן דערפון, אבער ניו יארק סיטי ווערט גענצליך אפגעשוינט

GFS מאדל פון היינט אינמיטן טאג - דירעקטע לענדפאל אויף סענטראל לאנג איילענד קומענדיגן דאנערשטאג נאכמיטאג אלס מעידזשער האריקעין, ניו יארק סיטי ווערט אויך גאר שטארק באטראפן, די האדסאן וואלי ראיאן נישט אזוי געפערליך, די קעסטקילס נאר א משהו.
די מזרח ברעג פון ניו דזשערזי ווערט אויך גאר שטארק באטראפן.

GFS מאדל פון היינט פארנאכטס - די האריקעין קומט נאנט צו די קאוסט, אבער חוץ הויכע כוואליעס ביי די בארטענעס וועט מען בכלל נישט וויסן אז א גרויזאמער האריקעין מאכט הקפות און דרייט זיך ארויף און אראפ די מיד אטלאנטיק קאוסט פאר עטליכע טעג אין א רייע ביז ס'ווערט ענדליך אנטרינען צוריק טיפער אריין אין ים.

די שאנסן אז די האריקעין וועט באטרעפן די איסט קאוסט איז היינט העכער ווי נעכטן... לאמיר האפן אז דאס וועט זיך נאך יא אוועקדרייען, אבער דערווייל קוקט אויס מער און מער אז דאס איז א שטורעם וואס וועט מאכן העדליין נייעס אין די קומענדיגע 7 ביז 10 טעג.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:40 pm
דורך מקווה איד
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט ווי אונזער וועטער קארעספאדענט פון די נעשנעל ק.נ.א. וועטער ביורא ווארנט קען אנקלאפן א מאכטפולער האריקען אין די קומענדיגע וואך.

וועלעכע געגענטער?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:41 pm
דורך עכט היימיש
איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז די טשאנסן זענען יעצט העכער אז א מאכטפולע שטורעם זאל אומפעקטן די היימישע געגענטער. לויט די צוויי קראנטסטע מאדאלן, יוראו און קענעדיען וועט נוי יארק מערסטענס אפגעשוינט ווערן

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:51 pm
דורך zugurnish
מקווה איד האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט ווי אונזער וועטער קארעספאדענט פון די נעשנעל ק.נ.א. וועטער ביורא ווארנט קען אנקלאפן א מאכטפולער האריקען אין די קומענדיגע וואך.

וועלעכע געגענטער?

ק.נ.א שרייבט לויט צוויי מאדלס איז עס נארט קארעליינא
און לויט איין מאדאל איז דאס לאנג איילענד

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:00 pm
דורך יאקאן דינעלי
עכט היימיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז די טשאנסן זענען יעצט העכער אז א מאכטפולע שטורעם זאל אומפעקטן די היימישע געגענטער. לויט די צוויי קראנטסטע מאדאלן, יוראו און קענעדיען וועט נוי יארק מערסטענס אפגעשוינט ווערן

ער ווייסט וואס רעדט, ווארט מיט שפאנונג, ער האט שוין אינעם עבר באוויזן וואונדער....

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:33 pm
דורך נו גוט נו שוין
זיי קענען זאגן וואס זיי ווילן, איבעראיאר העמער זען וואס טוט זיך.
די מאקסימום פאראויסשאץ איז געווענדליך נישט מיר ווי א צוויי דריי וואכן דאכטצעך, נו מרעדט דאך דא פון איבעראיארן?! נו וואס האבן זיי אריינצורעדן??

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:50 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
עכט היימיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז די טשאנסן זענען יעצט העכער אז א מאכטפולע שטורעם זאל אומפעקטן די היימישע געגענטער. לויט די צוויי קראנטסטע מאדאלן, יוראו און קענעדיען וועט נוי יארק מערסטענס אפגעשוינט ווערן

שתי תשובות בדבר:
חדא איך האב "נישט" געשריבן "די היימישע געגענטער"
איך האב געשריבן "די איסט קאוסט"!
אין אידיש מיינט עס "די מזרח ברעג" פון אמעריקא.

השנית, א קאמפיוטער מאדל איז "נישט" קיין פארקעסט!
יא איר ליינט גוט, ס'איז נישט קיין פארקעסט
ס'איז בלויז "טולס" פאר פארקעסטער'ס צו פארקעסטן די וועטער

די זעלבע יורא מאדל וואס ווייזט יעצט נארט קאראליינע, האט אין די לעצטע פאר טעג שוין אויך געוויזן סאוט קאראליינע, און דזשארדזשיע. און מארגן וועט עס ווייזן א דריטע סטעיט און איבערמארגן א פערטע סטעיט... דאס וואס א מאדל ווייזט יעצט, איז נישט קיין פארקעסט, ס'איז בלויז טולס פאר פארקעסטער'ס.

אויב אזוי וועט איר פרעגן וואס טויגן די מאדלס?
די תירוץ איז, איה"נ פארן המון עם איז עס סתם א קאפ דרייעניש. אבער וועטער עקספערטן נוצן די דעטא פון די מאדלס אלס טולס פארצושאצן די וועטער, און לויט וויאזוי דער בוכ"ע האט אונז באשאנקען די חושים צו נוצן די דאזיגע טולס קוקט אויס שטארק מעגליך אז די דאזיגע שטורעם איז עפעס וואס מ'דארף ערנסט נאכפאלגן, און זיין גרייט אז די דאזיגע שטורעם וועט טיילווייז אימפעקטן אדער גאר מאכן א דירעקטע לענדפאל ערגעץ וואו אין די איסט קאוסט.
נאכאמאל! ס'איז דערווייל נישט קיין פארקעסט, ס'איז נאר די הכנה צו א פארקעסט וואס דערווייל קוקט עס אויס מער און מער ווי ס'גייט אין דעם ריכטונג.
און ווען איך זאג איסט קאוסט מוז עס נישט מיינען דווקא די היימישע וויליאמסבורג בארא פארק, ס'קען אויך מיינען די קאראליינעס, ס'קען מיינען מערילענד, ס'קען מיינען דעלעווער, און ס'קען פערצופאל אויך מיינען ניו דזשערזי אדער ניו יארק, אבער איסט קאוסט איז לאו דוקא די היימישע טאפ ווי מיר וואוינען.

איי וועט איר פרעגן פארוואס דארף א האריקעין אין נארט קאראליינע אדער מערילענד באזארגן דעם היימישן איד פון וומ"ס?
די תשובה איז, ווייל אפילו אויב ס'וועט אנפאלן אויף די קאראליינעס מוז נישט זיין אז ניו יארק וועט בלייבן אומבארירט, ס'קען שטארק מעגליך זיין אז ס'וועט זיך יא היפש שפירן דאהי מיט שווערע רעגן און שטארקע ווינטן, און אפילו אויב נישט ניו יארק, קען זיין אז די היימישע לעיקוואד געגנט פון ניו דזשערזי יא.

תמצית הדברים: אזוי ווי ס'זעהט אויס מער און מער [אין מיינע אויגן] אז ס'גייט אין א ריכטונג וואס קען שטערן די פארנומענע לעבנס שטייגער אין די איצטיגע פארנומענע ימים טובים טעג, דעריבער איז ראטזאם זיך פארצוברייטן און מאכן פלענער על כל האריקעין שלא תבא, ווייל בעסער צו זיין סעיוו ווי סארי והחכם עיניו בראשו, ס'איז אבער נישט קיין אפיציעלע פארקעסט, און ס'איז דערווייל בכלל נישט קיין זיכערע זאך אז די האריקעין וועט בכלל אנקומען דאהי.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:52 pm
דורך פערדס מיניסטער
שכח פאר די קלארע בליק

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:08 pm
דורך אסדר לסעודתא
יאקאן דינעלי האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז די טשאנסן זענען יעצט העכער אז א מאכטפולע שטורעם זאל אומפעקטן די היימישע געגענטער. לויט די צוויי קראנטסטע מאדאלן, יוראו און קענעדיען וועט נוי יארק מערסטענס אפגעשוינט ווערן

ער ווייסט וואס רעדט, ווארט מיט שפאנונג, ער האט שוין אינעם עבר באוויזן וואונדער....

ס'איז אמת אז ער ווייסט אבער כ'האף אז די וואונדער וועלן זיך נישט אפשפילן אויף מיינע ביינער....

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:11 pm
דורך Goodmorning
האט אינזין ראש השנה עס זאל נישט מאכן עגמת נפש פאר קיין איד. די סוכות און פרויען מיט זייער אנגעסטאקטע פריזערס

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:19 am
דורך קרייסלער
דענק מיר נאך די האריקעין שלש עשרה מידות אין די סוף נ יארן
מהאט געזאגט תשליך אויף לי עוו. און סוכות זענען געפלויגן

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:26 am
דורך אסדר לסעודתא
פלארענס איז יעצט שוין מער נישט קיין האריקעין נאר א טראפישער שטורעם, נאכן דורכפארן קילע וואסערן. עס וועט אבער צוריק פארשטארקערט ווען בקרוב, אנקומענדיג צו די ווארימערע וואסערן.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 9:14 am
דורך בעריש'ל
Ventusky.com שיקט אים קיין נארט קאראליינע קומענדיגע דאנערשטאג מיט א מעכטיגע זעץ, רח״ל.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:30 am
דורך עכט היימיש
ווען קומט ארויס די פרישע טעגליגע מאדאלן?
קוקט מיר אויס אז מיר וועלן מיזן אויסווארטן ביז מוצאי ראש השנה תשע"ט צו הערן צו איינער שטטיט אינטער אינזער טיר, אדער אז עס קומט נישט גארנישט

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:41 am
דורך אסדר לסעודתא
פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:47 am
דורך עכט היימיש
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

האריקען איירין?
איך מיין ביזט דיר תועה, האריקען איירין האט געקאסט די לעבן פון אפאר אידן און האט מאכטפול אומפעקט די נארט איסט ראיאן

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:00 am
דורך אסדר לסעודתא
עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

האריקען איירין?
איך מיין ביזט דיר תועה, האריקען איירין האט געקאסט די לעבן פון אפאר אידן און האט מאכטפול אומפעקט די נארט איסט ראיאן

ס'איז אנגעקומען א פערטל די שטארקייט פון וואס מ'האט זיך געראכטן. די רגע ס'איז אנגעקומען קיין ניו יארק איז מען געוואויר געווארן ווי שטארק מ'האט איבערגעטריבן...

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:31 am
דורך מונאוויטש
שכויח ק.נ.א. פאר די באריכטן!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:00 pm
דורך ר' יום טוב
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

האריקען איירין?
איך מיין ביזט דיר תועה, האריקען איירין האט געקאסט די לעבן פון אפאר אידן און האט מאכטפול אומפעקט די נארט איסט ראיאן

ס'איז אנגעקומען א פערטל די שטארקייט פון וואס מ'האט זיך געראכטן. די רגע ס'איז אנגעקומען קיין ניו יארק איז מען געוואויר געווארן ווי שטארק מ'האט איבערגעטריבן...

לא קשיא הא באפסטעיט והא בסיטי. איירין איז געווען פיל שטארקער אין קר"י מאנסי אומגעגנט.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:58 pm
דורך אסדר לסעודתא
ר' יום טוב האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פארוואס ראש השנה? ביזן לעצטן מינוט קען מען נישט וויסן. ועע''ע האריקעין איירין וואס מיר ווארטן נאך דערויף....

האריקען איירין?
איך מיין ביזט דיר תועה, האריקען איירין האט געקאסט די לעבן פון אפאר אידן און האט מאכטפול אומפעקט די נארט איסט ראיאן

ס'איז אנגעקומען א פערטל די שטארקייט פון וואס מ'האט זיך געראכטן. די רגע ס'איז אנגעקומען קיין ניו יארק איז מען געוואויר געווארן ווי שטארק מ'האט איבערגעטריבן...

לא קשיא הא באפסטעיט והא בסיטי. איירין איז געווען פיל שטארקער אין קר"י מאנסי אומגעגנט.

אמת, אין אפסטעיט האט געדארפט זיין שוואכער ווי אין שטאט, אין שטאט איז נישט אנגעקומען די עיקר וואס האט געדארפט אנקומען.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:16 pm
דורך blue moon
קרייסלער האט געשריבן:דענק מיר נאך די האריקעין שלש עשרה מידות אין די סוף נ יארן
מהאט געזאגט תשליך אויף לי עוו. און סוכות זענען געפלויגן


דאכט זיך אז עס איז געווען תש"ס. זעמער פונקט געווען אויפן וועג אהיים פונעם קאשויער רב זצ"ל. נאכען פראווענען סליחות, שלש עשרה מידות, גאנץ תהילים און תשליך. אַ גרויסער שטיין האט זיך אראפגעריסען פון דעם בעירן מאונטען-סיקס. פונקט אין מיין ווינדשילד אריין.
מיר האבען עס ב"ה איבערגעלעבט.
( עס איז געווען דריי פיר יאר פאר די קולמע עפאכע. דרעזדנער האט מיך נישט געריפען פאר אַ אינטעוויא).

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 3:34 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די שלש עשרה מדות האריקעין - האריקעין פלאד - איז געווען אנהייב תש"ס

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 4:31 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
די לעצטערע טרעקס פון א רייע ספעציעלע האריקעין מאדלס
06L_tracks_18z.png
06L_tracks_18z.png (132.55 KiB) געזעהן 3148 מאל


'פלארענס' איז ערווארטעט זיך צוריק צו פארשטארקערן אלס א מאכטפולע האריקעין אין די קומענדיגע טעג
ווי שטארק וועט עס זיין?
די סקעיל פון א מערהייט פון די ספעציעלע האריקעין מאדלס ווייזט אז ס'קען זיין א קאטעגאריע 3 אדער 4
און ס'עקזיסטירט אפילו די מעגליכקייט פאר א קאטעגאריע 5

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 4:45 pm
דורך אסדר לסעודתא
פאר די וואס ווייסן נישט, א קאטעגאריע 4 מיינט, אז נישט נאר סוכות וועלן פליען, נאר אויך הייזער. איך וויל ניטאמאל רעדן פון א קאטעגאריע 5.... דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין.