תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:27 pm
מאסאטשוסעטס סענאטארשע עליזאבעט ווארען האט שטילערהייט געשאפן א שאטן קריגס צימער דעזיגנירט צו ערוועלן דעמאקראטן אין די בעפארשטייענדע מידטוירמס און מיט א בליק אויף פאראויס צו לויפן פאר פרעזידנעט אום 2020 למספרם
ווארען איז אין פארבינדונג מיט ארום 150 קאנדידאטן וועלכע לויפן איצט אין די וואלן, זי איז געווען פון די ערשטע די זיגער אין די פילע פריימערי פארמעסטן אינעהאלב די פארטיי הארט נאך זייער געוואונס
איר רוף פלעגט ווערן נאכגעפאלגט מיט נאכאנאנדע רופן פון איר שטאב צו די זיגרייכע קאנדידאטן צו מאכן די נויטיגע פארבינדונגען און שאפן די איינדרוק ווי זי איז די צוקונפט פון די דעמאקראטישע פארטיי
ווארען האט שוין אין פאקט אפגעשיקט פילע נאנטע שטאב געהילפן אנצופאנגען די צוגרייטונגען אין די ערשטע און קריטישע שטאטן
צוויי געהילפן זענען געגאנגען קיין ניו העמפשיר, 1 קייין אייאווע, קיין סאוט קאראליינע, נעוואדע,אהייא, דזשארדזשיע, וויסקאנסין, פלארידא און מישיגען