בלאט 64 פון 95

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 7:26 pm
דורך וואס טוט זיך
נאך פונדערהיים האט געשריבן:מאנטאנא גאווערנער סטיוו בולאק האט אנאנסירט אז ער לויפט פאר פרעזידענט.

מיט אים האלט די דעמאקראטישע קאנדידאטן ביי 22.

נאך א קלאפ פאר שומער וכת דיליה, זיי בעטן זיך שטארק בײ אים ער זאל לויפן פארן סענאט ווי ער איז פון די איינציגסטע וואס האט שאנסן עס צו געווינען, מאנטאנא איז רויט נאציאנאל, אבער ווען עס קומט צו סטעיטווייד קען א שטארקע דעמאקראט עס געוואונען, ווי מען זעט טאקע מיטן געווארנער, און מיט'ן פריערדיגע סענאט רעיס 2018, דעס קומט נאך וואס סטעיסי עברעמס, זשאן היקענלופער, בעטא ארורק האבן געטוען די זעלבע זאך אין זייערע סטעיט'ס.

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 9:19 am
דורך יש ברירה
אינטערעסאנט ווי עטליכע ארכי-לינקע מאכן אזויפיל נויז אין די דעמאקראטישע פארטיי אזש יעדער האט זיך איינגערעדט אז די פארטיי באשטייט היינט נאר פון זיי, און די אגענדעס מוזן זיך בייגן זיי צופרידן צושטעלן.

אין די רקפ נומערן שטעלט זיך אבער ארויס אז דער מאדערעט ביידען איז שטערקער אין די אנקעטעס ווי די נעקסטע פיר קאנדידאטן (סענדערס, ווארען, העריס, בוטעזשאידזש) אינאיינעם.

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 1:41 pm
דורך הכל הבל
קוויניפיעק אין פענסילוועניע

ביידען 53 טראמפ 42
סאנדערס 50 טראמפ 43
ווארען 47 טראמפ 44
באטידזשעדזש 45 טראמפ 44
העריס 45 טראמפ 45
טראמפ 46 ארורק 44

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 1:42 pm
דורך הכל הבל
קאמאלא העריס זאגט אז זי איז אפן צו אויסצוברייטערן דעם סופרים קאורט און אויך ארויפלייגן טוירם לימיטס און באגרעניצן די צאל ריכטער וויפיל א פרעזידענט קען נאמינירן

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 4:08 pm
דורך הכל הבל
נאכפאלגענדיג די ווארען צוריקווייזן א אנבאט פון פאקס טאון האל הערט מען איצט אז אויך קאמאלא העריס וועט אפזאגן אזא פארשלאג

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 4:10 pm
דורך הכל הבל
א פרישע רויטערס אנליין אנקעטע פון רעגיסטרירטע דעמאקראטישע וויילער (די אנקעטע ווערט גערעכנט ווען מען רעכנט אויס ווער עס קוואליפיצירט פאר די ערשטע דעבאטעס)

ביידען 32
סאנדערס 14
ווארען 7
העריס 7
ארורק 6
באטידזשעדזש 4
אלע אנדערע אונטער 2

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 5:17 pm
דורך הכל הבל
בולאק אויפגעטריבן א מעלאנע אין די ערשטע 24 שטונדן

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 6:00 pm
דורך הכל הבל
ניו יארקער בירגערמייסטער ביל דעבלאזיא וועט אנפירן א פארזאמלונג אין סיאקס סיטי אייאווע דעם פרייטאג

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 6:04 pm
דורך יש ברירה
דעילי נויז זאגט אז ער גייט מארגן מעלדן אז ער לויפט.

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 7:00 pm
דורך יש ברירה
ווערט באריכטעט אז דעבלאזיא האט געפלאנט צו מאכן א סורפרייז מעלדונג מארגן אויף א טעלעוויזיע שאו, אבער א "הויעך שולע דזשורנאליסט" וועלכע גיבט ארויס א נייעס בלעטל טעגלעך האט באמערקט א מעלדונג פון די דעמאקראטישע פארטיי אין אייעווע, איבער א באזוך פון דעבלאזיא דעם קומענדיגן פרייטאג עפעס וואס זיי האבן באצייכנט אלץ "די ערשטע סטאפ אין זיין פרעזידענטשעל מעלדונג טור"...
D6oziKoXsAEU2je.png
D6oziKoXsAEU2je.png (27.58 KiB) געזעהן 980 מאל


נאכן ארויסשיקן די ברעיקינג נייעס האט דעבלאזיא שנעל געלאפן מעלדן פאר די "ערוואקסענע" מידיא אז ער גרייט זיך טאקע אריינצוטרעטן אינעם פארמעסט.

מיט די רעכטע פיס, מר. מעיאר.

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 7:25 pm
דורך וואס טוט זיך
האט ער דאך שוין נישט לאנג צוריק אריינגעשפרונגען???

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 9:58 pm
דורך וואוילע שעפעלע
יענס איז געווען א טובל און ארויס

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 10:20 pm
דורך זזה
וואס טוט זיך האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:מאנטאנא גאווערנער סטיוו בולאק האט אנאנסירט אז ער לויפט פאר פרעזידענט.

מיט אים האלט די דעמאקראטישע קאנדידאטן ביי 22.

נאך א קלאפ פאר שומער וכת דיליה, זיי בעטן זיך שטארק בײ אים ער זאל לויפן פארן סענאט ווי ער איז פון די איינציגסטע וואס האט שאנסן עס צו געווינען, מאנטאנא איז רויט נאציאנאל, אבער ווען עס קומט צו סטעיטווייד קען א שטארקע דעמאקראט עס געוואונען, ווי מען זעט טאקע מיטן געווארנער, און מיט'ן פריערדיגע סענאט רעיס 2018, דעס קומט נאך וואס סטעיסי עברעמס, זשאן היקענלופער, בעטא ארורק האבן געטוען די זעלבע זאך אין זייערע סטעיט'ס.

אויב זיי פאלען ארויס שנעל קענען זיי לויפן פאר סענאט

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:32 am
דורך נאך פונדערהיים
אין אן אינטערוויו אויף ״די וויו״ איז בעטא געפרעגט געווארן איבער זיינע פלענער פאר זיין אינטערהינקענדע קאמפיין, האט ער געזאגט אז ער דארף טאקע ״ריסעטן״ זיין קאמפיין.

אלס א חלק פונעם ריסעט האט ער צוגעשטעלט א לייוו סטרים וואו מען האט געקענט מיטהאלטן וואו די רבי שערט זיך ביים מקוה איד...

98C905E3-E0F3-46A4-B5E0-4CF97F82BDAB.jpeg
98C905E3-E0F3-46A4-B5E0-4CF97F82BDAB.jpeg (56.83 KiB) געזעהן 819 מאל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:23 am
דורך דריידל
וואס טוט זיך האט געשריבן: מאנטאנא איז רויט נאציאנאל, אבער ווען עס קומט צו סטעיטווייד קען א שטארקע דעמאקראט עס געוואונען

וואס מיינט רויט נאציאנאל?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:25 am
דורך קרייסלער
טראמפ האט נעכטן אפגע׳חוזק׳ט פון בעטאס ריסעיט

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:06 am
דורך סארקאזי
ווען גאנץ אמעריקע וואלט געווען אזוי מעשיגע ווי נוי יארק סיטי.
וואלט איר געהאט א טשענס מיסטער מעיאר.

אבער אזוי ווי ב''ה מהאלט נאכנישט דארט. וואלט איך אייך געראטען איר זאלט ליבערשט לויפן אויף א טרעדמיל ווי איידער פארען פרעזידענט אמט.
איר זענט טאקע זייער הויעך. אבער חוץ פון דעם האט איר נישט וואס צופארקויפען.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:13 am
דורך פאראינטערסירט
סארקאזי האט געשריבן:ווען גאנץ אמעריקע וואלט געווען אזוי מעשיגע ווי נוי יארק סיטי.
וואלט איר געהאט א טשענס מיסטער מעיאר.

אבער אזוי ווי ב''ה מהאלט נאכנישט דארט. וואלט איך גייט געראטען איר זאלט ליבערשט לויפן אויף א טרעדמיל ווי איידער פארען פרעזידענט אמט.
איר זענט טאקע זייער הויעך. אבער חוץ פון דעם האט איר נישט וואס צופארקויפען.

;l;p-

גראדע חוץ זיין הויכקייט האט ער נאך א מעלה... אז ער איז שווארץ... אופס... סארי, זיין פלונית'טע איז שווארץ.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:52 pm
דורך הכל הבל
אייאווע אטוירני דזשענעראל טאם מילער (וועלכע איז אזוי פאפולער אין די סטעיט אז די רעפובליקאנער האבן ניטאמאל ארויסגעשטעלט א קעגנער אקעגן אים ביי די פארלאפענע וואלן) האט אינדארסירט מאנטאנא גאווערנאר בולאק פאר פרעזידענט
בולאק האט אין די פארגאנגענהייט געארבעט פאר מילער

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 3:23 pm
דורך פאראינטערסירט
נאך פונדערהיים האט געשריבן:מאנטאנא גאווערנער סטיוו בולאק האט אנאנסירט אז ער לויפט פאר פרעזידענט.

מיט אים האלט די דעמאקראטישע קאנדידאטן ביי 22.

בולאק מוטשעט זיך צו טרעפן אן איינצעלנע ערייכונג אלס גאווערנער.... אה יעה ער איז א גוטע טאטע פאר זיינע קינדער...

#בושות.
דראפבאקס

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:26 pm
דורך הכל הבל
נאכן קומען אונטער קריטיק פאר א חלל אין קלארשטעלן פאליסי און שטעלונגען האט מעיאר פיטע באטידזשעדזש אויפגעפרישט זיין זייטל צו זאגן ווי ער שטייט אויף א רייע אישוס
ווען עס קומט צו העלט קעיר שטיצט ער "מעדיקעיר פאר אלע.. וואס ווילן עס"

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:28 pm
דורך הכל הבל
ביידען לופטערט היספאניש רעדנדע רעקלאמע

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:28 pm
דורך הכל הבל
אבאמאס רעקלאמע שרייבער שליסט זיך אן אינעם באטידזשעדזש קאמפיין

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:30 pm
דורך הכל הבל
א ציילונג ווייזט אז די צאל מענטשן וועלכע לויפן איצט אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי איז העכער ווי די צאל קאמפיין סטעף וואס מערסטנס קאנדידאטן ערלויבן זיך אויפצונעמען..

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:32 pm
דורך הכל הבל
בעת וואס קאמאלא העריס מוטשעט זיך צו מאכן פראגרעס אין די פריימערי האט מען איר געפרעגט פארוואס זי הויבט נישט מער ארויס ווי היסטאריש איר קאנדידאטור איז אלץ אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי
העריס האט רעאגירט אז געוויסע פאקטן זענען אזוי קלאר אז זיי פארציילן זיך אליינס