נייעס און נאטיצן פון די פאול מענעפארט פראצעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:02 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:איך טראכט אז די נעסטי אױפ-פיראנג פין די דזאדזש צי די פראסיקיאטערס נעמט נישט גיט אױס אין די דזאריס אױגען אין ס׳קען שאטן מענעפארטס שאנסען

בכלל נישט נעסטי. ער פירט זיך דערווייל זייער יושר׳דיג. די דזשאדזש איז נישט שילדיג אז מוללער פארמאגט א שוואכערע קעיס ווי וואס יעדער האצעך פארגעשטעלט.

און לגבי דאס גוט אויפנעמען ביי די דזשורער׳ס?.. זייער באשלאס ווענצעך סיי ווי און ווי גוט זיי האבן געשלאפן א נאכט פארדעם, און אויב קענען זיי טאקע נישט באשליסן מאכן זיי א פלעינע אינימיני דיקסאדיני גורל.

זייער באשלאס קאנווינסט מיר בכלל נישט אויב מענעפארד איז יא אדער נישט גילטי!.

קען זײן אז ער פירט זיך טאקע יושרדיג אבער זײן attitude מאכט א נעגאטיװע רושם

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:40 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אין מיין ארימע מיינונג איז מענעפארט באמת א דרייקאפ מיט פוטער אויפן קאפ, אבער די פראסעקיושען גייט מיט א נארישע מהלך. זיי וואלטן געדארפט מער זוכן הארטע באווייזן און נישט פאקוסן אויף עדות.

נאופ! מוללער האט אים אויסגעקוועטשט צום מאקסימום!.. ער האט גענוצט יעדע פיטשיווקע פון זיין לאנגיעריגע ערפארונג!. אויב איז דאס די גאנצע וואס ער האט אויף מענעפארד, אדער טויגט ער נישט, אדער איז מענעפארד נישט דאס וואס מ׳האט אים חושד געווען!.. כ׳האב נישט נאך אנאפציע

די לעצטע ווארט איז סייווי אפ צו די דזשורער׳ס.. זייער באשלאס קען זיין א אויסגאנג פון א אינימיני דיקסאדיני גורל אויך!. סאו דאס וואס זייער באשלאס העט למעשה זיין מיינט גארנישט

מעגליך אז מענעפארט האט דעיס שוין אויסגעפלאנט פון אנהייב אהן, זיכער צו מאכן אז ער גייט קענען אלעס ארויפווארפן אויף געיטס, אויב מען וועט אים איין טאג כאפן, און קיין שום באווייזן זאלן נישט גיין אין זיין ריכטונג.

ווייטער צו שפינען, קען זיין אז די פראסעקיוטער האבן עס גלייַך געכאפט, און עס מסביר געווען פאר געיטס, און דערפאר האט ער באשלאסן צו פליפן.

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:55 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אין מיין ארימע מיינונג איז מענעפארט באמת א דרייקאפ מיט פוטער אויפן קאפ, אבער די פראסעקיושען גייט מיט א נארישע מהלך. זיי וואלטן געדארפט מער זוכן הארטע באווייזן און נישט פאקוסן אויף עדות.

נאופ! מוללער האט אים אויסגעקוועטשט צום מאקסימום!.. ער האט גענוצט יעדע פיטשיווקע פון זיין לאנגיעריגע ערפארונג!. אויב איז דאס די גאנצע וואס ער האט אויף מענעפארד, אדער טויגט ער נישט, אדער איז מענעפארד נישט דאס וואס מ׳האט אים חושד געווען!.. כ׳האב נישט נאך אנאפציע

די לעצטע ווארט איז סייווי אפ צו די דזשורער׳ס.. זייער באשלאס קען זיין א אויסגאנג פון א אינימיני דיקסאדיני גורל אויך!. סאו דאס וואס זייער באשלאס העט למעשה זיין מיינט גארנישט

מעגליך אז מענעפארט האט דעיס שוין אויסגעפלאנט פון אנהייב אהן, זיכער צו מאכן אז ער גייט קענען אלעס ארויפווארפן אויף געיטס, אויב מען וועט אים איין טאג כאפן, און קיין שום באווייזן זאלן נישט גיין אין זיין ריכטונג.

ווייטער צו שפינען, קען זיין אז די פראסעקיוטער האבן עס גלייַך געכאפט, און עס מסביר געווען פאר געיטס, און דערפאר האט ער באשלאסן צו פליפן.

נישט מתתבר אז ער האט זיך געלאזט באגנבנ'ן אז אויב מען וועט אים כאפען זאל ער עס ארויף ווארפן אויף געיטס

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 4:51 pm

אקעי, אביסעלע קרישקעלעך פון טאג 7

ווען די פארטיידיגונג האט געענדיגט זייער פארהער אויף געיטס איז געקומען די רייע אויף אן עף בי איי אקאונטינג עקספערט אויפצוטרעטן

דער אגענט האט געצייגט פאר די דזשורארס דאקומענטירט טראנספערס פון די אוקריינע אקאונטס צו די בענק אקאונטס אין ציפרוס

ווי אויך האבן די דזשורארס געזען מענעפארטס פאספארט אלץ טייל פון די רעגירונג עדות פרעזענטאציע צו ווייזן אז מענעפארט האט געעפנט די אקאונטס אין ציפרוס

אין איין פאל ווען דער עף בי איי אקאונטענט האט רעאגירט אויף א פראגע פון א דזשוראר מיט א טרוקענע "YES" האט זיך ריכטער עליס געבייזערט זאגנדיג אז די סעסיע איז נישט קיין אינפארמאציע לעקציע און דער אגענט וואלט געדארפט וויסן די פראפעסיאנאלע געריכט פראצעדור פון ענטפערן "YES, YOUR HONOR"

אין אן אנדערן פאל האט ריכטער עליס זיך אויסגעדרוקט: ריכטער דארפן זיין געדולדיג די וואס האבן מיך באשטעטיגט צו דעם אמט האבן געמאכט א טעות דערמיט, איך בין נישט געדולדיג און בעסער פרוביר נישט אויס מייין געדולד

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:23 am

די רעגירונג האט נעכטן גענוצט א מעסעדזש פון מענעפארט אלץ באווייז אז ער האט בייזוויליג גענוצט די אקאונטס אין ציפרוס זיך ארויסצודרייען פון שטייערן
אינעם מעסעדזש שרייבט ער צו טראנספערירן געלט פון "מיין גלאבאלע הייוועי" אקאונט צו אן אמעריקאנע ווענדאר

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 10:32 am

ויהי ביום השמיני:
דראמא אין געריכט זעצט פאר ווען פראקורארן פיילן א פארלאנג אין געריכט אז ריכטער עליס זאל אנערקענען פארנט פון די דזשורארס אז ער איז געווען אומגערעכט מיטן עפנטליך ארונטעררייסן די פראקורארן ביי די נעכטיגע סעסיע

אומערווארטעט האט דער ריכטער זיך געבראכן און איצט געזאגט אז קריטיק און א זייט געלייגט אבער איך בין מעגליך נישט געווען גערעכט פארן קריטיקירן די פראקורארן פארן האבן אן איי אר עס אגענט (אליינס אן עדות) מיטצוהאלטן די אויפטריט פון א צווייטן עדות אבער אנטזאגט זיך פארצוליינען די טראנסקריפט וואס פראקורארן האבן צוגעשטעלט וועלכע ווייזט אויף אז זיין האנדלען איז נישט געווען ריכטיג

מאמענטאל הערן די דזשורארס אויס די עדות'שאפט פון מעלינדע דזשעימס וועלכע איז אן איינגעשטעלטע ביי סיטיזענס באנק אין ניו יארק און האט ערהאלטן פאלשע דאקומענטן פון מענעפארטס געהילפן ווען זיי האבן געזוכט צו באקומען א מארגעדזש אויף א פראפערטי אין ניו יארק
אינדערפרי האבן פראקורארן געמאלדן אז זיי האבן 8 עדות פארבליבן און יעדע איינע וועט געדויערן ארום איין שטונדע אדער ווייניגער און זיי האפן נאך צו זיין פולשטענדיג פארטיג אויף פרייטאג

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:33 am

דזשורארס ווערן פרעזענטירט מיט באנק דאקומענטן ווי מענעפארטס נאמען איז אונטערגעשריבן צו פארזיכערן אז די אויסגעפילטע אינפארמאציע איז ריכטיג און אז ער פארשטייט אז אויב נישט קען ער אויסשטיין קרימינאלע קלאגעס
עס איז אויף א 3.4 מיליאן דאלער מארגעדזש אין מערץ 2016 למספרם אויף א קאנדא אין מאנהעטן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20692
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:35 am

דערווייל זאגן אלע אז די פראסיקיושן איז גאר שוואך געווען, און דאס איז נאך פאר די דיפענס האט אנגעפאנגן! די חברה זאגן אז די דזשאדזש איז שולדיג דערויף, סיי וויזוי ער רעדט צו די פראסעקיוטערס און סיי איבער זיינע רולינגס וואס יא און וואס נישט ארויפצוברענגען...

געיטס האט דעליווערן א טעריבל דזשאב! און אנדערע עווידענס איז געווען "סאו סאו"...

למעשה זאגן געוויסע עקספערטן אז דאס מאכט אויס, אנדערע טענה'ן אז נישט! מ'שפעקילירט צו די דזשאדזשעס ביהעיוויער וועט שאטן אדער גאר העלפן די פראסיקיושן, און געוויסע זאגן - אריינגערעכענט א פראסיקיוטער וואס האט שוין גע'ארגיוט אסאך פאר דעם דזשאדזש, און זאגט אז ער איז יעדעס מאל ארויסגעקומען צוקלאפט - אז ס'מאכט נישט אויס! די דזשורי גייט קוקן בלויז אויף די עווידענס!


-------

אופס! הכל ברענגט פרישע סחורה!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:38 am

@הכל
אין מילים, דער גוי וואס קען נעבעך נישט ליינען דיינע באריכטן איז א רחמנות..

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:41 am

;
ישוב הדעת האט געשריבן:@הכל
אין מילים, דער גוי וואס קען נעבעך נישט ליינען דיינע באריכטן איז א רחמנות..
;l;p-
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:42 am

יישר כח טייערע אידן פאר די גוטע רייד!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:49 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:! די דזשורי גייט קוקן בלויז אויף די עווידענס!

שווער צוזאגן אז דשורי זאל קוקען בלויז אויף עווידענס, נאכדערצו ווען ס'איז נאציאנאלע פאליטישע קעיס.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:51 am

מען האט אן אנונג ווער די דזשורערס זענען? אפשר אפאר ענגרי דעמס :wink: ?

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 11:53 am

הכל הבל האט געשריבן:אקעי, אביסעלע קרישקעלעך פון טאג 7

ווען די פארטיידיגונג האט געענדיגט זייער פארהער אויף געיטס איז געקומען די רייע אויף אן עף בי איי אקאונטינג עקספערט אויפצוטרעטן

דער אגענט האט געצייגט פאר די דזשורארס דאקומענטירט טראנספערס פון די אוקריינע אקאונטס צו די בענק אקאונטס אין ציפרוס

ווי אויך האבן די דזשורארס געזען מענעפארטס פאספארט אלץ טייל פון די רעגירונג עדות פרעזענטאציע צו ווייזן אז מענעפארט האט געעפנט די אקאונטס אין ציפרוס

אין איין פאל ווען דער עף בי איי אקאונטענט האט רעאגירט אויף א פראגע פון א דזשוראר מיט א טרוקענע "YES" האט זיך ריכטער עליס געבייזערט זאגנדיג אז די סעסיע איז נישט קיין אינפארמאציע לעקציע און דער אגענט וואלט געדארפט וויסן די פראפעסיאנאלע געריכט פראצעדור פון ענטפערן "YES, YOUR HONOR"

אין אן אנדערן פאל האט ריכטער עליס זיך אויסגעדרוקט: ריכטער דארפן זיין געדולדיג די וואס האבן מיך באשטעטיגט צו דעם אמט האבן געמאכט א טעות דערמיט, איך בין נישט געדולדיג און בעסער פרוביר נישט אויס מייין געדולד


יישר כח הבל!

ביי די לעצטע שטיקל האבעך אויסגעשאסן :lol:

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 1:38 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:@הכל
אין מילים, דער גוי וואס קען נעבעך נישט ליינען דיינע באריכטן איז א רחמנות..

אויך צו לייגען א דאנק פאר אונז באמת מהנה זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 3:11 pm

The Special Counsel Files A Complaint Against Manafort Judge

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20692
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 3:17 pm

זעהט אויס אז די עקספערטן ווייסן וואס זיי זאגן... די פראסיקיושן טויג נישט!

ווי געשריבן אנפאנג, קוקט אויס אז דער דזשאדזש האט אפגעמאכט אז סיז בעסער מסדר צו זיין די פראסיקיושן ווי אינגאנצן ארויסווארפן די קעיס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 3:18 pm

what is the special counsel's "standing" on such a motion ?

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 3:23 pm


ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 4:34 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:זעהט אויס אז די עקספערטן ווייסן וואס זיי זאגן... די פראסיקיושן טויג נישט!

ווי געשריבן אנפאנג, קוקט אויס אז דער דזשאדזש האט אפגעמאכט אז סיז בעסער מסדר צו זיין די פראסיקיושן ווי אינגאנצן ארויסווארפן די קעיס...


וויאזוי קען א דזשאדש אפמאכן מסדר צו זיין א פראסיקיושן פאר'ן אויסהערן ביידע צדדים?

הייסט דאס נישט בייעס?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 4:41 pm

בייעס איז שייך קעגען איינער וואס איז אויף טרייל, נישט אויף די וואס שטעלען אים אויף טרייל.

מען קען נאר זאגען אז ער איז נישט פעיר; אבער דאס ווערט דאך געטוהן בפומבי, דער גאנצע וועלט וואטשט; און עס וועט זיך נישט קלעבען אזעליכע באשולדיגונגען.

עס ליגט אויפן פראסיקיושן אלעס און זיי קענען נישט שרייען קאזאק הנגזל. די פראסיקיושן איז נישט א רחמנות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 5:04 pm

אפיס פון ראבערט מולער געבעטן די געריכט צו נישט צו פארעפנטליכן טראנסקריפטס פון די דינסטאג געריכט סעסיע ווען די רעגירונג אדוואקאטן האבן גערעדט מיט ריכטער עליס איבער ריק געיטס זינט עס וואלט אנדעקט דעטאלן איבער די אנגייענדע אויספארשונג

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 5:21 pm

אנגייענדע אויספארשונג אויף מענפארט, אדער טראמפ?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אפשר פארקערט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 5:45 pm

The Special Counsel Files A Complaint Against Manafort Judge


אפיס פון ראבערט מולער געבעטן די געריכט צו נישט צו פארעפנטליכן טראנסקריפטס פון די דינסטאג געריכט סעסיע ווען די רעגירונג אדוואקאטן האבן גערעדט מיט ריכטער עליס איבער ריק געיטס זינט עס וואלט אנדעקט דעטאלן איבער די אנגייענדע אויספארשונג

צוויי זאכען אדער איינס ?

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:03 pm

SPUSMN האט געשריבן:בייעס איז שייך קעגען איינער וואס איז אויף טרייל, נישט אויף די וואס שטעלען אים אויף טרייל.

מען קען נאר זאגען אז ער איז נישט פעיר; אבער דאס ווערט דאך געטוהן בפומבי, דער גאנצע וועלט וואטשט; און עס וועט זיך נישט קלעבען אזעליכע באשולדיגונגען.

עס ליגט אויפן פראסיקיושן אלעס און זיי קענען נישט שרייען קאזאק הנגזל. די פראסיקיושן איז נישט א רחמנות.


איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט.

די פראסיקיוטער זענען די תובעים, מענאפארד איז דער נתבע.

א גערעכטע פסק דין קען נאר ארויסקומען ווען מען הערט אויס ביידע צדדים אנע נגיעות.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, maybeeynot, Working, אזוי וויל איך, אידיש.טייפינג, גראסערי מאן, ווייס פרעזידענט, כאפצעם, פראהביטש און 51 געסט