גאן קאנטראל דעבאטע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:56 am

יש ברירה האט געשריבן:און טאמער איז עס זיין אייגענע רעגיסטרירטע?!

איך רעד אין דזשענעראל. איך ווייס נישט וואס די היסטאריע איז מיט דעם היינטיגן מערדער. אבער מיט א פולשטענדיגע רעגיסטראציע און בעקגראונד סיסטעם וועלן מוכרים זיין רעספאנסיבל פאר וועם זיי פארקויפן א ביקס.
יש ברירה האט געשריבן:מען ברויך מאכן א פעדעראלע פארבאט אויף מאשין גאנס! אפגעפליקטע ען אר עי באקעל פאסיק לעדערנע שטיוול טיפשים!

איך בין איינשטימיג.
"Most people do what most people do, because this is what most people do." — Rabbi Dovid Orlofsky

מפתח צו מיינע אשכולות.

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 12:47 pm

?If you wanna ban guns y are u against a travel ban

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 12:48 pm

איך וויל מען זאל טוישן די קאנסטיטוציע!

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 12:52 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך וויל מען זאל טוישן די קאנסטיטוציע!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:01 pm

abeg האט געשריבן:?If you wanna ban guns y are u against a travel ban

דרייסיג טויזנט אמעריקאנער שטארבן יערליך פון אומרעגלירטע וואפנס. איבער צען טויזנט דערפון דורך גאן מארדן.
0 אמעריקאנער זענען געשטארבן פון אימיגראנטן/פליטים/טוריסטן פון איינע פון די זיבן מוסלעמענער לענדער זינט 1776.

יש ברירה האט געשריבן:איך וויל מען זאל טוישן די קאנסטיטוציע!


צווישן A well regulated Militia, being necessary to the security of" a free State, the right of the people to keep and bear Arms, shall not be infringed." און די היינטיגע צושטאנד פון וואפן אייגנטום אין אמעריקע איז דא ווייטער וועג. אדער ווי דער פרעזידענט זאגט "Big water, ocean water."

יש ברירה האט געשריבן:דא זעה איך אז ס'נישט אזוי פשוט צו קויפן א מאשין גאן. הגם סאיז לעגאל איז עס אבער זייער רעגולירט

http://thefederalist.com/2017/10/02/act ... -guns-u-s/

ער רעדט פון פולקאם אטאמאטישע מאשין ביקסן.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:03 pm

אלס א איד וויל איך גאן פארבאט, אבער איך פארשטיי פארוואס א גוי זאל זיין פאר גאנס.

שטארקע גאן קאנטראל איז ערגעץ אין מיטן

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:12 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איך וויל מען זאל טוישן די קאנסטיטוציע!


צווישן A well regulated Militia, being necessary to the security of" a free State, the right of the people to keep and bear Arms, shall not be infringed." און די היינטיגע צושטאנד פון וואפן אייגנטום אין אמעריקע איז דא ווייטער וועג. אדער ווי דער פרעזידענט זאגט "Big water, ocean water."


די סופרים קארט דיסעגריט מיט אייך, מען ברויך טוישן די קאנסטיטוציע און פערטיג.

דאכציך אוסטראליע האט עס געטון, און עפעקטיוולי אפגעשטעלט די פענאמענאנען פון מעס שוטינג אין זייער לאנד

אוועטאר
שעפעריש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפעריש » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 3:54 pm

אבער מ'גייט זיך נישט קענען פראטעקטן אויב וועט מען נישט מעגן האבן גאנס. א רוצח וועט סייווי האבן א גאן, אפגעזען צו ס'איז לעגאל צו נישט.

אוועטאר
קליינטשיגער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 4:06 pm

די גאנצע היתר פון די קאסטעטוציע איז צו זיך קענען פראטעקטן פון די גאווערמענט אויב עס פעלט אויס, איך מיין אז עס איז שוין נישט שייך, ווייל אפילו מיט מאשין גאנס קען מען זיך נישט פראטעקטן פון די אמעריקאנע מיליטער.

דערפאר מיין איך אז אטאמאטישע גאנס דארפן טאקע זיין איליגעל, אבער פשוטע גאנס וואס איז נישט געמאכט פאר א מאסן שיסעריי, נאר ענדערש פאר פראטעקשאן, זאל יא בלייבן ליגעל, די וויי געשריי פון די לינקע אויף אלע גאנס איז נעריש, יעדער פארשטייט אז א קרימענעל האלט נישט איין די געזעצן, און מען דארף זיך קענען פראטעקטן פון זיי, א מאשין גאן פעלט נישט אויס ביים זיך פראטעקטן, און א פשוטע גאן פעלט יא אויס.

הילערי קלינטאן זאל זיך צוריקגיין צו איר הייק און אויפהערן פאליטעזירען אין יעדע געלעגענהייט, אבער גראדע דא איז זי גערעכט, פארוואס פינקטלעך זאל א סיילענסער זיין ליגעל ווען עס האט נישט קיין שום פארדינסט פארן נארמאלן בירגער.

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 4:20 pm

קליינטשיגער האט געשריבן:די גאנצע היתר פון די קאסטעטוציע איז צו זיך קענען פראטעקטן פון די גאווערמענט אויב עס פעלט אויס, איך מיין אז עס איז שוין נישט שייך, ווייל אפילו מיט מאשין גאנס קען מען זיך נישט פראטעקטן פון די אמעריקאנע מיליטער.

דערפאר מיין איך אז אטאמאטישע גאנס דארפן טאקע זיין איליגעל, אבער פשוטע גאנס וואס איז נישט געמאכט פאר א מאסן שיסעריי, נאר ענדערש פאר פראטעקשאן, זאל יא בלייבן ליגעל, די וויי געשריי פון די לינקע אויף אלע גאנס איז נעריש, יעדער פארשטייט אז א קרימענעל האלט נישט איין די געזעצן, און מען דארף זיך קענען פראטעקטן פון זיי, א מאשין גאן פעלט נישט אויס ביים זיך פראטעקטן, און א פשוטע גאן פעלט יא אויס.

הילערי קלינטאן זאל זיך צוריקגיין צו איר הייק און אויפהערן פאליטעזירען אין יעדע געלעגענהייט, אבער גראדע דא איז זי גערעכט, פארוואס פינקטלעך זאל א סיילענסער זיין ליגעל ווען עס האט נישט קיין שום פארדינסט פארן נארמאלן בירגער.


אױך איז די שטרענגסטע גאן געזעצען דא אין שיקאגא אין דארט זענען דא די מערסטע שיסערײען

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 5:29 pm

צווייפעל האט געשריבן:אלס א איד וויל איך גאן פארבאט, אבער איך פארשטיי פארוואס א גוי זאל זיין פאר גאנס.

שטארקע גאן קאנטראל איז ערגעץ אין מיטן

מיט וואספארע גאן'ס (רייפעלס) האט ער געשאסען; און צו גאן קאנטראל וואלט צוריק געהאלטען דער גביר דער שיסער Stephen Paddock פון האבען די גאן'ס. דאס איז מיין ערשטע קשיא.

פאר מען גייט באשליסען צו דאס גייט טוישען אונזער מיינונג אויף דער נושא, דארף מען קודם ארויס האבען די מציאות הדברים.

(אוודאי בין איך נוטה אויף צוימען גאן'ס; די שאלה איז ווי צווייפעל האט געשריבען; מיט וויפיל.)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 10:07 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:?If you wanna ban guns y are u against a travel ban



יש ברירה האט געשריבן:דא זעה איך אז ס'נישט אזוי פשוט צו קויפן א מאשין גאן. הגם סאיז לעגאל איז עס אבער זייער רעגולירט

http://thefederalist.com/2017/10/02/act ... -guns-u-s/

ער רעדט פון פולקאם אטאמאטישע מאשין ביקסן.


נישט דאס האט דער משוגענער גענוצט?

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:18 am

אין מיין אפיניאן, איז דא צוויי הויפט פונקטן ווען עס קומט צו גאן קאנטראל

1)עס זאל זיין גענצליך אומלעגאל צו קויפן סיי וועלכע אטאמטישע מאשין געווער אפילו סעמי אטאמאטיש - עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס א מענטש זאל דארפן א רעוואלווער וואס איז געמאכט צו שיסן מערערע מענטשן אויף איין מאל, זיך צו פראטעקעטן איז פונקט גענוג א שאט גאן.

2)יעדער איינער וואס וויל קויפן סיי וועלכע ביקס דארף דורכגיין א גרינטליכע בעקגראונד טשעק און עס דארף זיין רעגיסטרירט.

איך מיין אז דאס איז קאממאן סענס גאן קאנטראל, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס עמיצער זאל נישט מסכים זיין צו אזא געזעץ.

אוועטאר
מייזל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:27 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
דרייסיג טויזנט אמעריקאנער שטארבן יערליך פון אומרעגלירטע וואפנס. איבער צען טויזנט דערפון דורך גאן מארדן.
0 אמעריקאנער זענען געשטארבן פון אימיגראנטן/פליטים/טוריסטן פון איינע פון די זיבן מוסלעמענער לענדער זינט 1776.

זאל איך לאכן אדער וויינען
פארוואס נישט זינט 1676 ?
    Tessa Tranchant, 16, was killed on March 30, 2007 in Virginia Beach by Alfredo Ramos, an illegal alien from Mexico
    Sarah Root, 21, from Omaha, Nebraska was killed on January 31, 2016. by Eswin Mejia, an illegal alien from Honduras
    Grant Ronnebeck was murdered in Mesa, Arizona on January 22, 2015 by Apolinar Altamirano, an illegal alien from Mexico
    Joshua Wilkerson, 18, Beaten & Burned to on Nov. 16, 2010 By Hermilio Moralez a illegal immigrant
    Kathryn Steinle 32 was shot dead On July 1, 2015,by Juan Francisco an illegal alien
    Nisa Mickens(15) and Kayla Cuevas(16) was shot and killed on September 2016, defendants we're in the country illegally
לעצט פאראכטן דורך מייזל אום דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:32 am

ס׳איז זײער אראניש אז די זעלבע חברה װאס פארפירען אז מ׳דארף גאן קאנטראל האבן אנגעפירט די שאדערליכע Fast & Furious gun program װאס האט געגעבען טאקע די זעלבע װאפען װאס זיי האלטען אז ס׳טאר נישט זײן אױף די גאס פאר די ערגסטע פארברעכער(אין װעל נישט זײן Suprised צי הערן אז די װאפן װאס די מאנסטער האט געניצט קימט טאקע פין די פראגראם)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:44 am

מצב כללי האט געשריבן:אין מיין אפיניאן, איז דא צוויי הויפט פונקטן ווען עס קומט צו גאן קאנטראל

1)עס זאל זיין גענצליך אומלעגאל צו קויפן סיי וועלכע אטאמטישע מאשין געווער אפילו סעמי אטאמאטיש - עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס א מענטש זאל דארפן א רעוואלווער וואס איז געמאכט צו שיסן מערערע מענטשן אויף איין מאל, זיך צו פראטעקעטן איז פונקט גענוג א שאט גאן.

2)יעדער איינער וואס וויל קויפן סיי וועלכע ביקס דארף דורכגיין א גרינטליכע בעקגראונד טשעק און עס דארף זיין רעגיסטרירט.

איך מיין אז דאס איז קאממאן סענס גאן קאנטראל, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס עמיצער זאל נישט מסכים זיין צו אזא געזעץ.


ווען ס'זאל ווען זיין בלויז דאס אדער ענדליך וואלטן אסאך ריפאבליקענס מיטגעגאנגן, הגם ס'האט פראבלעמען, כ'מיין יעדער פארשטייט אז דער מיט א קרימינאלע בעקראונד וועט נישט בלייבן אן קיין וואפן, סעט ווערן א שווארצע מארקעט פאר זיי... סאו סיז נישט אזוי פשוט... אבער אפילו בלויז פארבאטן אוטאמאטישע וואפן איז דא אסאך וואס עגריען... אבער ווי די וועלט זאגט, מיט א נאר שרייבט מען נישט אונטער אפילו אויף די עשרת הדברות... מיט די ליבעראלן קעמען נישט גיין צום טיש... און דאס איז א גרויסע פראבלעם... די NRA נוצט דאס גוט אויס...

אויב איז דא א סענעטאר וואס וויל עכט עפעס אויפטוהן, זאלער ארויסקומען מיט א בילל וואס האט גארנישט, בלויז א פארבאט אויף אטאמאטישע וואפן, ער וועט טרעפן גענוג שטיצע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:47 am

איך גלייב אז די שווארצע מארקעט וועט זיין פיהל קלענער אויב וועט זיין שטארקע גאן קאנטראל, ניין?
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:50 am

אזויווי דראגס איז נישטא קיין שווארצע מארקעט ווייל סיז איליגעל, רייט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
באלזאם
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:13 am
לאקאציע: צווישן האמער און נאגל

תגובהדורך באלזאם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:58 am

בלויז א פארבאט אויף אטאמאטישע וואפן איז א זאך וואס די NRA וועט אויך נישט מסכים זיין. די פראגע איז, וויפיל רעפאבליקאנע זענען דא וואס זענען גרייט צו גיין קעגן די NRA... אויב בכלל.
קען זיין מיט טראמפ איז בעסער ווייל ער האט צוגעזאגט זיך נישט צו לאזן פון לאביאיסטן... הא קנאוס...
העי, וואטש ווי די טרעטסט, טרעט נישט אין קיין מאראסט. . (קרעדיט: זעמל)

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:05 pm

מצב כללי האט געשריבן:אין מיין אפיניאן, איז דא צוויי הויפט פונקטן ווען עס קומט צו גאן קאנטראל

1)עס זאל זיין גענצליך אומלעגאל צו קויפן סיי וועלכע אטאמטישע מאשין געווער אפילו סעמי אטאמאטיש - עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס א מענטש זאל דארפן א רעוואלווער וואס איז געמאכט צו שיסן מערערע מענטשן אויף איין מאל, זיך צו פראטעקעטן איז פונקט גענוג א שאט גאן.

אויטאמאטישע מאשין געווער זענען שוין גענצליך פארבאטן פון 1986.

און אוודאי איז דא א גוטע סיבה פאר סעמי אויטאמאטיש. וואס טו איך טאמער עס זענען דא צוויי אדער דריי אריינדרינגער? איך דארף שיסן, געדענקן צוריקצושלעפן, נאכאמאל שיסן, אלעס אונטער די פרעשור פון די אריינברעכער??

די פאליציי פארשטייסטו אז זיי זאלן נישט דארפן נאכלויפן רוצחים צו וואס מיט שאטגאנס. מאי שנה דער אלגעמיינע בירגער וואס וויל פראטעקטן זיין הויז און קינדער?

2)יעדער איינער וואס וויל קויפן סיי וועלכע ביקס דארף דורכגיין א גרינטליכע בעקגראונד טשעק און עס דארף זיין רעגיסטרירט.

עס איז שוין דא.

איך מיין אז דאס איז קאממאן סענס גאן קאנטראל, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס עמיצער זאל נישט מסכים זיין צו אזא געזעץ.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:36 pm

abeg האט געשריבן:ס׳איז זײער אראניש אז די זעלבע חברה װאס פארפירען אז מ׳דארף גאן קאנטראל האבן אנגעפירט די שאדערליכע Fast & Furious gun program װאס האט געגעבען טאקע די זעלבע װאפען װאס זיי האלטען אז ס׳טאר נישט זײן אױף די גאס פאר די ערגסטע פארברעכער(אין װעל נישט זײן Suprised צי הערן אז די װאפן װאס די מאנסטער האט געניצט קימט טאקע פין די פראגראם)

בכלל נישט איראניש, די ציהל פון פעסט ענד פיוריוס איז נישט געווען צו טיילן גאנס פאר דראג קארטעלס, סך הכל געווען א פראגראם וואס האט געפלאפט.

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:49 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:ס׳איז זײער אראניש אז די זעלבע חברה װאס פארפירען אז מ׳דארף גאן קאנטראל האבן אנגעפירט די שאדערליכע Fast & Furious gun program װאס האט געגעבען טאקע די זעלבע װאפען װאס זיי האלטען אז ס׳טאר נישט זײן אױף די גאס פאר די ערגסטע פארברעכער(אין װעל נישט זײן Suprised צי הערן אז די װאפן װאס די מאנסטער האט געניצט קימט טאקע פין די פראגראם)

בכלל נישט איראניש, די ציהל פון פעסט ענד פיוריוס איז נישט געווען צו טיילן גאנס פאר דראג קארטעלס, סך הכל געווען א פראגראם וואס האט געפלאפט.

דײן ענטפער איז מסביר די איראנישקײט

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:06 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אזויווי דראגס איז נישטא קיין שווארצע מארקעט ווייל סיז איליגעל, רייט?

#1 יתכן אז ס'וואלט געווען פיהל מער מענטשן אויף דראגס ווען עס וואלט ווען געווען ליגעל,
#2 געווער קען מען נישט פלאנצן אין די בעקיארד.
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 8:00 pm

אין אמעריקא, און אין פילע אנדערע מדינות, איז פארהאן א געזעץ אז יעדע קעש טראנזאקציע פון העכער א געוויסע סכום (דא אין אמעריקע איז עס 10 אלפים) מוז ווערן באריכטעטע פאר די IRS. און וואס פאסירט אויב א פארשוין וויל אויסמיידן די דאזיגע רעגולאציע און מאכט קלענערע דיפאזיטס פון לאמיר זאגן 8-7 טויזנט טאלער א שטיק? גראטעס!! איי מה כל הרעש, ער האט דאך דיפאזיטעט ווינציגער ווי די 10K טרעשאלד? זאגט אבער די געזעץ אז על אף מען מוז נישט באריכטן איינצעלע קלענערע טראנזאקציעס, אבער אויב מען זעהט א פעטטערן פון אויסמיידן דעם IRS RULE, דאס אליין איז אויך אן חטא. לעגאל הייסט עס "סטראקטשערינג".

לענינינו, דא אין לאס וועיגעס האט א געפארפולער פארשוין איינגעקויפט צענדליגע שטיקער פון אוטאמאטישע און סעמי-אוטאמעטישע רייפעלס, ואין פוצה פה!! נניח אז איז קיין פראבלעם אז קליינע מענטשעלעך מיט א זויבערע עבר האנדלען זיך איין אוטאמאטישע וואפן, אבער פארוואס האלט נישט די רעגירונג קיין חשבון אויף די אלע וואפן טראנזאקציעס?! פארוואס צינדן זיך נישט אן קיין צענדליגע רויטע לעמפלעך ווען א מאן לאזט זיך ארויס אויף א רעוואלווערישע שאפינג ספרי?!!
"Most people do what most people do, because this is what most people do." — Rabbi Dovid Orlofsky

מפתח צו מיינע אשכולות.

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 8:21 pm

דער רעגירונג האט נישט דער מען-פאוער פאר דעם. זיי קענען האבען אלע אינפארמאציע, און יעדער טרענזעקשען, ממש אלעס; אבער אויב א מענטש מאניטערט עס נישט, און גייט עס נישט נאך, איז די אינפארמאציע גארנישט ווערט, נאר פאר נאך טרעגליך; אדער פאר וועם מען באשליסט צו פייניגען.

ס'קען זיך אנצינדען מיליאנען רויטע לעמפלעך א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט, אבער אויב מען האט נישט דער מען-פאוער און די ריכטיגע ארבעטערס וואס פארשטייען וואס זיי האבען צו טוהן, איז עס גארנישט ווערט.

די לינקע ווילען גרעסער גאווערנמענט, די רעכטע ווילען קלענער גאווערמענט; איז דער פשרה, גרויסע גאווערנמענט וואס האט אזוי פיל קאנטראל ווי ס'וואלט געווען א קליינע גאווערנמענט.

און ס'גייט ווערען ערגער.

ביז מענטעשן וועלען קומען צום שכל; און דענמאלט האב איך מורא אז עס וועט שוין זיין צו שפעט צו האבען עהני קאנטראל. רעכטע און לינקע: שלאגץ ענק ווייטער; ענקער הייזער ברענען, ענקער לאנד ברענט און גייט אינטער; אבער קיינער קוקט נישט ווייטער וויי דער נאז און אלע זיהכען נאר א יעצטיגע געווינס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער, קנעטענע קיגעל און 24 געסט