פרעזידענט טראמפ נאמענירט פארן סופרים קאורט - דזשאדזש קעווענא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3018
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:24 am

דממה דקה האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:און יאך טראכט אז טראמפס טיעם האבן פשוט מחליט געווען נישט צו געבן די געלעגענהייט פאר די דעמאקראטן פון אריינשלעפן דעם פרעזידענט אין א היציגע ווערטער פארמעסט.!

די אדמיניסטרעישאן גלייבט לכאורה און וויל יא אז קעווענאו זאל ווערן באשטעטיגט. אז נישט איז עס גאר א שטארקע שארט-סטאפ פאר די "טראמפ מעמענטום". זיי ווילן נאר נישט גיבן קיין חומר פאר די הינגעריגע מידיע און פאר די דעמאקראטישע מאשין, סאו האלטן זיי זיך שטיל און רואיג, און שפילן די שפיל ווי זיי זענען בכלל נישט באזארגט אז דאס וועט אונטערברענגען די נאמינאציע.

אדמיניסטראציע? וואס איז דאס?
אה אמאל פלעגט א פרעזידענט האבן אן אדמיניסטראציע, און מען פלעגט פלאנירן סטראטעגיע, נישט אינטער טראמפ, סא אויב ער פירט זיך אויף פרעזידענטליך קומט אים קרעדיט, נישט פאר די אדמיניסטראציע.

די ווארט "אדמיניסטרעישאן" אין די שמועס באדייט "די גרופע עדווייזערס - גאווערמענט און אוטסיידערס - וועלכע זענען געשטעלט געווארן דורכ'ן פרעזידענט צו אנפירן, אויסלויבן, אנגרייטן און אדורכפירן א סופרים קאורט נאמינעשען".

די יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז דאנאלד טראמפ האט בכלל נישט קיין ספעציעלע אינטערעסע אין די גאנצע נושא פון שטעלן ריכטער. דאס רעדט נישט צו זיין אטענטשען אינטערעסע... ער האט נאר ליעב עפעס אין די פעלד פון "געלט".... סאו דערפאר האט ער געשטעלט א טיעם וועלכע זאל פאסן זיינע באשלוסן און אים אינפארמירן וועלכע באשלוסן ער האט געפאסט.... :wink:

און פון "די" גרופע רעדט מען. זיי זענען נישט קיין דאנאלד טראמפס. זיי זענען אויסגעארבייטע פאליטישע חברה מיט יארן וואשינגטאן עקספיריענס.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 2:19 am

אוי גייט מען אנדערש פארשטיין די ווערטער "אל תזכור לנו עונות הראשונים..." "חטאת נעורי ופשעי אל תזכור..."
א חטא פון 35 יאר צוריק איז פארט א חטא.
רבותי - - תשובה טוהן.
תשובה העלפט!!!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 4:16 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מיט א 70% דעמאקראטישע סענאט קען ער נעמען וועם ער וויל...

--
האקט

די סענאט איז נאך בערך 70 בײ די רעפאבליקאנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 4:17 am

יידישע קהילות האט געשריבן:אוי גייט מען אנדערש פארשטיין די ווערטער "אל תזכור לנו עונות הראשונים..." "חטאת נעורי ופשעי אל תזכור..."
א חטא פון 35 יאר צוריק איז פארט א חטא.
רבותי - - תשובה טוהן.
תשובה העלפט!!!

איי וויי וויי געוואלד

איר מיינט אודאי פאר אידן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 6:15 am

אגב איז ארויסגעקומען א נייעס אז קעווענאס מאמע איז געווען די ריכטער וואס האט פאראורטיילט די פאמיליע פון די פערזאן וואס באשולדיגט יעצט קעווענא
די פאמיליע איז געווען זייער אנגעווייטאגט, שרייען די רעכטע אז דאס איז א פשוטע נקמה אקציע און האט נישט קיין האפט

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 8:04 am

No, Brett Kavanaugh's mother didn't foreclose on his accuser's parents' house
Washington Examiner - 15 hours ago
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 9:53 pm

@realDonaldTrump: The Supreme Court is one of the main reasons I got elected President. I hope Republican Voters, and others, are watching, and studying, the...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:40 pm

Goodmorning האט געשריבן:No, Brett Kavanaugh's mother didn't foreclose on his accuser's parents' house
Washington Examiner - 15 hours ago



די מעשה איז אז זי איז געווען ריכטער, אבער בלויז צו מסדר זיין די סעטלמענט צווישן די באנק און די אייגנטומער
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:15 am

האסט געמיינט ער וועט זיך קענען לאנג איינהאלטן? דיין מיסטעיק!

פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט צופרי געלאזט מיט א סעריע טוויטס קעגן די קעווענאו באשילדיגער, אויספירנדיג אז עס איז אלעס צו צושטערן און פארשפעטיגן, איך האב עס מיט זיי יעדן טאג דא אין וואשינגטאן...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3018
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:22 am

האמיר שוין פארגעזאגט אז טראמפס שטילקייט איז געווען בלויז צוליב די ראט פון זיינע יועצים.
שמאטע האט געשריבן:און יאך טראכט אז טראמפס טיעם האבן פשוט מחליט געווען נישט צו געבן די געלעגענהייט פאר די דעמאקראטן פון אריינשלעפן דעם פרעזידענט אין א היציגע ווערטער פארמעסט.!

די אדמיניסטרעישאן גלייבט לכאורה און וויל יא אז קעווענאו זאל ווערן באשטעטיגט. אז נישט איז עס גאר א שטארקע שארט-סטאפ פאר די "טראמפ מעמענטום". זיי ווילן נאר נישט גיבן קיין חומר פאר די הינגעריגע מידיע און פאר די דעמאקראטישע מאשין, סאו האלטן זיי זיך שטיל און רואיג, און שפילן די שפיל ווי זיי זענען בכלל נישט באזארגט אז דאס וועט אונטערברענגען די נאמינאציע.


דא האט איר פון "די הילל" וועלכע ברענגט עס פון "עקסיאוס"...
Axios: Staffers working to stop Trump from attacking Kavanaugh accuser

נאך פונדערהיים האט געשריבן:האסט געמיינט ער וועט זיך קענען לאנג איינהאלטן? דיין מיסטעיק!

פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט צופרי געלאזט מיט א סעריע טוויטס קעגן די קעווענאו באשילדיגער, אויספירנדיג אז עס איז אלעס צו צושטערן און פארשפעטיגן, איך האב עס מיט זיי יעדן טאג דא אין וואשינגטאן...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 9:57 am

פרישע פאול פון פאקס ניוז ווייזט אז 50% אמעריקאנער ווילן נישט אז קעווענאו זאל ווערן באשטעטיגט, קעגן נאר 40% וואס ווילן יא.

דאס איז א טויש פון אויגוסט ווען די פאול האט געוויזן 46 ניין צו 45 יא.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:38 pm

קעווענאו באשילדוגער וועט ערשינען פארן סענאט דעם קומענדיגן דאנערשטאג.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:56 pm

די דעמעקראטן האבן א פרישע סטראטעגיע אראפצוברענגען קאוואנא, זיי האבן א פרישע מעשה, אויך שמוץ פון קאלידזש...

סיז העכסט אינטערעסאנט צו זעהן וויזוי אלעס ארבייט סטראטעגיש! די ערשטע עלעגישענס ווערן אפגעלייקענט דורך 3 פון די פיר מענטשן וואס זענען - לויט די אקיוזער - דארט געווען... עפעס האט קאוואנא זיין קעלענדער פון יענע צייט, דארט ווערט נישט דערמאנט די פארטי... ס'קוקט אויס אז ס'גייט גארניש זיין דערמיט... קומט יעצט א פרישע! די אינצידענטן ווען סאל זיין אמת, זענען גענוג קליין אז מ'זאל נישט האבן דערפון קיין שום רעקארד, און האבן פאסירט מיט 35+ יאר צוריק, סאו דאס נישט געדענקן איז א גוטע תירוץ... יעצט גיי ווענד מיך אפ...

די יעצטיגע אקיוזער האט נאך אפאר טאג צוריק געזאגט פאר די טיימס אז זי איז געווען שיכור סאו זי געדענקט נישט אויף זיכער... אבער יעצט האט זי דורכגעטוהן אירע מעמאריס און זי איז שוין זיכער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:02 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די יעצטיגע אקיוזער האט נאך אפאר טאג צוריק געזאגט פאר די טיימס אז זי איז געווען שיכור סאו זי געדענקט נישט אויף זיכער... אבער יעצט האט זי דורכגעטוהן אירע מעמאריס און זי איז שוין זיכער...

און די טיימס האטעס אפגעקויפט!?..

באלד גייט איינער שרייבן, די ״מערסט רעספעקטיווטע צייטונג״...
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:08 pm

זיי זאגן נישט אז עס איז אמת, זיי זאגן וואס זי זאגט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:55 pm

JUST IN: Kavanaugh accuser Deborah Ramirez refusing to give Congressional investigators an official statement, while she was more than willing to tell her alleged story to the New Yorker.

און אווענאטי איז צוריק דא! נאכן כאפן א פליק פון א דזשאדזש אין די אנדערע קעיס, האטער געלאזט פאלן היינט אז סיז דא נאך וואס אקיוזן קאוואנא...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:56 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די דעמעקראטן האבן א פרישע סטראטעגיע אראפצוברענגען קאוואנא, זיי האבן א פרישע מעשה, אויך שמוץ פון קאלידזש...

סיז העכסט אינטערעסאנט צו זעהן וויזוי אלעס ארבייט סטראטעגיש! די ערשטע עלעגישענס ווערן אפגעלייקענט דורך 3 פון די פיר מענטשן וואס זענען - לויט די אקיוזער - דארט געווען...

קארעקשאן - עס איז געווארן אפגעלייקנט דורך פיר פון די פינף וואס האבן געזאלט זיין דארט. דער איינציגסטע וואס געדענקט עס - און אויך ער געדענקט נישט דעם דאטום, פלאץ אדער אנדערע דעטאלן - איז דער באשולדיגער זעלבסט...
Innocent until proven Republican

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:16 am

אבער די דעמא ראטן ווייסן קלאר אז עס איז אמת

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:56 am

ווער האט געזאגט אז עס איז זיכער אמת?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:16 am

צל עובר האט געשריבן:ווער האט געזאגט אז עס איז זיכער אמת?


דער צל ציעט צו לינקס...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:20 am

די דעמאקרעטס ווילן מאכן דעם עולם האלטן אז עס איז אמת, אבער זיי זאגן עס נישט אליינס.

אפעציעל לייגן זיי עס אראפ אז זיי ווילן גוט אויסקלארן די פאקטן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:46 am

זיי זאגן אז זיי גלייבן די פרוי

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:56 am

ארום די זייגער האט געשריבן:זיי זאגן אז זיי גלייבן די פרוי

ווער איז די "זיי"?

וואס איך זעה איז, אז זיי פארלאנגען מען זאל איר, יעצט שוין זיי, אויסהערן, אנדערע פארלאנגען אויך א FBI אויספארשונג.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:38 am

א דעמאקראטישע סענאטארשע פון האוואי האט קלאר געזאגט אז זי גלייבט דעם באשולדיגער, כאטש אלע כלומר'שטע אנוועזנדע לייקענען עס. די סיבה? ווייל זי האלט קעווענאו אלס שקרן צוליב זיינע פאליטישע מיינונגען...
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 4:22 am

נישט דא קיין דעמאקראטישע סענעטאר פון אלאסקע.

אויב מען רעדט פון א סטעיט סענעטאר, האפעך אז דו עגריסט אז א סטעיט סענעטאר פון אלאסקע איז נישט "די דעמאקרעטס".
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, mmn, אבי.גערעדט, אבן יקרה, אברך, אהרן הלוי, בשבילי נברא, דארפסמאן, דריידל, וויכטיג מאכער, יישר כח, יש ברירה, שמערעל און 60 געסט