נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מיגו
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 1:28 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איז דא גענוג מענטשן וועלכע גלייכן און פאלגן נאך באריכטן אין דעם אשכול?

פאר מיר איז עס זייער אינטערסאנט! דוקא די קורצע און שנעלע באריכטן, א מחי'!

עצה טובה: באריכט וועלעכע עס סאונד "אינטערסאנט פאר דיר". ס'איז א גוטע מעסטער, פלאס וואס מען ווערט נישט אזוי שנעל באארד.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:14 pm

פון @הכל הבל איז גארנישט קיין הבל יעדע נייעסל איז אינטרעסאנט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:15 pm

נאך וואס טראמפ שפעקולירט הויך אז ער וועט נאך מעגליך באווייזן ארויפצושטעלן פרישע 4 ריכטער אויפן באנק לייגט ער צו: איך האף אז זיי בלייבן אלע געזונט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:13 pm

כ'גלייך זייער דיין קלארע און גרינטליכע אנעליז
הגם כ'קען אריינפאלן איינמאל און אפאר טעג אבער כ'האב זייער הנאה
קיעפ אן
א באזינדערע שיינע זאך איז דיין פראגע צו די עולם דארף עס און נישט דו שיסט זאכן סתם אזוי.
גיי ווייטער אן, אויפן זעלבן שיינעם טאן.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

סתם
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:41 pm

דממה דקה האט געשריבן:הבל, ישר כח פאר דיינע באריכטן, און בפרט דא אין דעם אשכול, איך גלייך אלע באריכטן, אפילו די וואס זענען מינדערוויכטיגע פאר די נאציאנאלע מידיע, איך גלייך צו פארשטיין דאס געדאנקגאנג פון אינזערע ריכטער, און ווי אויך צומאל קען נעמען אפאר טעג און די נעכטיגע אומוויכטיגע נייַעס ווערט א סענזאציע, און קיינער באריכט נישט קיין נייעס ווי דיר.

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:46 pm

קיטשי האט געשריבן:איך רעד פאר מיר: איך גלייך זייער די סארט געריכטליכע קאמפן סאו קיפ אן!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:05 pm

איך האב זייער הנאה פון דיינע באריכטן אין דעם אשכול און אויך פון אומפאפולערע קעיסעס

גיי ווייטער אן

יישר כח

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:23 pm

איך ליין אדורך מיט הנאה און אינטערסע יעדע איינציגסטע תגובה.
קיפ איט אפ.
טענקס.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:23 pm

געווענליך אינטערסירט מיר נישט קיין לאו פראפייל קעיסעס,
אבער ווען הבל צולייגט עס אזוי שיין אינטערסירט עס מיר שוין איינמאל!

און נאכאמאל א גרויסן דאנק פאר דיין געוואלדיגע ארבעט!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6456
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:17 pm

איין זאך ווייסעך, ווען מען זעהט "לעצטע תגובה דורך, הכל הבל" קומט יעדער צו לויפן, איך אויך, אין עני אשכול, עני טאפיק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:37 pm

צל עובר האט געשריבן:איין זאך ווייסעך, ווען מען זעהט "לעצטע תגובה דורך, הכל הבל" קומט יעדער צו לויפן, איך אויך, אין עני אשכול, עני טאפיק.


לאמיר נישט זאגען הויך אבער אויף אייך קען מען עס אויך זאגען...

ביידע פון ענק זענען צי ג-אט און צי לייט
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:01 am

צל עובר האט געשריבן:איין זאך ווייסעך, ווען מען זעהט "לעצטע תגובה דורך, הכל הבל" קומט יעדער צו לויפן, איך אויך, אין עני אשכול, עני טאפיק.

אונטערגעשריבן, סעים ביי מי.

א גרויסן יישר כח הבל.

צדקה קאסע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:31 am

איך גלייך לאו פראפייל קעיסעס, ווייל א לאו פראפייל קעיס איז אייוועלט - הכל הבל די איינציגסטע פלאץ ווי איך קען ליינען מיט פארגעניגען א זאפטיגע באריכט.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 3:23 am

אין אן אינטערעסאנטע קרישקעלע האט די סופריעם קאורט זיך אנטזאגט אויסצוהערן אן אפיל אויף א פסק פון א נידריגערע געריכט וועלכע האט ארויסגעווארפן ענווייראמענטאלע רעגולאציעס וואס די אבאמא EPA האט געמאכט אן אויטאריזאציע פון קאנגרעס.
די אינטערעסאנטקייט איז אז די פריערדיגע פסק איז געשריבן געווארן דורך דעם דעמאלסדיגן די סי סירקוט ריכטער קעווענאו, וועלכער איז נעכטן צום ערשטן מאל ערשינען אין די סופריפ קאורט צו פארנעמען זיין נייע פאסטן אלס אסאוסיעט דזשאסטיס. ער שרייבט אין די פסק אז קליימעט טשעינדזש איז נישט קיין בלענק טשעק פאר'ן פרעזידענט צו מעגן מאכן רעגולאציעס אן קאנגרעס אויטאריזאציע.
די דעסיזשאן נישט אנצונעמען די אפיל איז געמאכט געווארן נאך פאר קעווענאו איז אריינגעקומען אין קאורט.
Innocent until proven Republican

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:46 am

דממה דקה האט געשריבן:הבל, ישר כח פאר דיינע באריכטן, און בפרט דא אין דעם אשכול, איך גלייך אלע באריכטן, אפילו די וואס זענען מינדערוויכטיגע פאר די נאציאנאלע מידיע, איך גלייך צו פארשטיין דאס געדאנקגאנג פון אינזערע ריכטער, און ווי אויך צומאל קען נעמען אפאר טעג און די נעכטיגע אומוויכטיגע נייַעס ווערט א סענזאציע, און קיינער באריכט נישט קיין נייעס ווי דיר.
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:14 am

וואו!!
אן אמת'ע יישר כח פאר די ברייטהארציגע פידבעק פון אזויפיל גוטע חברים
עס איז געוויס געזאלין צו טרייבן דעם אויטא ווייטער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:11 pm

העי! הבל, ביסט נאך דא ביים גאזאלין שטאנציאון?

הערדזשע וואס איך האלט! דו שרייב און שרייב און שרייב, אה, און שרייב! ס'דא מענטשן וואס זענען מחי' אנדערע דורכן זיי טראגן פיש אויף שבת, און ס'דא אידן וואס ברענגען נייעס צום טיש, יעדער אויף זיין אופן... דאס איז חוץ א מעשה אז דיינע באריכטן האבן געשניטן דאס באזוכן פרעמדע פלעצער פון אסאך מענטשן! דאס איז שוין א באונעס... אבער דאס איז זיכער אז דער עולם באלעקצעך מיט דיינע באריכטן...

שטייצעך אז סיז דא זאכן וואס אינטערעסירט מער ווי אנדערע, סאו אויב ח"ו מאכצעך אז דיין צייט ווערט באגרעניצט זאלסטו ענדערש פאוקעסן אויף נאציענאלע קעיסעס, אבער אויב דו קענסט, שרייב אלעס וואס דו קענסט! דיינע באריכטן זענען סאליד!!

קיפיראפ בראו!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:15 pm

וואו וואו וואו!!!
סארא תגובה און נאך פון וועם!!!
יישר כח און קאנגראטולאציעס פאר 20'ער מיילסטאון אויפן אייוועלט ראוד!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:21 pm

דעמאקראטן אין פלארידא אריינגעטראגן אינדזשאנקשען אין געריכט צו פארלענגערן וויילער רעגיסטראציע דעדליין ביז אקטאבער 16 למספרם אין ליכט פונעם האריקעין

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:25 pm

געריכט אין מיזורי שניידט ארויס א געוויסע טייל פון די סטעיט וואטער איי די געזעץ אין א זיג פאר דעמאקראטן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:13 pm

הבל, די קעיס אינטערעסירט מיך...

Breaking. Mayer Hershkowitz (Shomrim case in Willi) won his appeal and his indictment is also dismissed.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:15 pm

יא,אקארשט געהערט דערפון
חסדי השם כי לא תמנו!!!

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:53 pm

Think and Thank האט געשריבן:מיין מיינונג: איה''נ אז זוכן זוך איך בעיקר די היי פראופייל קעיסעס, אבער ווען איך זעה א באריכט אזוי קלאר און געשמאק אראפגעשריבן ליין איך מיט הנאה אפי' ס'נישט דוקא היי פראופייל.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 3:53 pm

די אומצאליגע ברייטהארציגע פידבעק איז אסאך מחייב..
א באריכט איבערן היינטיגן טאג איז איצט אין דרוק.. ווארימע עקזעמפעלארן וועלן באלד גרייכן די פאליצעס..

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:00 pm

ווי באריכטעט נעכטן געריכט סקעדזשועל איז היינט פארגעלייגט געווארן אן אימיגראציע קעיס אין וועלכע די ריכטער האבן באהאנדלט א 1996 למספרם געזעץ אריבער אין קאנגרעס וועלכע פארארדנט די פעדעראלע רעגירונג צו פארהאלטן אונטער איר אויפזיכט אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע ווערן ארעסטירט פאר גרויסע אדער קליינע פארברעכן "ווען" זייער טורמע טערמין קומט צו אן ענדע
די געזעץ באדייט אז אפילו ווען אן אומלעגאלע ארעסטאנט וועט באפרייט פון טורמע ווערט ער ווייטער פארהאלטן דורך די אימיגראציע אגענטור ביזן ווערן דעפארטירט פון לאנד
די געזעץ טוט אפעקטירן טויזנטער אימיגראנטן וועלכע ווערן ארעסטירט פאר מינדערוויכטיגע פארברעכנס און ווערן דערנאך פארהאלטן דורך די רעגירונג פארלאנגע מאנאטן אן קיין שאנס פאר א בעיל הירינג וועלכע זאל באשליסן אויב זיי זענען א געפאר פאר די באפעלקערונג

די 9'טע קרייז געריכט האט איינגעשטימט מיט די פארשטייער פון די ACLU וועלכע פארטרעט אימיגראנטן גרופעס און געאורטיילט אז די קאנגרעס געזעץ צו פארהאלטן די אימיגראנטן "ווען" זיי קומען ארויס פון טורמע באדייט קורץ נאכן ווערן באפרייט פון טורמע און נישט אז די רעגירונג קען זיי יארן שפעטער פארהאלטן צוליב די אלטע פארברעך
די רעגירונגס אדוואקאט זאכארי טריפ האט היינט פארגעשטעלט פארן העכטן געריכט זיין ארגומענט אז די קאנגרעס פארארדענונג איז נישט באגרעניצט צו קיין צייט און קען סיי ווען פארהאלטן די אימגראנטן
ריכטער גארסוטש -וועלכע האט שוין צוריק אין אפריל זיך אנגעשלאסן אין א 4-5 אורטייל מיט די ליבעראלע בלאק אין אן אנדערע קעיס און צוריקגעהאלטן די רעגירונג פון דעפארטירן טייל אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען פארברעכן- האט היינט ווידעראמאל געשיינט צו סימפאטיזירן מיט די אימיגראנטן גרופעס און גאר שארף פארהערט מר. טריפ
ריכטער גארסוטש האט געפרעגט: זענען דא עפעס גרעניצן אויף די רעגירונגס מאכטן?!

ביי איין פאל האט ריכטערין ברייער געפרעגט מר. טריפ אויב לויט זיין שטעלונג קען די רעגירונג ארעסטירן אן קיין שאנס פאר בעיל אן אימיגראנט 50 יאר נאכן ענדיגן זיין טורמע טערמין שוין ליגנדיג אויפן קראנקן בעטל ווען זיין פארברעכן איז געווען צו רויבן עטליכע באס טראנספערס נעמענדיג אין באטראכט אז א בירגער וועלכע איז באגאנגען א עטליכ מארדן איז יא בארעכטיגט צו א בעיל הירינג?
ווען מר. טריפ האט געצעגערט מיט אן ענטפער האט ריכטער גארסוטש אריינגעהאקט און אים שארף געצימבלט : ריכטער ברייערס פראגע איז מיין פראגע, מיר ווארטן אויף אן ענטפער!
דאן האט מר. טריפ רעאגירט זאגנדיג אז יא, די רעגירונג איז נישט געבונדן צו קיין צייט און אז קאנגרעס האט דירעקט געצילט צו אננעמען הארבע מיטלען אקעגן אומלעגאלע פארברעכער

פון די אנדערע זייט האבן ריכטער קעוואנאו און אליטא יא אויסגעדרוקט שטיצע פאר די רעגירונגס ארגומענט

ריכטער קעוואנאו האט אנגעוויזן אז קאנגרעס האט אויב קאנגרעס וואלט עס געוואלט באגרעניצן צו א צייט וואלט זי עס אריינגעשריבן אינעם געזעץ און מיר זענען נישט באפולמעכטיגט אריינצולייגן טוישונגען וועלכע מיר גלייכן אין אן אפגעזיגלטן געזעץ
ריכטער קעוואנאו האט אונטערגעשטראכן אז לויט ווי ער זעהט די טרוקענע געזעץ מיינט נישט די ווארט "ווען" אז בלויז אויב עס איז קורץ נאכן באפרייאונג פון טורמע

ריכטער אליטא האט ארויסגעברענגט אז פילע סטעיטס און מוניציפולאטעטן קאאפערירן נישט מיט פעדעאלע אויטאריטעטן איינצומעלדן איבער די ארעסט און בעפרייאונג פון אזעלכע אימגראנטן און דעריבער קען נעמען יארן פאר די רעגירונג זיי צו אנדעקן און פארהאלטן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש ברירה און 44 געסט