ויהי אחרי: די ווילדע רייזע ביז צום סאמיט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

ויהי אחרי: די ווילדע רייזע ביז צום סאמיט

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » דינסטאג יוני 12, 2018 7:34 pm

מען קען שוין אפאטעמען, דער סאמיט צווישן פרעזידענט דאנאלד טראמפ און צפון קארעא טשעירמאן קים יאנג אן איז שוין פארביי, די שטויב הייבט זיך אן צו זעצן, און ווידעראמאל זעט זיך ארויס די ‘לב מלכים ושרים ביד השם’.

עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי מאדנע זאכן פארן אין די היינטיגע וועלט, די צוויי פירער וואס ווערן באטראכט אין טייל פון די וועלט אלס ווילדע און אגרעסיווע האלבע משוגעים, וועלכע האבן זיך קוים פאר עטליכע מאנאטן צוריק געסטראשעט אויף א קינדערישן פארנעם איינעם מיטן צווייטן אויף די ‘בולי שפראך’, זענען אצינד געזעסן פאניע פראט איינער נעבן צווייטן, און געמאכט היסטאריע.

דאס איז זיכער אז אזא שריט וועט ברענגען פרידן און סטאביליטעט, יעדע לאנד וואס פארמאגט די נוקלעארע וואפן איז א געפאר, איבערהויפט ווען עס ליגט אין די הענט פון א ווילדער דיקאטור אין צפון קארעא, וואס האט אומגעברענגט אייגענע פאמיליע מיטגלידער פאר נארישע לעכערליכע טענות, און אונטער אים זענען פארשמאכט הונדערטער טויזנטער בירגער וואס האבן נישט קיין אייגענע מיינונג, און ווערן קאנטראלירט דורך זיין אייזענעם פויסט.

ווילאנג די צוויי לענדער וועלן ווייטער פירן געשפרעכן, האבן מיר אפאר מינוט צו אנאליזירן די מצב, און באטראכטן ווי אזוי זאכן זענען געפארן, פון וואס מיר וועלן שטוינען וויאזוי די ווילדע רייזע צום סאמיט, האט זיך געענדיגט אזוי פריינטליך…

***



אפריל 2013 - דאס ערשטע מאל וואס דאנעלד טראמפ האט וואס צו זאגן איבער קים יאנג אן, ארום 2 יאר איידער ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענטשאפט אין די פאראייניגטער שטאטן. טראמפ האט געווארנט דעם דעמאלטדיגן פרעזידענט באראק אבאמא – און ווי דען אויב נישט אויף טוויטער – איבער דער “משוגענער איינער, דער אכט און צוואנציג יעריגער פון צפון קארעא”.

יאנואר 2016 – דא האלט שוין טראמפ אין די רעפובליקאנער פריימעריס וועלכע איז נאך געווען אין אירע ערשטע שטאפלען, ברענגענדיג אן אומגעוונליכע פאלעסי פון די רעפובליקאנע אויסערן פאלעסי, אויף וועמענ’ס טיקעט ער איז געלאפן. אין א רעדע וואס ער האט געזאגט ביי איינע פון די קאמפיין אויפטריטן, לאזט ער פאלן ווערטער: “אז איר וועט באטראכטן צפון קארעא, דער בחור, כ’מיין צו זאגן אז ער איז טאקע א סארט צעפידלטער, אבער מען דארף אים געבן קרעדיט… ער איז געווען 25 אדער 26 ווען זיין טאטע איז געשטארבן, וויפיל אזעלכע יונגע מענטשן זענען מצליח צו איבערנעמען אין די האנט אריין די פירערשאפט, און באפעלן די הארטנעקיגע לאנגיעריגע גענעראלן? דאס איז א וואונדערבארע זאך ווען מ’קלערט עס איבער. כאטש וואס עס איז דא דארט קולטור אינטערעסן, האט ער באוויזן זיך צו שטארקן, ער איז דער באס, ער האט געווארפן דעם פעטער, געווארפן דעם יעניגן. ער שפילט זיך נישט ארום מיט שפילערייען, און מיר קענען זיך אויך נישט ארומשפילן מיט אים”…

פעברואר 2016 – טראמפ, אלס א קאנדידאט אין די רעפאבליקאנע פריימעריס, רעדט אויף א שאו פאר CBS מיט א פעסטקייט און שטייפקייט: “איך וועל צוברענגען כינע זיי זאלן צוברענגען אז דער בחור’ל זאל פארשוואונדן ווערן, אויף אזא וועג אדער אויף אן אנדערע. ער איז א שלעכט בחור’ל, און מ’קען נישט פארמינערן אין זיין ווערד”.

מאי 2016 – שוין אלס דער רעפובליקאנער ערוועלטער פריימערי קאנדידאט אין די עלעקשאנס, האט טראמפ איבעראשט אמעריקע זאגנדיג פאר די “רויטערס” נייעס אגענטור: “איך וועל רעדן מיט אים; כ’האב נישט קיין שום פראבלעם צו רעדן מיט אים”…

אפריל 2017 – אין אן אינטערוויו צו CBS, ממש א קורצע צייט נאכן איינגעשוואוירן ווערן אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, ווערט טראמפ אנגעפרעגט אויב ער קלערט פון אטאקירן די איזאלירטע צפון קורעא רעזשים, אויף וואס ער האט געענטפערט: “דאס איז א שאכמאט שפיל, איך וויל נישט מ’זאל וויסן וואס איך טראכט. מען פרעגט מיר אויב ער איז משוגע? איך ווייס נישט. מיט דעם אלעם – אסאך וועלן נישט גלייכן אז איך זאג עס – ער איז א יונגער מענטש וואס האט פעסט גענומען א פאזיציע און ער פארמעסט זיך מיט גאר הארטנעקיגע מענטשן – און אין אזא יונגע עלטער האט ער דאס באוויזן. אסאך האבן פרובירט מיט כח אים אוועקצוכאפן די מאכט, מוז זיין אז ער איז א קלוג בחור”.

מאי 2017 – ווידער א סופרייז, דאסמאל ביי אן אינטערוויו פאר בלומבערג, ווען ער מעלדט צום ערשטן מאל אלס פרעזידענט אז ער איז גרייט צו באגעגענען קים פנים אל פנים. “אויב וועט זיין פאסיג זיך צו טרעפן מיט אים, וועל איך דאס אויסדרוקליך טון, עס וועט מיר זיין א כבוד. אונטער די ריכטיגע אומשטענדן וועלן מיר זיך באגעגענען. רוב פאליטיקאנטן וועלן דאס אין לעבן נישט זאגן, אבער איך זאג אייך, איך וועל דאס טון אונטער די פאסיגע אומשטענדן”.

יולי 2017 – נאך א מיסל טעסט פון צפון קארעא, שיקט טראמפ ארויס א קורצע טוויט: “דער בחור’ל האט נישט עפעס בעסער’ס וואס צו טון אין זיין לעבן?”

אוגוסט 2017 -א פרישע רונדע פון סאנקציעס לאזט זיך ארויס אויפן וועג צו דערשטיקן צפון קארעא. די רעזשים פון קים שיקט ארויס א ווארענונג פון פיאנגיענג, מיט א סטראשע אז זיי וועלן דערלאנגען פאר אמעריקע “א נקמה טויזענט מאל אזוי שטארק”.

דא האט זיך אנגעהויבן די אנגעצויגענע שטימונג דירעקט צווישן טראמפ און קים, פון דארט ביז נעכטן זענען זאכן געפארן שארף, זיך ארויסלאזנדיג אין א קייט פון שארפע סטראשונקעס, באליידיגונגען, שפעטערייען, שפעטערייען, אין א פארמעסט ווער עס קען בעסער זיך גרויסן און דערנידערן זיין אפענאנט.

אוגוסט 8 2017 – א טאג נאך די סטראשע פון צפון, ווייזט טראמפ אז מיט סטראשונקעס איז ער גארנישט אונטערשטעליג… עס איז געקומען די שארפסטע רעאקציע פון טראמפ ביז דאן, ווען ער האט קאמענטירט אויף א באריכט אין וואשינגטאן פאוסט אז צפון קארעא האט א נוקלעארע שפיץ וואס מ’קען ארויפשטעלן אויף מיסלס. “עס איז בעסער אז זיי לאזן זיך נישט נאכאמאל הערן מיט סטראשונקעס קעגן די פאראייניגטע שטאטן” האט טראמפ געזאגט פאר רעפארטער. “זיי וועלן זיך אנשטויסן אין פייער און צארן וואס די וועלט האט נאך קיינמאל נישט געזען”.

צפון איז נישט שטיל געבליבן, נאר געסטראשעט מיט א מיסל וואס וועט פליען העכער יאפאן, און פליען ביז צום אמעריקאנער קאנטראלירטער איזנל גואם, אינעם פאסיפישן אקעאן.

סעפטמבער 2017 – טראמפ טרעט אויף אין א שארפע רעדע ביים דזשענעראל אסעמבלי אין די יו. ען. וואו ער רופט צו אויסליידיגן די קארעא האלב אינזל פון נוקלעארע וואפן, צולייגנדיג אז “אויב וועט נישט זיין נאך אן אויסוועג, וועלן מיר מוזן פארניכטן צפון קארעא”. אין יענע געלעגנהייט האט ער געטראפן א קנאקעדיגע צו-נאמען פאר קים יאנג אן, “דער ראקעט מאן” מיט וואס ער האט זיך אנגעהויבן צו באנוצן שפעטער, זאגנדיג אז “דער ראקעט מאן איז אין א זעלבסטמארד מיסיע”

פון פיאנגיענג איז צוריק א שפאטישע רעאקציע, ווען דער אויסערן מיניסטאר פון צפון רי יאנג הא האט געזאגט אז “דאס הערט זיך ווי א הונט וואס בילט”. שפעטער האט ער צוגעלייגט אז “די וועלט דארף געדענקען ווער עס איז געווען דער ערשטער צו דערקלערן קריג אויף אונזער לאנד”, וועלנדיג דערמיט אנדייטן אז זיי וועלן נוצן שטארקע מאכט זיך צו פארטיידיגן. טראמפ האט זיך נישט דערשראקן, נאר געענטפערט אז “כ’האב געהערט וואס דער אויסערן מיניסטאר זאגט, ער רעדט דאך אין נאמען פון דעם קליינעם ראקעט מאן, זיי וועלן נישט זיין נאך צופיל צייט אויפן האריזאנט”….

אין די אפיציעלע סטעיטמענט פון די אויסטרען מיניסטעריום פון צפון קארעא, האבן זיי געשריבן אז די אויפפירונג פון טראמפ איז ווי א צעמישטער מענטש, און אז ער איז א טיפש. א טאג שפעטער האט טראמפ ווידער געשריבן “קים יאנג אן, וואס איז קלאר משוגע אז ס’אינטערעסירט אים נישט צו אויסהונגערן אדער אומברענגען זיינע אייגענע מענטשן, וועט שטיין פאר א פראבע אזויווי ער איז נאך אין לעבן נישט געשטאנען”.

נאוועמבער 2017 – נאך וואס קים האט אנגערופן טראמפ אלס אן “אלטער”, האט טראמפ רעאגירט אויף טוויטער: “פארוואס באליידיגט מיר טראמפ אז איך בין אלט, כאטש וואס כ’האב אים קיינמאל נישט אנגערופן “נידעריגער גראבער”? נו, זאל זיין. איך פרוביר אזוי שטארק צו זיין זיין פריינט, אפשר וועט עס נאך איין טאג פאסירן”. אבער צוויי וואכן שפעטער, נאך א רעדע אין מיזורי וואס האט זיך גערעדט איבער די שטייער שניטן, האט טראמפ געלאזט פאלן ווערטער אז “דער קליינער ראקעט מאן איז א קליינער קראנקער הונט”.

אקטאבער 2017 – אין א פראוו צו בארואיגן די געמיטער פון ביידע זייטן, האט דער געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן באזוכט אין כינע. ער האט פרובירט צו אנקניפן דיפלאמאטישע פארבינדונגען מיט צפון, אבער טראמפ איז געווען זייער פעסעמיסטיש דערוועגן. “איך האב געזאגט פאר אונזער וואונדערבארער סעקרעטערי אוו סטעיט, אז ער שפענדעט צייט מיט פראוון צו פירן געשפרעכן מיט דעם קליינעם ראקעט מאן”… האט טראמפ געשריבן אויף טוויטער. “היט אויף דיין ענערגיע רעקס, מיר וועלן טון וואס עס דארף געטון ווערן”.

מערץ 2018 – א דעלעגאציע פון דרום קארעא באזוכט אין די ווייסע הויז, און האט איבערגעגעבן פאר טראמפ אז קים יאנג אן איז גרייט פאר געשפרעכן איבער זיינע נוקלעארע וואפן. טראמפ באשטעטיגט אז ער איז גרייט זיך צו טרעפן מיט קים, און שרייבט אויף טוויטער אז “קים יאנג אן האט גערעדט מיט דרום פארשטייער איבער צעווארפן די נוקלעארע וואפן, נישט בלויז עס איינפרירן. אין צוגאב צו דעם וועט מער נישט זיין אין די קומענדיגע צייט קיין נוקלעארע טעסט. געוואלדיגע פארשריט, אבער די סאנקציעס בלייבן אין קראפט ביז עס ווערט אן אפמאך. די באגעגעניש ווערט אויסגעארבעט”.

אבער דערמיט האט זיך דער באן פון דיפלאמאטיע נישט אפגעשטעלט. נאכן איינשטימען פאר א געמיינזאמער סאמיט, זענען נאך אונטערגעקומען אפאר שארפע אויסטוישן… (מיר האבן שוין געשריבן די סיבה דערפון אין א באזונדערע אנאליז פארגאנגענע וואך דא אויף אידישער ווינקל).

עס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס צפון האט פארפירט און אראפגעריסן דעם אמעריקאנער זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן, ווסא האט געזאגט אז ער וויל מאכן מיט צפון קארעא אזא סארט מאדעל ווי ליביע. קים האט פארשטאנען אז מ’רעדט פון אומווארפן די רעזשים אזויווי עס איז געווען אין ליביע, ווען מואמאר קאדאפי האט אויפגעגעבן זיינע נוקלעארע וואפן, און דאן האט אמעריקע אים באזייטיגט פון בענקל.

די שארפע טענער זענען ווידער ארויסגעצויגן געווארן פון שופלאד, און עס האט זיך אנגעהויבן מיט סטראשונקעס, קים האט קלארגעשטעלט אז ער קלערט איבער צו ער איז נייגעריג אין א סאמיט, און דאן באליידיגט דעם וויצע פרעזידענט מייק פענס, אים באצייכענענדיג אלס א ליימענער גולם.

מערץ 24 – טראמפ האט געמאלדן אין א בריוו צו קים יאנג אן אז ער קענסלט די סאמיט צוליב די אויפברויז און פיינטשאפט וואס די צפון רעזשים ווייזט צו אמעריקע. אבער ער האט פארט געלאזט אן אפענער טיר צום סאמיט, און א קורצע צייט שפעטער האט טראמפ געמאלדן אויף טוויטער אז די פלענער פאר א סאמיט גייען פאראויס.

יוני 2018 – אנהייב חודש איז קים’ס רעכטע האנט געקומען באזוכן ניו יארק וואו ער האט זיך געטראפן מיט מייק פאמפעא, שפעטער האט ער געטראגן א בריוו צום ווייס טראמפ, וואס קים האט געשיקט דארט א באגריסונג פארן אמעריקאנער פרעזידענט, און דאן האט מען געמאלדן אז דער סאמיט וועט יא פארקומען, אום יוני דער צוועלעפטער.

דאן האבן ביידע זייטן אויסגעדרוקט זייער אפטימיסטישע סטעיטמענטס, און איבער די סאמיט קענט איר טרעפן א ברייטע דעקונג וואס מיר האבן באריכטעט בשעת מעשה דא אויף אידישער ווינקל, בשעת ווען די היסטארישע מאמענטן זענען פארגעקומען…

קרעדיט - אידישער ווינקל

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יוני 12, 2018 7:55 pm

קריסטל קלאר! שכוח רבי זונדל!!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג יוני 12, 2018 8:31 pm

טעם וריח האט געשריבן:קריסטל קלאר! שכוח רבי זונדל!!






ווען האט ער געסטראשעט, אז מיין באטן איז גרעסער?

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג יוני 12, 2018 8:35 pm

הערליכע ארטיקל !!
;l;p- ;l;p-

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג יוני 12, 2018 9:01 pm

Mega
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

.

תגובהדורך זזה » דינסטאג יוני 12, 2018 9:14 pm

.
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג יוני 12, 2018 11:02 pm

ר זונדל נאדיר א גרינע, נא זאל שוין זיין עטליכע
;l;p- ;l;p- ;l;p-

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג יוני 12, 2018 11:03 pm

גזירה שיין

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג יוני 12, 2018 11:03 pm

זייער שיין

balkishron
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » דינסטאג יוני 12, 2018 11:34 pm

הערלעך מסודר!
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דינסטאג יוני 12, 2018 11:37 pm

הערליך שיין!
דער טראמפ איז א דשיניעסט

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג יוני 12, 2018 11:42 pm

שיין שיין
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 12, 2018 11:53 pm

זייער געשמאק געשריבן, קלאר און מסודר!

און ס'איז ספעציעל באטעמט אז ס'איז נישט געשריבן איינזייטיג, נישט אויף רעכטס און נישט אויף לינקס, נאר די קלארע פאקטן, ווי א ריכטיגע דזשורנאליסט ברויך נאר...

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך יוני 13, 2018 1:13 am

קנאקעדיג קריספ און קלאר באשריבן.

זייער שיין
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » מיטוואך יוני 13, 2018 8:02 am

בילדער האט געשריבן:הערליך שיין!
דער טראמפ/און זונדל איז א דשיניעסט

אגב @בילדער דיין אוועטער מיטן צוקראכטן הוט מאכט מיר שטערבליך נערוועז נאטינג פערסענאל
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 9 געסט