תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:46 am
צו מאכן א ס"ה... אונז ווייסמער היינט אז עט ליעסט א ריזיגע חלק פון די רוסלאנד אינוועסטיגעישן איז קרעפ! קלינטאן האט באצאלט פאר א דאסיער, געשיקט צו די FBI און מ'האט אנגעפאנגן אן אינוועסטיגעישן... דאס אליין מאכט שוין גענוג סקעפטיקל אז סיז קיין קעלוזשן נישט געווען...
די אלע פאקטן וואס זענען ארויסגעקומען אז מ'האט געוואלט אויפשטעלן א בעק טשענעל נאכן עלעקשן, די סטראוק און פעידזש טעקס (נאו דער דער) די קאנגרעס און סענאט אינוועסטיגעישן, די FBI אינוועסטיגעישן, סיז געווען פייסע ריקוועסטס... נאך אלעס זאגן אלע אז קיין עווידענס אויף קעלוזשן איז נישטא! די דערמאנטע אינוועסטיגעיטארס האבן געוואוסט פון די טראמפ טאוער מיטונג און אלע אנדערע זאכן וואס איך און דו ווייסן... דאס מאכט יעדן נארמאלן מענטש זאגן אז קיין קעלוזשן איז ווארשיינליך נישט געווען...
אינצווישן האט מוללער אנגעפאנגן זיין אינוועסטיגעישן, ער האט שוין סובפינעט אדער באקומען פרייוויליג מיליאונען דאקומענטן, ער האט עקסעס צו יעדן וואס איז נאר געווען מיט טראמפ די לעצטע פאר יאר, יעדער האט אלע איבעגעגעבן אדער גערעדט פרייוויליג אדער דורך א סובפינע... מ'האט שוין אינדייטעד אסאך מענטשן, רפוירד אנדערע פאר אינוועסטיגעישן... אבער עניטינג שייכות צו קעלוזשן האבן זיי נאכניש געוויזן... סאו ביז אהער טראכט א נארמאלע מענטש אז סיז ווארשיינליך נישט געווען קיין קעלוזשן!
איז אויב ווילסטו זאגן אז סיז יא געווען עפעס, און מוללער ווייסט נאכניש דערפון, איז ווי געזאגט "ס'קען זיין אמת" אבער שווער צו גלייבן! אדער אז מוללער ווייסט יא, ער דארף נאר מענפארט צו טעסטיפייען איז צוויי זאכן... איינס, מענפארט'ס טעסטעמאוני איז גאר ווייניג ווערד, ער איז א קאנוויקטעד קרוק! שנית, אויב מענפארט טעסטיפייד האטער זיך אליין גע'שחטן! נישטא קיין שום טשאנס פאר א פארדאן!
סאו שכל זאגט אז סיניש געווען קיין קעלוזשן, און אויב איז יא געווען, איז בעסער פאר מענפארט צו שווייגן און ווארטן אויף א פארדאן...
מוז מען זאגן אז די רעדע איז פון קאאפערירן איבער אנדערע זאכן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!