[היסטארישע] “טראמפ / פוטין סאמיט” July 16

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלינצע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג יולי 17, 2018 9:36 am

איך בין גענוג שטארק מיט מיין מיינונג אז טראמפ איז די ענטפער פאר אמעריקע כהיום, איך בין גענונג קאנפידענעט מיט אונזער פרעזידענט און סעריספייט מיט זיין דזשאב.

ממילא איז מיר נישט וויכטיג צו פארענטפערן זיין מאדנע באנעמונג צו פוטין בכלל און זיין נעכטיגע פרעפארמענס בפרט.

איך האלט נישט קיין איין רגע אז עס איז געווען צום זאך, און די אלע שפינערייען דא מאכן נישט קיין ברעקל סענס אין מיינע אויגן.

אפגערעדט אז עס איז גענצליך נארמאל די אלע קעגן רעאקציעס צום פרעזידענט, אנגעהויבן ביי רייען און גענדיגט ביי פאקס נויז, אראפצורייסן די וואס נעמען זיך אן פאר די כבוד פון אמעריקע איז א צייכן פון שוואכקייט און אומזיכערקייט.

מען דארף זיין אויפריכטיג, ער האט א שוואכקייט צו פוטין, די סיבה ווייס איך נישט, אבער סאיז אבוויעס, און זיין נעכטיגע זיך שטעלן אויף פוטין זייט קעגן זיין אייגענע אינטעלינדשענטס, און דאס נאכבאמבלען פוטין אז מולער זאל דזשוינען די רוסן אינאיינעם צו פארשן די מעדעליג, איז אוטרעידזשעס, 'פוטין איז געווען שטארק און פעסט מיט'ן זאגן אז עס האט גארנישט מיט רוסלאנד', איז נעריש און נאאיוו.

באט, דאס טוישט נישט די אווער אלל פיקטשער פון טראמפ, און די סיבה פארוואס מיר האבן אים ערוועלט.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג יולי 17, 2018 9:38 am

איך האב א פראגע װאס באדערט פאר די מידיע/דעמיקראטן
דאס אז רוסלאנד האט זיך געמישט אין די װאלן?
אדער דאס אז טראמפ האט געװינען?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 17, 2018 9:57 am

abeg האט געשריבן:איך האב א פראגע װאס באדערט פאר די מידיע/דעמיקראטן
דאס אז רוסלאנד האט זיך געמישט אין די װאלן?
אדער דאס אז טראמפ האט געװינען?

וואס א חילוק? וואס וועט עס דיר אויסמאכן? פאר אן ערנסטע מענטש שטערט אוודאי ביידע.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אפשר פארקערט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » דינסטאג יולי 17, 2018 9:59 am

שמערלער האט געשריבן:
yes yes האט געשריבן:בנוגע טראמפ׳ס חשבון מיט רוסלאנד אין די EU
איך בין שוין 8 יאר אין איראפ אין איך מיין אז א אמעריקאנער (זיכער א היימישער)האט נישט ארויס ווי אזוי א איראפעישער קוקט אן אן אמעריקאנער
איך וועל גיבן א משל איך מיין חס ושלום קיינעם נישט צי באליידיגען, ווען אן ארץ ישראלדיגע מוסד וועט קומען נאך געלט קיין אמעריקע צי סאטמאר וועט ער טרעטען אויף א נושא וואס איז ביי אונז סאטמאר הייליג אין טייער דאס איז קנאות ער וועט דיר זאגן אז ער איז די גרעסטע קנאי אין וכו׳ וכו׳
אבער ביז !!! די קענסט אים נישט זאגן ווי אזוי צי טוהן זאכען לגבי קנאות אין די קענסט אים אפילו נישט בעטן הילף מיט דיינע מלחמות וויל דעמאלטס דארף ער שוין באשליסען צי סלוינט זיינע אינטרעסען

יעצט ביז 1990 איז אירופ געווען אינטער א טעראר פין רוסלאנד אין אמעריקע האט געוואלט זעהן רוסלאנד אין דער ערד האט מען געארבעט ציזאמען אין אמעריקע איז נאך געווען די גרויסע פעטער אין באצאלט וואס מען האט געדארפט אין אפילו אויפגעשטעלט אין אינטערגעהאלטן נאטא
לאמיר זיך נישט נארן! אירופ האט נישט ליב אמעריקעס מאכט אויף די וועלט. זיי ווילן זיין בעל בית אויף די וועלט אזוי ווי זענען געווען פארן 2טע וועלט מלחמה
זייט 1990 זענען געווען 4 מלחמות ווי אמעריקע איז געווען פארמישט
איראק 1 איז אירופ נאך מיטגעגאנגען
קאסאווע איז געווען אויפציעל אן איראפעישע פראבלעם איז עס געלאפען אינטער נאטא
אפגניסטאן איז געווען זייער א האקעלע נושא אין אירופ האט געוויסט אז זיי זענען נעקסט
איראק 2 האט שוין פראנקרייך פארפירט
עס איז דא נאך איינס דאס איז ליביע דאס האט אירופ אנגעהויבן אין געבעטען אמעריקע די וואפן
יעצט לאמיר זיין קלאר בוש 2 האט אירופ פיינט געהאט וויל ער איז די פאליס פין די וועלט, מיט וואס? מיט די מלחמה אין איראק
אבאמא האט אבער געמעגט גיין אין מלחמה מיט ליביע ווייל דאס איז פראנקרייך׳ס מלחמה, הייסט נאר ווען די באשליסט מעג מען
יעצט טראמפ איז געקומען ווי א ביזנס מאן אין געזאגט חברה געניג געווען איך צאהל דארף איך סחורה
יא טראמפ האט צירוק געברענגט אמעריקעס כבוד איבער די וועלט איי עס דא פראטעסטען אין אירופ ? זיכער איז דא זיי ווילען א שוואכע אמעריקע זיי האבן פיינט א שטארקע אמעריקע א יעדע איראפעישע גוי וואלט זיך ווען געווינטשען אז זיי זאלן האבן אזא פרעזידענט אויף זייערע לענדער ווי טראמפ
בנוגע נאטא. די שטארקע לענדער אין אירופ קענען באשטיין אז נאטא זאל ציפאלן אזוי וועלן זיי האבן א ביטע תירוץ צי עפענען א EUמיליטער איר קענט דאס נאך קוקען ווער צאלט נישט געניג פאר נאטא נישט די שוואכע נאר די שטארקע צאלן נישט
טראמפ יעצטיגע חשבון איז צי קאפענען האקען אין אירופ וויפיל עס גייט אז זיי זאלען זעהן אז ער מיינט ביזנעס פאר דעם האט ער זיך געשלאגען מיט זיי ביי די G7 אין גראד נאכדעם געפלויגען זיך טרעפען מיט קים אן
אין פאר דעם לעקט ער פוטין
ער האט איין חשבון אירופ זאל טאנצען פין די הויט אין זעהן אז די באנק אקאנט איז געשלאסען אין אז זיי דארפען אים מער ווי אמעריקע דארף זיי
איך פארשטיי אז עס דא וואס שרייען אז ער האט ליב דיקטאטארן ני אויב אזוי פארוואס שלאגט ער זיך מיט כינע ער קען סך מער האבן פין כינע ווי פין רוסלאנד
נאר צירוק צי מיין חשבון ער וויל אז פראנקרייך אין אלע ארימיגע זאלן שפרינגען

איך קען ווען ברענגען נאך אסאך משלים אבער איך בין נישט די בעסטע שרייבער אין איך האף אז איינער פארשטייט וואס איך האב געשריבען

גענאגעלט שרייבסט פיין קום אריין אפטער.

צים פוינט! ;l;p-

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג יולי 17, 2018 10:04 am

Goodmorning האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:איך האב א פראגע װאס באדערט פאר די מידיע/דעמיקראטן
דאס אז רוסלאנד האט זיך געמישט אין די װאלן?
אדער דאס אז טראמפ האט געװינען?

וואס א חילוק? וואס וועט עס דיר אויסמאכן? פאר אן ערנסטע מענטש שטערט אוודאי ביידע.

דאן װיל איך װיסען צי דיך באדערט אז רוסלאנד האט זיך געמישט אין די װאלן נאר װעגען טראמפ האט געװינען אדער דיך װאלט געבאדערט אז רוסלאנד האט זיך געמישט אין די װאלן אפ׳ ער װאלט נישט געװינען?אדער דיך באדערט אז טראמפ האט געװינען אין די לײגסט זײן געװינס אן אױף רוסלאנד?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

דו פרעגט מיר פערזענליך האב איך נישט געוואוסט..... אויב קלינטאן וואלט געווינען מיט רוסלאנד'ס הילף וואלט מיר עס זייער געשטערט. עס איז א מוראדיגע גרויסע פראבלעם אפילו אויב מען האלט אז עס האט נישט אויסגעמאכט אויף די רעזולטאטן.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג יולי 17, 2018 10:12 am

Goodmorning האט געשריבן:דו פרעגט מיר פערזענליך האב איך נישט געוואוסט..... אויב קלינטאן וואלט געווינען מיט רוסלאנד'ס הילף וואלט מיר עס זייער געשטערט. עס איז א מוראדיגע גרויסע פראבלעם אפילו אויב מען האלט אז עס האט נישט אויסגעמאכט אויף די רעזולטאטן.

נײן איך װיל װיסען בײ א פאל אז רוסלאנד מישט זיך די זעלבע װי אין 2016 אבער קלינטאן געװינט

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 17, 2018 10:15 am

דזשארדזשיע סענאטאר דעיוויד פערדו פארטיידיגט שטארק טראמפס נעכטיגע קאמענטארן זאגנדיג אז טראמפ האט אינפארמאציע וואס מיר האבן נישט און אז טראמפ ווייסט גענוי וואס ער טוט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יולי 17, 2018 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג יולי 17, 2018 10:35 am

שכוח @לייפציק שטארקע ווערטער

איך האב געהאט בדעה צו שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג אבער נאך דיינע ווערטער פעילט שוין נישט אויס

נאכ'ן איבערטראכטן רואיג די נושא קום מיר צוריק אז די פראבלעים פון די נעכטיגע דיזעסטער איז געווען די אויסלייג ווערטער וואס האט געפעילט פון טראמפ

זיין פוינט איז זייער שטארק ווי @לייפציק ברענגט דאס ארויס

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג יולי 17, 2018 10:44 am

donald trump on Twitter

(@realDonaldTrump)
Thank you @RandPaul. “The President has gone through a year and a half of totally partisan investigations - what’s he supposed to think?”
3 mins ago · Twitter

(@realDonaldTrump)
While I had a great meeting with NATO, raising vast amounts of money, I had an even better meeting with Vladimir Putin of Russia. Sadly, it is not being reported that way - the Fake News is going Crazy!
14 mins ago · Twitter

(@realDonaldTrump)
I had a great meeting with NATO. They have paid $33 Billion more and will pay hundreds of Billions of Dollars more in the future, only because of me. NATO was weak, but now it is strong again (bad for Russia). The media only says I was rude to leaders, never mentions the money!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יולי 17, 2018 10:48 am

סטעיטמענט פון מייק פענס! פון 2010
צוגעלייגטע
DiFAiTIVMAEFYKZ (1)-1.jpg
DiFAiTIVMAEFYKZ (1)-1.jpg (117.54 KiB) געזעהן 392 מאל

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג יולי 17, 2018 11:05 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לייפציק און יעס יעס. גוד דזשאב!!!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג יולי 17, 2018 11:06 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לייפציק און יעס יעס. גוד דזשאב!!!

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דינסטאג יולי 17, 2018 11:06 am

יש ברירה האט געשריבן:סטעיטמענט פון מייק פענס! פון 2010

נאך אלץ אמת, מ'אפאלעדשייזט נישט, און מ'בוקט זיך נישט, אבער מ'מעג מאכן דילס וויפיל ס'גייט, אויב גייט דאס זיין אין די אינטערעסן פון אמעריקע.

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » דינסטאג יולי 17, 2018 11:12 am

במחילת כבוד פון אסאך חשובע ניקים.. אבער צו פארענטפרן טראמפ דארף מען גיין גאר ווייט...


איך פארשטיי אז טראמפ קומט מיט א זאק תירוצים איבער זיין אויפירינג ביים פוטין סאמיט (נעשנעל סעקיורעטי, איראן און נאך) און מען וואלט עס נאך געקענט אראפשלינגן.

דער חורבן איז אבער.. זיין צוגאנג פון א וואך בעפאר...
איבער זיין אויפירונג ביים נאטא סאמיט (און ביי G7) האט ער אויך א גאנצע זאק מיט תירוצום (אקאנעמי, טרעיד, בלא בלא בלא).


די זאך איז נאר אז ווען מען שטעלט צוזאם די צוויי שטעלט זיך ארויס גאר א שווארצער בילד

פאר די אייראפעשע פריינד האט ער זיך אויפגעפירט ווי א חיה רעה.. געשטויסן, אריינגעפארן, ארויסגעפארן... ווי ער האט נאר געקענט אריינבייסן האט ער עס געטוהן בחומר הדין...

אבער ווען עס געקומען צו פוטין איז די זאך געווען גענוי די פארקערטע...


# תירוצום פארן באבענס באבען
לעצט פאראכטן דורך טאנץ 2 אום דינסטאג יולי 17, 2018 11:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג יולי 17, 2018 11:12 am

Vladimir Putin Set a Trap for Robert Mueller in His Press Conference with Donald Trump
Time

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... gMugegKHkE

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג יולי 17, 2018 11:13 am

איין זאך איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז פוטין מיט זיין געריבענקייט מאכט זיכער צו געבן שטאף פאר די ראשע קאלאזשען האוקס, מיטן זאגן אז ער האט געוואלט טראמפ און מיטן לייקענען אז עס איז געווען קעלאזשען.. ער מאכט עס זייער גוט, און לאכט א גוטס פון די אמעריקאנע בהמות.. און ער ווייסט זייער גוט אז נאר אזוי שוואכט ער אפ טראמפס כח,

טראמפס פראבלעם אין איין ווארט איז אז ער האט טאקע נישט מורא צוריק צו פייטן מיט די מידיע/דעמס/דיפ סטעיט, אבער ער נעמט זיין קארידש און פייט אביסל צו ווייט. און אנדערע ווערטער ווען ער גייט אריין אין א פייט וועט ער גיין פול פורס אן קיין גבולים..

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג יולי 17, 2018 11:20 am

יש ברירה האט געשריבן:סטעיטמענט פון מייק פענס! פון 2010
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 17, 2018 11:35 am

ער זאגט דאך אזוי גוט, מייק פענס, האפעך אז ער זאגט דאס שטילערהייט בדרך כבוד היינט אויך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 17, 2018 11:36 am

הכל הבל האט געשריבן:דזשארדזשיע סענאטאר דעיוויד פערדו פארטיידיגט שטארק טראמפס נעכטיגע קאמענטארן זאגנדיג אז טראמפ האט אינפארמאציע וואס מיר האבן נישט און אז טראמפ ווייסט גענוי וואס ער טוט

וואס ווייסט טראמפ וואס דען קאוטס, אדער אפילו פאול רייען און מיטש מעקאנעל, ווייסן נישט?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 17, 2018 11:38 am

@פאליק, איך מוז דיר איבערבעטן, איך האב געמיינט אז דו שרייבסט קראנק אויף רייען ווייל ער רעדט קעגן טראמפ, אבער ווען איך זעה אז אויף אן אמת'ן חסיד ווי גינגריטש זאגסטו עס נישט, ביזטו אנעסט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג יולי 17, 2018 11:41 am

יש ברירה האט געשריבן:סטעיטמענט פון מייק פענס! פון 2010

דו ווייסט וואס נאך מ'טוט נישט?
מ'טוט נישט מיט א פרעזידענט דאס וואס מ'האט געטוהן און דאס וואס מ'טוט מיט דאנעלד טראמפ,
מ'קען זיך נישט אויפפירן מיט אים ווי א חיה און אים שטיין אין וועג איבעראל און נאכדעם שרייען אז ער פירט זיך נישט אויף ווי עס באדארף צו זיין,

#דעת_קאטשי
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 17, 2018 11:43 am

צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דזשארדזשיע סענאטאר דעיוויד פערדו פארטיידיגט שטארק טראמפס נעכטיגע קאמענטארן זאגנדיג אז טראמפ האט אינפארמאציע וואס מיר האבן נישט און אז טראמפ ווייסט גענוי וואס ער טוט

וואס ווייסט טראמפ וואס דען קאוטס, אדער אפילו פאול רייען און מיטש מעקאנעל, ווייסן נישט?

וויזוי מ׳ווערט נישט פארפירט פון די מידיע.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

yes yes
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » דינסטאג יולי 17, 2018 11:46 am

טאנץ 2 האט געשריבן:במחילת כבוד פון אסאך חשובע ניקים.. אבער צו פארענטפרן טראמפ דארף מען גיין גאר ווייט...


איך פארשטיי אז טראמפ קומט מיט א זאק תירוצים איבער זיין אויפירינג ביים פוטין סאמיט (נעשנעל סעקיורעטי, איראן און נאך) און מען וואלט עס נאך געקענט אראפשלינגן.

דער חורבן איז אבער.. זיין צוגאנג פון א וואך בעפאר...
איבער זיין אויפירונג ביים נאטא סאמיט (און ביי G7) האט ער אויך א גאנצע זאק מיט תירוצום (אקאנעמי, טרעיד, בלא בלא בלא).


די זאך איז נאר אז ווען מען שטעלט צוזאם די צוויי שטעלט זיך ארויס גאר א שווארצער בילד

פאר די אייראפעשע פריינד האט ער זיך אויפגעפירט ווי א חיה רעה.. געשטויסן, אריינגעפארן, ארויסגעפארן... ווי ער האט נאר געקענט אריינבייסן האט ער עס געטוהן בחומר הדין...

אבער ווען עס געקומען צו פוטין איז די זאך געווען גענוי די פארקערטע...


# תירוצום פארן באבענס באבען


נאכאמאהל מאכן חזרה ער וויל אז אירופ זאל שפרינגען ביזען דרך

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 17, 2018 11:48 am

@יעס יעס, לויט דיין תגובה ארבעט יעצט טראמפ אז אייראפע זאל גיין אליינס און זיך עפענען א אייגן מיליטער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, Google [Bot], rogers, אברך, בארג, יאנקעל פעדראטשיק און 56 געסט