[היסטארישע] “טראמפ / פוטין סאמיט” July 16

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יולי 16, 2018 5:12 pm

לגבי קאוטס רעדט מען נישט נאר פון די סטעיטמענט נאר אויך פון וואס דער פרעזידענט האט נאכגעזאגט אין זיין נאמען ביי די פרעסע קאנפרענץ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג יולי 16, 2018 5:14 pm

צל עובר האט געשריבן:@פאליק, די חילוק פון רוביא מיט רייען איז לכאורה, אפילו רוביא האט אסאך מער פיינט פוטין ווי רייען, אבער ער פלאנט נאך צו לויפן פאר פרעזידענט אלס רעפאבליקאנער, און ער ברויך נאך דיין וואויט, ממילא גייט ער אויפן איידלסטן אופן.


און אזוי דארף מען גיין ווייל ווען ער האט באמת א מיינונג ברויך מען עס זאגן שיתקבל על הלב
האסט געזעהן די סטעיטמענט וואס זאגסטו דערצו?
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג יולי 16, 2018 5:15 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:יעצט איז זיך פארלאפן א מעשה אז רוסישע בירגער וואס איז נישט באקאנט יעצט צו זיי האבן עפעס מיט פוטין און צו עס איז גיווען מיט זיין גוטסהייט האבן פרובירט צו דרייען עפעס מיט די עלעקשאנס

זיי זענען נישט אינטעלידזשענס אפישעל'ס?


ווער זאגט? אה ראבערט מולער
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אפשר פארקערט
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » מאנטאג יולי 16, 2018 5:19 pm

צל עובר האט געשריבן:@פאליק, די חילוק פון רוביא מיט רייען איז לכאורה, אפילו רוביא האט אסאך מער פיינט פוטין ווי רייען, אבער ער פלאנט נאך צו לויפן פאר פרעזידענט אלס רעפאבליקאנער, און ער ברויך נאך דיין וואויט, ממילא גייט ער אויפן איידלסטן אופן.

איך מיין אז רייען פלאנט נאך אויך צי לויפען און אפשר האט ער אין פלאן אז די וועסט אריבער סוויטשען צי די רפאבליקאנער פאר דעים רעדט ער שארף(סתם א שאדט די ארבעט)

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יולי 16, 2018 5:22 pm

@פאליק איך האב געזעהן צוויי טוויט'ס פון רוביא, די ערשטע איז יא גאנץ שארף, אין די צווייטע גייט ער אביסל מער מיט טראמפ, ווען איך האב ווען טראמפס טעלעפאן נאמבער, אדער איך בין א פאבליק פיגור, און מיין ציל איז אמעריקע זאל זיין גרויס זאג איך ווען אויך דע וועג.

בקיצור ווען טראמפ ליינט ווען דא שרייב איך ווען אזוי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אהער און אהין
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג יולי 16, 2018 5:22 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:טראמפ זאגט זייער פשוט. וועמען דארף איך גלייבן? ווען איך האב פון איין זייט א KGB אנגעפירט דורך פוטין, און פון די אנדערע זייט א KGB אנגעפירט דורך שטרויזאק?

excellent!!!!
"מאנכע האבן א פסכילאגישן נויט צו געבן א צונאמען פאר אן אנדערן" (אברהם פרידמאן, די צייטונג)

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יולי 16, 2018 5:24 pm

פוטין-טראמפ סאמיט אפגעהאלטן אין העלסינקי

היינט איז פארגעקומען אן אפיציעלער סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, ווען די צוויי האבן זיך אראפגעזעצט צום ערשטן מאל אליינס פאר לענגערע געשפרעכן.

דער סאמיט איז אפגעהאלטן געווארן אין העלסינקי, הויפטשטאט פון פינלאנד, און די צוויי פירער האבן זיך צוערשט געטראפן פריוואט פאר צוויי שעה, אן דער אנוועזנהייט פון געהילפן און באאמטע, און דערנאך איז פארגעקומען א ברייטערע זיצונג צווישן באאמטע פון ביידע לענדער.

ביידע זייטן האבן איינגעשטימט צו אפהאלטן א סאמיט אן קיין פארגעשריבענע אגענדע, אבער פרעזידענט טראמפ האט אנגעדייטעט פאר׳ן סאמיט אז ער זוכט צו רעדן מיט פוטין איבער דער איראנער אנוועזנהייט אין סיריע, און אזוי אויך איבער רעדוצירן נוקלעארע וואפן פאר ביידע לענדער.

רוסלאנד זוכט הויפטזעכליך צו אראפנעמען די אמעריקאנער און אינטערנאציאנאלע סאנקציעס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף איר צוליב איר אינוואזיע פון קריימיע און אירע אקטן אין סיריע.

דער פרעזידענט קומט אן צום סאמיט נאכדעם וואס ער האט זיך געקריגט און געשאפן אנגעצויגענע מאמענטן מיט כמעט אלע טראדיציאנאלע פריינט פון אמעריקע אויפ׳ן אינטערנאציאנאלן ארענע, אבער עטליכע מאל אנגעדייטעט אז ער זוכט נענטערע באציאונגען מיט רוסלאנד.

ער האט פאר׳ן אנהייבן דעם סאמיט געזאגט, אז ״בעסערע באציאונגען מיט רוסלאנד איז גוט פאר אמעריקע״, אבער האט נישט קלארגעשטעלט וואספארא פרייז ער איז גרייט צו צאלן דערפאר, און אויב ער איז גרייט צו אראפנעמען די סאנקציעס.

די פרעסע קאנפערענץ

באלד נאכ׳ן ענדיגן די אינערליכע זיצונגען צווישן די צוויי זייטן, האבן ביידע פרעזידענטן אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ. ביידע פירער האבן געגעבן א קורצע עפענונג סטעיטמענט. פרעזידענט פוטין האט אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ פאר׳ן נעמען די אינציאטיוו צו פארריכטן די באציאונגען, און פרעזידענט טראמפ האט אויך געזאגט מיט פאטאס, אז דער סאמיט צייכנט אפ א פרישן קאפיטל אין די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד.

פרעזידענט טראמפ האט באלד פון אנהויב זיך באצויגן צו די קריטיק פון זיינע קעגנער איבער דעם סאמיט -- ספעציעל נאכדעם וואס אמעריקע האט באשטעטיגט אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער דעם פרואוו צו באאיינפלוסן די וואלן -- זאגנדיג, ״איך נעם א פאליטישע ריזיקע מיט׳ן אפהאלטן דעם סאמיט, אבער איך וועל ענדערש איינשטעלן פאליטיק פאר דיפלאמאטיע, ווי איידער אויפגעבן דיפלאמאטיע פאר פאליטיק״.

א גרויס טייל פון די פראגעס און ענטפערס זענען געווען ארום די אנגייענדע אויספארשונג איבער רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן, אבער אויך האבן ביידע פירער זיך באצויגן צו א רייע אנגעלעגנהייטן אויף וועלכע רוסלאנד און אמעריקע וועלן ארבייטן אינאיינעם.

צווישן אנדערע האבן ביידע געצייגט גרייטקייט צו פארשטערקן די עקאנאמישע באציאונגען, און טראמפ האט איינגעוויליגט צו א פארשלאג צו אויפשטעלן א קאמיטע פון רוסישע און אמעריקאנער ביזנעסלייט, צו באטראכטן פראקטישע וועגן פון פארשטארקן האנדל.

אזוי אויך האט פוטין פארגעשלאגן נענטערע קאאפעראציע אין די אויל און גאז האנדל, אין וועלכע אמעריקע און רוסלאנד זענען שטארק דאמינאנט, און אויפגעברענגט א מעגליכקייט אז ביידע זאלן ארבייטן אינאיינעם איבער דעם געפלאנטן פייפליין קיין דייטשלאנד וואס טראמפ האט קריטיקירט.

אויפ׳ן מיליטערישן פראנט האבן אויך ביידע פירער ארויסגעהויבן די נאנטע קאאפעראציע צווישן די אמעריקאנער און רוסישער מיליטער, און פארשפראכן צו העכערן די קאאפעראציע ווען עס קומט צו באקעמפן טעראר, און נענטערע צוזאמארבייט אין סיריע צו איינצוימען די אנוועזנהייט פון איראן אינעם ראיאן.

טראמפ פארטיידיגט רוסלאנד קעגן עף-בי-איי

דער סאמיט קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס אמעריקאנער פראקורארן האבן ארויסגעגעבן אן אורטייל קעגן 12 רוסישע שפיאנען וועלכע האבן טיילגענומען אין א פארצווייגטע אפעראציע צו אנזייען פאליטישע כאאס אין אמעריקע און העלפן ערוויילן דאנעלד טראמפ.

א צאל פאליטיקאנטן און געזעצגעבער האבן אפעלירט צום פרעזידענט, אז ער זאל אנולירן דעם סאמיט אין ליכט פון די געפינסן, אבער דער פרעזידענט האט אנגעלייגט די שולד אויף די אבאמא אדמיניסטראציע.

דער פרעזידענט האט געשריבן אויף טוויטער, אז די אנגעצויגענע באציאונגען צווישן רוסלאנד און אמעריקע איז א רעזולטאט פון ״יארן פון אמעריקאנער טיפשות, און די איינזייטיגע מכשפות געיעג (מולער אויספארשונג)״, אויף וועלכע דער רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט רעאגירט מיט א טוויט שרייבנדיג, ״מיר זענען איינשטימיג״.

דער פרעזידענט האט דערמיט זיך גענצליך פארהוילן פון די ריכטיגע סיבות פון די אמעריקאנער קעגנערשאפט צו רוסלאנד, וואס רעכנט אריין: אינוואדירן קריימיע, אגרעסיע קעגן אוקראינע, אומברענגען פאליטישע קעגנער, סאבאטאזשירן אמעריקאנער וואלן, קאלאבערירן מיט׳ן מאסן מערדער אסאד, און נאך.

דורכאויס דעם גאנצן פרעסע קאנפערענץ האט פרעזידענט טראמפ ווידער און ווידער אנגעדייטעט אז ער גלייבט פוטין אז רוסלאנד האט זיך נישט אריינגעמישט אין די וואלן, און האט עטליכע מאל אטאקירט די עף-בי-איי און די דעמאקראטן.

ווען אן אמעריקאנער רעפארטער האט געפרעגט פרעזידענט טראמפ וועמען ער גלייבט ענדערש, די 14 אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן אדער פרעזידענט פוטין, האט פרעזידענט טראמפ געענטפטער אז ער גלייבט ״ביידע זייטן״.

ער דאן ווידער אטאקירט די עף-בי-איי איבער זייער אנגעבליכע איינזייטיגקייט, און אנגעדייטעט אז די גאנצע אויספארשונג איז בלויז א פאליטישע פרואוו אים צו באשמוצן. און דאן ווידער אויפגעברענגט הילערי קלינטאנ׳ס אימעילס, זאגנדיג ״וויאזוי קען זיין אז אירע אימעילס זענען פארשוואונדן. אין רוסלאנד וואלט דאס נישט פאסירט״.

פוטין האט פארגעשלאגן צו עפענען א ״געמיינזאמע קאמיטע״ פון רוסישע און אמעריקאנער אויספארשער, צו איבערקוקן די געפינסן פון די עף-בי-איי און די באווייזן אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער די העקעריי, און האט איינגעלאדנט ראבערט מולער קיין מאסקווע אז ער זאל זיך באראטן מיט רוסישע אויטאריטעטן.

דער פארשלאג, וואס איז דורך געוויסע באצייכנט געווארן אלס "לעכערליך", וויבאלד דאס וועט פאדערן אז די סי-איי-עי און די עף-בי-איי זאלן איבערגעבן פאר זייערע רוסישע קעגנער די מעטאדן וויאזוי זיי זענען געקומען אויף זייער שפורן, איז דורך פרעזידענט טראמפ באצייכט געווארן אלס ״זייער אן אינטערעסאנטער געדאנק״.

קרישקעלעך ארום דעם סאמיט

טראמפ: אייראפעאישער פאראיין איז א ״פיינט״ פון אמעריקע - אין אן אינטערוויו וואס ער האט געגעבן פאר א בריטישע נעץ עטליכע טעג פאר׳ן סאמיט, איז טראמפ געפרעגט געווארן ״ווער זענען די הויפט פיינט פון אמעריקע״, און ער האט דערויף געענטפער צוערשט ״דער אייראפעאישער פאראיין״ און האט הערשט נאכדעם צוגעלייגט, ״אויך רוסלאנד און כינע זענען אין געוויסע זאכן פיינטליך צו אמעריקע". דער סטעיטמענט האט שאקירט אייראפעאישע פירער, ספעציעל דעם פאקט אז ער האט געשטעלט אייראפע דאס ערשטע אויף די ליסט פון ״פיינטליכע לענדער״. דער פרעזידענט האט אבער ערקלערט אז ער האט זיך באצויגן בלויז צום עקאנאמישן אספעקט.

פוטין לאזט טראמפ ווארטן - אין א שריט וואס מאנכע האלטן איז אויסגערעכנט צו צייגן ״ווער איז בעלעבאָס״, האט פוטין געלאזט טראמפ ווארטן אויף אים, און טראץ דעם וואס דער סאמיט האט זיך געזאלט אנהייבן איינס אזייגער, האט פוטין הערשט געלאנדעט אין העלסינקי עטליכע מינוט נאך איינס. פרעזידענט טראמפ האט דעריבער פארשפעטיגט דאס ארויספארן פונעם האטעל און ארויסגעפארן צוויי אזייגער, און די צוויי זענען אזוי ארום אנגעקומען כמעט די זעלבע צייט.

פוטין ווארפט א טאבע צו טראמפ - טראמפ האט אין אנהויב פון זיינע באמערקונגען באגריסט רוסלאנד איבער דעם וואס זי האט געדינט אלס גאסטגעבער צו די וועלטליכע סאקער שפיל, א יערליכע ספארט פארמעסט צווישן צענדליגע וועלטס לענדער. רעדנדיג איבער סיריע אינמיטן די פרעסע קאנפערענץ, האט פוטין געווארפן א טאבע (=באָל) צו טראמפ, זאגנדיג אז ״די טאבע געפינט זיך יעצט אין דיין פעלד״, אן אויסדרוק וואס מיינט צו זאגן אז ער דארף נעמען דעם נעקסטן שריט. פרעזידענט טראמפ האט זיך באדאנקט פאר׳ן טאבע און געזאגט אז ער וועט עס געבן פאר זיין זון באראן און דערביי עס ווייטער געווארפן צו זיין ווייב וואס איז געזיצן אין די פאדערשטע שורה.

שארפע רעאקציעס פון טראמפ קעגנער - פילע דעמאקראטן און אויך רעפובליקאנער האבן שטארק אראפגעריסן דעם פאקט אז טראמפ האט גענומען רוסלאנד׳ס שטעלונגען ביים פרעסע קאנפערענץ און אראפגעריסן די אמעריקאנער אגענטורן פארנט פונעם רוסישן פרעזידענט. צווישן אנדערע האט דער געוועזענער סי-איי-עי דירעקטאר דזשאן ברענען געשריבן, ״דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער פון פארראט. טראמפ האט נישט בלויז געגעבן נארישע ענטפערס, נאר האט קלארגעשטעלט אז פוטין האט אים אין די קעשענע״, און אויסגעפירט מיט א רוף צו רעפובליקאנער צו פארדאמען דעם פרעזידענט. צווישן די רעפובליקאנער וועלכע האבן קריטיקירט דעם פרעזידענט ציילט זיך אויך ספיקער פאול רייען, וועלכער האט שארף פארדאמט דאס וואס דער פרעזידענט האט גענומען די זייט פון רוסלאנד קעגן די אמעריקאנער אינסטיטוציעס.

jp
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

Wow

תגובהדורך פאליק » מאנטאג יולי 16, 2018 5:29 pm

גינגריטש האט געווארפן א באבמע יעצט
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 16, 2018 5:33 pm

JP
א סאליד ארטיקל! די נייעס עז איט איז!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יולי 16, 2018 5:34 pm

סערטש איך גינגריטש, דו מיינסט די טוויט אז טראמפ מוז אויסקלארן וואס ער האלט און אז עס איז די מערסטע סיריעס מיסטעיק אלס פרעזידענט און ער מוז עס שוין פארעכטן?
די מידיא רעדט נאך גארנישט פון דעם.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יולי 16, 2018 5:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

בלינצע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג יולי 16, 2018 5:34 pm

דער קראנקער גינגריטש האט אויך א מיינונג.

דער האט זיך געלאזט הערן אויף טוויטער אז דער פרעזידענט דארף קלאר שטעלן זיין שטעלונג איבער די אינטעלינדזשענס און פוטין, עס איז די גרעסטע מיסטעיק אין זיין פרעזידענטסי, און מוז ווערן פאראכטן.

ווער האט אים געפרעגט?

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג יולי 16, 2018 5:36 pm

ניין גינגריטש איז נישט קראנק און איז א עכטער דיפענדער פונעם פרעזידענט
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 16, 2018 5:37 pm

טראמפ טוויטס פון די לעצטע שעה צוויי בנוגע די סאמיט מיט פוטין.

As I said today and many times before, “I have GREAT confidence in MY intelligence people.” However, I also recognize that in order to build a brighter future, we cannot exclusively focus on the past – as the world’s two largest nuclear powers, we must get along! #HELSINKI2018

I would rather take a political risk in pursuit of peace, than to risk peace in pursuit of politics. #HELSINKI2018

A productive dialogue is not only good for the United States and good for Russia, but it is good for the world. #HELSINKI2018
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יולי 16, 2018 5:37 pm

פאליק האט געשריבן:ניין גינגריטש איז נישט קראנק און איז א עכטער דיפענדער פונעם פרעזידענט

אקעי סאו דו טוישסט דיין מיינונג יעצט?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג יולי 16, 2018 5:39 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:פוטין-טראמפ סאמיט אפגעהאלטן אין העלסינקי



פוטין לאזט טראמפ ווארטן - אין א שריט וואס מאנכע האלטן איז אויסגערעכנט צו צייגן ״ווער איז בעלעבאָס״, האט פוטין געלאזט טראמפ ווארטן אויף אים, און טראץ דעם וואס דער סאמיט האט זיך געזאלט אנהייבן איינס אזייגער, האט פוטין הערשט געלאנדעט אין העלסינקי עטליכע מינוט נאך איינס. פרעזידענט טראמפ האט דעריבער פארשפעטיגט דאס ארויספארן פונעם האטעל און ארויסגעפארן צוויי אזייגער, און די צוויי זענען אזוי ארום אנגעקומען כמעט די זעלבע צייט.

jp


איך האב נישט געזען דא אז מען זאל רעדן דערפון בעפאר.
דאס איז ווארשיינליך געווען א אויסגערעכענטע פארשפעטיגונג פון פוטין, סאיז נישטא קיין שום סיבה וואס זאל אים צוריקהאלטן פון קומען צייטליך, כ'מיין אין קיין טרעפיק איז ער זיכער נישט געזיצן...
לעצט פאראכטן דורך פארטראכטער אום מאנטאג יולי 16, 2018 5:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג יולי 16, 2018 5:40 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:ניין גינגריטש איז נישט קראנק און איז א עכטער דיפענדער פונעם פרעזידענט

אקעי סאו דו טוישסט דיין מיינונג יעצט?


נאכנישט לאמיר ווארטן אביסל אבער איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו טוישן אויב נויטיג

רענד פאול שרייט דאך אז ווער עס זאגט עפעס אנקעגן דער פרעזידענט קומט עס סתם פון שנאה

לאמיר ווארטן אביסעלע
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 16, 2018 5:40 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:ניין גינגריטש איז נישט קראנק און איז א עכטער דיפענדער פונעם פרעזידענט

אקעי סאו דו טוישסט דיין מיינונג יעצט?

ער טוישט נישט זיין מיינונג בכלל. גינגריטש איז גערעכט, טראמפ האט נישט גערעדט קלאר. גינגריטש פארשטייט אבער טראמפ׳ס שטעלונג. ביליוו מי
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג יולי 16, 2018 5:42 pm

גיגנריטש רעדט פון אויסקלארן נישט טוישן
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אפשר פארקערט
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » מאנטאג יולי 16, 2018 5:42 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:פוטין-טראמפ סאמיט אפגעהאלטן אין העלסינקי



פוטין לאזט טראמפ ווארטן - אין א שריט וואס מאנכע האלטן איז אויסגערעכנט צו צייגן ״ווער איז בעלעבאָס״, האט פוטין געלאזט טראמפ ווארטן אויף אים, און טראץ דעם וואס דער סאמיט האט זיך געזאלט אנהייבן איינס אזייגער, האט פוטין הערשט געלאנדעט אין העלסינקי עטליכע מינוט נאך איינס. פרעזידענט טראמפ האט דעריבער פארשפעטיגט דאס ארויספארן פונעם האטעל און ארויסגעפארן צוויי אזייגער, און די צוויי זענען אזוי ארום אנגעקומען כמעט די זעלבע צייט.

jp


איך האב נישט געזען דא אז מען זאל רעדן דערפון בעפאר.
דאס איז ווארשיינליך געווען א אויסגערעכענטע באשפעטיגונג פון פוטין, סאיז נישטא קיין שום סיבה וואס זאל אים צוריקהאלטן פון קומען צייטליך, כ'מיין אין קיין טרעפיק איז ער זיכער נישט געזיצן...

אין למעשה האט ער סתם אנגעברענגט זיין טייערע צייט אין קיינער ווייסט נישט פון דערפון

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

תגובהדורך טוב ליהודים » מאנטאג יולי 16, 2018 5:43 pm

TRUMP.png
TRUMP.png (35.39 KiB) געזעהן 272 מאל

פיל רעפובליקאנער לייבן האבן א רויטע ליניע - און זיי קענען צומאל מודה זיין ווען מזעהט שווארץ אויף ווייס אז דער איז נישט בסדר

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יולי 16, 2018 5:44 pm

פאליק האט געשריבן:גיגנריטש רעדט פון אויסקלארן נישט טוישן

נישט קיין פראבלעם, ווען טראמפ וועט אויסקלארן זיין מיינונג אפשר וועל איך אויך טוישן מיין מיינונג, לאמיר זעהן.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 16, 2018 5:45 pm

@טוב ליהודים. דו האלטס טאקע אז טראמפ האט היינט פארלוירן שטיצע פון זיין בעיס? טעות.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מאנטאג יולי 16, 2018 5:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יולי 16, 2018 5:46 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:@אוב דו האלטס טאקע אז טראמפ האט היינט פארלוירן שטיצע פון זיין בעיס? טעות.

ווער איך? ניין.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 16, 2018 5:46 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:גיגנריטש רעדט פון אויסקלארן נישט טוישן

נישט קיין פראבלעם, ווען טראמפ וועט אויסקלארן זיין מיינונג אפשר וועל איך אויך טוישן מיין מיינונג, לאמיר זעהן.

מיט וועלכע חלק ביסטו נישט קלאר?..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אפשר פארקערט
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » מאנטאג יולי 16, 2018 5:47 pm

יעדער האט עים שוין איבערגעלאזט ווען ער האט עס געזאגט פאריגעסמאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, yes yes, אלי' מקוה יוד, אסדר לסעודתא, וויכטיג מאכער, לעב און שטרעב, פסיקתא, קאפ און אקסל און 55 געסט