האריקעין 'פלארענס' - בין כסה לעשור תשע"ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:49 pm

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך אין נארט קאראליינע, צו באטראכטן די שאדנס פון האריקעין פלארענס.

טראמפ האט באזוכט אין ניו בערן, נארט קאראליינע, וואו ער האט זיך געטראפן מיט ערשטע הילף ארבעטער און וואלונטירן, און זיך באדאנקט פאר זייער ארבעט. ער האט באזונדער ארומשפאצירט אין עטליכע געגנטער וואס זענען שטארק אפעקטירט געווארן, און געזען די שאדנס פונדערנאענט.

מען האט נעכטן אויך געהערט אז די צאל טויטפעלער איז געשטיגן צו 37, און אויטאריטעטן זאגן אז דער ציפער קען נאך שטייגן אין די קומענדיגע טעג, אבער אין דער זעלבער צייט זענען סערוויסעס שוין אנגעהויבן צוריקצוקומען אין קראפט, אריינגערעכנט עמטרעק באנען און פערי סערוויס, אין נארט קאראליינע.
unnamed.jpg
טראמפ אין נארט קאראליינע
unnamed.jpg (84.33 KiB) געזעהן 589 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט