אלעס ארום די G-7 סאמיט צוזאמפאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג יוני 12, 2018 11:54 am

I'm pretty confused, in the reports I understood that Trump's no tariff's offer was more like a joke
But Gestetner is busy with it the last 48 hours as a serious offer
can anyone clarify

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג יוני 12, 2018 11:58 am

כאפצעם האט געשריבן:ווייל זיי ווילן פראטעקטן איין געוויסע אינדוסטריה זייערע פון אונטערגיין. ופשוט הוא.

און אז אמעריקע וויל ראטעווען די סטיל אינדאסטרי טאר מען נישט?..
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג יוני 12, 2018 12:01 pm

אין כל חדש האט געשריבן:I'm pretty confused, in the reports I understood that Trump's no tariff's offer was more like a joke
But Gestetner is busy with it the last 48 hours as a serious offer
can anyone clarify

ווייל יעדער פארשטייט אז סגייט נישט פאסירן.. טראמפ וויל נאר ארויסברענגען אז זיי האבן מער טאריפס..
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יוני 12, 2018 12:05 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווייל זיי ווילן פראטעקטן איין געוויסע אינדוסטריה זייערע פון אונטערגיין. ופשוט הוא.

און אז אמעריקע וויל ראטעווען די סטיל אינדאסטרי טאר מען נישט?..

נאו פראבלעם פארדעם איז דא טרעיד דיעלס. אמעריקא און קאנאדע האבן ביידע טאריפס וואס איז באשלאסן געווארן אין א טרעיד דיעל. ווילסט איבערמאכן דיעלס גאו אהעד!

דערווייל קוקט אויס ווי דער סטעיבל זשיניעס טויגט נישט צו קיין דיעלס ווארפט ער טענטרומס [פון וואס מיר אלע ליידן].
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג יוני 12, 2018 12:08 pm

כאפצעם האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווייל זיי ווילן פראטעקטן איין געוויסע אינדוסטריה זייערע פון אונטערגיין. ופשוט הוא.

און אז אמעריקע וויל ראטעווען די סטיל אינדאסטרי טאר מען נישט?..

נאו פראבלעם פארדעם איז דא טרעיד דיעלס. אמעריקא און קאנאדע האבן ביידע טאריפס וואס איז באשלאסן געווארן אין א טרעיד דיעל. ווילסט איבערמאכן דיעלס גאו אהעד!

דערווייל קוקט אויס ווי דער זשיניעס טויגט נישט צו קיין דיעלס ווארפט ער טענטרומס [פון וואס מיר אלע ליידן].

טאריפס האט גארנישט מיט קיין טרעיד דעילס אויב איינער מעג מעג יעדער, קיינער ליידט נישט חוץ פון דיר און די מידיע...
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג יוני 12, 2018 12:10 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווייל זיי ווילן פראטעקטן איין געוויסע אינדוסטריה זייערע פון אונטערגיין. ופשוט הוא.

און אז אמעריקע וויל ראטעווען די סטיל אינדאסטרי טאר מען נישט?..

עס איז זייער שווער אריינצורעדן אין טעריפ'ס ווייל פון די ביסל וואס מ'ליינט שטעלט זיך ארויס אז דאס איז איינס פון די גרעסטע חכמות צו קאנטראלירן די עקאנאמיע
די שטערקערע טענה אויף יר"ה איז מער די אופן וויאזוי ער גייט צו דערצו, מיט אליאירטע דיעלט מען פראפעסיאנאל

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג יוני 12, 2018 12:12 pm

ער ווארפט טענטרומס איז אמת
אבער ווי זעסטו אז צו קיין דיעל טויגט ער נישט ווען דו האסט איהם ניטאמאל געגעבן א טשענס
נאך פאר סדא א דיעל ווארפסטו איהם אפ
ברענג א דיעל וואס ער האט געמאכט אין סהאט נישט געטויגט

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג יוני 12, 2018 12:14 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווייל זיי ווילן פראטעקטן איין געוויסע אינדוסטריה זייערע פון אונטערגיין. ופשוט הוא.

און אז אמעריקע וויל ראטעווען די סטיל אינדאסטרי טאר מען נישט?..

עס איז זייער שווער אריינצורעדן אין טעריפ'ס ווייל פון די ביסל וואס מ'ליינט שטעלט זיך ארויס אז דאס איז איינס פון די גרעסטע חכמות צו קאנטראלירן די עקאנאמיע
די שטערקערע טענה אויף יר"ה איז מער די אופן וויאזוי ער גייט צו דערצו, מיט אליאירטע דיעלט מען פראפעסיאנאל

שוין א צווייטע שמועס אינגאנצען, טראמפ איז נאר פרעזידענט א דאנק זיין מאדנע ציגאנג וואס שארטטערם קוקט עס אויס שרעקליך אבער לאנגטערם איז עס ניסח טראמפ....
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג יוני 12, 2018 12:15 pm

אין כל חדש האט געשריבן:די שטערקערע טענה אויף יר"ה איז מער די אופן וויאזוי ער גייט צו דערצו, מיט אליאירטע דיעלט מען פראפעסיאנאל


דאס איז געווען די טעות ביז היינט, עס האט א צינאמען פאליטיקלי קארעקט , וואס דער פרעזידענט גלייכט נישט און ווי סקוקט אויס וועט ער אנקומען ווייטער מיט דער מהלך ווי אנדערע ביז היינט .

----
מהאקט דער זעלבע
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 12, 2018 12:16 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווייל זיי ווילן פראטעקטן איין געוויסע אינדוסטריה זייערע פון אונטערגיין. ופשוט הוא.

און אז אמעריקע וויל ראטעווען די סטיל אינדאסטרי טאר מען נישט?..

עס איז זייער שווער אריינצורעדן אין טעריפ'ס ווייל פון די ביסל וואס מ'ליינט שטעלט זיך ארויס אז דאס איז איינס פון די גרעסטע חכמות צו קאנטראלירן די עקאנאמיע
די שטערקערע טענה אויף יר"ה איז מער די אופן וויאזוי ער גייט צו דערצו, מיט אליאירטע דיעלט מען פראפעסיאנאל

ס׳קוקט אויס ווי די ווייסט נאר די (פאלשע) נייעס פון כאפצעם׳ס קוואוט׳ס.

אבי גערעדט. טראמפ האט זייער שיין פארגעלייגט זיינע פארלאנגען (אנגעהויבן 2 יאר צוריק) און געווען גרייט אויף ניגאושיעישנס. קיינער פון די שבעה אומות (G7) האבן זיך נישט וויסינדיג געמאכט, קיינער האט נישט פארגעלייגט ענפערס און אפער׳ס. טראמפ איז געבליבן אליין. האט ער באשלאסן צו לערנען בלק.

אנעק יא מיסטער פרעזידענט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג יוני 12, 2018 12:38 pm

איך האף אז די אלע דא זענען געלונגענע ביזנעסלייט און פארדינען שיין געלט
במילא וועט איר אליינס פארשטיין וויאזוי איר דיעלט און ערווארט פון ביזנעס אליאירטע

איין קליינע דוגמא ווען מיין גראסערימאן האט באשלאסן צו טשארדזשן פאר דעליווערי האט ער מיר נישט געזאגט, דו ווייסט וואס דיין בעלענס איז.. וכדו'
ניין, ער האט געטון וואס ער האט געפילט, עס פעלט זיך אויס פאר זיין ביזנעס. און פרובירט די מערסטע עס מסביר צו זיין, און ווייזט ארויס פארשטענדעניש נישט אייביג צו טשארדזשן פאר די 2טע באקס
און איך פארשטיי אים זייער גוט, און לעב מיר ווייטער זייער בשלום, און פרוביר ווייטער צו זיין צייטליך מיטן קלינען די בעלענס

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יוני 12, 2018 12:40 pm

גראף פאטאצקי האט געשריבן:ער ווארפט טענטרומס איז אמת
אבער ווי זעסטו אז צו קיין דיעל טויגט ער נישט ווען דו האסט איהם ניטאמאל געגעבן א טשענס
נאך פאר סדא א דיעל ווארפסטו איהם אפ
ברענג א דיעל וואס ער האט געמאכט אין סהאט נישט געטויגט

עס קען גראדע זיין ער טויג אויף דיעל'ס, ער האט נאכנישט געמאכט קיין דיעל אין זיינע 500 טעג אלץ פרעזידענט.

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יוני 12, 2018 12:53 pm

דממה דקה האט געשריבן:עס קען גראדע זיין ער טויג אויף דיעל'ס, ער האט נאכנישט געמאכט קיין דיעל אין זיינע 500 טעג אלץ פרעזידענט.

#ארט_אוו_די_דיעל
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג יוני 12, 2018 1:04 pm

כאפצעם האט געשריבן:ווייל טראמפ וויל פראטעקטן איין געוויסע אינדוסטריה אונזערע פון אונטערגיין. ופשוט הוא.
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג יוני 12, 2018 1:12 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:און ווער געדענקט נאך די גרויסע געמויזעכצער אז טראמפ וועט צוריקברענגן די רעספעקט צו אמעריקע פון די וועלט לענדער, נאכדעם וואס אבאמא'ס האט עס חרוב געלייגט...
איך וועל נישט זיין שאקד ווען טראמפ סאפארטער וועלן שרייען אז ער האט עס גאר צוריקגעברענגט...


פאר מ'גייט ווייטער דארף מען קודם זעהן צו אונז זעמער אויף איין פעידזש... ווען מ'גיבט געלט פאר איראן און איראן איז נישט ברוגז, הייסטעס אז זיי רעספעקטן דיך? ווען מ'גייט זיי נישט און זיי זענען יא ברוגז, הייסטעס רעספעקט? וואנס מ'ווייסט קלאר וואס מיינט "רעספעקט" קעמען דן זיין צו טראמפ האטעס שוין צוריקגעברענגט אדער ער האלט נאך אינמיטן אדער דערווייל גארניש...

רעספעקט מיין איך פון וועלטס לענדער, נישט פון איראן
אז ווען אמעריקע זאגט עפעס רעספעקטירט מען זיי און מ'נעמט עס אן

דאס איז מיין אפטייטש, נו זעמיר אויף די זעלבע פעידזש?

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 12, 2018 1:23 pm

דממה דקה האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:ער ווארפט טענטרומס איז אמת
אבער ווי זעסטו אז צו קיין דיעל טויגט ער נישט ווען דו האסט איהם ניטאמאל געגעבן א טשענס
נאך פאר סדא א דיעל ווארפסטו איהם אפ
ברענג א דיעל וואס ער האט געמאכט אין סהאט נישט געטויגט

עס קען גראדע זיין ער טויג אויף דיעל'ס, ער האט נאכנישט געמאכט קיין דיעל אין זיינע 500 טעג אלץ פרעזידענט.

למען האמת האט ער געמאכט איין אומבאלימפערטן דיעל מיט סאוט קארעע.

פארשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג יוני 12, 2018 2:48 pm

Trump trade adviser Navarro apologizes for saying there's a 'special place in hell' for Trudeau

פארשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג יוני 12, 2018 2:53 pm

Kudlow could be back 'within a week' after heart attack, friend says

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יוני 12, 2018 4:02 pm

פארשער האט געשריבן:Trump trade adviser Navarro apologizes for saying there's a 'special place in hell' for Trudeau

ס'האט אים געכאפט די קדחות, ער ברויך נישט קיין הארץ אטאקע..
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 12, 2018 4:11 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:Trump trade adviser Navarro apologizes for saying there's a 'special place in hell' for Trudeau

ס'האט אים געכאפט די קדחות, ער ברויך נישט קיין הארץ אטאקע..

זעעט זיך אויס ברעין קענסער איז א בעסערע טשויס... :wink:
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג יוני 12, 2018 4:14 pm

איך האב אמאל געהערט א ריכטיג ווארט:

מענטשן האבן טענות אויפן שמש אין שוהל. בשעת זיי אליין וואלטן קיינמאל נישט געוואלט זיין א שמש. נו, טראכט ביטע אריין, א שוהל מוז דאך האבן א שמש, מיינט דאס אין אנדערע ווערטער, אז דו ביסט מסכים דערויף אז עמיצער וואס טראכט אנדערש ווי דיר זאל ווערן שמש. אויב אזוי, וואס ערווארטסטו פלוצלינג אז ער זאל טאן זאכן לויט דיין וועג?

דאס זעלבע איז מיט טראמפ. אלע נארמאלע פרעזידענטן, זענען נישט אנגעקומען, נישט מיט נארט קאריע און נישט מיט איבערלייגן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, און נישט זיך צו פארמעסטן מיט אייראפע צו טוישן די טאריפס. די אלע דיפלאמאטישע שיינע רייד טוען גארנישט אויף. נו, מוז מען נעמען א שמש וועלכער טראכט אנדערש פון זיי אלע. אויב אזוי, וואס האט מען יעצט טענות? ער דארף עס טאן אזוי ווי דו האלטסט???!!!

טראמפ, אין זיינע אנדערטהאלבן יאר, האט שוין מער אויפגעטאן ווי אנדערע אין זייערע גאנצע אכט יאר.

איז ער משוגע? זיי דיך נישט משדך מיט אים. אבער, ער זאל טאן וואס דו האלטסט פאר ריכטיג? קאמאן...

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג יוני 12, 2018 4:19 pm

שואלכענין האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט א ריכטיג ווארט:

מענטשן האבן טענות אויפן שמש אין שוהל. בשעת זיי אליין וואלטן קיינמאל נישט געוואלט זיין א שמש. נו, טראכט ביטע אריין, א שוהל מוז דאך האבן א שמש, מיינט דאס אין אנדערע ווערטער, אז דו ביסט מסכים דערויף אז עמיצער וואס טראכט אנדערש ווי דיר זאל ווערן שמש. אויב אזוי, וואס ערווארטסטו פלוצלינג אז ער זאל טאן זאכן לויט דיין וועג?

דאס זעלבע איז מיט טראמפ. אלע נארמאלע פרעזידענטן, זענען נישט אנגעקומען, נישט מיט נארט קאריע און נישט מיט איבערלייגן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים, און נישט זיך צו פארמעסטן מיט אייראפע צו טוישן די טאריפס. די אלע דיפלאמאטישע שיינע רייד טוען גארנישט אויף. נו, מוז מען נעמען א שמש וועלכער טראכט אנדערש פון זיי אלע. אויב אזוי, וואס האט מען יעצט טענות? ער דארף עס טאן אזוי ווי דו האלטסט???!!!

טראמפ, אין זיינע אנדערטהאלבן יאר, האט שוין מער אויפגעטאן ווי אנדערע אין זייערע גאנצע אכט יאר.

איז ער משוגע? זיי דיך נישט משדך מיט אים. אבער, ער זאל טאן וואס דו האלטסט פאר ריכטיג? קאמאן...

שטארק!!
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יוני 12, 2018 4:29 pm

שואלכענין האט געשריבן:דאס זעלבע איז מיט טראמפ. אלע נארמאלע פרעזידענטן, זענען נישט אנגעקומען, נישט מיט נארט קאריע, נישט זיך צו פארמעסטן מיט אייראפע צו טוישן די טאריפס, און נישט מיט טשיינע טאריפס, נו, מוז מען נעמען א שמש וועלכער טראכט אנדערש פון זיי אלע.

און די רעזולטאטן זענען?
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 12, 2018 4:32 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:דאס זעלבע איז מיט טראמפ. אלע נארמאלע פרעזידענטן, זענען נישט אנגעקומען, נישט מיט נארט קאריע, נישט זיך צו פארמעסטן מיט אייראפע צו טוישן די טאריפס, און נישט מיט טשיינע טאריפס, נו, מוז מען נעמען א שמש וועלכער טראכט אנדערש פון זיי אלע.

און די רעזולטאטן זענען?

אז די נדבה׳ס צו די ״עלייס״ האבן זיך שוין אויפגעהערט

און אז א נ.ק. נוקלערע געפאר וואס האט שוין לאנגע יארן געשוועבט אויף די וועלט האלט איצטערט 1000 טריט נענטער צו א דורכברוך ווי סיי ווען.

און די מינטיים האט אינזער ירום הודו קיין פראבלעם מיט לינקע היץ
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג יוני 12, 2018 4:37 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:דאס זעלבע איז מיט טראמפ. אלע נארמאלע פרעזידענטן, זענען נישט אנגעקומען, נישט מיט נארט קאריע, נישט זיך צו פארמעסטן מיט אייראפע צו טוישן די טאריפס, און נישט מיט טשיינע טאריפס, נו, מוז מען נעמען א שמש וועלכער טראכט אנדערש פון זיי אלע.

און די רעזולטאטן זענען?


אז קענעדע וועט בלאזן צוויי וואכן, שיקן טוויטס, פאראדאמונגען וכו' וכו'. און נאך צוויי וואכן וועלן זיי בלית ברירה זיך צוריק קערן צום פארהאנדלונגס טיש.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, איצל פיצל, אסדר לסעודתא, ברוך, גוט זאגער, דממה דקה, יצחק ברוך, ממה נפשך, קליינקעפיק און 40 געסט