אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 6:41 pm

וויאזוי אויסצומיידן די אייגענע סאנקציעס האבן זיי נאכנישט אויסגעפיגערט, אבער זיי גייען העלפן יענעם....
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:15 pm

אויף איראן איז דא אסאך שטערקערע סאנקציעס, די פלאן איז צו וואשן איראנע אויל דורך רוסלאנד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:30 pm

און רוסלאנד איז גרייט צו נישט אויספאלגען די סאנקציעס? איז נישט דא קיין קאנסקאוועסען?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 11:12 pm

זיי וועלן עס טוען באהאלטענערהייט, און פוטין וועט עס לייקענען כדרכו אזוי ווי עלעקשן מעדעלינג אין 2016.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 9:38 am

און טראמפ וועט טוען וואס ער האט געטוען מיט כינה'ס סטיל וואס איז געווארן געוואשן אין קאנאדע.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 8:41 pm

א הויכראנגיקער איראנער גענעראל האט היינט אויפגעדעקט אז די פריוואטע סעלפאון פון כאסאם רוכאני, דער איראנער פרעזידענט, איז אונטערגעהערט געווארן. דער גענעראל האט נישט געוואלט אנגעבן מער דעטאלן איבער די אונטערהערער און שפיאנירן, אדער וועלכע טעמעס רוכאני האט אלס צאמגעפלוידערט אויפן סעלפאון.

די באריכט אזי ערשינען אין די איי. עס. ען. עי. איראנער פרעסע, וואס האט ארויפגעברענגט דעם גענעראל גולהאם קאזא דזשלאלי (אויכמיר א נאמען), וואו ער האט מודה געווען אז "לעצטנס" הערט מען זיך אונטער די סעלפאון געשפרעכן פון זייער פרעזידענט. ער האט פארשפראכן אז מען גייט געבן פאר רוכאני א מער פארזיכערטע סעלפאון מיט וואס ער וועט זיך באנוצן פון היינט און ווייטער.

דאס קומט א וואך נאכדעם וואס די ניו יארק טיימס באריכטעט אז די כינעזער און רוסן נוצן אויס די ליבשאפט פון פרעזידענט טראמפ צום סעלפאן, און הערן זיך אונטער זיינע געשפרעכן אויף די אומפארזיכערטער סעליולאר. לויטן באריכט הערן די צוויי לענדער אונטער טראמפ'ס געשפרעכן מיט זיינע פריינט, און לויט דעם ווייסן זיי וויאזוי צו זיין א טריט פאראויס פון טראמפ אויפן קאמפליצירטן שאך ברעטל.

פרעזידענט טראמפ האט פארשטייט זיך באצייכנט די נייעס אלס "פעיק ניוס", זאגנדיג אז ער רעדט בעיקר אויף די געהעריגע ווייסע הויז פארזיכערטע טעלעפאן ליניעס.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 3:58 pm

אלע לענדער אן אויסנאם וואס האבען די טעכנאלאגישע מעגליכקייטען אינטער צו הערען די טעלעפאנען פון פרעזידענטען, פריים מיניסטערס, גענעראלען, און מענטשען וואס שפילען א וויכטיגע ראלע אויף דער ערד קיגל; האלטען זיך די לענדער נישט צוריק פון אויס הערען.

ווער הערט און ווער ווערט אויס געהערט, און ווען געלונגט עס, און ווען נישט; דערציילט מען אונז נישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 10:32 am

טראמפ אדמיניסטראציע מעלדט אז אלע סאנקציעס אראפגענומען פון איראן אונטער די 2015 למספרם נוקלעארע אפמאך ווערן צוריק ארויפגעשטעלט

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 10:39 am

קאן זיין אז ניקי העילי וויל נישט אהיים טראגן די איבעריגע מתנות וואס זי האט אנגעגרייט פאר איראן, און וועט אליס אויסטיילן ביז סוף פון איר טערמין.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

איז טאקע טראמפ אזוי שטייף קעגן איראן?

תגובהדורך כתמר יפרח » זונטאג נובעמבער 04, 2018 5:56 pm

געשריבן דורך: וועלוול כהנא, צו אידישער ווינקל

מ'האט דיר אייביג פארקויפט אז אבאמא איז געווען ווייעך קעגן איראן און אז טראמפ איז זייער טאף קעגן זיי.

אט זענען אפאר פאקטן און פונקטן פון די לעצטע פאר יאר, און וואס ס'שפילט זיך יעצט אפ:

אמת אז איראן האט געלאכט פון אבאמא, ווי שטארק ער האט געוואלט מאכן מיט זיי א דיעל? ראנג!

אבאמא האט אין 2012 בלאקירט איראן'ס צוטריט צו די "סוויפט" גלאבאלע געלט טראנספער סיסטעם.

איראן האט געשפירט זייער גוט דעם פרעשור, און האט זיך געבראכן און געזעצט צום טיש פארהאנדלען.

אין 2015 האט אבאמא געמאכט א דיעל מיט איראן, און זיי צוריקגעגעבן צוטריט צום "סוויפט" סיסטעם.

מיט אפאר חדשים צוריק האט טראמפ געמאלדן אז ער ציהט ארויס אמעריקע פונעם איראן דיעל.

ער האט געזאגט מ'וועט צוריקלייגן די מאקסימום סאנקציעס צו פארזיכערן מאקסימום פרעשור אויף איראן.

די נייע טראמפ-סאנקציעס קעגן איראן גייען אריין אין קראפט נעקסטע וואך מאנטאג, 1 טאג בעפאר די וואלן.

מסתמא זענען די סאנקציעס עפעס גאר געפערליך, ממש אז איראן גייט צוזאמפאלן פון טראמפ'ס טאפנעס.

רייט? רייט? ניין, ראנג!

די טראמפ-סאנקציעס קעגן איראן, לאזט ווייטער איראן האבן געהעריגע צוטריט צום "סוויפט" סיסטעם.

אקעי, אבער טראמפ זאגט דאך אז ער גייט נישט לאזן אנדערע לענדער קויפן אויל פון איראן.

זיכער דאס וועט ממש צודרוקן איראן עקאנאמיש, און זיי וועלן קומען צו לויפן נאכצוגעבן טראמפ'ס פארלאנגען.

רייט? רייט? ניין, ראנג!

הער וואס דזשאן באלטאן, כלומר'שט דער גרויסער אנטי-איראן פיגור, האט היינט געזאגט:

מ'גייט געבן פאר אסאך לענדער א ספעציעלע "עקזעמפשאן", אז זיי זאלן ווייטער קענען קויפן איראן'ס אויל.

"מיר ווילן טאקע מאקסימום פרעשור אויף איראן, אבער מ'קען נישט טשעפען פריינט און אליאירטע".

יא, דאס איז דער גרויסער אנטי-איראן "האוק" באלטאן, און טראמפ, וועלכע איז דער "טאף גיי" קעגן איראן.

דזשאסט אימעדזשן וואספארא שטורעם ס'וואלט געווען ווען די זאכן געשעט ווען אונטער אבאמא.

געדענקסט דעם שטורעם מיט די "העליקאפטערס אנגעפולט מיט באקסעס קעש"?

איי, די געלטער זענען קלאר געווען צו סעטלען א 1950'ס חוב?

הער אויף מיט פאקטן, טראמפ! טראמפ!
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » זונטאג נובעמבער 04, 2018 7:41 pm

קולמע האט היינט געמאלדן אז ס'איז פארגעקומען ריזיגע ראליס אין איראן מיט אויסשרייעונגען טויט צו אמעריקע און די חברה האבן פארברענט אמעריקאנע פענער און בילדער פון אנקעל סעם און פון די אמעריקאנע פרעזידענט טראמפ, אזעלכע ראליס זענען היינט פארגעקומען און אלע שטעט אין איראן, איך מיין אז טראמפ האט זיך זייער דערשראקן דערפון מסתמא האט אים וויגעטוהן ווען מ'האט פארברענט זיין פיקטשער מסתמא וועט ער יעצט צוריק באשטעטיגן די איראנע דיעל אזא זאך צו טוהן מיט אים, איך בין נאר נייגעריג ווי שטארק ער האט געלאכט ווען ער האט דאס געזעהן, ווי האט יענער געזאגט לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע......
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג נובעמבער 04, 2018 9:16 pm

ר' כתמר, דיינע ווערטער זענען פיל ערגער ווי פארפירעריש.
אמעריקע גיבט 'נישט' קיין עקזעמשאן פאר 'אסאך' לענדער כדי נישט צו טשעפענען אליאירטע. זי גיבט צייטווייליגע עקזעמשאן פאר אכט (אוט אף 194) לענדער וועלכע האבן גענומען שטארקע שריט אין ריכטונג פון אויפהערן נעמען אויל פון איראן, נאק האבן נישט באוויזן עס גענצליך אפצושטעלן ביז'ן דעדליין פון מאנטאג.

די 'סוויפט' סיסטעם איז א ניטאמאל א פיצינקע פראצענט פון די סאנקציעס וואס אמעריקע האט געלייגט אויף איראן, און דו מאלסט עס אראפ כאילו עס באשטייט בלויז פון דעם. אבער אז דו ווילסט דוקא רעדן פון אבאמא'ס 'טאפנעס' בנוגע איראן, וועליך ברענגען עפעס וואס איך האב געשריבן א וויילע צוריק:

Think and Thank האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
איין נקודה וואס איך האב אויסגעלאזט: אלס טייל פון איראנ'ס 'קומען קלין' ('נישט' אלס טייל פון די אנגייענדע אינספעקשאנס כמבואר) האט איראן געדארפט לאזן די IAEA טעסטן ערד סעמפלס פון איר מיליטערישע באזע אין פארטשין. די סעמפלס זענען געווארן צוזאמענגעקליבן דורך... איראן(!), וועלכע האט דאס דאן איבערגעגעבן פאר די IAEA צו שטודירן. די IAEA האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי האבן וועריפייד אז די סעמפלס זענען טאקע פון פארטשין, אבער האבן נישט קלאר געזאגט אז זיי האבן דארט געהאט איינגעשטעלטע בשעת מעשה. עד היום איז נישט קלאר צו איראן האט בכלל אריינגעלאזט אינספעקטארס מיטצוהאלטן דעם פראצעדור. (און אויף מער ווי סעמפל נעמען איז קלאר אז זיי האבן נישט צוגעלאזט קיין אינספעקטארס, היות דאס איז א מיליטערישע סייט.)

בינעך לעצטנס געוואויר געווארן אן אינטערעסאנט שטיקל אינפארמאציע. עטליכע טעג נאכ'ן שליסן די איראנער דיעל, זענען סענאטארן מייק פאמפעא (היינט סעקרעטערי אף סטעיט) און טאם קאטאן געפארן קיין וויען אויסצושמועסן די דיעל מיט די דעפיוטי דירעקטאר און צוויי הויפט איראן נעגאושיעיטארס פון די IAEA. ווען פאמפעא האט זיי געפרעגא וויאזוי די וועריפיקעישאנס אין די מיליטערישע באזע אין פארטשין, האבן זיי אים געענטפערט אז דאס איז אלעס אויסגעארבעט אין די דיעלס צווישן די IAEA און איראן. איבערראשט צו הערן איבער זייטיגע דיעלס האט פאמפעא געפרעגט אויב ער קען זען די דיעלס.
''אה ניין. זיכער נישט. דו גייסט יענץ נישט זען.''
''צו האט סעקרעטערי קערי געזען זיי געזען?" האט פאמפעא געפרעגט.
"ניין, סעקרעטערי קערי האט זיי נישט געזען. קיין שום אמעריקאנער וועט דאס קיינמאל נישט זען.''

די 'איראן נוקלער אגרימענט ריוויו עקט' וואס אבאמא האט אונטערגעשריבן האט פארלאנגט פון די אבאמא אדמיניסטראציע איבערצוגעבן פאר קאנגרעס 'אלע דאקומענטן' בנוגע די איראן דיעל. די אבאמא אדמיניסטראציע האט אבער נישט געפאלגט די געזעץ און נישט איבערגעגעבן פאר קאנגרעס די דאקומענטן פון די זייטיגע דיעלס, ווייל זיי האבן עס אליינס נישט געזען. (זיי האבן אויך נישט מודיע געווען פאר קאנגרעס אז עס זענען דא זייטיגע דיעלס).

היינט אז מען ווייסט אז איינס פון די זייטיגע דיעלס איז געווען צו לאזן איראן אליינס 'אויספארשן' פארטשין, איז זעלבסטפארשטענדליך פארוואס די איי עי אי עי האט בשום אופן נישט געלאזט קיין שום אמעריקאנער זיי זען.
(הגם לדעתי האבן זיי איבערגעשאצט קערי - ער וואלט געכאפט די דיעל אפי' ווען ער ווייסט וואס דארט שטייט).



און דאס איז ווייט נישט די איינציגסטע מאל וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט געבראכן געזעצן און פארפירט דאס פאלק און קאנגרעס בנוגע די דיעל. היינט ווייסט מען אז זיי האבן פרובירט זיי צו געבן עקסעס צו די אמעריקאנער פינאנציעלע סיסטעם קעגן די סאנקציעס און האבן זאגאר פרובירט צו שטופן בענק צו העלפן איראן ברעכן די סאנקציעס! און האבן ליגנט געזאגט פאר קאנגרעס דערוועגן. אזוי אויך ווייסט מען אז זיי האבן געגעבן בירגערשאפט פאר איראנער עליטע כדי צו באקומען די דיעל.
מיט אזא אפענע דעספערעישאן פון איין זייט צו באקומען א דיעל, איז זייער פארשטענדליך פארוואס די דיעל איז אזוי שטארק לטובת די אנדערע זייט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 11:20 am

די סאנקציעס אויף איראן, וואס זענען אראפגענומען געווארן דורך פרעזידענט אבאמא נאכן איראן דיעל, גייט צוריק אריין אין קראפט, אויפן באפעל פון פרעזידענט טראמפ, וואס האט זיך ארויסגעצויגן פונעם איראן-דיעל.

פארלאפענעם מאי האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אז ער ציעט זיך ארויס פונעם איראנער אפמאך, און אום אויגוסט איז אריין די ערשטע שיכט פון סאנקציעס אויף איראן, וואס האט געשעדיגט די איראנער עקאנאמיע אויף אן ערנסטער פארנעם.

די פרישע סאנקציעס צילן קעגן די שיפינג סעקטארן, די בענק, און די איראנע ענערגיע, און דירעקטירט צוריקצוהאלטן איראן צו קענען עקספארטירן זייער אויל, אזוי אויך וועלן איבער 600 איראנער באאמטע אדער ביזנעסלייט נישט קענען מאכן ביזנעס מיט די מערב וועלט.

לויט פרעזידענט טראמפ, איז די ציל פון אט די סאנקציעס צו “צווינגען די איראנער רעזשים מיט א באשלוס: אדער אויפהערן מיט די ווילדע אויפירונג, אדער ווייטער פארזעצן און האבן א שווערע עקאנאמישער טראגעדיע”.

אין אן אינטערוויו צו ‘פאקס’ האט דער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא געזאגט אז די רעדע איז פון “די שווערסטע סאנקציעס וואס איז נאר אמאל געלייגט געווארן אויף איראן”, און ער האט קלארגעשטעלט אז דאס איז געאייגנט אפצושטעלן די אגרעסיעס פון איראן.

באזונדער האט מען געהערט אז אכט לענדער האבן באקומען א פארלענגערונג און נישט באשטראפט ווערן, און פאמפעא האט דאס פארטיידיגט, זאגנדיג אז “די סאנקציעס האבן שוין געהאט א געוואלדיגע ווירקונג, מיר האבן פארמינערט די איראנער אויל עקספארט מיט איבער א מיליאן פעסלעך פער טאג, און די נומערן גייען ווייטער אראפ”. ער האט נישט געוואלט ענטפערן אויף די פראגע וועלכע לענדער זענען באשיצט פון די סאנקציעס, און קלארגעשטעלט אז מ’רעדט נישט פון די 28 לענדער אינעם אייראפעאישן פאראיין, וואס זיי מוזן גענצליך אויפהערן סיי וועלכע ביזנעס מיט איראן. “דאס איז פאר לענדער וואס דארפן נאך אביסל צייט, נאך זעקס מאנאטן”.

איראן פון איר זייט איז נישט געבליבן שטיל, און געלאזט וויסן אז זיי שרעקן זיך נישט, און “ביזנעס גייט ווייטער אן ווי געהעריג”. דער איראנער פרעזידענט רוכאני האט היינט אינדערפרי געזאגט אין א באגעגעניש מיט עקאנאמישע עקספערטן, וועלכע איז געזען געווארן אויף די נייעס קאנאלן אין לאנד, אז “אמעריקע וויל זען אונזער אויל פארקויף אונטער זערא, אבער מיר וועלן ווייטער עקספארטירן די אויל, מיר וועלן צוברעכן די סאנקציעס”.

דער גענעראל פון די רעוואלאציאנערישע גווארדיע אין איראן, מוכאמאד עלי דזשעפארי, האט נעכטן געווארנט דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנאלד טראמפ, אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו אפשרעקן איראן. אין א פראטעסט וואס איז אפגעהאלטן געווארן קעגן די געביידע וואו עס איז געווען די אמעריקאנער אמבעסאדע אין טעהאראן, האט ער געזאגט אז די אמעריקאנע כוחות ווערן שוואכער און שוואכער, און די סאנקציעס וואס זיי שטעלן קעגן איראן איז ווערדלאז.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 2:40 pm

נעכטן האט די פירערשאפט פונעם "סוויפט" גלאבאלע געלט טראנספערס סיסטעם געמאלדן, אז זיי וועלן סוספענדירן צוטריט פאר עטליכע גרויסע איראנער בענק, אז די בענק וועלן נישט קענען מער נוצן דעם סיסטעם – אין צוזאמהאנג מיט אמעריקע'ס נייע סאנקציעס אויף איראן. דער שריט פון סוויפט איז א פאטאלער עקאנאמישער קלאפ פאר איראן, און עס באדייט, אז די אייראפעאישע לענדער, וועלכע זענען נאך אלץ אנגעשלאסן אינעם יאר 15' נוקלעארן אפמאך און טוען ווייטער ביזנעס מיט איראן, וועלן מוזן שאפן א נייעם אייגענעם "געלט טראנספער סיסטעם", אינדרויסן פון סוויפט, צו קענען האנדלען מיט איראן און פארזיכערן אז געלט טראנספערס גייען אן אומגעשטערט.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 9:20 am

דער רוסישער פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, האט נעכטן אפגעהאלטן אן עמורדזשענסי זיצונג מיט פערמאנענטע מיטגלידער פון די יו-ען סעקיוריטי קאונסיל. די זיצונג צווישן פוטין, און פארשטייער פון כינע, פראנקרייך און ענגלאנד, איז געווען געצילט צו דיסקוסירן די סאנקציעס קעגן איראן, וואס אמעריקע האט נעכטן מאנטאג צוריקגעשטעלט. לויט א קרעמלין ווארטזאגער, איז די זיצונג בעיקר געווען, צו דיסקוסירן צי די סאנקציעס זענען בכלל לעגאל אויסגעהאלטן, און אויך אנצוהייבן פלאנירן וויאזוי מען וועט זיך באגיין אינעם צוקונפט מיט די סאנקציעס אין פלאץ.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:48 pm

עס הייבט זיך אן אנצוזעהן די ארבעט פון די סאנקציעס ווען נעכטן האט דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני אריינגעגעבן דעם בודזשעט וואס באשטייט בלויז פון $47,000,000,000 וואס דעס איז ווייניגער ווי האלב פונעם בודזשעט פון פאריאר.
און זיין רעדע האט רוכאני די ערשטע מאל מודה געווען און געזאגט אז דאס קומט און רעזאלטאט פון די אמעריקאנע סאנקציעס וואס צוקלאפט איראן און אירע בירגער.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:55 pm

אויב אויף דער אפיציעלע פאפיר איז עס האלב, קען מען זיך גרינג פארשטעלען אז באמת איז עס א דריטעל אדער א פערטעל און נאך אפילו ווייניגער.

נישט א מודה "במקצת", נאר א מודה שוין אויף האלב.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 3:08 pm

עס איז האלב ווען מען פארגלייכט עס צום דאלער, איך האף אז מען פארשטייט אליינס אז עס איז נישט מעגליך צו קאטן א באדזשעט אזוי שטארק.

ברענג די נאמבער אין ריאל'ס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 3:21 pm

דער נקודה איז אז עס מוז נישט זיין די ריכטיגע נומערען.

וואס זיי שרייבען און וואס זיי טוהען קען זיין צוויי באזונדערע זאכען; עס איז נישט דא קיין טרענספערענסי ווי אין אמעריקע ווי מען קען נאך גיין אזעליכע זאכען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 4:49 pm

צל עובר האט געשריבן:עס איז האלב ווען מען פארגלייכט עס צום דאלער, איך האף אז מען פארשטייט אליינס אז עס איז נישט מעגליך צו קאטן א באדזשעט אזוי שטארק.

ברענג די נאמבער אין ריאל'ס.


אין ריאלס קען זיין אז יע איז אפילו ארויף ווייל דער ריאל האט אויך פעס געטראסקעט.
לפי׳׳ז איז דער בודזשעט בעצם ארויף אבער געלט גייט גיין פאר סאך סאך ווייניגער עקספענסעס

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 4:51 pm

די ריאל איז בכלל נישט געפאלן אין אינפלאציע ווי קעגן דעם דאלער.

ווער עס פארשטייט פארשטייט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 5:22 pm

צל עובר האט געשריבן:די ריאל איז בכלל נישט געפאלן אין אינפלאציע ווי קעגן דעם דאלער.

ווער עס פארשטייט פארשטייט.


איך פארשטיי זייער גוט וואס די זאגסט און לפי זה מוז עס בכלל נישט זיין קיין קלענערע בודזשעט לויטן ריאל.
איך פאללאו נישט אזוי שטארק איראנער עקאנאמישע נייעס און נישט זייערע אינפלעישן רעיטס און איך האב געמיינט אז אינפלעשן איז אויך ארויף בערך אויף דעם פערסענטעידזש ווי איז געפאלן צום דאלאר.
עס איז בעיקר נוגע פאר דאללער דינאמיעיטד אימפארטס

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 5:24 pm

אין ווענעזועלע איז טאקע ביידע געשען צוזאמען.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 5:27 pm

ביידע צוזאמען איז געשען אין איראן אויך, אבער נישט אזוי חרוב.

אבער נישט אייביג גייט עס טאקע צוזאמען, למשל די פונט נאך ברעקזיט איז צאמגעפאלן קעגן דאלער, אבער נישט אין אינפלאציע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג פאברואר 11, 2019 5:18 pm

באריכטן: אמעריקע, ענגלאנד און מדינת ישראל האבן שטילערהייט ארויסגעשמוגלט אן איראנער סייענטיסט וואס האט געהאלפן שעדיגן איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען אין די לעצטערע יארן.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, טשיינע רב, קהל עדתינו און 37 געסט