אבזערוואציעס אין פאליטיק, קאמיש און אייגנארטיג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

אבזערוואציעס אין פאליטיק, קאמיש און אייגנארטיג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:19 am

ברוכים הבאים, איר האט געגרייכט די סטאנציע דעזיגנירט צו לופטערן אייערע געדאנקען און באטראכטונגען, UNIQUE ספינס און לומד'ישע אבזערוואציעס איבער פאליטישע אנטוויקלונגען.

ביטע האלטן קורץ, טרעפליך, און לייכט להחיות בהם נפש כל חי

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:22 am

א דעבאטע קאכט זיך צו די בעסערע עקאנאמישע ציפערן איז צו פארדאנקען די געוועזענע פרעזידענט אבאמא אדער דער אמטירנדער פרעזידענט טראמפ
נו אויב די געפעכט איז בלויז וועם צו קרעדיטן הלמאי די אנקעטעס צייגן נישט אז 100% אמעריקאנער זענען צופרידן מיט די עקאנאמיע?!

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:26 am

מייקל פלין קען מעגליך קאאפערירן מיט די אויספארשער און צושטעלן גענוג אינפארמאציע אז זיי זאלן זיין צופרידן

ווען עס קומט אבער צו פרייוויליג רעדן מער ווי מען בעט אים בלויז צוליב נקמה אין די אדמיניסטראציע וועלכע האט אים ארויסגעווארפן דארף ער בעסער טראכטן צוויי מאל
פלין דארף געדענקן אז ער איז געפלויגן בעיקר צוליב פארפירן וויצע פרעזידענט פענס וועלכע איז צו פארדאנקן אז מען האט אים געווארפן
אצינד אויב וועט פלין צופיל רעדן און פירן אז מען זאל אימפיטשן טראמפ וועט דער רעזולטאט זיין אז פענס וועט ווערן פרעזידענט
נישט דאס איז די נקמה וואס ער זוכט...

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:46 am

:lol:
שיין פשט'ל
Innocent until proven Republican

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 10:16 am

Think and Thank האט געשריבן::lol:
שיין פשט'ל

מען קען נישט אמפיטשן א וויצע פרעזדענט ????
איך מיין וואס ...
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 10:26 am

הכל הבל האט געשריבן:מייקל פלין קען מעגליך קאאפערירן מיט די אויספארשער און צושטעלן גענוג אינפארמאציע אז זיי זאלן זיין צופרידן

ווען עס קומט אבער צו פרייוויליג רעדן מער ווי מען בעט אים בלויז צוליב נקמה אין די אדמיניסטראציע וועלכע האט אים ארויסגעווארפן דארף ער בעסער טראכטן צוויי מאל
פלין דארף געדענקן אז ער איז געפלויגן בעיקר צוליב פארפירן וויצע פרעזידענט פענס וועלכע איז צו פארדאנקן אז מען האט אים געווארפן
אצינד אויב וועט פלין צופיל רעדן און פירן אז מען זאל אימפיטשן טראמפ וועט דער רעזולטאט זיין אז פענס וועט ווערן פרעזידענט
נישט דאס איז די נקמה וואס ער זוכט...

זיין חטא איז מכלוימירש געווען א נקודה וואס ער האט פארפעלט איבערצוגעבן פאר מייק פענס.

זיין פליען פונעם ווייטהויז איז צו פארדאנקען (בלעימען) ריינס פריבוס און חדב״ן קושנער, וואס זענען אנגעשטעקט געווארן מיט טראמפ/ראשע וויירוס וואס איז און יענע טעג פארשפרייט געווארן דורך די פעיק נאוז מידיע.

און היינטיגע ווייטהויז צייטן וואלט דאס נישט פאסירט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:41 am

געזען א זיסע באמפער סטיקער:
Voting is like driving a car "D"emocrat is forward, "R"epublican is reverse

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 3:34 pm

דזשימי קארטער זאגט בנוגע טראמפ אז אמעריקע מאכט אמאל א טעות ביים שטימען פאר פרעזידענט, אריינגערעכנט ווען ער איז געלאפן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:22 pm

כאגעוויסט ער איז נישט קיין גרויסע חכם, אבער אזא נער....
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:35 pm

גראדע איז קארטער גאר א גרויסע חכם. דאכט זיך ער קומט אריין די דריט קלוגסטע פון אלע אמעריקאנער פרעזידענטן.

@הבל, א פיינער אשכול דאס, דיינע ספינ'ס זענען ריזיג! נישט געוויסט אז דאס קענסטו אויך.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:41 pm

ווייסט אז טראמפ האט אויך גאנץ א הויכע איי קיו?

נישט די סארט קלוגשאפט מאכט א פרעזידענט קלוג,
נעקסט...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:45 pm

ראגעלעך האט געשריבן:גראדע איז קארטער גאר א גרויסע חכם. דאכט זיך ער קומט אריין די דריט קלוגסטע פון אלע אמעריקאנער פרעזידענטן.

@הבל, א פיינער אשכול דאס, דיינע ספינ'ס זענען ריזיג! נישט געוויסט אז דאס קענסטו אויך.

א חכם? ווייט פון עס.

ווילסט וויסען ווער באמת איז א חכם פון די לעצטיגע פרעזידענטען; עס איז ביל קלינטאן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:49 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווייסט אז טראמפ האט אויך גאנץ א הויכע איי קיו?

נישט די סארט קלוגשאפט מאכט א פרעזידענט קלוג,
נעקסט...


נישט גערעדט פון איי קיו בכלל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:52 pm

SPUSMN האט געשריבן:
ראגעלעך האט געשריבן:גראדע איז קארטער גאר א גרויסע חכם. דאכט זיך ער קומט אריין די דריט קלוגסטע פון אלע אמעריקאנער פרעזידענטן.

@הבל, א פיינער אשכול דאס, דיינע ספינ'ס זענען ריזיג! נישט געוויסט אז דאס קענסטו אויך.

א חכם? ווייט פון עס.

ווילסט וויסען ווער באמת איז א חכם פון די לעצטיגע פרעזידענטען; עס איז ביל קלינטאן.

טאמער זיכסטע א פרעזידענט א פיקח (וואס איז מער ווי א חכם) אין די לעצטע 100 יאר, זיהך נישט ווייל די וועסט נישט געפינען.

ווילסט וויסען ווער עס איז געווען א פיקח? להבדיל אלף אלפי הבדלות דער סאטאמארער רב.

אדער אנדערע רבי'ס בשעתו ווי דער באבובער רב, דער גערער רבי, דער בלוזשעווער רב וכו' וכו'

אמת'ע חכמים ונבונים און פיקחים וועסטע טרעפען ביי אונז אידען; נישט דארט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:53 pm

SPUSMN האט געשריבן:
ראגעלעך האט געשריבן:גראדע איז קארטער גאר א גרויסע חכם. דאכט זיך ער קומט אריין די דריט קלוגסטע פון אלע אמעריקאנער פרעזידענטן.

@הבל, א פיינער אשכול דאס, דיינע ספינ'ס זענען ריזיג! נישט געוויסט אז דאס קענסטו אויך.

א חכם? ווייט פון עס.

ווילסט וויסען ווער באמת איז א חכם פון די לעצטיגע פרעזידענטען; עס איז ביל קלינטאן.


היות נישט איך און נישט איר, האבן דעם קארטער אמאל געטראפן, בלייבט אונז איבער צו הערן פון מענטשן וואס האבן שטודירט די פרעזידענטן, זיי זאגן אז ער איז גאר א גרויסע חכם.

איך אגרי אז קלינטאן איז א חכם מחוכם. אבאמא איז אויך.

בוש הראשון איז גאנץ קלוג, השני איז א תם קאפ.

רעיגען איז נישט געווען קיין נער, אבער אויך נישט דער וועלטס חכם.

פון טראמפ איז נישטא וואס צו רעדן, ער איז דער קלוגסטער מאן אויף דער וועלט.

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:54 pm

SPUSMN האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
ראגעלעך האט געשריבן:גראדע איז קארטער גאר א גרויסע חכם. דאכט זיך ער קומט אריין די דריט קלוגסטע פון אלע אמעריקאנער פרעזידענטן.

@הבל, א פיינער אשכול דאס, דיינע ספינ'ס זענען ריזיג! נישט געוויסט אז דאס קענסטו אויך.

א חכם? ווייט פון עס.

ווילסט וויסען ווער באמת איז א חכם פון די לעצטיגע פרעזידענטען; עס איז ביל קלינטאן.

טאמער זיכסטע א פרעזידענט א פיקח (וואס איז מער ווי א חכם) אין די לעצטע 100 יאר, זיהך נישט ווייל די וועסט נישט געפינען.

ווילסט וויסען ווער עס איז געווען א פיקח? להבדיל אלף אלפי הבדלות דער סאטאמארער רב.

אדער אנדערע רבי'ס בשעתו ווי דער באבובער רב, דער גערער רבי, דער בלוזשעווער רב וכו' וכו'

אמת'ע חכמים ונבונים און פיקחים וועסטע טרעפען ביי אונז אידען; נישט דארט.


אגרי 100%

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:56 pm

ראגעלעך האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
ראגעלעך האט געשריבן:גראדע איז קארטער גאר א גרויסע חכם. דאכט זיך ער קומט אריין די דריט קלוגסטע פון אלע אמעריקאנער פרעזידענטן.

@הבל, א פיינער אשכול דאס, דיינע ספינ'ס זענען ריזיג! נישט געוויסט אז דאס קענסטו אויך.

א חכם? ווייט פון עס.

ווילסט וויסען ווער באמת איז א חכם פון די לעצטיגע פרעזידענטען; עס איז ביל קלינטאן.


היות נישט איך און נישט איר, האבן דעם קארטער אמאל געטראפן, בלייבט אונז איבער צו הערן פון מענטשן וואס האבן שטודירט די פרעזידענטן, זיי זאגן אז ער איז גאר א גרויסע חכם.

איך אגרי אז קלינטאן איז א חכם מחוכם. אבאמא איז אויך.

בוש הראשון איז גאנץ קלוג, השני איז א תם קאפ.

רעיגען איז נישט געווען קיין נער, אבער אויך נישט דער וועלטס חכם.

פון טראמפ איז נישטא וואס צו רעדן, ער איז דער קלוגסטער מאן אויף דער וועלט.

וואס הייסט, איך האב מיט געלעבט קארטער; מיט זיין גרויס חכמה דענמאלט און די אלע יארען דערנאך.

איין זאך יא; ער האט ארויס געוויזען גרויס רעספעקט פאר די דעליגאציע רבנים וואס זענען געקומען צו אים. (אפשר דאס איז דער סוד פון דער רשע'ס אריכת ימים)
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:00 pm

וואס מיינט איר צו אז איר האט מיטגעלעבט קארטער? איך בין נאך גראדע נישט געווען געבוירן אין זיינע צייטן, אבער עס מיינט נישט אז ווער עס האט שוין געלעבט דאן, ווייסט ווי קלוג אדער נישט קלוג ער איז.

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:00 pm

רשע?

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:10 pm

@ראגעלעך אויף וואס בויעסטו דיינע הנחות וועגן די פרעזידענטן
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:17 pm

א שטודיע פון "אינעווירסטעי אוו קאליפארניע". דורכגעפירט אין 2006. עס נעמט נישט אריין אבאמא און טראמפ.

גראדע לייגן זיי קענעדי אויפן דריטן פלאץ, קלינטאן דער 4טע אויפן ליסט, קארטער די 6'טע.
לעצט פאראכטן דורך ראגעלעך אום דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:19 pm

ראגעלעך האט געשריבן:רשע?

עמאנג מעני סינגס געדענק איך אז קארטער האט אמאל ארויף געברענגט אז די אידען האבען גע'הארגעט דעם אותו האיש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:21 pm

דאס מאכט אים נישט פאר קיין רשע, בלויז א פארנאטישע קריסט.

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:22 pm

ראגעלעך האט געשריבן:א שטודיע פון "אינעווירסטעי אוו קאליפארניע". דורכגעפירט אין 2006. עס נעמט נישט אריין אבאמא און טראמפ.

גראדע לייגן זיי קלינטאן אויפן דריטן פלאץ, קארטער די 6'טע.

וואס מיינט ביי זיי קלוג? איי קיו? ווי שנעל מען פארשטייט א זאך? סטראטעגיש?
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:23 pm

ראגעלעך האט געשריבן:דאס מאכט אים נישט פאר קיין רשע, בלויז א פארנאטישע קריסט.

דאס מיינט אז ער האט אונז פיינט
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט