אבזערוואציעס אין פאליטיק, קאמיש און אייגנארטיג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג אוקטובער 28, 2018 6:25 pm

א קלאסישער טשאדעלע, טאמבס אפ!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג אוקטובער 28, 2018 9:34 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א קלאסישער טשאדעלע, טאמבס אפ!

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 9:47 pm

יעצט ווען מען שטיט ווידער פאר באשטעטיגן חלקים פונעם בודזשעט, הערט מען ווידער טראמפ רעדן פון א שאן דאון איבער גרעניץ וואנט פינאצירונג, עס זעהט מיר אויס ווי א גוטע טריק פון טראמפ זייט ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, ער ווייסט זייער גוט אז ער וועט עכטע געלט נישט באקומען אין וואשינגטאן צו פינאנצירן עפעס וואס זעהט נישט אויס אזוי דרינגענד און איז נישט אזוי פאליטיקלי קארעקט, אבער ער האלט דאס אין איין ארויף ברענגען בעיקר בעפאר בודזשעט אפשימונגען, אזוי וועט ער באקומען פון די דעמאקראטן אלעס אנדערש וואס ער וויל, ווילאנג זיי געבן נישט נאך זיין -כאילו- פארלאנג פאר די וואנט...

#ארט_אוו_טעה_דיעל

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 30, 2019 8:09 pm

ביי די פריערדיגע קאלד בלעסט פון פאריגע וואך, האבן מאנכע געשריבן אין די קנ"א וועטער ביורא אשכול, אז די רוסן האבן געהעקט אונזער וועטער סיסטעם.

סוי קלער איך צו גיין א טריט ווייטער, אז עס קאן גאר זיין אז עס איז דא קאלוזשן צווישן טראמפ און רוסלאנד צו העקן די וועטער. אזוי קען נאכדעם טראמפ קאמפיינען אז גלאובעל ווארמינג איז א האוקס, און מען קען טאקע זעהן אז די עכטע סיבירער פרעסטן איז אין די קריטישע מידוועסט עלעקטארעל רייכע סווינג מידוועסט שטאטן, צו העלפן טראמפ די מאקסימום.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 8:27 pm

בעסער זיי שטיל, ווייל אינעם היינטיגן עפאכע קען אזאנע קאנספעראציע׳ס פירן צו א פאקטישע אינוועסטיגעשן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:22 pm

אבער פארוואס איז שיקאגא קאלט,ער פלאנט עס נישט צי געווינען.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:40 pm

א געדאנק אויף וועלכע איר מעגט מחולק זיין אבער אזוי קלער איך

פיל מאל פרובירן מענטשן צו אינוועסטירן ענערגיע און ארבעט מיטן ציהל צו פארמיידן צוקונפטיגע פראבלעמען
טייל מאל ארבעט זיך עס אויס און אנדערע פעלער נישט ממש
אט קענען מיר זיך לערנען אז אין געוויסע פעלער וועט די שטארקע זהירות גאר ערגער מאכן די פראבלעמען און ווי מיר שעהן שוין אין חובת הלבבות ווי מען דארף נזהר זיין פון צופיל זהירות

וואס איז דער ענין?
אין וואשינגטאן -די שטאט פון גרידלאק- האט מען זיך אלץ געמוטשעט אריבערצופירן בודזשעטן אז די רעגירונג זאל קענען פונקציאנירן געהעריג
נאך שארפע רייבערייען אין די לעצטערע יארן און נאך א סעריע שאטדאונס האבן זיך די סענאט פירער מעקאנעל און שומער פארשטענדיגט אז גענוג איז גענוג און אז מען וועט זיך אויסשלאגן ביי געווענליכע פאליסי בילס אבער צורוה לאזן די בודזשעט פראצעדור און מען האט באמת אריינגעלייגט שטארקע כוחות צו באשטעטיגן באצייטנס די בודזשעטן
אינעם איצטיגן למספרם יאר האט מען אויך אנגעהאלטן די זעלבע אטמאספערע און צוביסלעך באשטעטיגט טייל נאך טייל מן הקל אל החמור
די הויפט ציהל איז געווען אז אפילו דאסמאל הויערט א געפאר א ז טראמפ וועט נישט אונטערשרייבן א פאנדינג ביל אן געלט פאר א וואנט וועט אבער די גרעסטע טייל פון די רעגירונג זיין פינאנצירט און די גאנצע געראנגל וועט זיין איבער א רעלאטיוו קליינע טייל פון די רעגירונג

אבער וואשינגטאן טראכט און די רעגירונג קראכט, מען איז קוים ארויס פון די לענגסטע שאטדאון אין היסטאריע און ווי אלע ווייזן אן איז עס געווען בלויז א טיילווייזע שאטדאון
ווייניג באמערקן אז דא ליגט גאר די הונט באגראבן, זאל ווען די גאנצע בודזשעט ווארטן אויף די שלאכט וואלט די דרוק צו ענדיגן דעם שאטדאון געווען פיל שטארקער און פיל פריער
טאקע ווייל מען האט זיך " אזוי באווארנט" זיך אויסצוהיטן פון א פולע שאטדאון האט מען זוכה געווען צו די לענגסטע שאטדאון אין היסטאריע

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:09 pm

מען דעבאטירט העפטיג א ביל צו פארשטארקערן גרעניץ זיכערהייט און דערווייל זעהט מען נאכנישט אויב די געשפרעכן וועלן ערגעץ פירן

לאמיר אבער שפעקולירן על צד אז טראמפ וועט עווענטועל באקומען עפעס וואנט אדער אפילו די גאנצע 5.7
איז קודם האט ער מיט וואס שבת צו מאכן אבער ווי אזוי וועט עס דעקן די גאנצע וואנט?!
איצט קענסטו מסביר'ן אז פאר פאליטישע קאפיטאל איז אים גענוג אנצוהויבן און צייגן בילדער פון א וואנט
איך הער, אבער מאן יימר אז די פלאן איז נישט ווי פאלגנד:
פרוביר אויב מעגליך ארויסצוקוועטשן וויפיל מען קען פון קאנגרעס אז די התחלה זאל זיין פארזיכערט און תיכף נאכן אונטערשרייבן דעם ביל דערקלערן מיט א שמייכל אז די געלט איז זעלבסטפארשטענדליך טאשן געלט פאר אזא קאסטבארע פראיעקט און דעריבער ווערט א נאציאנאלע קריזיס דערקלערט און די נויטיגע פאנדן ווערן ארומגערוקט צו דעקן די גאנצע וואנט
איצט קען טאקע זיין אז אין ליכט פון די קאנגרעס געלטער וועט די קאורט האבן נאך אן אויסרייד ארומצושלעפן מיטן קעיס אבער ביז ווען מען וועט זיך נויטיגן אין די געלט קען שוין די קעיס זיין אויסגעקלארט און מעגליך דערקלערט אויסגעהאלטן עס צו נוצן

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:44 pm

א נייער האט געשריבן:אבער פארוואס איז שיקאגא קאלט,ער פלאנט עס נישט צי געווינען.

סתם.. אנצולערנען זיינע שונאים...
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:50 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:אבער פארוואס איז שיקאגא קאלט,ער פלאנט עס נישט צי געווינען.

סתם.. אנצולערנען זיינע שונאים...

כ'וועל דיר אויסהאקן אלע צאן, איינס איבערלאזן פאר צאן ווייטאג

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 6:05 pm

הכל הבל האט געשריבן:מען דעבאטירט העפטיג א ביל צו פארשטארקערן גרעניץ זיכערהייט און דערווייל זעהט מען נאכנישט אויב די געשפרעכן וועלן ערגעץ פירן

לאמיר אבער שפעקולירן על צד אז טראמפ וועט עווענטועל באקומען עפעס וואנט אדער אפילו די גאנצע 5.7
איז קודם האט ער מיט וואס שבת צו מאכן אבער ווי אזוי וועט עס דעקן די גאנצע וואנט?!
איצט קענסטו מסביר'ן אז פאר פאליטישע קאפיטאל איז אים גענוג אנצוהויבן און צייגן בילדער פון א וואנט
איך הער, אבער מאן יימר אז די פלאן איז נישט ווי פאלגנד:
פרוביר אויב מעגליך ארויסצוקוועטשן וויפיל מען קען פון קאנגרעס אז די התחלה זאל זיין פארזיכערט און תיכף נאכן אונטערשרייבן דעם ביל דערקלערן מיט א שמייכל אז די געלט איז זעלבסטפארשטענדליך טאשן געלט פאר אזא קאסטבארע פראיעקט און דעריבער ווערט א נאציאנאלע קריזיס דערקלערט און די נויטיגע פאנדן ווערן ארומגערוקט צו דעקן די גאנצע וואנט
איצט קען טאקע זיין אז אין ליכט פון די קאנגרעס געלטער וועט די קאורט האבן נאך אן אויסרייד ארומצושלעפן מיטן קעיס אבער ביז ווען מען וועט זיך נויטיגן אין די געלט קען שוין די קעיס זיין אויסגעקלארט און מעגליך דערקלערט אויסגעהאלטן עס צו נוצן

אויב אזוי פארוואס קען ער נישט שוין דערקלערן א נאציאנאלע עמערדזשענסי אהן באקומען די ערשטע 5 פון קאנגרעס און דעקן די גאנצע וואנט?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 6:08 pm

פעיק נוז האט געשריבן:

ווייל יענץ קען דאך זיך פארשלעפן/בלייבן שטעקן אין די געריכטן

ער וויל קודם כאטש פרובירן צו באקומען עפעס מיט וואס ער קען שוין אנהויבן

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 6:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
איצט קען טאקע זיין אז אין ליכט פון די קאנגרעס געלטער וועט די קאורט האבן נאך אן אויסרייד ארומצושלעפן מיטן קעיס אבער ביז ווען מען וועט זיך נויטיגן אין די געלט קען שוין די קעיס זיין אויסגעקלארט און מעגליך דערקלערט אויסגעהאלטן עס צו נוצן

אויב אזוי פארוואס קען ער נישט שוין דערקלערן א נאציאנאלע עמערדזשענסי אהן באקומען די ערשטע 5 פון קאנגרעס און דעקן די גאנצע וואנט?

ווייל יענץ קען דאך זיך פארשלעפן/בלייבן שטעקן אין די געריכטן

ער וויל קודם כאטש פרובירן צו באקומען עפעס מיט וואס ער קען שוין אנהויבן

ער שרייבט דאך ער בויט שוין פעסט, ניין?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 9:21 pm

הכל הבל האט געשריבן:מען דעבאטירט העפטיג א ביל צו פארשטארקערן גרעניץ זיכערהייט און דערווייל זעהט מען נאכנישט אויב די געשפרעכן וועלן ערגעץ פירן

לאמיר אבער שפעקולירן על צד אז טראמפ וועט עווענטועל באקומען עפעס וואנט אדער אפילו די גאנצע 5.7
איז קודם האט ער מיט וואס שבת צו מאכן אבער ווי אזוי וועט עס דעקן די גאנצע וואנט?!
איצט קענסטו מסביר'ן אז פאר פאליטישע קאפיטאל איז אים גענוג אנצוהויבן און צייגן בילדער פון א וואנט
איך הער, אבער מאן יימר אז די פלאן איז נישט ווי פאלגנד:
פרוביר אויב מעגליך ארויסצוקוועטשן וויפיל מען קען פון קאנגרעס אז די התחלה זאל זיין פארזיכערט און תיכף נאכן אונטערשרייבן דעם ביל דערקלערן מיט א שמייכל אז די געלט איז זעלבסטפארשטענדליך טאשן געלט פאר אזא קאסטבארע פראיעקט און דעריבער ווערט א נאציאנאלע קריזיס דערקלערט און די נויטיגע פאנדן ווערן ארומגערוקט צו דעקן די גאנצע וואנט
איצט קען טאקע זיין אז אין ליכט פון די קאנגרעס געלטער וועט די קאורט האבן נאך אן אויסרייד ארומצושלעפן מיטן קעיס אבער ביז ווען מען וועט זיך נויטיגן אין די געלט קען שוין די קעיס זיין אויסגעקלארט און מעגליך דערקלערט אויסגעהאלטן עס צו נוצן

הבל עדיף מנביא

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 10:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:

הבל עדיף מנביא

ווי מיסד יא.
(נישט קאמיש)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 10:39 pm

הכל איך שפעקוליר שוין אז איהר האט אן אפיציעלער פאסטן אינעם אדמיניסטראציע...

אגב, פארוואס איז די צונאמען געווארן "הבל"??? איך וואלט אייך גערופן מיטן צונאמען "הכל"!!! איהר ברענגט די סאמע אינטערסאנטסטע נייעס פון "אלעס און אלעמען"!!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 25, 2019 11:08 pm

א קורצע ס״ה אויף די שטורעמישע אנטוויקלונגען די לעצטע 24 ביז 36 שעה;

- ראבערט מוללער ענדיגט זיין אויספארשונג, באשטעטיגט אז ס׳איז נישט געווען קיין קאלאזשען צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד.

- ראבערט מוללער קאן נישט אהערשטעלן קיין אבסטראקשן קעיס קעגן טראמפ, געבט איבער דעם באשלאס פאר AG באר און דעפוטי אטורני ראד ראזענשטיין, וואס באשטעטיגן נאו אבסטראקשן.

- די טשיערמאן פונעם סענאט דזשודישערי קאמיטעי לינזי גרעהם פארשפרעכט אנצוהויבן אויספארשונג די פאוער אביוז דורך קאראפטירטע אינערהאלב די אבאמא אדמיניסטראציע.

- מייקל אוווינעטי ווערט אנגעקלאגט מיט דורך די דורך די סאדערן דיסטריק אוו ניו יארק.

- די דזאסטיס דעפארטמענט מעלדט אז זיי שטייען צו די זייט פון א פריעדיגע קארט רולינג וואס רולט אז די עפארדעבאל קעיר עקט איז אומקאנסטאטוציענאל.

- די פענטעגאן מעלדט איין פאר קאנגרעס אז זיי גייען אריבער שיקן א בעלאונע פון זייער צוגעטיילטע פאנדס אינעם בודזשעט פאר די גרעניץ וואנט. נאכן ווערן איבערצייגט אז די נאציענאלע עמערדזשענסי דערקלערט דורך טראמפ אווערייט די געברויך פאר געלטער ענדערש ווי פאר די ארגינעלע באשטימטע צוועקן.

#טייערד אוו ווינינג

בען שאפיראו אויף זיין שאו פריער זאגט אז לויט סייקל היינט דארף הילערי ווערן אנגעקלאגט ביז 20 מינוט....
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:25 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א קורצע ס״ה אויף די שטורעמישע אנטוויקלונגען די לעצטע 24 ביז 36 שעה;

- ראבערט מוללער ענדיגט זיין אויספארשונג, באשטעטיגט אז ס׳איז נישט געווען קיין קאלאזשען צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד.

- ראבערט מוללער קאן נישט אהערשטעלן קיין אבסטראקשן קעיס קעגן טראמפ, געבט איבער דעם באשלאס פאר AG באר און דעפוטי אטורני ראד ראזענשטיין, וואס באשטעטיגן נאו אבסטראקשן.

- די טשיערמאן פונעם סענאט דזשודישערי קאמיטעי לינזי גרעהם פארשפרעכט אנצוהויבן אויספארשונג די פאוער אביוז דורך קאראפטירטע אינערהאלב די אבאמא אדמיניסטראציע.

- מייקל אוווינעטי ווערט אנגעקלאגט מיט דורך די דורך די סאדערן דיסטריק אוו ניו יארק.

- די דזאסטיס דעפארטמענט מעלדט אז זיי שטייען צו די זייט פון א פריעדיגע קארט רולינג וואס רולט אז די עפארדעבאל קעיר עקט איז אומקאנסטאטוציענאל.

- די פענטעגאן מעלדט איין פאר קאנגרעס אז זיי גייען אריבער שיקן א בעלאונע פון זייער צוגעטיילטע פאנדס אינעם בודזשעט פאר די גרעניץ וואנט. נאכן ווערן איבערצייגט אז די נאציענאלע עמערדזשענסי דערקלערט דורך טראמפ אווערייט די געברויך פאר געלטער ענדערש ווי פאר די ארגינעלע באשטימטע צוועקן.

#טייערד אוו ווינינג

בען שאפיראו אויף זיין שאו פריער זאגט אז לויט סייקל היינט דארף הילערי ווערן אנגעקלאגט ביז 20 מינוט....

איך מיין אז מקען שוין עפענען א אשכול ׳טראמפ׳ס דיעפ סטעיט׳

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 23, 2019 6:00 pm

זינט 1981 למספרם איז די אמעריקאנע בודזשעט דעפיציט (נישט די נאציאנאלע חוב נאר די פרישע אנגעזאמלטע חובות פער יאר פון ווען מען קומט אריין אין אפיס און פארגלייך צום לעצטן יאר ווען מען פארלאזט אפיס) געשטיגן אונטער יעדע רעפובליקאנע פרעזידענט און געשרינקען אונטער יעדע דעמאקראטישע פרעזידענט
די איצטיגע בודזשעט דיעל פארזיכערט אז די טרענד זעצט פאר אונטער טראמפ'ס ערשטע טערמין

יא, עס איז דא טויזנט און איין תירוצים און הסברים, גוטע און ווייניגער גוטע
איך האלט קיינעם נישט פאר און קיינער זאל זיך נישט שפורן פארפליכטעט צו פארענטפערן

איך פארצייל עס איינפאך פאר אינטערסאנטקייט

נעמט די דאטא ווי עס איז און זעצט פאר צו עסן אייער געשמאקע נאכמאל

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג יולי 23, 2019 6:18 pm

א פשוטע סיבה.. ווייל ווען ס'דא א דעמעקראט אין ווייסן הויז זענען געווענטליך די רעפובלעקאנער
אין קאנטראל אויף די האוז אדער סענאט
ווייל אזוי גייט עס געווענטליך, אז די פרעזידענטס פארטיי פארלירט דעם קאנגרעס, אין זיי פייניגען אז מ'דארף שניידן ספענדינג ווייל מ'האלט פאר א קריזיס.
אין די זעלביגע פארקערט ווען ס'דא א רעפ. אין ווייסן הויז זענען עפי"ר די דעמ. בעלי בתים אין קאנגרס אדער אין סענאט, אין זיי ספענדן א מחי' אז ס'גייט א רויעך.
אין די רעפ. פארגעסן פון דעם שרעקעדיגען קריזיס פון חובות ווייל ס'נאר שרעקעדיג ווען א דעמ. איז אין ווייסן הויז.
במילא טרעף מיר זיך מיט אזא סטאטיסטיק.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יולי 23, 2019 6:53 pm

ס'איז געפערליך וואס דא גייט פאר אינטער טראמפ, ער איז געלאפן צו שניידן אין גרויסן, און למעשה גארנישט..

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט