גאן קאנטראל דעבאטע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4073
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 8:26 pm

עס זעהט נישט אויס ווי א סעלושען צו גאן קאנטראל גייט קומען אזוי שנעל, יא, וואשינגטאן איז פארפוילט און 50 טויטע איז די קאנסקעוועץ דערפון.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 12:39 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
לענינינו, דא אין לאס וועיגעס האט א געפארפולער פארשוין איינגעקויפט צענדליגע שטיקער פון אוטאמאטישע און סעמי-אוטאמעטישע רייפעלס, ואין פוצה פה!! נניח אז איז קיין פראבלעם אז קליינע מענטשעלעך מיט א זויבערע עבר האנדלען זיך איין אוטאמאטישע וואפן, אבער פארוואס האלט נישט די רעגירונג קיין חשבון אויף די אלע וואפן טראנזאקציעס?! פארוואס צינדן זיך נישט אן קיין צענדליגע רויטע לעמפלעך ווען א מאן לאזט זיך ארויס אויף א רעוואלווערישע שאפינג ספרי?!!


ס'איז א העכסט נארמאלע זאך ביי די וואפן ליבהאבער אין די סאוט איינצוזאמלען גאנצע זאפאסן פון כל מיני געווער בלויז פאר שוואוילטאג. ס'איז א האבי ווי אלע האביס.

גאנץ מעגליך אז דער משוגענער האט שוין פארמאגט רוב, אויב נישט אלע פון די וואפנס לאנג בעפארן פלאנירן אן אטאקע

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 7:30 pm

וואס מיינט סעמי אויטאמאטיש?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 9:03 pm

א געווענליכער אלטמאדישער ביקס האט מען אריינגעלייגט איין קויל אויפאמאל און געשאסען. א סעמי אויטאמאטיש לייגט מען אריין עטליכע קניידלען אויף אמאל און מען קאן דרוקען דעם צינגעל איינס נאכען צווייטען ביז דער מאגאזין ווערט ליידיג. א אויטאמאטישע ביקס פילט מען דעם מאגאזין מיט קוילן, אדער א גאנצע גארטל אנגפילט מיט קוילן, וואס נאך יעדע וואס ער שיסט אויס, ציעט ער אריין נאך, און מען ברויך נאר אנהאלטן דעם צינגל און ווי לאנג מען האלט עס אן שפייט ער אויס קוילן
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 9:46 pm

הייסט אז די האנט ביקס וואס די פאליציי נוצן איז אויך סעמי אויטאמאטיש?

אויב יא דאן איז זייער נאריש די פאלגענדע טענה:
מצב כללי האט געשריבן:1)עס זאל זיין גענצליך אומלעגאל צו קויפן סיי וועלכע אטאמטישע מאשין געווער אפילו סעמי אטאמאטיש - עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס א מענטש זאל דארפן א רעוואלווער וואס איז געמאכט צו שיסן מערערע מענטשן אויף איין מאל, זיך צו פראטעקעטן איז פונקט גענוג א שאט גאן.

וויבאלד עס קען שיסן מער ווי איין קויל איז עס ספעציעל געמאכט צו שיסן מערערע מענטשן? האו עבאוט אויב די ערשטע קויל געלונגט נישט אין ציל זאל מען נישט ווערן אראפגעשאסן ביים אנלאדענען די צווייטע, וכן הלאה?

וואס וואלט יא געמאכט סענס איז צו לייגן א מאקסימום אויף וויפיל קוילן א מאגאזין מעג פארמאגן. דער פראבלעם דערמיט איז אז עס איז שוין געווען אזא פעדעראלע פארבאט וואס איז אריין אין קראפט אין 1994 און איז אויסגעלאפן צען יאר שפעטער, און עס האט עפעס נישט געברענגט קיין נידערונג אין מעס שוטינגס (פשוט ווייל דער רוצח וועט עניוועיס האבן אומלעגאלע סחורה).

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 10:01 pm

ניו יארק סטעיט האט א לימיט פון 8 קוילן אין די מאגאזין
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 11:51 pm

דאכציך אז עס איז נישטא קיין לימיט ווי גרויס די מאגאזין מעג זיין, בלויז וויפיל בולעטס מעגן ליגן דערין

אזוי ווי ווי אלע נארישע גאן געזעצן אין אמעריקע וואס "מען טאנצט ארום די ביימעלע" אן קיינמאל צומאכן די טיר איינמאל פאר אלעמאל

אגב, די לינקע מיטשענען זיך מיט א פלאטפארמע און א מעסעדש. דא האבן זיי א עכטע מעסעדש מיט וואס כמעט גאנץ אמעריקע איז איינשטימיג

עס וואלט זיך שוין געמעגט עפענען א קאנטער ארגענעזאציע צו די ען אר עי וואס זאל מעטשען דאלער פאר דאלער יעדע עד וואס זיי לייגן ארויס קעגן א קאנדידאט פארן שטיצן גאן קאנטראל

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 11:01 am

קום אדוירך דריי וואכן פון די גרעסטע בלוט בוד שחיטה אין די אמעריקאנע געשיכטע, און די מעשה איז אראפ פון טיש, קיינער רעדט נישט, ביזי מיט נארישקייטן.

#סעעד

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 11:16 am

יש ברירה האט געשריבן:דאכציך אז עס איז נישטא קיין לימיט ווי גרויס די מאגאזין מעג זיין, בלויז וויפיל בולעטס מעגן ליגן דערין

אזוי ווי ווי אלע נארישע גאן געזעצן אין אמעריקע וואס "מען טאנצט ארום די ביימעלע" אן קיינמאל צומאכן די טיר איינמאל פאר אלעמאל

אגב, די לינקע מיטשענען זיך מיט א פלאטפארמע און א מעסעדש. דא האבן זיי א עכטע מעסעדש מיט וואס כמעט גאנץ אמעריקע איז איינשטימיג

עס וואלט זיך שוין געמעגט עפענען א קאנטער ארגענעזאציע צו די ען אר עי וואס זאל מעטשען דאלער פאר דאלער יעדע עד וואס זיי לייגן ארויס קעגן א קאנדידאט פארן שטיצן גאן קאנטראל



די ארגאניזאציע גייט ביישטייערן פאר רעפאבליקאנער?

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 3:43 pm

לאמיר טראכטן פון אזא מעשה
איך וואוין אין א דערפל אין אלאבאמא פון 150 איינוואוינער, די פרנסה אומשטענדן איז גאנץ פיין דא, אונז זעמער 30 מייל דרום פון א סיטי מיט ארום 5 טויזענט מענטשן וואס דארטן איז דא א גאנץ פיינע פאליציי דעפ. אבער ביי אונז זענען דא 2 פאליציאנטן , נעכטן נאכט האבן זיך 2 פארברעכער פונעם סיטי באוויזן מיט סעמי אויטאמאטישע ביקסן אין בעקיארד און איך ווייס אז ביז פאליציי קומט אן צו מיר נעמט ארום 15 מינוט, אבער שטיל און שנעל האב איך גערופן די פאליציי און פון די אנדערע זייט האב איך אבער נישט די צייט צו ווארטן אבער מיט מיין קליינעם הענד גאן בין איך נישט באקוועם קעגן 2 חברה האב איך ארויסגעשלעפט די עי אר 15 פון לאקער און ארויסגעשאסן 2 קוילן אין א בליץ סעקונדע און די פאליציי איז אנגעקומען צו 2 מפרכסין
יעצט קוק איך ווי מר. שומער פון ניו יארק סיטי און פיינשטיין פון קאליפארניע וואס ביי זיי איז די פאליציי דארט אין 30 סעקונדעס פארלאנגען איך זאל אויפגעבן מיין סעלף פראטעקשן
נייס

נאדיר נאך אפאר טאלער פאר די NRA
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 9:56 pm

אוי איז דאס א סוואמפ.

ווער געדענקט נאך די הייסע הבטחות תיכף נאך די לאס וועגאס שיסעריי הערשט נישט לאנג צוריק, ווי דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן אינאיינעם פארשפראכן צו טוהן כאטשיג דאס מינימאלסטע קאממען סענס לעגעסלאטיווע שריט און אפשטעלן די באמפ סטאקס הפקר מעשיות. אפילו די NRA האט הייס פארשפראכן אז זיי שטימען צו צו אזאנס, וואס דאס האט שטייצעך געהויבן די אויגן ברעמען פונעם עולם אז עס קוקט אויס ווי עפעס א קליינטשיקע פעולה וועט יא מעגליך געטוהן ווערן צו אפשטעלן די בלוט פארגיסונג.

יע, וואס ווי ווען..

Three Weeks After Las Vegas, Legislation to Ban Bump Stocks Has Stalled Out in Congress
An effort to ban bump stocks is effectively dead, aides and advocates say. And the NRA isn’t the lone suspect

Three weeks after the deadliest mass shooting in modern American history, efforts to pass even scaled-down gun-control legislation have effectively stalled on Capitol Hill.

The likelihood of passing legislation was always remote, even considering the carnage that took place in Las Vegas, where 58 people were left dead and 546 injured. But when the National Rifle Association said that it would be open to addressing the issue of bump stocks, many observers interpreted it as a pathway towards moving a bill forward.

In reality, it was the closing of the door. The NRA, which holds incredible sway among Republicans on the Hill, proposed that the Bureau of Alcohol, Tobacco & Firearms make a regulatory change to address bump stocks rather than Congress pass a new law to address the matter. Days later, Speaker Paul Ryan echoed the group's line, all but stating that he would not bring a bill to the floor
Mr. President Pls STOP! We are soooo tired of winning

גרויסע-גדולה
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 11:46 pm

נו שוין האט געשריבן:קום אדוירך דריי וואכן פון די גרעסטע בלוט בוד שחיטה אין די אמעריקאנע געשיכטע, און די מעשה איז אראפ פון טיש, קיינער רעדט נישט, ביזי מיט נארישקייטן.

#סעעד

וואסע שייעך צו רעדן?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 1:32 am

משה כספי האט געשריבן:לאמיר טראכטן פון אזא מעשה
איך וואוין אין א דערפל אין אלאבאמא פון 150 איינוואוינער, די פרנסה אומשטענדן איז גאנץ פיין דא, אונז זעמער 30 מייל דרום פון א סיטי מיט ארום 5 טויזענט מענטשן וואס דארטן איז דא א גאנץ פיינע פאליציי דעפ. אבער ביי אונז זענען דא 2 פאליציאנטן , נעכטן נאכט האבן זיך 2 פארברעכער פונעם סיטי באוויזן מיט סעמי אויטאמאטישע ביקסן אין בעקיארד און איך ווייס אז ביז פאליציי קומט אן צו מיר נעמט ארום 15 מינוט, אבער שטיל און שנעל האב איך גערופן די פאליציי און פון די אנדערע זייט האב איך אבער נישט די צייט צו ווארטן אבער מיט מיין קליינעם הענד גאן בין איך נישט באקוועם קעגן 2 חברה האב איך ארויסגעשלעפט די עי אר 15 פון לאקער און ארויסגעשאסן 2 קוילן אין א בליץ סעקונדע און די פאליציי איז אנגעקומען צו 2 מפרכסין
יעצט קוק איך ווי מר. שומער פון ניו יארק סיטי און פיינשטיין פון קאליפארניע וואס ביי זיי איז די פאליציי דארט אין 30 סעקונדעס פארלאנגען איך זאל אויפגעבן מיין סעלף פראטעקשן
נייס

נאדיר נאך אפאר טאלער פאר די NRA

קודם כל העט ווען געווען שטארקע גאן קאנטראל העסטו ווען זיך אזוי געדארפט זארגן פאר רויבער מיט ביקסן,
און #2 גאנצע אמעריקע דארף נישט זיין אויסגעשטעלט צו מענטשן מיט ביקסן וואס קאסט אפ לעבנס פון מענטשן כדי צי היטן די 150 חברה פון אלאבאמא.
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 1:59 am

#1 איז א די תירוץ אז דיין סעלושען איז אפשר גוט 20 יאר ארום אבער אין נעקסטע 20 יאר גייט זיין וואפן פאר די פארברעכער (פולע אויטאמאטישע ביקסן טאר מען שוין נישט מאכן בערך 30 יאר + וואס איז העווי רעגולירט און דאך זענען דא פארברעכער וואס האבן דאס)

#2 איז די תירוץ אז כמעט האלב אמעריקע וואוינען אין rural areas.

און טאקע רוב דעמאקראטן/מידיע/אנטי גאן חברה וואוינען אין גרויסע סיטיס
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 5:38 am

א קליינע הערה: די אלע אנטי גאן חברה האבען א אגענדע אז מען זאל זיי אייביג זעהן. זיי האבען נישט קיין פראבלעם מיט ביקסן א.ד.ג. ווייל אין די שטאטען ווי ביקסען זיינען ממש פערבאטען אויפן שטרענגסטן פערנעם, טאקע דארט זיינען דא די מערסטע שיסערייען, און דארט הערט מען זיי נישט.
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 8:22 am

משה כספי האט געשריבן:#2 איז די תירוץ אז כמעט האלב אמעריקע וואוינען אין rural areas.

אינטער 20 פראצענט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 6:51 pm

משה כספי האט געשריבן:לאמיר טראכטן פון אזא מעשה
איך וואוין אין א דערפל אין אלאבאמא פון 150 איינוואוינער, די פרנסה אומשטענדן איז גאנץ פיין דא, אונז זעמער 30 מייל דרום פון א סיטי מיט ארום 5 טויזענט מענטשן וואס דארטן איז דא א גאנץ פיינע פאליציי דעפ. אבער ביי אונז זענען דא 2 פאליציאנטן , נעכטן נאכט האבן זיך 2 פארברעכער פונעם סיטי באוויזן מיט סעמי אויטאמאטישע ביקסן אין בעקיארד און איך ווייס אז ביז פאליציי קומט אן צו מיר נעמט ארום 15 מינוט, אבער שטיל און שנעל האב איך גערופן די פאליציי און פון די אנדערע זייט האב איך אבער נישט די צייט צו ווארטן אבער מיט מיין קליינעם הענד גאן בין איך נישט באקוועם קעגן 2 חברה האב איך ארויסגעשלעפט די עי אר 15 פון לאקער און ארויסגעשאסן 2 קוילן אין א בליץ סעקונדע און די פאליציי איז אנגעקומען צו 2 מפרכסין
יעצט קוק איך ווי מר. שומער פון ניו יארק סיטי און פיינשטיין פון קאליפארניע וואס ביי זיי איז די פאליציי דארט אין 30 סעקונדעס פארלאנגען איך זאל אויפגעבן מיין סעלף פראטעקשן
נייס

נאדיר נאך אפאר טאלער פאר די NRA

פליס קודם נעם ביטע צוריק די געלט פון די פארשעמטע ארגענעזאציע.
למעשה די צוויי באדיטען האבן פשטות געקופט די מאשין געווער ליגעל אפילו זיי זענען אויף די נאן פלייט ליסט.. ווייל די שמוציגע ארגענעזאציע לאזט זיי ח"ו נישט שטערן פון קויפן די ערגסטע געווער.
כ'רעדט נישט אריין לגבי די עצם ענין אבער די ארגענעזאציע ביטע פארענטפער נישט.
די מאשין געווער בעצם האט נישט קיין פשט און אוודאי נישט די נאן פלייט ליסט זאלן עס מעגן קויפן.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

רה''ק דקהל פורים
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 7:32 pm

מאשין גאנס זענען אומלעגאל, פינטל.

ווידער אויף די נאו פליי ליסטע ווערט מען ארויפגעלייגט ווען א ביוראקראט דעסיידעד אזוי, אן קיין דו פראסעס, און עס איז כמעט אוממעגליך פטור צו ווערן דערפון. אסאך מאל געשעהט עס אויך בטעות (שוין געווען אידן מיט אזעלכע פעלער), און קענסט רעדן צום (ג)לאמפ. וואלסט נישט געוואלט מען זאל אנהענגען דיין פירסט אמענדמענט רעכטן אין די נאו פליי ליסטע.

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 9:02 pm

פערצופאל די NRA האט זייער גוטע חלקים, ווי למשל די אינשורענס ווי פאר אפאר נישטיגע דאלאר באקומסטו אינשורענס אז למשל ביי מיין מעשה ווען פאליציי הייבט אן פייניגן איבער די שיסעריי געבן זיי לויערס און פינאנציעלע לעגאלע הילף
נישט אומזינסט האבן זיי 6-7 מיליאן מעמבערס
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 9:38 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:מאשין גאנס זענען אומלעגאל, פינטל.
.

צו זאגן אז מאשין גאנס איז איליגעל איז פארפירעריש

חוץ מזה וואס מען קען פארוואנדלען א עי אר 15 צו א מאשין גאן מיט עפעס וואס מען קען קויפן פאר עטליכע טאלער אנליין, סאיז ליצנות געמאכט פון די מענטשהייט

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » זונטאג אוקטובער 29, 2017 9:40 pm

משה כספי האט געשריבן:פערצופאל די NRA האט זייער גוטע חלקים, ווי למשל די אינשורענס ווי פאר אפאר נישטיגע דאלאר באקומסטו אינשורענס אז למשל ביי מיין מעשה ווען פאליציי הייבט אן פייניגן איבער די שיסעריי געבן זיי לויערס און פינאנציעלע לעגאלע הילף
נישט אומזינסט האבן זיי 6-7 מיליאן מעמבערס

וואס זענען זייערע פלענס? די USCCA האבען פאר דרייסיג טאלער א חודש ביז 1.1 מיליאן אין קאווערידש, אינקלודינג א 24 שעה האטליין מיט הילף.

ביטע לאזט וויסן, א דאנק
Mindenható! Mutasd meg a kegyelmet, hogy én is megértem

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג נובעמבער 05, 2017 2:05 pm

נישט וויט פון סאן אנטאניא, טעקסאס
10-15 אומגעקומען אין א קירכע מאסן שיסעריי.
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג נובעמבער 05, 2017 2:06 pm

טעקסאס קירכע שיסעריי:
דער מערדער איז צווישן די אומגעקומענע.
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

גאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » זונטאג נובעמבער 05, 2017 3:44 pm

@There was another mass-shooting in America, so the "no politicizing" rule is in effect again.

שמעון ראלניצקי

פארקלאצט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:22 am

תגובהדורך פארקלאצט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 2:10 pm

פאול רייען וועגן נייע גאון קאנטראל
Paul Ryan rejects calls for new gun control legislation after Texas church shooting
House Speaker Paul Ryan signaled Tuesday he would not take up new gun control legislation in the aftermath of Sunday’s deadly church shooting in Texas, and instead called for actions to ensure current gun laws are followed.

“How about enforcing the laws we’ve got on the books?” Ryan, R-Wis., said when asked about gun control legislation as a Tuesday morning press conference.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער, מה אנו, קנאפער ידען און 32 געסט