פרישע שווער אנגעצויגענע שטימונג צווישן כאמאס טעראר גרופע און מדנ"י

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג נובעמבער 11, 2018 8:02 pm

אלמוני האט געשריבן:דעת תורה אדער דעת בעל הבית?

דו פאלגסט נאר דעת תורה יעדעס מאל?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג נובעמבער 11, 2018 8:07 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:דעת תורה אדער דעת בעל הבית?

דו פאלגסט נאר דעת תורה יעדעס מאל?

דעת בעל הבית פאלג איך זיכער נישט

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » זונטאג נובעמבער 11, 2018 8:08 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:איז נאך בכלל דא וואס צו באמבעדירן איז עזה זיי טוען דאס שוין יארן וואס באמבעדירן זיי ?

די זעלבע זאך געטראכט


מיר איז שווער וויפיל ליידיגע שטחים עס איז דא אין מדינת ישראל פאר ראקעטן צו פאלן


אזוי ווי עס איז נאך דא וועלדער אין קאליפארניע כאטשיג עס ברענט שוין די לעצטע צוואנציג יאר ......................

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:18 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:איז נאך בכלל דא וואס צו באמבעדירן איז עזה זיי טוען דאס שוין יארן וואס באמבעדירן זיי ?

די זעלבע זאך געטראכט


מיר איז שווער וויפיל ליידיגע שטחים עס איז דא אין מדינת ישראל פאר ראקעטן צו פאלן

איך ווינדער מיך שוין יארן . איז נאך דא וועלדער און קרלפארניע וואס קען נאך ברענען....
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 10:32 am

הער איך אז ס׳פליט שוין נאכאמאל ראקעטן? איינער קען באשטעטיגן?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 10:53 am

כא כא כא האט געשריבן:הער איך אז ס׳פליט שוין נאכאמאל ראקעטן? איינער קען באשטעטיגן?

קוק דא

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:19 pm

אריבער 200 ראקעטן געפלויגען היינט, 70 אראפ געשיסן דורכן כיפת ברזל סיסטעם
איינס האט געקראכט אויף א באס, קורץ נאך וואס 230 אידן זענען פון דארט אראפ, איין לייכט פארוואונדערטער ה"י
איינס האט אריין געקראכן אין א בניין, קיין פארוואונדערטער בחסדי ה'
ערענסט אנגעצויגען, זאל דער באשעפער שומר ומציל זיין

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:56 pm

לחם לשובע האט געשריבן:אריבער 200 ראקעטן געפלויגען היינט, 70 אראפ געשיסן דורכן כיפת ברזל סיסטעם
איינס האט געקראכט אויף א באס, קורץ נאך וואס 230 אידן זענען פון דארט אראפ, איין לייכט פארוואונדערטער ה"י
איינס האט אריין געקראכן אין א בניין, קיין פארוואונדערטער בחסדי ה'
ערענסט אנגעצויגען, זאל דער באשעפער שומר ומציל זיין


230 אידן אויף א באס? ניסים

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:59 pm

אויפן באס זענען געווען פופציג סאלדאטן א מינוט פארדעם.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:20 pm

צה"ל תקף 70 יעדים: מנהרות, מתחמים צבאיים, משגרים, ואמל"ח



הדה הוא דכתיב ועלה עשנו כעשן הכבשן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:21 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:איז נאך בכלל דא וואס צו באמבעדירן איז עזה זיי טוען דאס שוין יארן וואס באמבעדירן זיי ?

די זעלבע זאך געטראכט


מיר איז שווער וויפיל ליידיגע שטחים עס איז דא אין מדינת ישראל פאר ראקעטן צו פאלן


מען זאגט אז ווען עס פאלט ראקעטן אויף זייערע מיליטערישע באזעס, אדער אויף אנדערע פלעצער וואו זיי האבן די מעגליכקייט עס צו באהאלטן, דאן זאגט מען אז עס איז געפאלן אויף "ליידיגע שטחים", די געזעץ דארט איז אז מען טאר נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע איבער פלעצער וואס זענען געטראפן געווארן פון אטאקעס.

וואס דארפסטו מער ווי ווען זייער לופטפעלד איז באטראפן געווארן עטליכע יאר צוריק פון ראקעטן און מען האט עס בלית ברירה צו זייער גרויס בושה געמוזט אפשפארן אויף א טאג צוויי, האבן זיי דאס ברבים פארלייקענט, זאגנדיג אז דער לופטפעלד איז פארשפארט פאר קריטישע רענאוואציעס (אדער עפעס אן ענליכער נארישער תירוץ)... אזוי אויך האב איך איינמאל מיטגעהאלטן א מעשה ווי עס איז געפאלן אין אשדוד א ראקעט אינמיטן שטאט, און זיי האבן דאס בריש גלי פארלייקענט זאגנדיג אז עס איז געווען א געז אויפרייס (איך האב געהערט דעם אמת פון אן אשדוד'ער איינוואוינער).

ולפי זה קען מען פארשטיין פארוואס די אראבישע טפשים טראץ דעם וואס זייערע ראקעטן זענען אזוי קלוג אז זיי קלוגען אסאך מאל איבער אפילו דעם אנטי-מיסיל סיסטעם, מיט דעם אלעם שיסן זיי אזויפיל ראקעטן אויף ליידיגע און אומבאוואוינטע שטחים....

ישראל גרינער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 23, 2014 9:17 am

תגובהדורך ישראל גרינער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:31 pm

ראקעטן געלונגען נישט אויף מיליטערישע באסעס א מינוט נאך אלע סאלדאטן גייען אראפ. דאס איז מנהסתם געווען א mortar געצילט דירעקט אויפן מיליטערישן באס נעבן גרעניץ.

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:32 pm

די בהין פון Al Aqsa TV יעצט געצילט געווארן דורך מדינת ישראל לופט אטאקע

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:39 pm

kosher phone האט געשריבן:די בהין פון Al Aqsa TV יעצט געצילט געווארן דורך מדינת ישראל לופט אטאקע

א קליפ פון די מעמד, מיט התרגשות'דיגע געשרייען פון אלע חסידים

אוועטאר
כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:47 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:די בהין פון Al Aqsa TV יעצט געצילט געווארן דורך מדינת ישראל לופט אטאקע

א קליפ פון די מעמד, מיט התרגשות'דיגע געשרייען פון אלע חסידים

די סיבה פארוואס ס'דא א קליפ וויבאלט מד"י האט געקלאפט אויפן דאך ביפאר צו מעלדן אז מ'ברויך פריי מאכן דאס פלאץ.

יעצט איז א גוטע געלעגנהייט צו זעהן טראמפ'ס ריספאנד, למעשה האט מד"י אנגעהויבן די יעצטיגע ראונדע.
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:26 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:די בהין פון Al Aqsa TV יעצט געצילט געווארן דורך מדינת ישראל לופט אטאקע

א קליפ פון די מעמד, מיט התרגשות'דיגע געשרייען פון אלע חסידים


רשעים

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:25 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:איז נאך בכלל דא וואס צו באמבעדירן איז עזה זיי טוען דאס שוין יארן וואס באמבעדירן זיי ?

די זעלבע זאך געטראכט


מיר איז שווער וויפיל ליידיגע שטחים עס איז דא אין מדינת ישראל פאר ראקעטן צו פאלן


מען זאגט אז ווען עס פאלט ראקעטן אויף זייערע מיליטערישע באזעס, אדער אויף אנדערע פלעצער וואו זיי האבן די מעגליכקייט עס צו באהאלטן, דאן זאגט מען אז עס איז געפאלן אויף "ליידיגע שטחים", די געזעץ דארט איז אז מען טאר נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע איבער פלעצער וואס זענען געטראפן געווארן פון אטאקעס.

וואס דארפסטו מער ווי ווען זייער לופטפעלד איז באטראפן געווארן עטליכע יאר צוריק פון ראקעטן און מען האט עס בלית ברירה צו זייער גרויס בושה געמוזט אפשפארן אויף א טאג צוויי, האבן זיי דאס ברבים פארלייקענט, זאגנדיג אז דער לופטפעלד איז פארשפארט פאר קריטישע רענאוואציעס (אדער עפעס אן ענליכער נארישער תירוץ)... אזוי אויך האב איך איינמאל מיטגעהאלטן א מעשה ווי עס איז געפאלן אין אשדוד א ראקעט אינמיטן שטאט, און זיי האבן דאס בריש גלי פארלייקענט זאגנדיג אז עס איז געווען א געז אויפרייס (איך האב געהערט דעם אמת פון אן אשדוד'ער איינוואוינער).

ולפי זה קען מען פארשטיין פארוואס די אראבישע טפשים טראץ דעם וואס זייערע ראקעטן זענען אזוי קלוג אז זיי קלוגען אסאך מאל איבער אפילו דעם אנטי-מיסיל סיסטעם, מיט דעם אלעם שיסן זיי אזויפיל ראקעטן אויף ליידיגע און אומבאוואוינטע שטחים....

ביסט געווען דארט?

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:31 pm

א קליפ פונעם אנדערע זייט גרעניץ ווען די באס רייסט אויף

אוועטאר
כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:32 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:איז נאך בכלל דא וואס צו באמבעדירן איז עזה זיי טוען דאס שוין יארן וואס באמבעדירן זיי ?

די זעלבע זאך געטראכט


מיר איז שווער וויפיל ליידיגע שטחים עס איז דא אין מדינת ישראל פאר ראקעטן צו פאלן


מען זאגט אז ווען עס פאלט ראקעטן אויף זייערע מיליטערישע באזעס, אדער אויף אנדערע פלעצער וואו זיי האבן די מעגליכקייט עס צו באהאלטן, דאן זאגט מען אז עס איז געפאלן אויף "ליידיגע שטחים", די געזעץ דארט איז אז מען טאר נישט ארויסגעבן קיין אינפארמאציע איבער פלעצער וואס זענען געטראפן געווארן פון אטאקעס.

וואס דארפסטו מער ווי ווען זייער לופטפעלד איז באטראפן געווארן עטליכע יאר צוריק פון ראקעטן און מען האט עס בלית ברירה צו זייער גרויס בושה געמוזט אפשפארן אויף א טאג צוויי, האבן זיי דאס ברבים פארלייקענט, זאגנדיג אז דער לופטפעלד איז פארשפארט פאר קריטישע רענאוואציעס (אדער עפעס אן ענליכער נארישער תירוץ)... אזוי אויך האב איך איינמאל מיטגעהאלטן א מעשה ווי עס איז געפאלן אין אשדוד א ראקעט אינמיטן שטאט, און זיי האבן דאס בריש גלי פארלייקענט זאגנדיג אז עס איז געווען א געז אויפרייס (איך האב געהערט דעם אמת פון אן אשדוד'ער איינוואוינער).

ולפי זה קען מען פארשטיין פארוואס די אראבישע טפשים טראץ דעם וואס זייערע ראקעטן זענען אזוי קלוג אז זיי קלוגען אסאך מאל איבער אפילו דעם אנטי-מיסיל סיסטעם, מיט דעם אלעם שיסן זיי אזויפיל ראקעטן אויף ליידיגע און אומבאוואוינטע שטחים....

די סיבה פארוואס זיי פארציילן נישט איז וויבאלט זיי ווילן נישט אז די אראבערס זאלן וויסן ווי ס'קומט אן, אזוי וועלן זיי נישט שיסן אין יעדע דירעקשען נאכאמאל,
אין עפעס א מאדנע נגיעה שרייט זיך ארויס פין דיינע ווערטער, זייער ראקעטן זענען קלוג? די גלייבסט אז ווען זיי קענען איבערקלוגן די דיפענס סיסטעם וועלן זיי עס נישט טוען יעדע מאל?
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:34 pm

הדבר ידוע לכל אז זייערע ראקעטן איז ממש נישט נישט קלוג, עס האט נישט קיין שום סיסטעם ווי עס פליהט, עס פליהט ווי עס לאזט זיך,
עס איז בכלל נישט קאמפיוטערייזט.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:35 pm

מען טאר נישט זאגן ווער דער הויך ראנגיקער סאלדאט איז, אבער ענק אין אמעריקא מעגן דאך זאגן, נו ווער?

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:40 pm

קען זיין איך האב א טעות געהאט איבער די קלוגשאפט פון זייערע ראקעטן, בכל אופן פאלט דאס נישט אלעמאל פונקט אויף "ליידיגע שטחים".

'לחם' דו רעדסט צו מיר? איך זאל זאגן ווער דער הויכראנקיגער אפיציר איז? דערווייל האב איך נישט קיין איינוואוינער אין מיליטער אדער אין עזה וואס זאל מיר קענען זאגן...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:44 pm

עס פאלט אויף ליידיגע שטחים בעיקר, ווייל דער אייבישטער היט אז אידן זאלן נישט ניזק ווערן, דעטס אלל.

ווילסט פארשטיין די דרך הטבע, איז ווייל רוב שטחים זענען ליידג אין יענעם געגענט, ממילא פאלן רוב ביים ליידיגען, און העכער די שטעט איז דא דער כיפת ברזל.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:46 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:קען זיין איך האב א טעות געהאט איבער די קלוגשאפט פון זייערע ראקעטן, בכל אופן פאלט דאס נישט אלעמאל פונקט אויף "ליידיגע שטחים".

'לחם' דו רעדסט צו מיר? איך זאל זאגן ווער דער הויכראנקיגער אפיציר איז? דערווייל האב איך נישט קיין איינוואוינער אין מיליטער אדער אין עזה וואס זאל מיר קענען זאגן...

עפעס קנעקשענס האסטו דאך, ניין?
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:47 pm

איין טויטע אין אשקלון. השם ינקום דמה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 35 געסט