נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:05 am

WOW און ער וועט יעצט גאר זיין דער סווינג שטימע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:48 am

הכל הבל האט געשריבן:א געריכט אין וואשינגטאן די סי (א דיסטריקט קאורט און דערנאך אין די סי סירקוט קאורט) האבן געאורטיילט אקעגן א פעדעראלע עלעקשאן קאמיטע איינפיר אז פאליטישע גרופעס מוזן נישט אלץ פארעפנטליכן נעמען פון ביישטייערער

די FEC פארלאנגט צו פארעפנטליכן נעמען פון ביישטייערערדי נעמען בלויז ווען דער ביישטייערער שרייבט אויס די געלט פאר א ספעציפישן צוועק, אנדערש איז אויב ער גיבט אהין דאס געלט אן קיין ספעציעלע פארלאנג אויף וועלכע צוועק עס זאל ווערן אויסגעגעבן

קראוסראוד דזשי פי עס (א גרופע אוועקגעשטעלט דורך קארל ראוו) און אנדערע גרופעס זענען געווארן געקלאגט מיטן אויסנוצן די פריווילעגיע פון האלטן נעמען אנאנים און דער ריכטער האט געאורטיילט אז טראץ וואס עס איז אויסגעהאלטן באזירט אויף די FEC פארשריפטן זענען אבער די פארשריפטן אומלעגאל און די FEC מוז טוישן דעם סיסטעם און איבערמאכן זייערע פארלאנגען

די FEC איז אין שטיצע פון לאזן די איצטיגע פארשריפטן אין פלאץ האט איגנארירט די געריכטליכע אנווייזונג און אלעס געלאזט אין פלאץ ריזיקירנדיג מיטן אורטייל פונעם ריטער אז אויב עס איז ווערט נישט געטוישט ביז סעפטעמבער 17 למספרם דאן ווערן די איצטיגע פארשריפטן ארויסגעווארפן מטעם די געריכט

קראוסראוד דזשי פי עס האט זיך געוואנדן צום געריכט מיט א ביטע פאר א סטעי אבער זייער ווענדונג איז געווארן צוריקגעוויזן
דאן האט זיך די גרופע געוואנדן צום העכסטן געריכט פאר אן עמורדזשענסי סטעי

די שטייגער איז אז יעדע פון די סופרים קאורט ריכטער דעקט אן אנדערע שיכט געריכט איבערן לאנד און ווען א איינער בעט א סטעי גייט די ביטע צום ריכטער וועלכע דעקט די געריכט וועמענס אורטייל די סטעי זוכט אפצושטעלן
דערנאך וועט זיך אין מערסטנס פעלער (בפרט ביי מער היציגע קעיסעס) דער ריכטער ווענדן צו זיינע קאלעגע ריכטער צוזאמען איבערצושמועסן די סטעי פארלאנג און אויב א מאיאריטעט ריכטער שטימען איין נאכצוגעבן דעם פארלאנג גייט די סטעי אריין אין קראפט

טראץ וואס לויט די פארשריפטן קען דער ריכטער צו וועמען די ביטע איז געווענדעט ארויסגעבן א סטעי אויף די אייגענע האנט פאסירט עס קיינמאל נישט אויסער אין פאל ווען א סטעיט האלט פארן אויספירן א טויט אורטייל אויף אן ארעסטאנט און עס קומט אריין א סטעי פארלאנג אין די לעצטע מינוט, דאן טרעפט זיך פעלער אין וועלכע איין אינדיווידועלער ריכטער איילט זיך ארויפצולייגן אן עמורדזשענסי סטעי אויף די אייגענע האנט

אין אונזער פאל איז די סטעי פארלאנג געפאלן אונטער די יוריסדיקציע פון הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס וועלכע דעקט דעם די סי געריכט

אין א היבש פרעצעדענטלאזע האט ריכטער ראבערטס אויטאריזירט א זאפארטיגע סטעי אן זיך אדורכרעדן מיט די איבריגע ריכטער ווי ער באצייכנט עס ווי א קורצטערמיניגע סטעי בלויז אויף ביז דער פולער געריכט וועט האבן די געלעגנהייט צו באהאנדלען די סטעי פארלאנג
די ארדער באדייט אז אויף דערווייל בלייבט די FEC פארשריפטן אויפן פלאץ ווי ביז איצט

פארגעסן אויסצושמועסן א איינפאכע אבער רעלעוואנטע פאקטאר, די געריכט באשטייט איצט פון בלויז 8 ריכטער מיט די אפוועזנהייט פון ריכטער קענעדי און דאס איז ווארשינליך די אורזאך פארוואס ריכטער ראבערטס איז נישט געגאנגען אין ליניע מיט פרעצעדענט ווייל אויב ער וואלט עס פארגעלייגט פאר די איבריגע ריכטער וואלט נישט געווען קיין מאיאריטעט פון 5 ריכטער וועלכע זאלן אורטיילן לטובת א סטעי און דעריבער האט ראבערטס געלייגט א קורץ טערמיניגע סטעי אויף ביז דער ערזאץ פאר ריכטער קענעדי וועט זיצן אויפן באנק און דאן האט ער גוטע אויסזיכטן אז א מאיאריטעט זאל שטימען און שטיצע פון די FEC

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:26 pm

די טראמפ אדמיניסטראציע אפעלירט צום סופרים קאורט אז זיי זאלן אינטערווענירן אינעם קאמף איבער אוממאראלישע סאלדאטן אין דינסט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:37 am

ריכטער אנטזאגט זיך צו בלאקירן פרעזידענט טראמפ פון ארויסשיקן די ערווארטעטע פרעזידענטליכע אלערט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:43 am

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער אנטזאגט זיך צו בלאקירן פרעזידענט טראמפ פון ארויסשיקן די ערווארטעטע פרעזידענטליכע אלערט

וועלקאם בעק הבל!
זייער שיין פון אייער זייט אז איהר האט נישט געשריבן אום חוה"מ!

וואס איז די טענה צוליב וואס מ'זאל בלאקירן דאס ארויסשיקן די פרעזידענטליכע אלערט?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:54 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:וואס איז די טענה צוליב וואס מ'זאל בלאקירן דאס ארויסשיקן די פרעזידענטליכע אלערט?


טראמפ! נישט גענוג??
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:57 pm

יאצמעך האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:וואס איז די טענה צוליב וואס מ'זאל בלאקירן דאס ארויסשיקן די פרעזידענטליכע אלערט?


טראמפ! נישט גענוג??

וואס הייסט, ער האט נישט באקומען די פאפולער וואוטס! קלינטאן דארף דאס ארויס שיקן!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:02 pm

די יוסטיץ דעפארטמענט טראגט אריין א לאוסוט אקעגן קאליפארניע נאך וואס גאווערנאר דזשערי בראון שרייבט אונטער פרישע נעט נוטראליטעט פארשריפטן
די אבאמא אדמיניסטראציע האט איינגעשטעלט די רעגולאציעס אויף די וועב אבער נאך ואס די טראמפ אדמיניסטראציע FCC האט זיי אויפגעלעזט האבן 4 שטאטן איינגעשטעלט אייגענע רעגולאציעס אין שפיץ פון קאליפארניע וועלכע איז א ריזיגע סטעיט און דינט אלץ היימשטאט פאר די טעק אינדוסטרי
די קאליפארניע געזעץ האט באוואויגן די פעדעראלע רעגירונג צו לויפן אין געריכט און איז ערווארטעט צו זיגן

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 10:20 am

הכל הבל האט געשריבן:עס ווערט ערווארטעט אז היינט וועט אויסגעקלארט ווערן ווי קראנט עס זענען די שפעקולאציעס איבער ריכטער קענעדיס רעטייערמענט

ריכטער קענעדי איז 82 אבער האט לעצטנס אויפגענומען פרישע געהילפן פארן קומענדיגע סעזאן
קענעדי האט אבער קלארגעמאכט פאר די נייע געהילפן אז ער גאראנטירט נישט צו בלייבן אויפן באנק

די אנגענומענע מיינונג איז אז סיי וועלכע ענדגילטיגע באשלוס צו בלייבן אדער רעטייערן וועט קומען גאר אין קורצן

אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט אט די אומשולדיגע נייעסל...

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 2:56 pm

ריכטער קעוואנאו האט שוין געארבעט זונטאג אין זיין נייע ביורא (פלעגט דינען אלץ ריכטער אליטאס אפיס)

ער האט זיך געטראפן מיט אלע פריש צוגעלייגטע קלוירקס וועם ער האט נארוואס אויפגענומען , אלע פון זיי (4 אין צאל) פרויען (אזוי ווי ער האט פארשפראכן דורכאויס די נאמינאציע פראצעדור)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5948
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:12 pm

מאדנע. ער האט זיך אונטערגענומען צו נעמען בלויז פרויען אלס קלוירקס?..

ביסיידס די פאקט אז ס'איז געהעריג ראסיזם
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:00 am

א גוט מארגן פון געריכט!

ריכטער קעווענאו וועט היינט אום 10 צום ערשטן מאל זיצן אויפן באנק אין העכסטן געריכט

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:07 am

עפעס געהערט אז איינע פון די ערשטע קעיסעס איז אן אימיגראציע קעיס, מער פרטים יור האנאר?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:36 am

די געריכט וועט אויסהערן א קעיס איבער א פעדעראלע געזעץ גערופן "ארמד קאריערע קרימינאלע אקט" וועלכע טיילט צו גאר הארבע סענטענסינג טערמינען פארן אריינקומען אין געריכט געביידעס מיט געווער אויב דער באטרעפנדער איז שוין געווארן אנגעקלאגט אין די פארגאנגנהייט מיט אמווייניגסטנס 3 אנדערע פארברעכנס
די פראגע וועלכע באלמוטשעט שוין די געריכטן פאר א לאנגע צייט איז וועלכע סארט פארברעכן פאלן אונטער די קאטעגאריע עס צו קענען אריינרעכענען אין די פארלאנגטע 3 פארברעכנס וועלכע פאלן אונטער די געזעץ צוצוטיילן הארבע שטראפן פאר פארלעצער וועלכע ווערן אין צוגאב געכאפט מיט געווער אין געריכט
דענערד סטאקעלינג האט מודה געווען אין טראגן א רעוואלווער אין געריכט און פראקורארן פארלאנגען א "מינומום" פון 15 יאר (פיל מער וויפיל ער וואלט באקומען בלויז פארן טראגן געווער אין געריכט) באזירט אויף די אויבנדערמאנטע געזעץ
סטאקעלינגס אדוואקאטן הבן געמאכט דעם ארגומענט אז צווישן די 3 אגעבליכע פארברעכנס ציילט זיך אן אומבאוואפנטע פרואוו צו בארויבן א געשעפט אין מיאמי און איז לויט זיי צו א מינדערוויכטיגע פארברעך און דעריבער זאל ער בלויז באקומען א "מאקסימום" פון 10 יאר טורמע
א ריכטער האט אקצעפטירט די טענה און פאראורטיילט סטאקעלינג צו 6 יאר טורמע
דאן האט די 11'טע קרייז אפעלאט געריכט אין אטלאנטא ארויסגעווארפן די אורטייל זאגנדיג אז לויט די פלארידא געזעץ (ווי די רויבעריי
פארזוך איז פארגעקומען) ווערט אן אומבאוופנטע רויבעריי פאררעכנט ווי א באוונטע איבערפאל און דעריבער ווערט עס יא פאררעכנט ווי א פארברעך וועלכע פארלאנגט א הארבע אורטייל אויב דער באטרעפנדער ווערט שפעטער געפונען באוואפנט אין געריכט
די הויפט געריכט וועט אין צוגאב אריינקוקן אין אן אנדערן אספעקט פון די זעלבע געזעץ, נעמליך, אז לויט די געזעץ ווערט רויבעריי אויף א " "געביידע אדער סטרוקטור" פאררעכנט אלץ פארברעכן וועלכע פארלאנגט שוין די הארבע שטראף
אצינד טענה'ן צוויי אנגעקלאגטע אונטער די אויבנדערנאטע געזעץ אז זייהאבן בלויז אינוואדירט מאביל היימען וועלכע מענטשן נוצן צום שלאפן אבער נישט קיין פאקטישע געביידעס און דעריבער זאל עס נישט פאלן אונטער די הארבע געזעץ
ריכטער וועלן איצט דארפן באשליסן אויב א מאביל היים איז ווי א הויז אדער ליבארשט ווי אן אויטאמאביל

די געריכט וועט אויסהערן די קעיס פאר ארום 2 שטונדן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:12 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:41 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:עפעס געהערט אז איינע פון די ערשטע קעיסעס איז אן אימיגראציע קעיס, מער פרטים יור האנאר?

אויף מארגן איז דער געריכט געסקעדזשועלט אויסצוהערן א קעיס פון אן אומלעגאלע אימיגראנט מיט א קרימינאלע רעקארד וועלכע איז שוין ארויס פון טורמע
די געריכט וועט אריינקוקן אין די פראגע אויב מען מעג פארהאלטן אימיגראנטן דורכאויס זייער דעפארטאציע פראצעדור

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:42 am

א דאנק
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:45 am

נאך א פראגע וועלכע די ריכטער ווען מארגן אויסהערן איז איבער א קלאגע פון אמעריקאנער זעלנער וועלן זוכן אנטשעדיגונג איבער שאדן וועלכע זיי האבן געליטן זייענדיג אויסגעשטעלט צו א שעדליכע באשטאנדטייל וועלכע איז געווען א טייל פון זייערע מיליטערישע עקוויפמענט

די זעלנער קלאגן די פירמעס וועללכע האבן פארבריצירט די עקוויפמענט אבער די פירמעס זאגן אז די שעדליכע באשטאנדטייל איז שפעטער צוגעלייגט געווארן צו די מאשינען דורך אן אנדערע פירמע וועלכע האט שוין באנקראטירט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:56 am

איז דא גענוג מענטשן וועלכע גלייכן און פאלגן נאך באריכטן אין דעם אשכול?
איך פרעג עס ווייל זעלבספארשטענדליך אז די אפדעיטס דא פאדערן פיל מער ארבעט ווי אנדערע אשכולות דעריבער וויל איך וויסן אויב עס איז טאקע גענוג אינטערסאנט פאר א גענוג ברייטע ליינער קרייז

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 9:58 am

אודאי!
סארא נארישע פראגע... ס'פאסט נישט פאר דיר...
Innocent until proven Republican

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:00 am

טאקע פארדעם איז די אשכול אזוי אינטערעסאנט ווייל די קלארע און צוזאמגענימענע באריכטן איבער צומאל קאמפליצירטע לעגאלע נושאים וועט מען נישט טרעפן ערגעץ אנדערש, עמיזינג דזשאב!

עניות דעתי השפלה: גיי אן מיט א פעסטקייט!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:02 am

איך האב פארשטאנען אז די באריכטן טוען אפטמאל אנטהאלטן פילע קעיסעס מיט צענדליגע דעטאלן וועלכע פאדערן מער קאנצעטראציע און ציען ווייניגער אינטערעסע ווי ליינען איבער די הייסע אבער לייכטע נייעס ווי טראמפ עף בי איי אבאמאקעיר מידטוירמס און אזוי ווייטער
דעריבער בין איך נייגעריג אויב און וויפיל עס איז טאקע אזוי

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:04 am

איך ליין עס בדרך כלל אלעמאל.

ישר כח.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:05 am

א ידיד ענטפערט אין אישי אז ער גלייכט עס בעיקר ווען עס פאלגט נאך נאציאנאל געדעקטע קעיסעס

דאס איז וואס איך האב געמיינט, זאל מען אפנים רעדוצירן די באריכטן צו בלויז הויכע פראפיל קעיסעס און ארונטערלאזן קעיסעס א שטייגער ווי די היינטיגע באריכט?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:12 am

איך ליין מיט גרויס פארגעניגען.
איך זע מען האקט. דאס איז וואס איך האלט, אז די אלע קלענערע קעיסעס זאלסט נישט באריכטען(אדער גאר אין קורצן אויב דער עולם איז אינטרעסירט) און בעיקר שרייבען נאר די אינטרעסאנטע
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:14 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:טאקע פארדעם איז די אשכול אזוי אינטערעסאנט ווייל די קלארע און צוזאמגענימענע באריכטן איבער צומאל קאמפליצירטע לעגאלע נושאים וועט מען נישט טרעפן ערגעץ אנדערש, עמיזינג דזשאב!

עניות דעתי השפלה: גיי אן מיט א פעסטקייט!


גא"מ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א מוח, גאלדגרוב, נו שוין און 71 געסט