נייעס און נאטיצן פון די פאול מענעפארט פראצעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:37 am

מענעפארט טיט א נארישקײט װאל בײם סענטעסאינג װעלן די פראסיקיאטערס סײװי זאגן אז די קאפעראציע איז נישט געװען א סוקסעס אזױ האבן זײ אױך געטאהן מיט פאפאודאפאלעס

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:37 am

הכל הבל האט געשריבן:ווייסמאן זאגט פארן ריכטער אז מענעפארט וועט קאאפערירן מיט די רעגירונג און אז די איבריגע קלאגעס וועלן ווערן ארויסגעצויגן בעפאר סענטענסינג אדער ביים זעהן סוקסעס אין די קאאפערעציע פראצעדור

איז דאס נישט שוחד פאר'ן עדות?
Innocent until proven Republican

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:38 am

מענעפארט פארמעגן אין די ווערט פון 46 מיליאן דאלער וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע רעגירונג

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:39 am

הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט פארמעגן אין די ווערט פון 46 מיליאן דאלער וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע רעגירונג

Wow
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:39 am

Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ווייסמאן זאגט פארן ריכטער אז מענעפארט וועט קאאפערירן מיט די רעגירונג און אז די איבריגע קלאגעס וועלן ווערן ארויסגעצויגן בעפאר סענטענסינג אדער ביים זעהן סוקסעס אין די קאאפערעציע פראצעדור

איז דאס נישט שוחד פאר'ן עדות?

לכאורה מיינען זיי די סענטעסינג פונעם ווירדזשיניע געריכט.

בעיסיקלי א טרעפפ פארן יענעם ריכטער ער זאל נישט לצנות מאכן פון די אכט קלאגעס
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:40 am

ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארשע: די היינטיגע אנטוויקלונגען האבן קיין פארבינדונג מיטן פרעזידענט אדער זיין זיגרייכע קאמפיין

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:40 am

Goodmorning האט געשריבן:What cooperation? Against trump?

מיז נישט זײן,ער קאפארירט מיט די יוסטיץ דיפארמענט איבער װאס זײ װילן ס׳קען מײנען איבער מיך אין דיך אין אױך טראמפ

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:41 am

Goodmorning האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט פארמעגן אין די ווערט פון 46 מיליאן דאלער וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע רעגירונג

Wow

געוויסע צייגן אן אז מולער האט שוין אויסגעצאלט פאר די רעגירונג די קאסט פון זיין אויספארשונג און מיט א שמיץ אריבער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:41 am

אפשר קעגן פאדעסטא?

לויט ווי איז ער מודה אויף צוויי טשארדזשעס, איינס איז בנוגע זיין "לאביאירן", און דאס הייסט קאנספייערד קעגן די פאראייניגטע שטאטן, און די צווייטע איז פארן שטערן די יעצטיגע אויספארשונג...

טענקס הכל הבל פאר די אפדעיטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:43 am

abeg האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:What cooperation? Against trump?

מיז נישט זײן,ער קאפארירט מיט די יוסטיץ דיפארמענט איבער װאס זײ װילן ס׳קען מײנען איבער מיך אין דיך אין אױך טראמפ

I never had any connections with him or any money of this amount....
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:44 am

הכל הבל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט פארמעגן אין די ווערט פון 46 מיליאן דאלער וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע רעגירונג

Wow

געוויסע צייגן אן אז מולער האט שוין אויסגעצאלט פאר די רעגירונג די קאסט פון זיין אויספארשונג און מיט א שמיץ אריבער



זיי זאלן נאר נישט ספענדן ס'געלט, ווייל ווען טראמפ גייט אים פארדאנען, גייט די געלט צוריק, (אגב, כ'גלייב אז טראמפ גייט אנפאנג נישט גיבן א פול פארדאן, בלויז שניידן די טורמע אורטייל)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:44 am

הכל הבל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט פארמעגן אין די ווערט פון 46 מיליאן דאלער וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע רעגירונג

Wow

געוויסע צייגן אן אז מולער האט שוין אויסגעצאלט פאר די רעגירונג די קאסט פון זיין אויספארשונג און מיט א שמיץ אריבער

א מענטשן פרעסער דער מוללער!.. און אויב האסטע טענות אז זיין פרעסעריי האט געקאסט ציפיל געלט אויך, גנב׳ט ער יענעמס פארמעגן און מיט דעם באצאלט ער זיין באלאנס.

זיין ענפער אויף דעם איז לכאורה פשוט. מענעפארט האט עס אליין געאפערט...!. לאל

#יענס געלעכטער
#ווען די נער איז נישט מיינס
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:46 am

מענעפארט האט גראדע געקעמפט איבער דעם אבער האט אין די ענדע געמוזט אויפגעבן די נכסים

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:49 am

הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט האט גראדע געקעמפט איבער דעם אבער האט אין די ענדע געמוזט אויפגעבן די נכסים

כ׳שוין גראדע זיינע געוועזענע טענענטס. זיי באקומען א ניי לענדלארד. די פעדעראלע רעגירונג!..
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:49 am

Goodmorning האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:What cooperation? Against trump?

מיז נישט זײן,ער קאפארירט מיט די יוסטיץ דיפארמענט איבער װאס זײ װילן ס׳קען מײנען איבער מיך אין דיך אין אױך טראמפ

I never had any connections with him or any money of this amount....

אײנער װאס קאפארירט מיט די יוסטיץ דיפארמענט קאפארירט מיט אלעס װאס די יוסטיץ דיפארמענט באגערט ס׳מיז נישט זײן רילעטיט צי די קלאגעס

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:54 am

Goodmorning האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט פארמעגן אין די ווערט פון 46 מיליאן דאלער וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע רעגירונג

Wow


דאס וועט סוקסעפולי אוועקנעמען די טענה פון טראמפ'ן אז די מולער אינוועסטיגעישאן האט שוין אפגעקאסט 20 מיליאן דאלער פאר די טעקס פעיערס. די רעגירונג איז נאך ארויסגעקומען מיט ריווח!! די מעקסיקאנער האבן באצאלט פארן וואנט...

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 11:56 am

I thought manafort was broke? From where do they get $46 million
שויתי ה' לנגדי תמיד

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:00 pm

Goodmorning האט געשריבן:I thought manafort was broke? From where do they get $46 million

דאס איז מערסטענס פון פראפערטיס.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:01 pm

מענעפארט איצט מודה געווען אויף די 2 קאונטס

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:06 pm

הכל הבל האט געשריבן:מענעפארט פארמעגן אין די ווערט פון 46 מיליאן דאלער וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע רעגירונג

דאס מיינט אז ער געבט אויף אויף זיין לעבן? ער ווייסט אז ער גייט זיצן ביזן טויט?

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:09 pm

ריכטער מעלדט אז קאאפעראציע אפמאך באדייט אז מענעפארט זיצן אויף אינטערוויוס מיט מולערס אפיס, איבערגעבן דאקומענטן (זיי האבן נאכנישט אלע?!), און דינען אלץ עדות אין אנדערע פראצעדורן

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער מעלדט אז קאאפעראציע אפמאך באדייט אז מענעפארט זיצן אויף אינטערוויוס מיט מולערס אפיס, איבערגעבן דאקומענטן (זיי האבן נאכנישט אלע?!), און דינען אלץ עדות אין אנדערע פראצעדורן

ער האט זיי נאכנישט ארויסגעגעבן זיינע מצוה צעטליך פון כיתה ד׳ און ה׳
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

IMBZ
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובהדורך IMBZ » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:13 pm

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער מעלדט אז קאאפעראציע אפמאך באדייט אז מענעפארט זיצן אויף אינטערוויוס מיט מולערס אפיס, איבערגעבן דאקומענטן (זיי האבן נאכנישט אלע?!), און דינען אלץ עדות אין אנדערע פראצעדורן

דאס מיינט איינזעצן נאך אפאר מענטשן

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:19 pm

IMBZ האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ריכטער מעלדט אז קאאפעראציע אפמאך באדייט אז מענעפארט זיצן אויף אינטערוויוס מיט מולערס אפיס, איבערגעבן דאקומענטן (זיי האבן נאכנישט אלע?!), און דינען אלץ עדות אין אנדערע פראצעדורן

דאס מיינט איינזעצן נאך אפאר מענטשן

דאס מיינט אױך אז נאך 2 יאר אױספארשען טראמפ/ראשע האלט נאך מוללער בײ זילטש

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:21 pm

פארהער פארטיג

מענעפארט אויפן וועג צוריק צום טורמע

ביידע לעגאלע טיעמס וועלן צושטעלן א סטאטוס באריכט צום געריכט אין 60 טעג פון איצט

סענטענסינג דאטום נישט באשטימט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אור ישר, ירח וכוכבים, כאפצעם, נודניק, שמחהלע קאפשטיק און 56 געסט