דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:48 pm

קואמא האט למעשה צוגעזאגט ביי די דעבאטע מיט ניקסאן אז ער וועט נישט לויפן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:51 pm

דעמאקראטישע פריימערי 2020 נאציענאל זאגבי אוגוסט 6-8

ביידען 27
סענדערס 16
ווארען 7
העריס 5
בוקער 4
קואמא 3
בראון 2
דזשיליברענד 2
האלדער 2
מקאליפי 1
פעטריק 1
דעלעני 1
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:57 pm

עפעס א לאקעל ניו העמשיר אנקעטע אוגוסט 2-19 דעמאקראטישע פריימערי 2020 ניו העמשיר

סענדערס 30
ביידען 19
ווארען פון די נאנטע מעסיטשוטשעס 17
קענעדי 7
בוקער 6
העריס 3
האלדער 2
אמעלי 1
דעלעני 0
דזשיליברענד 0
היקנלופער 0

אין די פריערדיגע אנקעטעס איז ביידען געווען פאראויס אפילו אין ניו העמשיר, עס איז זייער וויכטיג אז בערני זאל נישט געווינען ניו העמשיר אז ער זאל שנעל ארויספאלן פון די פארמעסט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 10:47 pm

עס איז ארויסגעקומען א גוטע אנקעטע פון אייאווע.

[ליגעל דיסקלעימער, פאר ווער עס ווייסט נישט, איך שטיץ ביידן]

ביידן 37 +21
ווארען 16
סענדערס 12
העריס 10
בוקער 8
דזשיליברענד 2
האלדער 2
דעלעני 1
אוואנאטי 1

די עיקר אויפטו פון די אנקעטע, חוץ דאס ביסל וואס די אנקעטע מיינט פאר יאנוואר 2020, איז אז עס האלט ארויס די אנדערע קאנדידאטן, און געט ענערדזשי פאר ביידן צו לויפן.

בעצם האט יעצט ביידן א שוואכקייט אז א מעסיגער ווייסער מאן איז נישט דער בעסטער קאנדידאט יעצט ביי די דעמאקרעטס. סוי אזאנע אנקעטעס געט חיזוק.

דאס איז די ערשטע אייאווע אנקעטע.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 10:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 10:49 pm

ביז דערווייל איז בלומבערג טראמפס גרעסטע פראבלעם
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 10:56 pm

איך גלייב נישט אז בלומבערג וועט לויפן אויב ביידן לויפט, די עיקר איז אז בלומבערג האט געגעבן פאר די דעמאקרעטס 100 מיליאן דאלער, 80 פאר די קאנגרעס סופער פעק, און ער האט יעצט צוגעגעבן 20 מיליאן פאר די סענאט סופער פעק, וואס האט פרייליך געמאכט דעמאקרעטס, סיי דאס געלט, און נאכמער אז בלומבערגס יועצים האלטן אז זיי קענען געווינען דעם סענאט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:07 pm

אה, עס איז שוין ענדליך דא א פראנט ראנער וואס זאל אין די ענדע פארלירען (זשאוק)

ביידען איז א ענטערטעינאינג קאנדידאט אבער געט נישט קיין וויזיע, סאנדערס איז א באורינג קאנדידאט אבער פארקויפט כאטש א וויזיע.

אלס קאנדידאט דארף איך ביידען אבער אלס פרעזידענט וואלט סאנדערס כאטש געגעבען פאר די לינקע א שאנס צו פירען דאס לאנד לויט זייער מהלך און מען וועט קענען שאצען די רעזולטאטען איין מאל פאר אלעמאל.

פריי פון גאנס, פרייע העלטקעיר און פרייע שכר לימוד, קען נישט זיין אזוי שלעכט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 11:19 am

איך בין נייגעריג אויב נאך די קעווענאו ספעקטאקל האבן זיך געטוישט עפעס בנוגע בוקער און העריס וועלכע זענען געווען שטארק אויפן ספאטלייט.

איך קען מיך פארשטעלן ווי ווארען האט זיך געביסן די נעגל ווען בוקער האט אזוי דראמאטיש גערעדט פאר מיליאנען אמעריקאנער דוירכאויס די הירינגס...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אוקטובער 06, 2018 9:17 pm

די אנקעטע איז פון נאכדעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:35 pm

נוי דזשערסי סענטאר קארי בוקער האט אויפגעטרעטן אין א שטארק רעדע אין אייווע פאר פארזאמעלטע דעמאקראטן, וועלכע ברענגט שפוקולאציעס אז עס איז מיט טיפערע כוונות, נאך וואס אייווע איז די ערשטע סטיעט ווי מען קאקוסט.
אבער לויטן ניגון איז עס בלויז געווען אלץ א טייל פון די גרויסע קאמפיין דורך דעמאקראטישע פיגורן ארום צו פארן איבערן לאנד ארויס ברענגען דעם ציבור צו ערלי וואטינג, מיטן ציל אריינצוגיין אינעם וואל טאג מיט א באקוועמע מערהייט.
אין די זעלבע צייט פארט אויך ארום דער כרימאזטישער דעמאקראטישער פיגור דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא וועלכע פארזאמלט ריזיגע ראליס פון שווערע טויזענטער דעמאקראטן, און די אנטוזיאזים איז אויפן העכסטן גראד.
לעת עתה זענען רוב אבאמא ראליס אסאך פילער ווי די טראמפ קאמפיין אויפטריטן אין די יעצטיגע טעג, אז פאקט וואס ווערט דא אויף אייוועלט אינגראנירט
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:51 pm

ס'ווערט נישט איגנארירט, כ'האב עס קלאר געזעהן באריכטעט דורך הניק החשוב 'עכט היימיש'

[לידיעה בעלמא אויף אייוועלט איז נישטא באצאלטע שרייבער, ווער ס'וויל ברענגט]
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:59 pm

עכט היימיש, איר ברויכט פארשטיין, אויף אייוועלט איז טראמפ די לוזער פון יאר הונדערט, ווי לדוגמא, עס קומט ווען אז ער זאל נישט קענען דורכשטיפן א סופרים קאורט ריכטער נאמינאציע, אפילו מיט א רעפובליקאנער סענאט, נו אז עס געלונגט יא, איז דאך עס אן היסטארישן סוקסעס
די זעלבע מיט ראליס, דא ווערט ער בטאראכט אז ביי דיפאולט זאל ער האבן אונטער א מנין מענטשן, נו אז ער האט מער איז דאך עס א גרעי"ט סוקסעס, ווי קומסטו אפילו פארגלייכן מיט אבאמא'ן

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:01 pm

ערשטע מאל איך הער אז די אבאמא ראליס זענען מער ווי טראמפס, עס זעהט דיר אויס ווי עס שטערט איינעם, קיינער גייט נישט וויינען און ווער יא ברויך א דאקטער.

ברענג פון ווי דו נעמסט עס אויב מעגליך.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:04 pm

אבאמא האט ביי זיינע ראלי'ס געהאט זיבעציג אכטציג טויזנט מענטשן ווי גארנישט

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:06 pm

obama21_16764323.jpg
אן אבאמא ראלי
obama21_16764323.jpg (364.83 KiB) געזעהן 501 מאל

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:07 pm

דאס איז נישט פון 2008?
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:08 pm

איך רעד פון די יעצטיגע 2018 קאמפיין, ווער האט מער טראמפ אדער אבאמא?

ווען איז די בילד פון?
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:09 pm

יהודי האט געשריבן:דאס איז נישט פון 2008?

יא, ווען ער איז נאך געווען פאפאלער.

מטעמים האקט
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:13 pm

ער איז נאך היינט זייער פאפולער ביי די דעמאקראטן
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:14 pm

מטעמים האט געשריבן:איך רעד פון די יעצטיגע 2018 קאמפיין, ווער האט מער טראמפ אדער אבאמא?

ווען איז די בילד פון?

Best guess for this image: barack obama portland 2008

צדקה קאסע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:57 pm

משה11 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך רעד פון די יעצטיגע 2018 קאמפיין, ווער האט מער טראמפ אדער אבאמא?

ווען איז די בילד פון?

Best guess for this image: barack obama portland 2008

יאפ! גוגל זאגט אז דאס איז פארטלענד מיט 75,000 משתתפים

צדקה קאסע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:58 pm

יהודי האט געשריבן:ער איז נאך היינט זייער פאפולער ביי די דעמאקראטן

אבער קיין 75,000 האט ער דאכצעך שוין נישט געהאט אין 2012 אויכט נישט

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:27 pm

יעצט איז ער מער פאפעלער ווי 2012, אזוי ווי בוש איז יעצט מער פאפעלער ווי ווען ער איז געווען פרעזידענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:30 pm

טראמפ גייט זיין פרעזידענט 8 יאר. (אויב איז ער נישט אין תפיסה). לעב דערמיט. א גוטן מועד.

איי טאלד יו דיס פירסט. בוקמארק מיי ווארדס.

צדקה קאסע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:32 pm

צל עובר האט געשריבן:יעצט איז ער מער פאפעלער ווי 2012, אזוי ווי בוש איז יעצט מער פאפעלער ווי ווען ער איז געווען פרעזידענט.

קאן זיין, די האלטסט אז ער קען אין 2018 צאמשלעפן 75,000 ?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהבת השם, דברים אלו, כאפצעם, נו שוין, קליינקעפיק און 46 געסט