בלאט 22 פון 44

ווייטאג!...

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 9:27 am
דורך גארנישט מיט נישט
Capture.PNG
Capture.PNG (311.42 KiB) געזעהן 955 מאל

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 9:54 am
דורך בוידעם
מחוצף איינער, טראמפ האט קלאר געזאגט אז קים יאנג אן איז זייער טאלאנטפול און קלוג, וויאזוי האט א ראצער ווי "ליטעל מארקא" די חוצפה צו זאגן אנדערש.

ווער מיינסטו ביסטו, דו וואסער זויפער.

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 10:01 am
דורך טשאדעלע באדעלע
כאפצעם האט געשריבן:זשאן באלטאן, אמאל און היינט...

עקזעקטלי!. & קרעדיט טראמפ.

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 10:01 am
דורך נאך פונדערהיים
איך געדענק נאך ווען ליטל מארקא וכל כת דילי' די רעפאבליקאנער עסטעבלישמענט, האבן געזאגט גענוי די זעלבע ווערטער אויף טראמפ....

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 10:09 am
דורך Goodmorning
נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען ליטל מארקא וכל כת דילי' די רעפאבליקאנער עסטעבלישמענט, האבן געזאגט גענוי די זעלבע ווערטער אויף טראמפ....

טאקע און קים יאנג איז דערפאר געווארן געלונגען....

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 10:12 am
דורך נאך פונדערהיים
Goodmorning האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען ליטל מארקא וכל כת דילי' די רעפאבליקאנער עסטעבלישמענט, האבן געזאגט גענוי די זעלבע ווערטער אויף טראמפ....

טאקע און קים יאנג איז דערפאר געווארן געלונגען....

א טראפקעלע צו טיף פאר מיר...

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 10:28 am
דורך יואל שרייבער
בוידעם האט געשריבן:מחוצף איינער, טראמפ האט קלאר געזאגט אז קים יאנג אן איז זייער טאלאנטפול און קלוג, וויאזוי האט א ראצער ווי "ליטעל מארקא" די חוצפה צו זאגן אנדערש.

ווער מיינסטו ביסטו, דו וואסער זויפער.

באמת פארשטיי איך נישט פונקטליך די גאנצע זאך, יעדער ווייסט פארוואס טראמפ רעדט אזוי וועגן קים יאנג און, קיינער מיינט נישט אז טראמפ האלט באמת פון איהם וואס איז די מצוה צו שטיין און שרייען אז ער איז א רוצח און פארברעכער , עס וועט קיינעם נישט העלפן, און איך גלייב אז אויב וועט מען פרעגן די צוויי הונדערט טויזנט שקלאפן אין זיינע גולאגס וועלן זיי זאגן באזינגטס איהם ביזן הימל אויב איז נאר דא א שאנס אז לכבוד דעם וועט ער אונז אביסל אויפהערן צו פייניגן.

דעיס איז שוין מיט די וואס שרייען וועגן זיין פארברעכער מ'שרייבט אבער רוביא פארשטיי איך באמת נישט וואס ער וויל דא האט מען געזאגט אז ער איז טאלאנטעד וואס גייט דיר אן? עס זאגט נישט גארנישט, היטלער איז זיכער געווען טאלאנטעד אפילו ער איז געווען דער גרעסטער רוצח וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען.

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 10:42 am
דורך Goodmorning
קשים אויב עס וועט מאכן בעסער פאר די בירגער אדער ערגער ווען ער פילט אז די וועלט האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע אונטערדרוקעגען. עס שטארקט אלע דיקטאטערס אז זיי וועלן נישט באצאלם אויב זיי בויען אויף שטארק מיליטעריש צו זיין א סכנה פאר די וועלט.

למעשה זאג איך נישט אז יעצט איז די חנפנען די ראנג זאך, נאך צו פרי צו זען וויאזוי עס וועט זיך אויסשפילן למעשה מיט קים. קען זיין אז עס איז נישטא קיין ברירה ביי די קעיס, אבער עס איז נאך אלץ א ווייטאג.

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 10:42 am
דורך גראף פאטאצקי
יואל שרייבער האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:מחוצף איינער, טראמפ האט קלאר געזאגט אז קים יאנג אן איז זייער טאלאנטפול און קלוג, וויאזוי האט א ראצער ווי "ליטעל מארקא" די חוצפה צו זאגן אנדערש.

ווער מיינסטו ביסטו, דו וואסער זויפער.

באמת פארשטיי איך נישט פונקטליך די גאנצע זאך, יעדער ווייסט פארוואס טראמפ רעדט אזוי וועגן קים יאנג און, קיינער מיינט נישט אז טראמפ האלט באמת פון איהם וואס איז די מצוה צו שטיין און שרייען אז ער איז א רוצח און פארברעכער , עס וועט קיינעם נישט העלפן, און איך גלייב אז אויב וועט מען פרעגן די צוויי הונדערט טויזנט שקלאפן אין זיינע גולאגס וועלן זיי זאגן באזינגטס איהם ביזן הימל אויב איז נאר דא א שאנס אז לכבוד דעם וועט ער אונז אביסל אויפהערן צו פייניגן.

דעיס איז שוין מיט די וואס שרייען וועגן זיין פארברעכער מ'שרייבט אבער רוביא פארשטיי איך באמת נישט וואס ער וויל דא האט מען געזאגט אז ער איז טאלאנטעד וואס גייט דיר אן? עס זאגט נישט גארנישט, היטלער איז זיכער געווען טאלאנטעד אפילו ער איז געווען דער גרעסטער רוצח וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען.


גראדע האלט איך אויך אז טראמפ האט געזאגט ציפוהל...
טאלאנטפולע מענטש זיינע מענטשן האבן איהם ליב שטארקע מענטש 26 יאר אלט אין דו האסט באוויזן צו קאנטראלירן אזא גרויסע לאנד
וואס איז אביסל טא מאטש אין מיינע אויגן
200k מענטשן אין תפיסה טויזענטער געהארגעטע איז נישט א שטאקרע מענטש אין זעכער נישט קומען א קאמפלימענט פונעם אמעריקאנע פרעזידענט פאר דעים...
אבער טראמפ איז טראמפ ער טראכט אויפן מינוט
אין סאיז ווערט ווייל נאר אזוי קומט מען אן אויב וועט זיך עס אויסארבעטן וואס סקוקט שטארק אויס אז דאס מאל גייט די אומגעלובליכע געשעהן
אבער פאלאטישענס דארפן זיין שטיל אין לאזן פארהאנדלוגען
קום זיכער האלט מיט וואס א מאכטפולע אמעריקאנע סענעטאר האט צו זאגן אין וועט זיכער מאכן דיסישענזס בעיסט אויף זייערע קאמענטס

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:07 am
דורך Think and Thank
כאפצעם האט געשריבן:אקעי, א שטיקל איבערלויף פון די לעצטע חדשים צו אפשר אויסקלארן אפאר זאכן.

מערק דעם דאטום

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:09 am
דורך יואל שרייבער
עס איז טאקע א ווייטאג אבער פאקטיש איז ער איינס פון די 9 מענטשן אויף די וועלט וואס פירן א לאנד מיט נוקלעארע וואפן און ער ווייסט זייער גוט אז עס איז נישט פשט אז עס גייט קיינעם נישט אן וואס ער טוט, עס איז נאר ווייל ער האט אנגעהויבן צו גיין אין גוטן ריכטונג, אויב דרייט ער זיך צוריק קומען צוריק די אלטע ליטל ראקעט מען סטעיטמענטס.

( יעצט כאפ איך מיך ליטל ראקעט מען טאר מען אויך נישט זאגן)

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:12 am
דורך Goodmorning
איך גלייבן נישט אז מען גייט אראפנעמען אלע סאנקציעס ווילאנג די רציחות גייען אן.

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:20 am
דורך הכל הבל
סאקרעטערי אף סטעיט מייק פאמפעא: אמעריקע וויל זעהן גרויסע נוקלעארע אנטוואפענונג שריט פון צפון קארעא ביי די ענדע פון טראמפס ערשטע טערמין

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:26 am
דורך וויכטיג מאכער
די ניו יארק סאן ברענגט ארויס גאר א שטארקע פוינט, די חילוק צווישן די איראנע דיעל און די קאריע פארהאנדלונגן...

ביי איראן, איז אמעריקא'ס פריינט, וואס איז געווען די מערסטע רעלעווענט אינעם דיעל, מדינת ישראל, און זיי זענען געווען קעגן דעם דיעל...

ביי נארט קאריע, איז אמעריקא'ס פריינט, וואס איז די מערסטע רעלעווענט אינעם דיעל, סאוט קאריע, און זיי זענען צופרידן דערפון...

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:29 am
דורך דריידל
זשאו ביידען האט ארינטערגעריסן פאטאס פאר נאכגעבן צו סאך פאר קים אן דעם וואס מ'זאל עפעס צוריק באקומען פון נ. ק.
קוקט אויס ער ליינט די נייעס אין די נ. ק. אפיציעלע צייטונגן

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:37 am
דורך יישר כח
גראף פאטאצקי האט געשריבן:רוב פון דער אשכול דא איז אין כל חדש
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס יעדע שני וחמישי א כאפצעם

ווער ספארשטייט פארשטייט

וואלסט געמעקט אנהייבען מיט א גיט מארגן :wink:

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:40 am
דורך גארנישט מיט נישט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די ניו יארק סאן ברענגט ארויס גאר א שטארקע פוינט, די חילוק צווישן די איראנע דיעל און די קאריע פארהאנדלונגן...

ביי איראן, איז אמעריקא'ס פריינט, וואס איז געווען די מערסטע רעלעווענט אינעם דיעל, מדינת ישראל, און זיי זענען געווען קעגן דעם דיעל...

ביי נארט קאריע, איז אמעריקא'ס פריינט, וואס איז די מערסטע רעלעווענט אינעם דיעל, סאוט קאריע, און זיי זענען צופרידן דערפון...

סתם ציצולייגן, ביי איראן האט זיך אבאמא געבעטן בתחנונים קום לאמיר מאכן א דיעל..
ביי נארט קארויע האט זיך קום געבעטן מער ווי איינמאל ביי טראמפ אז ער פגרט צו מאכן א דיעל...

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:46 am
דורך גארנישט מיט נישט
Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אקעי, א שטיקל איבערלויף פון די לעצטע חדשים צו אפשר אויסקלארן אפאר זאכן.

מערק דעם דאטום

שלום עליכם @טינק!!!
שלעכטע ווינטען האבן געבלאזען ווען איר זענט געווען אויף וואקאציע..טראמפ איז שיעור נישט מיטגעפלויגען...
אונז (אלע) האף מיר אז איר קומט צירוק מיט פרישע כוחות!!

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 12:01 pm
דורך אפשר פארקערט
סתם ארויס ברענגען א פוינט
דא רעדט מען נישט פון מאכען א דיעל נאר פון מאכען שלום און איינמאל מען איז בשלום איז נישט אזוי געפערליך אפי' אויב נארט קייריע בלאבט מיט זייער נאקלערע באמבעס וויל סאך הכל וועלן זיי עס ווארפען אויף אמעריקעס שונאים למשל אירן
משא"כ ביי איראן האט מען גערעדט פון א דיעל אבער אינז בלייב מער די גרעסטע שונאים און די זעלבע איז געווען ביי די פאריגע דיעל מיט נארט קייריע

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 12:13 pm
דורך וויכטיג מאכער
פאר די וואס קלערן צו טראמפ טוט אויסגערעכענטע שריט צו סתם וואס ס'קומט אים אונטער... ס'איז דא א קליפ ווי טראמפ רעדט אין 1999 איבער טרעיד און איבער נארט קאריע... דער איז עז קאנסיסטענט עז איט קען בי! ווער ס'קען זאלעס ביטע ארויפלייגן...ער שרייט שוין דעמאלטס אז אונזערע אליאירטע ריפן אונז אף און האלטן נישט ביים קומען צום פארהאנדלונגס טיש, ווייל סיז זיי גוט אזוי... סיז אנריעל!!!

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 12:22 pm
דורך לייפציק
ווי מ'האט שוין גערעדט ביי פוטין, טראמפ פארשטייט אז די דיטאטורן דארפן סך הכל אביסל אנערקענונג, נאר זיי זוכן דאס אויף א שלעכטע וועג, נעגעטיוו אטענשן, וואס באדערט אים צו רעדן שיין פון פוטין און באקומען דערפאר א לאנד וואס וועט ווערן א חלק פון די גוטע וועלט לענדער וואס ארבעטן אינאיינעם, מ'האט אים נאר דערווייל נישט געלאזט, די זעלבע מיט קים, אויב דארף ער פאר זיין אגענדע אפאר גוטע ווערטער פון טראמפ, מיט אפאר בילדער, און איז גרייט דערפאר צו טוישן קוירס, פארוואס נישט?

עס איז נעריש צו רעדן אז אמעריקע האט געגעבן צו פול, ווי מ'האט שוי טוזענט מאל געזאגט, ער האט געגעבן אביסל אנערקענונג, פשוט אלץ א דשעסט צו ווייזן אז אונז גיי מיר האלטן ווארט אויב ער האלט ווארט, און באקומען דערפאר די הבטחות, די אנהייבן צונעמן די משחיתים, קיין איין נייע מיסיל טעסט אדער סטראשע, די ארעסטאנטן, און יעצט ממש א פלאן פאר דינאק, מיט די געביין וואס מ'ווארט שוין יארן, וואס ארבעט זיך עס אויס, גייט טראמפ אריין גיין אלץ די נעקסטע רעגן.

און די זעלבע צייט איז די סאנקציעס אין קראפט, און מ'האט נישט געגעבן קיין פעני צו באקומען די הבטחות, VS אבאמא, וואס האט זיך געטראפן אין געגעבן אנערקענונג פאר די קאסטרא קובא אן גארנישט אויף צוריק, און די גאנצע מידיע וועלט האט עס גלויבט, און געגעבן פאר אירן געלט און אראפגענומן די סאנקציעס פאר איראן פאר א דיעל וואס יעדער אינקלודעט אמעריקע האלט אז ס'איז א שלעכטע דיעל, און א דיעל וואס מ'קען נישט וויסן אויב זיי האלטן, עס איז נאר לויט זיי די בעסטע וואס זיי האבן געקענט באקומען לויט זייערע שלעכטע ניגאשיעשן סקילס.

יעדע ווארט איז איבריג, געלייגט טראמפ אין א זייט, יעדער מיט זיין רייט מיינד פארשטייט אז דאס איז א צודרייטע גוטע דערגרייכונג, כ'זע נישט די טענה'ריי בכלל.

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 12:31 pm
דורך מטעמים
איז רוביאס קאמענטארען פראדאקטיוו אדער קאנטער פראדאקטיוו?

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 12:32 pm
דורך נאך פונדערהיים
די מעין פראבלעם דא איז, אז מען רייסט זיך ביי די קעפ ווען יעדער זעט קלאר אז די געים האט זיך קוים אנגעהויבן.

קיינער מיינט נישט אז די פארהאנלונגען מיט צפון שטעלט זיך דא אפ, און קיינער מיינט נישט אז אמעריקע מיט קאנאדא בלייבן צוקריגט וועגן טראמפ האט נישט גערעדט שיין,
און יעדער ווייסט אז ווען עס קומט צו טראמפ קען מען ווייניג אויסרעכענען וואס עס גייט זיין די נעקסטע מינוט, אלזא פארוואס זיך קריגן אומזיסט?

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 12:32 pm
דורך גארנישט מיט נישט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאר די וואס קלערן צו טראמפ טוט אויסגערעכענטע שריט צו סתם וואס ס'קומט אים אונטער... ס'איז דא א קליפ ווי טראמפ רעדט אין 1999 איבער טרעיד און איבער נארט קאריע... דער איז עז קאנסיסטענט עז איט קען בי! ווער ס'קען זאלעס ביטע ארויפלייגן...ער שרייט שוין דעמאלטס אז אונזערע אליאירטע ריפן אונז אף און האלטן נישט ביים קומען צום פארהאנדלונגס טיש, ווייל סיז זיי גוט אזוי... סיז אנריעל!!!

https://drive.google.com/file/d/15rMnEB ... sp=sharing

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 12:43 pm
דורך אין כל חדש
איין שאלה, אויב איינער קען ביטע ענטפערן
איך הער אסאך אנאליסטן שרייען אז קים האט אלע יארן געבעטן א מיטינג מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט, און ביי אבאמא ווען זייי האבן ארויסגעלאזט די משכונות האבן זיי אויך פארלאנגט אז א הויכער אמעריקאנער אפישעל זאל אראפקומען זיי אהיימנעמען, אבאמא האט געטראפן אן אויסוועג און געבעטן דעם געוועזענעם פרעזידענט ביל קלינטאן דאס צו טוהן

טא אויב דאס איז וואר, האט טראמפ לעת עתה גארנישט באוויזן
איך ווייס אויך אז לאנג ראן קען זיין אז די סאמיט זאל האבן געווען א יסוד פאר סוקסעס
אבער מיין שאלה איז אויף יעצט, האט טראמפ עפעס באוויזן וואס א צווייטער האט נישט באוויזן?
(ענטפער מיר נישט אז למעשה ער האט עס געטון און אנדערע נישט, ווייל ווען דו קויפסט אין געשעפט עפעס וואס קיינער וויל נישט קויפן, האסטו גארנישט באוויזן)