פרעזידענט טראמפ נאמענירט פארן סופרים קאורט - דזשאדזש קעווענא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:03 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:יאסי געשטעטנער זאגט גראדע א גוטע פוינט , עס איז א גרעסערע ווארשיינלעכקייט אז קעווענאו וועט מורא האבן זיך צופיל איינצורייסן מיט די דעמאקראטן נאך אזא מעשה ווי איידער אז ער וועט פרובירן נקמה צו נעמען.

שוין אפגערעדט אז איבערדרייען roe וועט ער נישט קענען.

עס וואלט געווען א גוטע פאונט ווען געשטעטנער וואלט נישט געשריגן און געוויינט כסדר אז "רעכטע זענען זייער שוואך אויסצופירן זייער אגענדע", יעצט אז ער שרייט דאס א גאנצן טאג, איז דאס סך הכל א הכנה צו קענען זאגן (כדרכו) "זעהסט! איך האב עס פון פאראויס געזעהן!!"..
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:03 pm

זיי וועלן אלעס אויף דער וועלט טאן די קעווענאו אישו זאל בלייבן אויפן טיש ענדערש ווי די רוסלאנד/אימפיטשמענט אישו זאל צוריק קומען צום אויבערפלאך.

הגם ס׳איז נישט מוכרח אז די קעווענאו באשטעטיגונג וועט יא העלפן די דעמעקרעטס. דאס איז אבער יא זיכער אז אימפיטשמענט/רוסלאנד נושא איז יא עלעס וואס הייטערט אויף די טראמפ באזע
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:04 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאט דעמאקראטן טייטלען אויף מייקל אווענאטי אלץ דער שולדיגער פארן שטערן זייערע פארזוכן צו בלאקירן ריכטער קעוואנאו


אבי מווייסט שוין ווער סשולדיג. מען האט שוין וועם צו בלעימען.

די אנטי אווענאטארס באוועגונג אינערהאלב די דעמאקראטישע עסטאבלישמענט הויבט שוין איצט אן דעם קאמף צו פארמיידן אזא סארט קאנדידאט פון פארכאפן און פארטראמפן די פארטיי אין 2020 למספרם... :grin:

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:07 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:יאסי געשטעטנער זאגט גראדע א גוטע פוינט , עס איז א גרעסערע ווארשיינלעכקייט אז קעווענאו וועט מורא האבן זיך צופיל איינצורייסן מיט די דעמאקראטן נאך אזא מעשה ווי איידער אז ער וועט פרובירן נקמה צו נעמען.

שוין אפגערעדט אז איבערדרייען roe וועט ער נישט קענען.

עס וואלט געווען א גוטע פאונט ווען געשטעטנער וואלט נישט געשריגן און געוויינט כסדר אז "רעכטע זענען זייער שוואך אויסצופירן זייער אגענדע", יעצט אז ער שרייט דאס א גאנצן טאג, איז דאס סך הכל א הכנה צו קענען זאגן (כדרכו) "זעהסט! איך האב עס פון פאראויס געזעהן!!"..

איבערדרייען ראו איז עפעס וואס איז זייער שווער פאראויסצוזעהן אפילו נישט קוקנדיג אויף קעווענאו
שווער צו גלויבן אז אלע איבריגע 4 קאנסערוואטיוון אויפן באנק וועלן האבן די נויטיגע געוואגטקייט
שטארק מעגליך אז די געריכט וועט זיך אנטזאגן פון אויפנעמען אזעלכע קעיסעס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:09 pm

די געוואגסטע 4-5 אורטיילן און די לעצטע עפאכע ווי סיטיזענס יונייטעד קומט נישט צו נאנט צום שטורעם וועלכע צוריקדרייען ראו וועט פאראורזאכן

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:09 pm

הכל הבל האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:יאסי געשטעטנער זאגט גראדע א גוטע פוינט , עס איז א גרעסערע ווארשיינלעכקייט אז קעווענאו וועט מורא האבן זיך צופיל איינצורייסן מיט די דעמאקראטן נאך אזא מעשה ווי איידער אז ער וועט פרובירן נקמה צו נעמען.

שוין אפגערעדט אז איבערדרייען roe וועט ער נישט קענען.

עס וואלט געווען א גוטע פאונט ווען געשטעטנער וואלט נישט געשריגן און געוויינט כסדר אז "רעכטע זענען זייער שוואך אויסצופירן זייער אגענדע", יעצט אז ער שרייט דאס א גאנצן טאג, איז דאס סך הכל א הכנה צו קענען זאגן (כדרכו) "זעהסט! איך האב עס פון פאראויס געזעהן!!"..

איבערדרייען ראו איז עפעס וואס איז זייער שווער פאראויסצוזעהן אפילו נישט קוקנדיג אויף קעווענאו
שווער צו גלויבן אז אלע איבריגע 4 קאנסערוואטיוון אויפן באנק וועלן האבן די נויטיגע געוואגטקייט
שטארק מעגליך אז די געריכט וועט זיך אנטזאגן פון אויפנעמען אזעלכע קעיסעס

ריכטיג! און נישט נאר דאס, דער פרעזידענט איז קיינמאל נישט געווען א ריכטיגער פרא לייף
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאט דעמאקראטן טייטלען אויף מייקל אווענאטי אלץ דער שולדיגער פארן שטערן זייערע פארזוכן צו בלאקירן ריכטער קעוואנאו


אבי מווייסט שוין ווער סשולדיג. מען האט שוין וועם צו בלעימען.

די אנטי אווענאטארס באוועגונג אינערהאלב די דעמאקראטישע עסטאבלישמענט הויבט שוין איצט אן דעם קאמף צו פארמיידן אזא סארט קאנדידאט פון פארכאפן און פארטראמפן די פארטיי אין 2020 למספרם... :grin:

וואס זיי כאפן נישט איז אז הערשט יעצט באקומט ער נאך א געווער אין זיינע הענט, ממש ווי טראמפ.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:12 pm

די איינציגסטע אורטייל איז בוש-גאור אבער אפגעזען וויפיל פאליטישע קאנטערווערסיע עס האט געשאפן האט עס ווייניגער אויסגעמאכט פאר מיליאנען איבערן לאנד אויף א פערזענליכע פארנעם ווי ראו
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:14 pm

נאך א דיפערענץ,
ביי בוש גאור האט דער געריכט סיי ווי געמוזט אריינרעדן און מאכן ארדענונג
ווען דער געריכט דערקלערט די טיילווייז געלעכערטע לעכער אלץ אויסגעהאלטענע שטימען וואלט עס פאדראסן פאר די אנדערע האלב אמעריקא
דא אבער וועט דער געריכט ווארשיינליך זיך זוכן צו פארמיידן די קאפוויי מיטן איגנארירן די פראגע

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:18 pm

קיטשי האט געשריבן:איינע פון די שרייבער פון א געוויסע פראגראם וואס ווערט געוויזן אויף CBS האט זיך אויסגעדרוקט אין א סאציאלע מידיע פאוסט "Whatever happens I'm just glad we ruined Brett Kavanaugh's life"

זי האט עס שוין אויסגעמעקט און זיך אנטשולדיגט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאט דעמאקראטן טייטלען אויף מייקל אווענאטי אלץ דער שולדיגער פארן שטערן זייערע פארזוכן צו בלאקירן ריכטער קעוואנאו


אבי מווייסט שוין ווער סשולדיג. מען האט שוין וועם צו בלעימען.

די אנטי אווענאטארס באוועגונג אינערהאלב די דעמאקראטישע עסטאבלישמענט הויבט שוין איצט אן דעם קאמף צו פארמיידן אזא סארט קאנדידאט פון פארכאפן און פארטראמפן די פארטיי אין 2020 למספרם... :grin:

זיי גייען עס נישט קענען פארמיידן, די דעמעקראטן האבן עם גאנץ ליב, זיי ווילן יעצט איינער וואס פראסקעט, ווי זאגט דער אווענאטי, ''ווען דעי גייען נידריג פאנטשן מיר שטערקער'', די דעמעקראטישע עסטאבלישמענט זאל זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז ''ווען דעי גאו לאו ווי גאו לאוער'' און זיך האלטן שיין קלינגעדיג ארבעט נישט,

זעט אויס זיי האבן זיך נאך נישט אויסגעלערנט,
אגב, דער זעט מיר אויס א מער סטאבילער פארשוין ווי טראמפ.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:20 pm

אמביציע האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאט דעמאקראטן טייטלען אויף מייקל אווענאטי אלץ דער שולדיגער פארן שטערן זייערע פארזוכן צו בלאקירן ריכטער קעוואנאו


אבי מווייסט שוין ווער סשולדיג. מען האט שוין וועם צו בלעימען.

די אנטי אווענאטארס באוועגונג אינערהאלב די דעמאקראטישע עסטאבלישמענט הויבט שוין איצט אן דעם קאמף צו פארמיידן אזא סארט קאנדידאט פון פארכאפן און פארטראמפן די פארטיי אין 2020 למספרם... :grin:

זיי גייען עס נישט קענען פארמיידן, די דעמעקראטן האבן עם גאנץ ליב, זיי ווילן יעצט איינער וואס פראסקעט, ווי זאגט דער אווענאטי, ''ווען דעי גייען נידריג פאנטשן מיר שטערקער'', די דעמעקראטישע עסטאבלישמענט זאל זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז ''ווען דעי גאו לאו ווי גאו לאוער'' און זיך האלטן שיין קלינגעדיג ארבעט נישט,

זעט אויס זיי האבן זיך נאך נישט אויסגעלערנט,
אגב, דער זעט מיר אויס א מער סטאבילער פארשוין ווי טראמפ.

אויב איז ער מער סטאביל וועט ער דאך נישט גיין לאוער, איז מאי אהני לן אוואנאטי?!

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:21 pm

אמביציע האט געשריבן:די דעמעקראטישע עסטאבלישמענט זאל זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז ''ווען דעי גאו לאו ווי גאו לאוער'' און זיך האלטן שיין קלינגעדיג ארבעט נישט,

זעט אויס זיי האבן זיך נאך נישט אויסגעלערנט,

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:23 pm

ס'איז דא room פאר לאוער? למשל לייגן א טעפל וואסער אויפן טיר אז ס'זאל אראפפאלן ווען מ'קומט אריין?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:33 pm

הכל הבל האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאט דעמאקראטן טייטלען אויף מייקל אווענאטי אלץ דער שולדיגער פארן שטערן זייערע פארזוכן צו בלאקירן ריכטער קעוואנאו


אבי מווייסט שוין ווער סשולדיג. מען האט שוין וועם צו בלעימען.

די אנטי אווענאטארס באוועגונג אינערהאלב די דעמאקראטישע עסטאבלישמענט הויבט שוין איצט אן דעם קאמף צו פארמיידן אזא סארט קאנדידאט פון פארכאפן און פארטראמפן די פארטיי אין 2020 למספרם... :grin:

זיי גייען עס נישט קענען פארמיידן, די דעמעקראטן האבן עם גאנץ ליב, זיי ווילן יעצט איינער וואס פראסקעט, ווי זאגט דער אווענאטי, ''ווען דעי גייען נידריג פאנטשן מיר שטערקער'', די דעמעקראטישע עסטאבלישמענט זאל זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז ''ווען דעי גאו לאו ווי גאו לאוער'' און זיך האלטן שיין קלינגעדיג ארבעט נישט,

זעט אויס זיי האבן זיך נאך נישט אויסגעלערנט,
אגב, דער זעט מיר אויס א מער סטאבילער פארשוין ווי טראמפ.

אויב איז ער מער סטאביל וועט ער דאך נישט גיין לאוער, איז מאי אהני לן אוואנאטי?!

דאס איז זיין מעלה, ווען מ'דארף גיין לאו גייט ער לאו און ווען מ'דארף גיין היי קען ער גיין היי... ער שרייט דאך דאס קלאר, מ'דארף גיין פייער מיט פייער, דאס איז זיין לאוזונג

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:43 pm

אמביציע האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סענאט דעמאקראטן טייטלען אויף מייקל אווענאטי אלץ דער שולדיגער פארן שטערן זייערע פארזוכן צו בלאקירן ריכטער קעוואנאו


אבי מווייסט שוין ווער סשולדיג. מען האט שוין וועם צו בלעימען.

די אנטי אווענאטארס באוועגונג אינערהאלב די דעמאקראטישע עסטאבלישמענט הויבט שוין איצט אן דעם קאמף צו פארמיידן אזא סארט קאנדידאט פון פארכאפן און פארטראמפן די פארטיי אין 2020 למספרם... :grin:

ווי זאגט דער אווענאטי, ''ווען דעי גייען נידריג פאנטשן מיר שטערקער'', די דעמעקראטישע עסטאבלישמענט זאל זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז ''ווען דעי גאו לאו ווי גאו לאוער'' און זיך האלטן שיין קלינגעדיג ארבעט נישט,

זעט אויס זיי האבן זיך נאך נישט אויסגעלערנט,

די רעפובליקענס האבן זיך עס שוין זיכער אויסגעלערנט.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 6:15 pm

די דעמאקראטן זענען אים נאכנישט מוחל אויף וואס ער האט פארחזרט זייער קעווענאו ניגון, און דאס וועט אים שטארק צוריק קלאפן.

אחוץ פון דעם פארקויפט ער גארנישט, זייער א שוואכע לאויער, און היבש א שוואכע רעדנער,
ער האט צוויי זאכן מיט וואס ער קען קאמפיטן מיט טראמפ: חוצפה, און מאנאפאלירן די מידיע.

אויב וועט ער עפעס אנציען וועלן די מנהלים דא האבן זייער א שווערע ארבעט..... גאט זאל באהיטן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 6:55 pm

צערעמאניע אינעם ווייסן הויז וועט זיך אט אנהייבן
ראד ראזענשטיין ווערט געזען זיצן דארט מיט א ברייטן שמייכל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:09 pm

טראמפ בעט מחילה פון קעווענאו און זיין פאמיליע אין נאמען פון אמעריקע
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:12 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די דעמאקראטן זענען אים נאכנישט מוחל אויף וואס ער האט פארחזרט זייער קעווענאו ניגון, און דאס וועט אים שטארק צוריק קלאפן.

אחוץ פון דעם פארקויפט ער גארנישט, זייער א שוואכע לאויער, און היבש א שוואכע רעדנער,
ער האט צוויי זאכן מיט וואס ער קען קאמפיטן מיט טראמפ: חוצפה, און מאנאפאלירן די מידיע.

אויב וועט ער עפעס אנציען וועלן די מנהלים דא האבן זייער א שווערע ארבעט..... גאט זאל באהיטן.

נאר דאס דארף ער קענען... אגב, איך ווייס נישט ווער ס'האט דיר איינגערעד אז ער איז א שוואכע לאויער, ס'איז געבעיסט אויף דיינע געפילן.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:13 pm

בעיסט אויף די רעיטס וואס ער באקומט ביי די אומאפהענגינגע לאו אינסטיטושענס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:14 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:טראמפ בעט מחילה פון קעווענאו און זיין פאמיליע אין נאמען פון אמעריקע

:lol:
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:15 pm

טראמפ גיבט אפ ספעציעלע אטענשן פאר סוזען קאלינס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:17 pm

אמביציע האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די דעמאקראטן זענען אים נאכנישט מוחל אויף וואס ער האט פארחזרט זייער קעווענאו ניגון, און דאס וועט אים שטארק צוריק קלאפן.

אחוץ פון דעם פארקויפט ער גארנישט, זייער א שוואכע לאויער, און היבש א שוואכע רעדנער,
ער האט צוויי זאכן מיט וואס ער קען קאמפיטן מיט טראמפ: חוצפה, און מאנאפאלירן די מידיע.

אויב וועט ער עפעס אנציען וועלן די מנהלים דא האבן זייער א שווערע ארבעט..... גאט זאל באהיטן.

נאר דאס דארף ער קענען...

נאופ, ער דארף עפעס ברענגען צום טיש, וואס שטעלט ער פאר פאר אמעריקע?

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:21 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די דעמאקראטן זענען אים נאכנישט מוחל אויף וואס ער האט פארחזרט זייער קעווענאו ניגון, און דאס וועט אים שטארק צוריק קלאפן.

אחוץ פון דעם פארקויפט ער גארנישט, זייער א שוואכע לאויער, און היבש א שוואכע רעדנער,
ער האט צוויי זאכן מיט וואס ער קען קאמפיטן מיט טראמפ: חוצפה, און מאנאפאלירן די מידיע.

אויב וועט ער עפעס אנציען וועלן די מנהלים דא האבן זייער א שווערע ארבעט..... גאט זאל באהיטן.

נאר דאס דארף ער קענען...

נאופ, ער דארף עפעס ברענגען צום טיש, וואס שטעלט ער פאר פאר אמעריקע?

דאס העט שוין נאכקומען,

אגב, ער ציט אן גאנץ שטארקע שטיצע ביי די דעמעקראטן, די חברה דארט האבן עם ליב, איך רעד ביים פאלק, נישט ביי די פירערשאפט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט